'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מחשב
שר האלף
תגובות: 1066
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 8:25 pm

נשמה האט געשריבן:איך וויל דיר אביסל מיטטיילן מיינע מחשבות בנוגע א טעסט וואס מ'נעמט אנליין. איך קען דיר נישט גענוג מסביר זיין ווי ווייט מענטשן זעען אז זאכן זענען נישט גוט, אבער דאך נעמט זיך קיינער נישט די מיה און זאגן די פשוט'ע מושכל ראשון וואס יעדער פארשטייט אליין. יעדער וואס נעמט א טעסט ווייסט אז ס'איז גאנץ שווער צו ענטפערן פונקטליך וואס מ'טוט אין א געוויסע מאמענט. דאס צו זאגן אז א מענטש איז מער ווייניגער אזא באלאנס צווישן אלע, דאס זאגסטו נאר ווייל דו זעהסט די רעזולטאטן פון א טעסט. א מענטש קען ענטפערן אזוי נישט ריכטיג אויף א טעסט אז נאר. א מענטש איז דאך אזוי אנדערש איינעם פונעם צווייטן. א מענטש קען זיין אזא INTP אז נאר. אבער ווען ס'קומט צו די טעסט און ער דארף ענטפערן זאכן וואס "איך כאפ נישט פונקטליך וואס דו מיינסט צו פרעגן". און "איך כאפ נישט פונקטליך וואס איך טו ענדערש" "איך טו ביידע"!!!


עס ווענדט זיך וועלכע טעסט. עס זענען דא טעסטס וואס פרעגן פשוטע שאלות, וואס דו דארפסט פשוט זיין זייער אויפריכטיג, צו ענטפערן די אמת'ע תשובה, למשל טאקע, די שאלה פון ווי די זעצט דיך אין ביהמ"ד. דער תירוץ איז א גלאטער, אז דו וועסט דיך גוט מתבונן זיין וועסטו כאפן וואס דו טוסט. דו כאפסט נאר נישט אייביג ווייל דו ביזט זיך נישט מתבונן דערין. (איך למשל, האב שוין לאנג גאנצעטע בנינים אויף דאס וואו מענטשן זעצן זיך אין ביהמ"ד, און פארוואס. דער דרייער קומט אריין אין ביהמ"ד, גראד צום צענטער מיט א אויפגעהויבענע קאפ, דער געוויסער פירער שלייכט זיך גראד צום ווינקעלע, פריוואט, קוק מיך נישט אן. זייער אינטערעסאנט מיטצוהאלטן). אבער עס זענען דא טעסטס וואס פרעגן אזעלכע מאדנע שאלות וואס איין זייט איז נישט פארקערט פון די צווייטע, ווי למשל, "די האסט ליב א טאמעיטא, אדער דו ביזט א פעשליכער"? איינע פון די צוויי!, א מין שאלה דאס. דעמאלטס זענען בדרך כלל די תשובות נישט ריכטיג.


איך האלט אז מ'דארף מער קוקן גראד אין פנים אריין פון זיך אליין און זיך פרעגן: וואסערע פאנקציע נוץ איך דאס מערסטע. דאס איז דאך אזוי אנדערש פונעם אניאגראם. נישט אז די אניאגראם איז נישט ריכטיג. נאר די אניאגראם איז זייער "איך בין א איינזער מיט א פינעווער מיט א זעקסער מיט א ניינער און אסאך מאל א אכטער". כאפסט? דא ביי ר' מאיר שליט"א איז נישט אזוי. דער מענטש נוצט, ער נוצט רוב טאג, נוצט ער אקטיוועלי די און די געוויסע פאנקציע. א NE טוט דעס דאס מערסטע אגאנצן טאג. פונקט אזוי ווי א גערעכטער איז א גרעכטער. ער נוצט זיין רעכטע האנט.


פון דער אנדערע זייט. ביי דער אניאגראם דארפסט נאר אנקומען צו איין מסקנא, דורך א צוזאמשטעל פון זאכן וואס קאטאגאריזירן דיך אלס א איינזער. אדער אלס פירער. פון דארט און ווייטער גייט מיך נישט אהן. ווידעראום ביי מאיער בריגס, דארפסו אויסשטעלן א ליסט פון 8 פונקציעס איין אונטער דאס צווייטע. וואס קען מאכן א צומישעניש.

דערפאר, איך וואלט דיך געראטן זאלסט דיך מער אריינלייגן "וואס דארף איך זעהן ביי מיר, און איך וועל זעהן אז דאס און דאס נוץ איך". ביי די אניאגראם, א מענטש קען איין טאג זעהן אויף זיך דריי, און נאכדעם סוף טאג זעהט ער פיר, און נאכדעם פינף און נאכדעם זעקס. אזוי ס'דרייט א קאפ. דא ביי MBTI איז נישט אזוי. ס'איז א קלארער פאקט וואס דער מענטש נוצט. אדער געפילן, אדער מחשבה. נישטא קיין אינדערמיטן.


ביי די אניגראם איז יא דא א מיטל וועג. דאס איז דער פליגל. א זאך וואס - ווי איך פארשטיי - איז נישט דא ביי מאיער בריגס. דאס הייסט אזוי, כאטש וואס עס איז כמעט נישט מעגליך אז די פונקציע פון למשל "טראכטן" און "געפיל" זאלן זיין ממש אייניג, אבער עס קען זיין איין מענטש וואס האט קיין געפילן נישט, הארט ווי א שטיין, אלעס איז קאלטע לאגיק, גארנישט מער. נאכדעם איז דא א מענטש וואס זיין עיקר פונקציע איז טראכטן. אבער ער האט שטארקע געפילן אויך, ביי מאיער בריגס ביזטו א INTP און פערטיג, וויפיל געפילן דו האסט יא ווערט נישט דערמאנט (ווי איך פארשטיי). נאר אז עס איז די פערטע פונקציע. אבער עס קען פונקט אזוי זיין אז די פילסט שטארק כאטש אין די רייע איז עס די פערטע. (קאן זיין אז דא ווערט געזאגט אסאך שטותים איך קען דאך נישט די זאכן גוט) ביי די אניגראם ווערסטו א פליגל. [נישט אינגאנצן, אבער ביי געוויסע חלקים.]

בי מיר, פיל איך, אז איך האב פון ביידע זאכן שטארק און טיף, איך טראכט גאר שטארק, און איך פיל אויך גאר שטארק, כאטש איך קלער טאקע אז איך בין מער T ווי F אבער עס איז נישט אזוי געהאקט.
די זעלבע ביי J און P. עס זענען דא מענטשן וואס טוען זאכן ממש אינסטיקטיוו, און עס זענען דא מענטשן וואס טראכטן טויזענט שעה אויף יעדע זאך. נאכדעם זענען דא מענטשן וואס טראכטן אביסל. סא וואס זענען זיי? א הארעלע ארויף א הארעלע אראפ.


און איך מיין זייער שטארק אז דו ביסט א INTP. איך וויל דיך פרעגן: דו טראכסט איין רגע אז די טעסט איז וואס דו ביסט. דו האסט געזאגט אז דו ביסט א NE, און דו בעפארציגסט טראכטן! און דו ביסט צוריקגעצויגן. וואס נאך דארפסטו האבן צו וויסן אז דו ביסט INTP? ביסט דאך נישט קיין F.


איך האב נאר איין שאלה. איך פיל אז די שטערקסטע פונקציע ביי מיר איז Ne, אבער אויב בין איך א INTP אדער INFP, דארף דאך די T אדער F זיין די שטארקסטע. נישט אזוי? איז דאמאלטס מוכרח אז איך בין יא א ENTP ?

וה' הטוב עזר ועוזר ובודאי א"כ יעזור.
הוי מחשב...

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 3:44 pm

ב"ה
מחשב האט געשריבן:פון דער אנדערע זייט. ביי דער אניאגראם דארפסט נאר אנקומען צו איין מסקנא, דורך א צוזאמשטעל פון זאכן וואס קאטאגאריזירן דיך אלס א איינזער. אדער אלס פירער. פון דארט און ווייטער גייט מיך נישט אהן. ווידעראום ביי מאיער בריגס, דארפסו אויסשטעלן א ליסט פון 8 פונקציעס איין אונטער דאס צווייטע. וואס קען מאכן א צומישעניש.

לויט ווי ס'ליגט מיר אין קאפ זענען צוויי פון די אכט פונקציעס געהעריג באוואוסטזיניג אינעם באוואוסטזיין. די אלע איבעריגע זענען אלץ מער אריינגעשטופט און באהאלטן, ווי ווייניגער באנוצט. ווען א מענטש ווערט געשטערט הייבט ער אן פילן אנדערש ווי ער איז צוגעוואוינט. צום ביישפיהל א NE, ווען א NE צווינגט זיך נישט ארומצוקוקן און נאר אריינקוקן אין ספר, קען אים אנהייבן ארויפצוקומען אזאנע אינערליכע נעגעטיווע בילדער, Ni. דאס הייסט אז די Ni איז ביי אים נעגעטיוו. עכ"פ, די כלל וואס מ'דארף געדענקען איז, אז ווען מ'וויל קוקן וואס מ'איז, דארף מען קוקן ווען מ'איז נישט אונטער סטרעס. נישט אונטער קריטיק. נישט אונטער די רושם אז מ'איז אוועקגעמאכט. אדער פארשעמט. אדער זאכן גייען נישט. מ'פילט סטאק. וואס מ'האט די אלע פריערדערמאנטע זאכן, קומען ארויף אנדערע פונקציעס.

אגב, ביי די אניאגראם זאגן זיי דאך אז אונטער סטרעס גייט מען צו אן אנדערע טייפ. דאס קומט פון די פאנקציעס. לדוגמא, זיי זאגן אז אונטער סטרעס גייט א פינעווער צו זיבן. דאס קומט ווייל - לאמיר זאגן אז מ'רעדט פון א INTJ פינעווער. די פונקציעס פון א INTJ איז

    Ni (1 אינטראווערד אינטואישן
    Te (2 עקסטראווערד טינקינג
    Fi (3 אינטראווערד פילינג
    Se (4 עקסטראווערד סענסינג

יעצט, די ערשטע צוויי נוצט ער די Ni און די Te. דאס מיינט, אז ער איז די מערסטע מקושר צו טיפע אינערליכע איינדרוקן וואס אביעקטן וואס ער באגעגנט ברענגען ארויף אין אים. אלעס וואס ער ווייסט וועגן א געוויסע מענטש, אדער זאך, קומט ארויף אין זיין קאפ אין פארעם פון אזאנע בילדער. און אזוי פארשטייט ער די וועלט. (נישט אז ער מאכט נייע, אזוי ווי NE. און די צווייטע וואס ער נוצט איז, ער וויל מאכן א לאגישע סדר אין די וועלט ארום. (אזוי פארשטיי איך יעצט) דערפאר איז ער א פינעווער. די וועלט איז ביי אים אויסגעשטעלט לאגיק.

אזוי ווי ווען דו זעהסט א ספר וואס איז יעצט ארויס פון די דרוק, און דו זעהסט די לאגישקייט פון די אויסשטעל. לדוגמא: "וואס איז די לאגישקייט פון די נאמען פונעם ספר. (די קאליר און די פרעם אויפן דעקל דאס באלאנגט שוין צו F.) וואס איז די לאגישקייט הונטער די נעמען וואס ער האט געגעבן פאר יעדן פרק. אדער לדוגמא, דו גייסט דאווענען ביי איינעם מעריב ווייל יענער וויל אז מ'זאל דארט זאגן א ברכו. און דו זעהסט די ספרים שאנק מיט ספרים. און דו שטעלסט דיך אזוי באטראכטן "וואס איז די לאגישקייט. פארוואס האט ער דא געלייגט דעם ספר, און דא דעם ספר." און Te מיינט אז נישט נאר דו באטראכסט פארוואס ער האט דא געלייגט דעם ספר און דא דעם ספר, נאר דו ווילסט צוגיין און עס מסדר זיין לויט לאגיק. אדער עכ"פ ביסטו עס מסדר אין דיין קאפ. דו נעמסט כאילו ארויס דעם ספר פון דא, און דו לייגסט עס דארט. און נאכדעם גייסטו ווייטער. דאס איז Te.

יעצט, א INTJ האט די דריטע פאנקציע Fi. דערפאר איז ער ווארשיינליך א פינעווער מיט א פירער פליגל. זיי קענען זיין פינעף פליגלע זעקס, ווייל מחמת די Te ווילן זיי האבן דרויסנדיגע סטרוקטור. אבער אויב וועט איינער זאגן אז זיי האבן א פליגל פון פיר, וועט עס שטומען, ווייל זייער דריטע פונקציע איז Fi. געפילן. און דא פארשטייסטו שוין אויך די "כאפ" וואס זיי האבן געזעהן פליגלעך. און נאר איין פליגל, צו צוויי פליגל. און מיט דעם ווערט אויך בארואיגט דיין זארג וועגן לייקענען אז דער מענטש האט געפילן. וואס דו ווילסט נישט זיין א INTP ווייל דו האסט געפילן, און די לעבל INTP פארציילט עס נישט געהעריג. (איך זאג נישט אז דו ביסט זיכער א INTP, צומאל באטראכט איך ENTP.) זאג איך דיר אז ס'פארציילט יא. א INTP קען אויך זיין א פינעווער מיט א פירער פליגל. ס'איז נישט נאר קאלטע לאגיק. זיי האבן ליב צו זיין אין די חברה, הגם זיי פילן זיך אין חברה ווי א בעבי. אזוי ווי מ'זאל הייסן א INTJ אויסטיילן בילקעלעך פאר ווער ס'האט נאכנישט. ער קען, אבער ער פילט זיך ווי א קינד פון צעהן יאר, ווייל זיין SE איז די פערטע.

יעצט, אויב א INTJ וויל אביסל זיך אויסלופטערן, וועט ער נוצן זיין Fi אויף אזא קינדישע וועג. דאס איז וואס זיי זאגן, אז פינעווער וועלן געווענליך טראכטן, אבער האבן אויך געפילן. און ווייטער אויב די ערשטע צוויי פונקציעס ווערן געשטערט, קען ער ווערן סטאק ביי Se זיין פערטער פאנציע. ער זאגט לאמיר אפ, ער ווערט פארנומען מיט וואס עס איז יעצט און פארטיג. אזוי ווי א זיבענער. דאס הייסט אז מ'קען פארשטיין אז וואס זיי האבן געשריבן אז א פינעווער אונטער סטרעס גייט צו זיבן, מאכן סענס. ווייל לויט מאיר בריגס מאכט עס טאקע סענס. (נישט לויט מאיר בריגס, דער באשעפער וואס האט עס באשאפן איז געווען נאך סך פאר מאיר בריגס)

יעצט, זאלסט אבער וויסן, אז נאר די ערשטע צוויי פאנקציעס זענען די מערסטע באוואוסטזיניג אינעם באוואוסטזיין. לדוגמא: א ENFP ווייסט אז ער איז פארנומען מיט possibilities און מיט זיינע דשאדשן "יא ליב, נישט ליב". וואס איך שרייב איז נאכנישט אזוי קלאר ביי מיר. איך געב נאר א ריק דיין פארשטאנד אז מ'דארף לייגן אכט פונקציעס איינס אונטערן צווייטן, זאג איך דיר אז אויב מ'ווייסט די ערשטע צוויי הויפט, שטעלט זיך די איבעריגע אליין אויס.

ביי מיר, פיל איך, אז איך האב פון ביידע זאכן שטארק און טיף, איך טראכט גאר שטארק, און איך פיל אויך גאר שטארק, כאטש איך קלער טאקע אז איך בין מער T ווי F אבער עס איז נישט אזוי געהאקט.

פילן גאר שטארק, און טראכטן גאר שטארק, איז אנדערש ווי די פונקציע פון Ti אדער Fe. די פונקציע פון F איז נישט וועגן פילן. א ENFJ קען אויך זייער שטארק טראכטן און טראכטן און טראכטן אגאנצן טאג ממש. אבער מיט דעם אלעם. נוצט ער נישט זיין Ti פונקציע. ער איז נישט מגדיר די מהות פון רויע דאטא וואס ער באגעגנט כדי עס ארויסהאבן, תחומ'ענען, און עס פארשטיין, אויף אזא די שטייגער ווי א INTP טוט עס. (א INTP איז די הויפט פונקציע Ti) געדענק. ס'קען זיין אז דו ביסט א ENTP. און די fe איז די דריטע.

א ENFJ וועט סך ענדערש טראכטן, דאס וואס ער מיינט אז ס'הייסט טראכטן. ווייל דאס איז די שוואכסטע ביי אים. א ENFJ קען ענדשויען צו לערנען. ווייל ס'מאכט אים טראכטן, און טראכטן איז אונטערדרוקט ביי אים. כאפסט? דאס מיינט נישט אז ער נוצט די פונקציע פון Ti. א ENFJ קען אפילו ליב האבן צו מאכן פראגרעמינג פון מאל צו מאל, ווייל דאס סטימיולירט זיין אונטערדרוקטע פערטע פונקציע, אבער דאס מיינט נאכנישט אז ער נוצט עס אזוי ווי די וואס נוצן עס אלץ הויפט פאנקציע. א ENFP קען אויך ליב האבן צו לעבן אינעם עבר, אין נאסטאלגיע. ווייל דאס ברענגט ארויף זיין Si וואס דאס איז די פערטע פונקציע.

א ESFJ אויך אזוי. ער קען אויך טראכטן, און טראכטן און טראכטן. דאס איז אבער נאכנישט די טראכטן וואס א INTP אדער א ISTP טראכט. די זעלבע זאך איז מיט געפילן. יעדער מענטש האט געפילן, און וויל האבן געפילן. די פונקציע פון Fe, איז אריינגעדרוקט ביי א INTP. און ווען ער פילט יא, ווערט ער אויס זיך.
א הארעלע ארויף א הארעלע אראפ.
דוקא נישט. ס'איז נישט נאר די טראכטן טויזענט שעה. א J איז אזא J אז נאר. דו דארפסט כאפן וואס א J איז. די גאנצע מענטש איז א J. זייער שטארק. איך גלייב אז מענטשן וואס האבן זיך נישט ארויס ביי די סטרוגל זיך ארויסצוהאבן אלץ טייפ אינעם אניאגראם, זענען געווען גערעכט. ווייל ווי מער מ'טראכט, און מ'דערגרינטעוועט זיך, אלץ מער קומט ארויס אז מ'איז עכט מער ווי איין טייפ אינעם אניאגראם. און ס'איז זייער נישט תמידיות'דיג. אבער די מענטשן וואס האבן זיך נישט ארויס אין מאיר בריגס, זיי דארפן יא מער כאפן וואס עס הייסט וועלכע פונקציע. און ווי מער מ'קלארט זיך דערין אלץ מער זעהט מען עס שארפער. אנדערש ווי די אניאגראם וואס ווי מער דו קלארסט דיך דערין אלץ מער צעשפרייט ווערט עס.

איך האב נאר איין שאלה. איך פיל אז די שטערקסטע פונקציע ביי מיר איז Ne, אבער אויב בין איך א INTP אדער INFP, דארף דאך די T אדער F זיין די שטארקסטע. נישט אזוי? איז דאמאלטס מוכרח אז איך בין יא א ENTP?

יא, ס'איז מוכרח אז דו ביסט א ENTP. איי די טעסט, לאז די טעסט.

וה' הטוב עזר ועוזר ובודאי א"כ יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 6:52 pm

נשמה האט געשריבן:אלעס וואס איך האב געשריבן ביז אהער, איז נישט ווייל איך האלט אזוי. נאר יעצט קלער איך זייער שטארק אזוי.

והשם הטוב יעזור.

סאו מען קען זיך נאך דינגען מיט דיין תגובה אדער יעצט קלערסטו שוין אנדערש?

:grin:
נישט אייביג ווען מען האט א פראבלעם מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1066
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 7:02 pm

איינער דא קען רעפערירן צו א גוטע ביכל איבער די מאיער בריגס מהלך?
הוי מחשב...

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 7:19 pm

נשמה האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:די פראבלעם וואס דו שטעלסט דא אוועק מיטן אניגראם, דאס גופא איז די געוואלדיגע מעלה פונעם אניגראם!
טאקע ווייל עס איז נישט אוועקגעשטעלט אויפן אויבערפלעכליכקייט פונעם מענטש,

איך האב מורא אז אפילו טיפער און נאך טיפער באגעגנט מען אויך נישט קיין שום נומער פאר זיך אן זיך באנוצן מיט מאיר בריגס. אפילו דער "גויאישער פארשער" פון די אניאגראם האט זיך אויך באנוצט מיט יונג, אויף וואס די מאיר בריגס האט צוגעבויט איר מהלך.

די וואס פארקויפן דעם אניאגראם געבן דעם "צוזאג" אז יעדער האט איין טייפ די מערסטע, און מ'דארף עס נאר טרעפן. האבן מיר ארויסגענומען אונזערע שאוולעך, אבער עס נישט געטראפן. און אפילו מ'האט יא עפעס געטראפן איז דאך דאס אזוי בלורי אז נאר. אפילו דער אליין שרייבט קלאר אז יעדער האט אלע נומערן, נאר איינס מער. און יעדער בר דעת קען זעהן פון אויבנאויף אז א מענטש איז נישט נאר איינע פון די נומערן. איך קען דיך נישט גענוג מסביר זיין דעס.

איך זאג נישט אז איך באנוץ מיך נישט מיט די אניאגראם ווען איך וויל תחומ'ענען א מענטש. אבער זייער אויבערפלעכליך. נאר אלץ א פרעמווארק. און איך בלייב נישט ביי דעם. איך גיי גראד אריבער צו די פאנקציעס וואס דער מענטש נוצט יעצט בשעת מעשה. די עכטע מענטש זענען זיינע פאנקציעס. לאמיר נעמען א מענטש פון וועם איך טראכט יעצט. ער איז ווארשיינליך א ESFP. איצט, (ר' שרגא פליישמאן נ"י זאגט איצט) איצט, פאר איך האב געוואוסט פון מאיר בריגס האט איך נישט געקענט באשליסן וואס דער מענטש איז. וואסערע נומער. יעדן טאג איז געווען א נייע נומער. א זיבענער, א פירער, נישט אזא פירער, נאר אזא פירער, ס'דא אסך מינע פירערס... ער איז מער א עקסטראווערד פירער. א געבראטענער אכטער, צו א זעקסער.

היינט שטומט אלעס. און זיי זאגן אז מיט די אניאגראם גייט אלעס שטומען, און די תירוץ איז ניין. מיסטער, מיט די אניאגראם שטומט עס נאכנישט. די אניאגראם האט אפשר א געוואלדיגע שיינקייט אין זיך, ווייל ס'איז אזא סוד. אבער די אניאגראם פאר זיך אן צולייגן מאיר בריגס, לפי עניוות שמיוועס דעתי שטומט עס נאכנישט. ס'זאגט נאך גארנישט. נישט גארנישט, אוודאי זאגט עס עפעס, אבער נישט גענוג אז מ'זאל "בקיצור וואס זאל איך יעצט טון דערוועגן?" ס'איז נישט אז איך זאג אז די אניאגראם איז גארנישט. ס'איז אז ס'איז עפעס אזא: למשל.

נעמסט א מענטש וואס איז מסודר'דיגער מענטש, א אינטראווערד סענסעט, און ער איז אויך אלץ די צווייטע אין ראנק, איז ער א עקסטראווערד טינקינג טייפ, א ISTJ, און דו פסק'נסט אפ אז ער איז א זעקסער מיט א פינעווער פליגל. וואס דאס איז ער טאקע. איי דו זעהסט אויף אים אכטערישקייט (עקסטראווערד טינקינג) "ניין, דארפסט פארשטיין אז זעקסער זענען אויך אביסל אכטערס. אבער ס'איז נישט ממש אכט. די פשט פון קאנטרא-פאביק, און אויך איז ער ענדערש פינף", גוט איך הער. "איי איך זעה אויף אים איינס?". "ניין, דארפסט פארשטיין אז זעקסער קענען אויך זיין איינזער, אבער זענען נישט איינס". אקעי פיין. ביסט גערעכט. מסכים.

איין זאך בין איך מודה צו דיר אז אניגראם קען אביסל צומישן דעם מענטש וואס טוט דערין, און ווען מען קוקט אויף בריגס גיט עס אים אזא לייג אריין אין א שעיפ.

אבער עס איז דא א גרויסע אבער, דאס אז מען ווערט צומישט פון אניגראם איז די חסרון וואס איז נובע פון די גרויסע מעלה פון דעם גאנג, א מענטשן'ס נפש איז גאר טיף און גאר ברייט עד אין שיעור, און ווי טיפער אלס ברייטער ווערט עס, יעצט אוודאי איז אניגראם ווייניגער געקעסטלט ווייל ער פאוקעסט אויף די יסודות מער אויף די פועל יוצא'ס, ופשוט הוא.

יעצט, דו האסט דיך באצויגן צום זעקסער און דו האסט מסביר געווען אז דער זעקסער איז אמאל א איינזער און אמאל א אכטער, דאס איז נישט אכט און נישט איינס, אזוי ווי דו אליין שרייבסט, ווען מען קוקט אביסל טיפער אריין זעהט מען אז 'כל הנחלים הולכים אל הים' אלעס לויפט אויף איין ריכטונג .
אבער ענדע טאג, ווען איך שמועס מיט דעם זעקסער פליגל פינף, ווער גייט מיך געבן א טרעק אין וואס צו פארן מיט דעם מענטש? די אניאגראם געט מיך נישט מער ווי "דארפסט רעדן מיט אים און אים צושטעלן סעקיוריטי". און ער דארף טאקע. איך בין נישט דא צו זאגן אז א זעקסער דארף נישט קיין סעקיוריטי, און אז ער טוט נישט פאר סעקיוריטי. אבער טו מיר א טובה, דאס דארף ער? דאס דארף איך טראכטן ווען איך שמועס מיט אים? דאס וויל ער? דאס איז די גאנצע מענטש?

מען רעדט דאך נישט דא וואס דו דארפסט טראכטן ווען דו שמועסט מיט אים אין ביהמ"ד מען רעדט דאך דא ווען דו ווילסט אים ארויסהאבן, ריכטיג? סאו יא, דאס איז ער! דאס דארף ער! און דאס וויל ער!, אויף דעם איז ער געבויעט.
ער איז א זעקסער, פיין, און? ער דארף סעקיוריטי, און ער איז לאיאל! און?... אויב אבער איך גיי מיט מיסטער בריגס, דאן ווייס איך ב"ה זייער גוט וואס צו טראכטן ווען איך שמועס מיט אים. אוודאי. ער וויל אז זאכן זאלן בלייבן אזוי ווי עס איז געווען! דאס איז דאך אינטראווערד סענסינג. עפעס טוט זיך יעצט מיט אים.

שרייט דער פראפעסער פונעם אניאגראם, "נו, איך האב דאך אויך דאס געזאגט אז א זעקסער האט ליב זאכן וואס זענען שוין באקאנט פאר אים". זאג איך אים: מיסטער, דו האסט געזאגט אז א זעקסער זוכט סעקיוריטי, און איך זאג דיר מיסטער, אז א זעקסער זוכט זאכן וואס זענען שוין אים באקאנט. ווילסט עס רופן סעקיוריטי, רוף עס וויאזוי דו ווילסט, אבער נישט דאס איז די שורש פון די מענטש וואס עס איז מיר איצט נוגע. נישט דאס איז וואס טרייבט אים. ווען איך רעד מיט אים און איך האלט קאפ אז ער זוכט סעקיוריטי, גייט אונזער שמועס גיין ווי א גרעיפ דשוס דעקל אויף די עפענונג פון א סעלצער באטל. ער גייט נישט וויסן וואס אויף די וועלט דו רעדסט מיט אים.

אוודאי נישט, ווייל אויב האלט מען אז דעם זעקסער'ס נקודה איז אז ער זוכט סעקיוריטי זיכער גייט ער נישט וויסן וואס דו רעדסט מיט אים, ווייל אין יעדע צווייטע זאך וואס ער טוט וועסטו נישט קענען טרעפן זיין סעקיוריטי געזיכעט'ס,

און דאס וואס ער זוכט אלס דוקא באקאנטע זאכן איז ווייל ער וויל זיין פארזיכערט און וויסן אז ער טוט די ריכטיגע זאך און אז ער איז אויפן ריכטיגן טרעק, סאו וואס איז דיר נוגע אויף ארויס צוהאבן דעם מענטש דאס אז ער זוכט באקאנטע זאכן? זוכט ער באקאנטע זאכן און... וואס איז יעצט פארוואס זוכט ער עס? וואס פעלט אים? וואס ענטפערט דיר בריגס אויף דעם? און איך האב שוין מאריך געווען אין מיין בליק אויפן זעקסער טייפ וד"ל
אבער איך גיי אז ער זוכט זאכן וואס ער ווייסט שוין. זאכן וואס איז באקאנט פאר אים. היר ווי גאו. ס'איז מער זאכליך.

זאכליך יא, אבער עס ברענגט דיר נישט צופיל אויף ארויסצוהאבן דעם נפש פון א מענטש מיט די יסודות.
נישט אייביג ווען מען האט א פראבלעם מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 8:00 pm

מח בקדקדו האט געשריבן:און דאס וואס ער זוכט אלס דוקא באקאנטע זאכן איז ווייל ער וויל זיין פארזיכערט און וויסן אז ער טוט די ריכטיגע זאך און אז ער איז אויפן ריכטיגן טרעק, סאו וואס איז דיר נוגע אויף ארויס צוהאבן דעם מענטש דאס אז ער זוכט באקאנטע זאכן? זוכט ער באקאנטע זאכן און... וואס איז יעצט פארוואס זוכט ער עס? וואס פעלט אים? וואס ענטפערט דיר בריגס אויף דעם? און איך האב שוין מאריך געווען אין מיין בליק אויפן זעקסער טייפ וד"ל

ס'פעלט אים גארנישט. ער זוכט באקאנטע זאכן, ווייל השי"ת האט אים אזוי באשאפן אז ער זאל לויפן אין איין טרעק וואס דאס האט ער זיך אויסגעלערנט. און נישט אין פינף, יעדן טאג א אנדערע, אזוי ווי די Ne. דערפאר וועט ער מאכן יעדעס יאר זיין סדר נאכט מיט'ן זעלבן מהלך. און פארציילן די מעשה פון בעל שם טוב זצ"ל אויף די זעלבע אופן יעדעס מאל מיט די זעלבע תנועות. און דאס וואס דו שרייבסט ווייל ער וויל זיין פארזיכערט און וויסן אז ער טוט די ריכטיגע זאך און אז ער איז אויפן ריכטיגן טרעק איך הייב אן טראכטן אז דאס איז די פאנקציע פון Si. ממש דאס איז די פונקציע פון Si. איך וועל דיך שרייבן אזוי: א Si וויל טון וואס מ'האט אים אויסגעלערנט צו טון. אדער וואס ער האט זיך אויסגעלערנט צו טון. רוטין. און זעקסער זענען טאקע Si.

דאס וואס דו פרעגסט וואס איז דיר נוגע אויף ארויס צוהאבן דעם מענטש דאס אז ער זוכט באקאנטע זאכן? זוכט ער באקאנטע זאכן און... איך ווייס אז ווען איך רעד מיט דעם מענטש, וועט ער וועלן אז זאכן זאל זיין לויט ווי ער האט זיך אויסגעלערנט. זאכן וואס ער איז צוגעוואוינט. אפשר וויל ער יא אביסל נוצן Ne, אבער איך גיי וויסן וואס ער וויל. און איך גיי וויסן וואס עס גייט אים גיין אויף די נערווען. צום ביישפיהל, אויב איז ער צוגעוואוינט נוסח ספרד וועל איך מיך האלטן צו נוסח ספרד, ווייל איך ווייס אז אויב איך גיי אנהייבן נוסח אשכנז גייט עס אים שטארק שטערן. איך מאך נאר א משל.

דאס וואס איך שרייב אז ס'פעלט אים גארנישט, דאס איז נאר ווען Si איז די ערשטע אדער די צווייטע פאנקציע. אויב אבער ס'איז די פערטע פונקציע, צום ביישפיל א ENFP אדער א ENTP וואס איז סטאק ביי וועלן זיין פארזיכערט און וויסן אז ער טוט די ריכטיגע זאך אז ער איז אויפן ריכטיגן טרעק דאס הייסט ער איז סטאק ביי זיין פערטע פאנקציע, און דאס טויג נישט. דאס ווייזט אז ער איז סטאק אין זיין איגו. און דאס מיינט א זיבענער אונטער סטרעס. א ENFP איז דער זיבענער, און ער איז ביים איינזער. Si איז אזא אייזערישקייט. אבער ער האט עס נעגעטיוו. די מענטש איז וואס נעמט צאם די אניאגראם מיט מאיר בריגס, ווייל ביידע רעדן פון די מענטש.

והשם יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 9:22 pm

@נשמה דו לייקנסט אז מעשים פון א מענטש האט א אינטערלאגע דערונטער, א דרייוו וואס דרייווט אים?
דו האלטסט אז זאכן פאסירן ווייל אזוי...?
נישט אייביג ווען מען האט א פראבלעם מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 9:50 pm

מוח! דו האסט מיך ממש אויסגעכאפט מיט יעדע נקודה!
מוזט מיר נישט גלייבן אבער איך האב שוין געהאלטן אינמיטן שרייבן א ענטפער אויף רב נשמה'ס תגובה [ס'ליגט אין מיין דרעפט'ס א האלבע מעשה....] און דא קומסטו אריין און כאפסט מיך אויס....
איך האב נישט וואס מער מוסיף צו זיין.
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 9:56 pm

נשמה האט געשריבן:ס'פעלט אים גארנישט. ער זוכט באקאנטע זאכן, ווייל השי"ת האט אים אזוי באשאפן אז ער זאל לויפן אין איין טרעק וואס דאס האט ער זיך אויסגעלערנט.

דאס איז איינס.
נשמה האט געשריבן:צום ביישפיהל, אויב איז ער צוגעוואוינט נוסח ספרד וועל איך מיך האלטן צו נוסח ספרד, ווייל איך ווייס אז אויב איך גיי אנהייבן נוסח אשכנז גייט עס אים שטארק שטערן. איך מאך נאר א משל.

פארוואס?
נשמה האט געשריבן: אויב אבער ס'איז די פערטע פונקציע, צום ביישפיל א ENFP אדער א ENTP וואס איז סטאק ביי וועלן זיין פארזיכערט און וויסן אז ער טוט די ריכטיגע זאך אז ער איז אויפן ריכטיגן טרעק דאס הייסט ער איז סטאק ביי זיין פערטע פאנקציע, און דאס טויג נישט. דאס ווייזט אז ער איז סטאק אין זיין איגו. און דאס מיינט א זיבענער אונטער סטרעס.

א זיבענער אונטער סטרעס וויל זיין פארזיכערט אז ער איז אויפן ריכטיגן טרעק? זיי מסביר.
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1895
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 9:58 pm

נשמה האט געשריבן: לעבן אינעם הווה קען אסאך פארבעסערן די מצב.

קענסט מער מאריך זיין? פראקטיש גערעדט, ווי אזוי קען דער ENFP לעבן אין דער הווה?
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 11:58 am

מח בקדקדו האט געשריבן:@נשמה דו לייקנסט אז מעשים פון א מענטש האט א אינטערלאגע דערונטער, א דרייוו וואס דרייווט אים?
דו האלטסט אז זאכן פאסירן ווייל אזוי...?

ב"ה
יא, די דרייוו איז רצוניות. דער מענטש וויל. די רצוניות שאפן זיך דורך פארשטיין מיט וועלכע כוחות מ'געט זיך אן עצה מיט וועלכע וועלט, און מיט וועלכע וועלט מ'וויל אנטייל נעמען. יעדער פארשטייט די וועלט אויף אן אנדערן וועג, געוואנדן לויט וועלכע כוחות דער אייבערשטער האט באשאפן אז ס'זאל זיך ביי אים נוצן די מערסטע. איינער נוצט די כח פון Si זיך אן עצה צו געבן מיט די וועלט, און דערפאר וועט ער זוכן סטאביליטעט, און דאס קען אים עווענטואל מאכן פאר א זעקסער. צו א איינזער. אויך געוואנדן לויט וועלכע חלק פון די וועלט ער זעהט. ס'דא וואס זעען די לאגישע חלק פון די וועלט, און ס'דא וואס זעען די געפילישער חלק פון די וועלט.

און ווידעראום ביי איינעם איז דער עיקר פרישע מעגליכקייטן. הקב"ה האט אזוי געמאכט אז ס'זאל זיך ביי אים נוצן Ne. און ער זאל נוצן זיינע געפילישע כוחות וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיט א Ne וועלט. פירער, זיבענער וכו'. כך ברא השי"ת את עולמו לויט זיינע חשבונות. איינער זעהט די דרויסנדיגע וועלט מיט לאגיק, און דערפאר וויל ער קער נעמען דערפון און אויסוואקסן אן אכטער. איינער זעהט די דרויסנדיגע וועלט אלץ סתם א גוטע זאך צו זיין א חלק דערפון. און ער האט נישט אזויפיל לאגיק אין זיך; דער ניינער.

די פונקציעס זענען וואס מאכן די פארשידענע איגו טרייב-קראפט. און נישט פארקערט אז די איגו טרייבט דעם מענטש וועלכע פונקציעס צו נוצן. כך נראה לי השתא. לדוגמא: השי"ת האט געמאכט אז דער מענטש זאל זיין א ENFP און דאס וועט אים מאכן פאר א פירער לויט פארשידענע אומשטענדן. דער פירער איז וויאזוי דער מענטש האט ווי מ'זאגט בוחר געווען וואס צו טון מיטן ENFP. אבער קודם פאר אלעם איז דער מענטש איינע פון די זעכצן פונקציעס. דער אייבערשטער וויל אז א מענטש זאל אויסוואקסן א זעקסער מיט א פינעווער פליגל, ער זאל טון פאר סעקיוריטי. דערפאר מאכט ער אים פאר א ISTJ און נישט נאר ווייל דער אייבערשטער וויל אז דער מענטש זאל זיין א זעקסער. א זעקסער איז צו ארעם וואס דער אייבערשטער וויל אלץ פון דעם מענטש. אבער א ISTJ איז סך רייכער וואס דער מענטש טוט אלץ מיט זיין לעבן.

ס'דא א Ne וועלט. ס'דא א Se וועלט. ס'דא א Fe וועלט. און ס'דא א Te וועלט. יעדער לעבט אין די זעלבע וועלט! אבער יעדער זעהט א אנדערע וועלט. א ENFP זעהט א Ne וועלט. זיין שכן א ESFP זעהט א Se וועלט. די זעלבע וועלט. די זעלבע מענטשן. די זעלבע תנועות. די זעלבע ביהמ"ד. אלעס די זעלבע. איינער זעהט אויף דעם זעלבן וועלט א NE וועלט. און איינער זעהט א SE וועלט. פון איינעם וועט אויסוואקסן א זיבענער. ווייל זיין Se מאכט אים ענדשויען די חושיות'דיגער וועלט. און דערפאר וועט ער אנטוויקלן א זיבענער איגו. און איינער וועט אנטוויקלן א פירערישע איגו, ווייל ער זעהט א NE וועלט.

אבער די אניאגראם זאגט גארנישט בנוגע וואס דער מענטש טוט אגאנצן טאג. אויב וואלט די אניאגראם געווען געשניטן. וואלט א פירער געדארפט אגאנצן טאג זיך זוכן. און קענסט אריינקוועטשן אז ס'איז אזוי. אבער ס'איז בעסער צו זאגן אז לדוגמא א ENFP טוט NE מיט FI אגאנצן טאג, ווי איידער זאגן אז ער זוכט זיין נפש אגאנצן טאג.

ווען דו זעהסט אז א זעקסער האט ליב מסדר צו זיין, קענסטו זאגן: יא, ער טוט עס פאר סעקיוריטי, אדער ווייל ער וויל זיין זיכער אז ער איז די ריכטיגע טרעקס. אדער קענסטו זאגן אז ס'האט גארנישט מיט א איגו. נאר ס'האט ווייל ער זעהט די וועלט לאגיש. פארטיג. וואס פעלט אויס צו לעבלן מענטשן אין די באקס פון זעקס. אין דערצייט וואס איז נישט אמת! שטותים! מיט הבלים! דער מענטש איז א ISTJ. יא אויך א זעקסער.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 2:17 pm

איך האב געשריבן צום ביישפיהל, אויב איז ער צוגעוואוינט נוסח ספרד וועל איך מיך האלטן צו נוסח ספרד, ווייל איך ווייס אז אויב איך גיי אנהייבן נוסח אשכנז גייט עס אים שטארק שטערן. איך מאך נאר א משל. פרעגסטו פארוואס? ווייל ער נוצט זיין Si פונקציע. אזוי ווי דו פארשטייסט אז א מענטש שרייבט מיט זיין רעכטע האנט ווייל ער איז א גערעכטער. אזוי אויך דער מענטש נוצט זיין Si. ער האט רעכט מצד ווייל דאס איז ער. אזוי ווי דער מענטש האט רעכט צו זיין א Ne. רעכט מיין איך צוזאגן אז ס'איז נאכנישט קיין איגו. ס'איז נישט קיין אומגעזונטע זאך. נאר זיי האבן געזעהן זאכן און זיי האבן צוגעלייגט זייערע אייגענע טעאריעס וואס עס טרייבט דעם מענטש. ער וויל רוטין וועגן ער איז א זעקסער. ווייל מצד זיין איגו זוכט ער סעקיוריטי; מצד זיין איגו וויל ער זיין זיכער אז ער איז אין די ריכטיגע טרעקס, און דערפאר זוכט ער רוטין. און ער וויל טון טובות וועגן ער איז א צווייער. ווייל מצד זיין איגו זוכט ער קאנעקשן. ער וויל ענדשויען די וועלט ווייל ער איז א זיבענער, ווייל מצד זיין איגו איז ער א זיבענער. דאס זאג איך דיר, אז ס'איז נישט אזוי. ס'הייבט זיך נישט אן ביי די איגו. די איגו איז נישט וואס פארמירט א מענטש.

ס'איז א דקות'דיגע חילוק צו מ'זאגט אזוי, צו אזוי. אבער אין די לאנגע געלויף מאכט עס אויס גאר אסאך. און בעיקר וויאזוי מענטשן משפט'ן מעשים פון אנדערע. און וויאזוי מענטשן פארטראגן זיך איינע מיט די צווייטע.

נישט ווייל דער מענטש איז א צווייער, דערפאר איז ער אין גוטן מיט אנדערע מענטשן. ס'הייבט זיך נישט אן ביים צווייער. נאר ווייל ער איז א ESFJ איז ער דאך א Fe, און א Fe זעהט די געפילישע וועלט און ער וויל ווערן איינס מיט זיי. ווייל דאס איז ער, א Fe, א עקסטראווערד. ער איז א עקסטראווערד ווייל ער זעהט די געפילישע וועלט. פארוואס זעהט ער די געפילישע וועלט? ווייל אזוי האט אים השי"ת באשאפן. נישט ווייל דער מענטש איז א זיבענער, דערפאר וויל ער ענדשויען די וועלט. ניין. נאר ווייל ער איז א Se. און דאס איז Se. ס'איז די זעלבע זאך. אבער ווען מ'זאגט אז א מענטש איז א זיבענער, איז כאילו ער דארף ווערן אויס זיבענער. ווען דו זאגסט אז א מענטש איז א Se. קען ער נישט ווערן אויס Se. דאס איז די וועג וויאזוי זיין מח ארבעט. ווען דו זאגסט אז א מענטש איז א זיבענער איז כאילו ס'איז פראבלעמאטיש.

די אניאגראם ווארפט אזא געצווינגענע שאטן כאילו ס'דא ניין פראבלעמען. יעדער איינער איז איינע פון ניין פראבלעמען מיט א פליגל פון א דערנעבנדיגער פראבלעם. ניין שוועריגקייטן. איינע פון די הייסט 'זעקס'. און איינס הייסט פיר, כאילו ס'איז א געוויסע שוועריגקייט. א פראבלעם. אזאך וואס מ'וואלט געוואלט בעסער מאכן. אזוי ווי דו פארשטייסט אז ס'דא געלינקטע מענטשן. ס'איז א פראבלעם? מ'דארף עס בעסער מאכן?

אויב דו גייסט מיך זאגן: "ווער האט געזאגט אז זעקס איז א פראבלעם? חלילה. זעקסער איז נישט קיין פראבלעם". גיי איך דיר זאגן. אז די ווארט זעקסער, טוט אנדייטן "פראבלעמאטיש". און ס'ברענגט אז מ'זאל קלערן שטותים מיט הבלים. ס'איז א געוויסע סארט וועג געווען וואס האט געוואלט ווייזן אז "איך האב ארויס די מענטשהייט". און איך וועל דיר ווייזן די שוואכקייטן פון די מענטשהייט. איך וועל דיר ווייזן וואו מענטשן ווערן סטאק. און דאס איז אמת, ס'איז אמת אז זעקסער קענען ווערן סטאק. אבער צוגיין צו א מענטש מיט די ווארט 'זעקס' איז גורם אז מ'זאל צוקומען צו החלטות וואס זענען שטותים מיט הבלים. ווייל וויפיל מאל זאגט מען אויף א מענטש וואס טוט א געזונטע זאך, א זאך וואס ער דארף טון לויט זיין געזונטע טבע, ווי צום ביישפיהל 'רוטין', 'מסורה', פרעגן צו מ'דארף טאקע אזוי און אזוי טון וכו'. וואס לויט זיין טבע איז עס א געזונטע זאך, ווייל ער איז א Si, און מ'האט געזאגט אויף אים "זעקסער". דער מענטש לפי תומו טוט ער דאס בעסטע וואס ער פארשטייט לויט וויאזוי זיין יושר'דיגער מח איז באשאפן געווארן, קומען אנדערע מענטשן און זאגן "ער איז א זעקסער". ס'איז שטותים. ווייל פארוואס לייגסטו דעם מענטש אריין אין כאילו א פראבלעם, כאילו א בדיעבד. דאס איז דאך לכתחלה. לויט דעם מענטש, לויט זיין געזונטע טבע, אזוי ארבעט זיין מח, (זיין נפש) דארף ער אזוי טון. ווען מ'זאגט אבער אז א מענטש איז א Si. דאס איז די וועג וויאזוי זיין מח ארבעט, דאן איז עס א אנגענומענע פאקט. און ס'האט גארנישט צו טון מיט "ער איז א זעקסער".

ס'דא מענטשן וואס מיינען אז א ENFP דארף מען אריינלייגן אין א באקס. ס'איז נישט אמת. יעדער האט זיך זיין טבע. איינער לערנט אויפן דף. און איינער האט דוקא ליב צו צאמנעמען פון דא און פון דארט. אויב מ'זאגט פאר א Ne לערן אויף דף. טוט מען מיט אים א גוטע זאך? וואס ווילסטו פון אים? ער איז א Ne. אזוי רעדט ער! ער איז נישט אזוי מסודר. ער לויפט נישט אין א גראדע ליניע. ער פירט א שמועס אהין און צוריק. לאז אים.

שטעל דיך פאר דו זאגסט פאר א מענטש וואס האט נישט ליב צו דאווענען אין א ביהמ"ד ווי ער איז נישט צוגעוואוינט. ווייל ער איז די ערשטע א Si. זאגסטו אים, "ס'איז אומגעזונט". פארוואס? דער מענטש איז א Si.

יעצט, איך זאג נישט אז די אניאגראם איז מצדו שטותים. איך זאג אז דער מענטש איז פאר ער איז א זעקסער אויך א מענטש. און אפילו דו ווייסט עס, אבער וויבאלד מ'גייט צו צו א מענטש מיט די לעבל 'זעקסער', טוט מען א אומרעכט פאר די גאנצע בריאה. ס'איז א אומרעכט. נישט ווייל מ'זאגט יענער איז א זעקסער, נאר ווייל מ'שנייד ארויס אז יענער האט א טבע אויך, און נישט נאר א איגו.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום פרייטאג אוגוסט 10, 2018 2:25 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 2:22 pm

איך זעה נישט פארוואס דו מיזט זאגן אז די פונקציעס איז דאס וואס דער אויבערשטער האט באשאפן 'עז איט איז' און די פונקציעס איז דאס וואס בויעט זיין איגאו, אפשר איז 'איפכא מסתברא'? אז די איגאו איז דאס וואס דער אויבערשטער האט באשאפן 'עז איט איז' און כדי דאס צו קענען דערגרייכן פארמירט זיך זיינע פונקציעס צו קענען דערגרייכן זיין איגאו? האסט א וועג אויפצווייזן וועלכע וועג עס גייט?
נישט אייביג ווען מען האט א פראבלעם מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 2:33 pm

מח בקדקדו האט געשריבן:איך זעה נישט פארוואס דו מוזט זאגן אז די פונקציעס איז דאס וואס דער אויבערשטער האט באשאפן 'עז איט איז' און די פונקציעס איז דאס וואס בויעט זיין איגאו, אפשר איז 'איפכא מסתברא'? אז די איגאו איז דאס וואס דער אויבערשטער האט באשאפן 'עז איט איז' און כדי דאס צו קענען דערגרייכן פארמירט זיך זיינע פונקציעס צו קענען דערגרייכן זיין איגאו? האסט א וועג אויפצווייזן וועלכע וועג עס גייט?

יא, איך האב א וועג. זיי זאגן אויך אז א מענטש איז נישט קיין טייפ ביז ער הייבט אן צובאקומען א שפיר פון זיך אליין. א ניי געבוירן בעבי שפירט זיך אליין פארשטייט זיך, אבער ווייסט נישט אז חלקים וואס זי שפירט קומט פון "מיך". זי ווייסט עס נישט. נישט אז ס'עקזיסטירט נישט. נאר פשוט זי ווייסט עס נישט. נאר ביי די פינף זעקס יאר הייבט אן א מענטש צו באקומען א "איך בין". און דאן הייבט זיך אן די איגו צו פארמירן. דאן הייבט זיך אן די איינזער, אדער צווייער, אדער דרייער, וכו'. א קינד פון דריי יאר איז נאכנישט קיין אכטער. ער קען אפשר זיין לאגיש. און ווייניג געפיליש. אבער ער האט נישט קיין איגו.

יעדער איינער איז מודה אז קודם קומט די פונקציעס און פון דעם ווערט אן איגו. די איגו איז נישט די נפש פון א מענטש. די איגו איז "איך בין דאס און דאס, און איך וויל זיין ווייטער דאס און דאס". אויב וואלט די איגו געמאכט די פונקציעס וואלט יעדע פירער געדארפט זיין א למשל INFP. אבער מ'זעהט פארקערט, מ'זעהט אז ס'דא א ENFP פירער, און א ENFP צווייער. און ENFP זיבענער. זעהט מען אז די פונקציעס זענען פאר די איגו. אבער יעדער האלט אזוי. קודם די פונקציעס און נאכדעם קומט די איגו.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 3:57 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן: לעבן אינעם הווה קען אסאך פארבעסערן די מצב.

קענסט מער מאריך זיין? פראקטיש גערעדט, ווי אזוי קען דער ENFP לעבן אין דער הווה?

ביטער שווער. ביטער שווער. איך האב אסאך געטראכט דערין. די רפואה פאר א ENFP איז ער זאל לעבן אינעם הווה, דאס איז זיכער. אבער ס'איז אזוי שווער אז נאר. און בעיקר ווייל א ENFP אונטערדרוקט די פונקציע וואס וואלט געמאכט גרינגער צו לעבן אינעם הווה.

דער מענטש דארף ווערן אנדערש באוואוסטזיניג. דאס הייסט אז ווען א ENFP וויל לעבן אינעם הווה, פילט ער כאילו ער דארף אפהאקן מיט זיך, און ווערן א אנדערע מענטש. א ENFP לעבט מיט אנדערע מענטשן אין זיין קאפ. ער איז נישט ממש מיט זיך אליין א שטייגער ווי א INTP. ווייל די Ne איז וואס איז פארנומען מיט יעדעם. און ווען ער וויל מנוחה, דארף ער טרעפן זיך אליין. און דאס איז ביטער שווער. מ'דארף כאילו יעדן ארויסשיקן, און טרעפן א אינערליכער שטילקייט. די NE מאכט א רעש אינעם קאפ. פון אלע מאשינערי וואס זוכן.

איך זאג דיר, דו האסט נישט קיין אהנונג ווי איך שוין א ENFP. די זאך איז אזוי. די ערשטע זאך דארף זיין חיזוק. דו ווייסט זייער גוט אז די רגע א ENFP וויל פאוקעסן אויפן יעצט, שפירט ער אזא: "יעצט איז זייער גוט, אבער דארט אהינציער איז נאך בעסער". דאס פייניגט. יעצט לאמיר זיך פארטיפן צוזאמען וואס איז די סיבה פארוואס א ENFP לעבט נישט אינעם יעצט? אז מ'טראכט גוט אריין זעהט מען אז דאס איז נאר א תוצאה פון Ne, און נישט ממש די NE פונקציע. ס'איז נאר ווייל מ'איז צוגעוואוינט צו נוצן די NE. און מ'האט הנאה פון סתם ארומזוכן.

וואס Ne טוט איז: ער זוכט אויף אין די סביבה א זאך וואס קען צובויען צו וואס ער ווייסט שוין. NE איז: ווען דו זעהסט א קינד, און דו טראכסט "ווער איז זיין טאטע? און פארוואס האט ער שווארצע פיאות? און פארוואס איז ער א הויעכער?" דו זעהסט א גרובעלע און דו זוכסט די זאמד אנצופילן דעם גרוב. נאר א משל. מ'מוז נישט זאגן אז א NE טוט אויף מיטן לעבן נישט אינעם יעצט. ער פילט זיך גוט אז ער לאזט זיין מח וואנדערן און ס'דאכט זיך אים אז ער גייט דאס מאל יא ארויסהאבן די סיבה, אבער מען מוז נישט זאגן אז ער טוט אויף דערמיט.

ווען א NE קומט אריין אין ביהמ"ד, וועט עס גראד אנהייבן צו לויפן אהער און אהין, אהער און אהין, אהער און אהין, אהער און אהין. סתם צו טרעפן די גרובעלע מיט די זאמד. א NE איז אזוי ווי איך געב דיר א צעווארפענע פאזל, א פאזל ארויסגעגאסן פון די באקס. וואס איז נישט צאמגעשטעלט און מ'דארף עס צאמשטעלן. ווען דו זעהסט די צעווארפענע שטיקלעך אויפן פלאר, זעהסטו "אה, דעס איז די רויטע פון די הויז, און דעס קען פיטן מיט דעם". און "אה, דעס איז די חלק פון די רויזן, און דעס פיט מיט דעם". אזוי האלסטו אין איין צאמשטעלן אין דיין קאפ זאכן וואס דו זעהסט, ווייל דו ווילסט ס'זאל דיר ארויסקומען א ערגענצטער בילד.

ווען דו קומסט צווישן מענטשן, אדער סיי וואו, דו ווילסט כאילו צאמשטעלן די שטיקלעך פאזל. איך זעה דא א שטיקל, דארט א שטיקל, און איך זוך עס צאמצושטעלן. ס'הייבט זיך אן "פארוואס איז יענער טרויעריג, און דו זוכסט דעם הסבר, און דו קוקסט מיט דיין עיני השכל אויפן מעגליכן הסבר". דו הייבסט אים אן נאכצוקוקן. דאס איז סתם NE. אדער "וואס מיינט דעס אז יענער איז אזוי ווי ער איז, וואס גייט ער אדורך, און בכלל וואס מאכט אז א מענטש זאל זיין אזוי ווי ער איז". און דו הייבסט אים אן נאכצוקוקן ווייל דו דארפסט דעם תירוץ. און דו לייגסט עס אוועק פאר שפעטערדיגע פארשונגען.

NE וויל אלעמאל פארשטיין וואס ברענגט וואס. "פארוואס איז ער יעצט ערנסט? און מ'קוקט מיט די עיני השכל אויף די מעגליכער הונטערליגנדער סיבה?" נישט ווייל דו ביסט דורך אין דיין לעבן א געוויסע שוועריגקייט דערפאר ווילסטו עס וויסן. נאר סתם, דאס איז NE. דו ווילסט וויסן, און ס'זוכט זיך דיר צו וויסן "וואס איז די הונטערליגנדער סיבה אונטער דעם ערשיינונג" און דאס איז וואס דו נעמסט אריין אין דיר אלץ די אינפארמאציע פון די וועלט ארום. דו פרובירסט צו קוקן אויף די סיבה פארוואס ער איז ארויסגעלאפן פון זיין שטוב מיט אן ערנסטקייט?". "וואס איז די סיבה פארוואס ער איז ער א שטילער?" און דו זוכסט תירוצים. פארוואס מאכט ער די פיאות מיט זיין הענט אנשטאט מיט א קעמל. דאס איז אלעס מחשבות וואס לויפן דורך. NE וויל ביי אלעם פארשטיין די סיבה דערונטער. (נישט דוקא פארשטיין, נאר פשוט עס זעהן) נישט נאר קלוגע זאכן. און דאס איז איינע פון די יסודות וואס קען העלפן לעבן אין די מאמענט, אז נישט אלעס וואס NE וויל איז וויכטיג צו וויסן.

"פארוואס שטייט יענער בחור'ל אזוי איינזאם אליין. וואס דרוקט אים?" יעדער האט זיך זיינע פאקטן וואס ער זוכט די "אונטערלאגע". (אונטערלאגע: ק' מח בקדקדו) "וואס איז די סיבה פארוואס ער רעדט ער צו זיין קינד אזוי שארף?" און די מח נעמט זיך זוכן תירוצים. NE האט ליב צו טון NE. ס'ווערט א געוואוינהייט. ווען דו קומסט אריין אין ביהמ"ד הייבן אן דיינע אויגן צו וועלן צאמשטעלן די הונטערליגנדער בילד וואס עס שטעלט פאר וואס עס קומט דא פאר. אזוי ווי ווען איך קויף דיר א פאזל און דו ווילסט צאמשטעלן די שטיקלעך כדי צו האבן אין דיר דאס גאנצע טיפערער בילד. אזוי אויך טוסטו ווען דו קומסט אריין אין ביהמ"ד. ס'איז נישט אזוי ווי א פאזל, ס'איז מער א צאמשטעל וואס עס ברענגט וואס. וויאזוי ס'ארבעט. וויאזוי ס'לויפט.

יענער דארט, טוט אזוי און אזוי. "פארוואס"? און צומאל הייבט מען אן צו זוכן נאך און נאך זאכן, פשוט צו האבן וואס צאמצושטעלן. מ'קוקט ארום אין ביהמ"ד און מ'זוכט אויף עפעס א גוט שטיקל וואס פאדערט א פיין שטיקל הסבר. (נישט דוקא הסבר, בעיקר וואס ליגט דערונטער) וואס איז די סיבה וואס דערפאר איז יענער יונגערמאן א שטילער? (הלוואי איך וואלט געקענט רעדן צו אים און געוואויר ווערן דעם תירוץ...) און ווייל מ'זוכט דעם תירוץ, הייבט מען אן צו טראכטן אלעס וואס מ'קען זיך פארשטעלן אז ס'מאכט סענס פארוואס יענער טוט אזוי.

פארוואס איז יענער יוד אזא איינזער, צו א זעקסער, וואס טוט ער פאר פרנסה? און מ'הייבט זיך אן פארצושטעלן אלע זאכן וואס יענער קען ווען טון פאר פרנסה. נישט אז יענער טוט עס. נאר סתם דמיון. אבער אין פאקט נעמט מען אריין דעם דמיון אלץ אינפארמאציע פון די וועלט. מ'מאכט החלטות אויף מענטשן וואס איז געבויט אויף סתם אולי'ס. דו זעהסט איינעם טראגן ביי זיך מעסערס, און דו באשלוסט יענער איז א שוחט! גייט דורך א שטיק צייט, און דו זאגסט פאר יענעם "ביסט א שוחט, ניין?" און יענער ענטפערט צוריק פארוואונדערט "איך בין א שוחט?"... אזוי בויט מען און מ'בויט און מ'בויט. די זאך איז אז די אלע זאכן איז נישט ריכטיג. ס'איז נישט די מציאות.

וואס מ'דארף וויסן איז: די מח וויל סתם טראכטן און צאמשטעלן. "אה... וועגן דעם..." אזוי ווי למשל דו זעהסט א געוויסע זאך וואס מ'קען צאמשטעלן. און דו הייבסט עס אן צאמצושטעלן, ווייל דו ווילסט זעהן וויאזוי ס'ארבעט. איז דיר אזוי וויכטיג דאס צאמצושטעלן? ס'קען אפילו זיין סתם א טוי. אבער די NE זוכט צו טון וואס זי וויל. און ס'מיינט נאכנישט אז ס'גייט פון דעם ארויסקומען עפעס זאכליך. קוק גוט אויף דיר אליין, וועסטו זעהן וויפיל בנינים מגדלים הפורחים באוויר מ'האט שוין צאמגעשטעלט פון זאכן וואס ס'האט נישט קיין שום מציאות. אגאנצן דאווענען טראכט מען פון עפעס א יוד וואס שטייט אין די זייט, פארוואס ער טוט אזוי און אזוי. סתם הבל. זאכן וואס האבן נישט אויסגעפעלט צו טראכטן. און ס'וואלט שוין געווען בעסער צו לעבן אינעם יעצט

די מח פון א NE איז אזוי צוגעוואוינט צו צאמשטעלן, אז ער הייבט אן סתם צו לויפן. אזוי ווי א שפילער וואס שפילט, און ווען ער שפילט נישט, לויפן זיינע פינגערס אזוי, אויפן טיש. כאילו ס'וואלט געווען א שפילער. די NE פראסעס האט צוויי חלקים. איין חלק איז זוכן, און איין חלק איז וואס ער וויל דערגרייכן מיטן זוכן. די מח איז שוין אזוי צוגעוואוינט צו זיין אין די זוכונג מאוד. ער זוכט נישט עפעס וואס פעלט וויכטיג אויס. נאר סתם, ער איז צוגעוואוינט צו זוכן. און ער מיינט אז ס'פעלט אויס. נישט ווייל ער וויל עפעס טרעפן ספעציעל.

די אמת'ע ריכטיגע אויפגאבע פון NE איז: איך וויל וויסן די סיבה, און מיט מיין עיני השכל קוק איך אויף די סיבה וואס ליגט אונטער אן ערשיינונג. (אזוי ווי א מענטש וויל זעהן די וועלט, א NE וויל זעהן די טיפע הונטערליגנדער וועלט) אבער ווייל מ'איז צוגעוואוינט דערצו, לויפט עס שוין סתם אזוי אין די לופט. די פעולה פון NE איז 1) זוכן און 2) טרעפן. צוויי זאכן: זוכן און טרעפן. צומאל איז שוין די מח צוגעוואוינט צו זוכן. אז מ'חזר'ט דעס איין גוט. און מ'ווייסט אז מ'טוט גארנישט אויף עפעס ספעציעל. הייבט מען אן וועלן לעבן אינעם יעצט. איז עס דען אזא געוואלדיגע בענעפיט פון זוכן און טרעפן פארוואס זאכן זענען אזוי, און פארוואס אזוי? ס'איז סתם א געוואוינהייט. און אפילו אויב ס'דאכט זיך אז ס'האט יא בענעפיטן, און מ'האט שאדן ווען מ'האט עס נישט דורכגעטראכט. איז יצא הפסדו בשכרו אויב מ'לעבט יא אינעם הווה.

צומאל איז עס ממש אזוי ווי א מענטש זאל אריינגיין אין וואלמארט, און קויפן הונדערט פאזלעך, כדי צו האבן וואס צאמצושטעלן. נישט אלעמאל איז עס אזוי. אסאך מאל וויל מען פארשטיין זאכן וואס ס'דאכט זיך אז ס'איז וויכטיג. קען מען דען זאגן אז ס'איז שטותים? א NE וועט אלעמאל טענה'ן אז דאס מאל איז זייער וויכטיג אוועקצולויפן פונעם יעצט. יא, אבער דאס מאל איז זייער וויכטיג.

ס'איז זייער שווער פאר א ENFP צו לעבן אינעם הווה. ווייל NE איז דוקא נישט הווה. ער זוכט זאכן וואס איז שוין געווען צו געבן הסבר דערויף, ער וויל האבן א גאנצע בילד פון די טיפע וועלט. און ער זעצט פאר צו שפינען זאכן וואס איז שוין געווען לאנג צוריק. אין ישיבה. לדוגמא: א ENFP וואס פארט מיט זיין קאר א פינף מינוט וועג, וועט עס אויסנוצן צו "דורכטראכטן" פארשידענע נושאים העומדים על הפרק. און לעבן אינעם הווה מיינט, נישט דורכטראכטן. נאר זיין מיט וואס מ'טוט יעצט. מ'מוז צוקומען אז אמת אז ס'איז זייער וויכטיג צו לעבן נישט אינעם יעצט, אבער ס'איז יצא שכרו בהפסדו.

און לעבן אינעם יעצט איז יצא הפסדו בשכרו. די שאדן וואס מ'מיינט אז מ'גייט האבן פון נישט וויסן תירוצים אויף געוויסע זאכן, גייט זיך אויסצאלן פילפאכיג ווען מ'גייט שניידן די פרוכט פון לעבן אינעם יעצט. און איך קען דיר זאגן איין זאך: מ'שנייד שיינע הערליכע פרוכט. געלט, לערנען, קשר צו די קינדער, קשר צו די ווייב, קשר צו די ארומיגע, סדר היום, ס'צאלט זיך אויס. און פלאס אז מ'ווייסט סך מער און סך טיפער פון סך מער ערשיינונגען. אזוי געשעהט.

ס'איז דא נאך א וועג וויאזוי א מענטש קען נוצן זיין NE און דאס איז, וואס ס'קומט מיר יעצט אונטער וויל איך זעהן די טיפסטע. איך האב שוין געשריבן גאנצעטע תגובות, די וויכטיגקייט אז א ENFP זאל ארבעטן אויף א פלאץ וואו ער קען נוצן NE. אבער מ'דארף זיך צוגעוואוינען צו לעבן אינעם הווה. און נוצן די NE אויף די אביעקט וואס קומט יעצט דא. און דער אמת איז אז רוב זאכן וואס א NE מענטש פארשטייט איז סתם אדער יא, אדער נישט. ס'איז בנינים וואס בלייבן נישט שטיין. ס'איז נישט גענוצט קאנסטראקטיוו. אבער אים אפצוענטפערן דארף מען מיטן יצא שכרו בהפסדו. יא, טאקע, ביסט גערעכט, ס'יאז לעבנס וויכטיג, אבער...

די וועג צו לעבן אינעם הווה איז, צו לעבן אינעם הווה. אבער צו נוצן די NE אינעם הווה. און זיך שטארק מחבר זיין מיטן הווה. די שאדן וואס קומט ארויס פון נישט לעבן אינעם הווה איז אין לשער ואין לתאר. אבער ווען מ'לעבט אינעם הווה, קען מען עס אזוי גוט נוצן.

די Urge נישט צו לעבן אינעם הווה איז געוואלדיג ביי א ENFP. ממש כאילו "דו מוזט יעצט טראכטן יענע און יענע זאך, אויב נישט, איך פארטראג עס נישט, און דו מוזט". ווי מער מ'וויל לעבן אינעם הווה. און מ'ברענגט צוריק די קאפ צו לעבן אינעם הווה. אלץ מער זעהט מען איין די בענעפיטן דערפון. "אבער דו מוזט". איז צומאל געט מען זיך אונטער. אבער ווייל מ'ארבעט צו לעבן אינעם הווה, במשך אסאך אסאך צייט, הייבט אן דער מענטש צו ווערן רואיגער. און איינזעהן אז לעבן אינעם הווה איז א גוטע זאך.

לעבן אינעם הווה מיינט זיך מחבר זיין מיטן הווה די מערסטע שייך. מיט אלע כוחות. און האבן דערפון תענוג. יעדע מאל מ'איז זיך מחבר מיטן הווה האט מען תענוג. אזוי האט השי"ת געמאכט. השי"ת האט באשאפן אז ווען מ'איז זיך מחבר האט מען תענוג. תענוג קומט פון התחברות. אבער דאס איז אן השתלשלות פון די נשמה תחת כסא הכבוד. דער עיקר איז ווען מ'איז זיך מחבר צום אייבערשטן שבהווה. נישט מ'צווינגט זיך צו לעבן אינעם הווה. נאר מ'האט תענוג פונעם הווה. פון באשעפער שבהווה. מיט די צייט קען געשעהן א שינוי אינעם מענטש. אפילו מ'האט דורכפעלער איינס נאכן צווייטן. פארוואס? לכאורה וואלט דאך געדארפט זיין אז אויב מ'פאלט אדורך קומט מען צו גארנישט אן?

די תירוץ איז, יעדע מאל וואס מ'לעבט אינעם הווה, בויט מען אויף א געוויסע אינזל אין א ים וואס וועט ענווענטועל זיין די וועג וויאזוי מ'לעבט. יעדע מאל, מ'דערמאנט זיך "איך דארף לעבן אינעם הווה", און מ'טוט עס, מ'איז זיך מחבר מיטן הווה. טוט מען א געוואלדיגע זאך. אפילו ווען דאס וואס מ'טוט איז נאריש. פארוואס? ווייל די סיבה פון אלע פראבלעמען וואס NE טוט איז, ווייל מ'איז נישט מחובר מיטן יעצט. ס'שלעפט אוועק. איינמאל מ'מאכט אפ ביי זיך "איך לעב מיטן יעצט" גייען זיך זאכן טוישן ב"ה.

למשל. לאמיר זאגן א מענטש האט אפגעקלאצט חלילה אגאנץ שבת נאכמיטאג, און יעצט קומט צו מנחה, און אנשטאט טראכטן "אוי, איך האב אזוי חרטה", און דורכטראכטן וואס עס איז געווען, וועט דער מענטש באלד דערויף אנהייבן לעבן אינעם הווה. וועלן זיך זאכן טוישן. ווייל ער געוואוינט זיך צו צו לעבן אינעם הווה. און זיך מחבר זיין מיט עס, און נאר מיטן יעצט. ס'נעמט ארויס פון דמיון. נישט צוריקטראכטן אפילו א רגע. ווייל דאס מיינט ווייטער נישט לעבן אינעם הוווה. ווייטער דמיון.

יעצט, די יצר נישט צו לעבן אינעם הווה, איז דא צוויי. איינס איז ווען א מענטש פארגעסט זיך. און ער הייבט אן לעבן אינעם עבר אדער אינעם עתיד. און די צווייטע איז, דער מענטש ווערט געצויגן מיט א אויסטערלישער קראפט צו לעבן נישט אינעם הווה. פאר די ערשטע איז א דערמאנונג גענוג גוט. אבער די צווייטע איז מיט וואס מ'דילט. יעצט, אויב איך וואלט געמעסטערט דאס לעבן אינעם הווה, וואלט איך געקענט מער שרייבן. אבער איך האב דאס נאך נישט דערגרייכט. איך קען דיר נאר שרייבן וואס איך ווייס. איך בין מיך אליין מחזק.

והשם הטוב יעזור.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום זונטאג אוגוסט 12, 2018 12:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1895
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג אוגוסט 12, 2018 12:08 am

דער איד די וואך -פרויען אפטיילונג- האט א קורצע שמועס איבער עענעגראם, זייער קורץ אבער א גוטע הקדמה'לע
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1895
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג אוגוסט 12, 2018 12:19 am

יישר כח פאר דיין ענטפער רב נשמה. וועל מיר אי''ה ליינען דיין געדאנקען ווען מיין קעפל וועט זיין גרייט עס צי פארנעמען.
זאג מיר נאר. א זייטיגע שאלה לעצטענס זע איך ביי דיר אזא נייע אויסדריק, "אז נאר."

וואס מיינט דאס נאר?
נשמה האט געשריבן:ביטער שווער. ביטער שווער. איך האב אסאך געטראכט דערין. די רפואה פאר א ENFP איז ער זאל לעבן אינעם הווה, דאס איז זיכער. אבער ס'איז אזוי שווער אז נאר. און בעיקר ווייל א ENFP אונטערדרוקט די פונקציע וואס וואלט געמאכט גרינגער צו לעבן אינעם הווה.

דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג אוגוסט 12, 2018 12:54 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:יישר כח פאר דיין ענטפער רב נשמה. וועל מיר אי''ה ליינען דיין געדאנקען ווען מיין קעפל וועט זיין גרייט עס צי פארנעמען.
זאג מיר נאר. א זייטיגע שאלה לעצטענס זע איך ביי דיר אזא נייע אויסדריק, "אז נאר."

וואס מיינט דאס נאר?
נשמה האט געשריבן:ביטער שווער. ביטער שווער. איך האב אסאך געטראכט דערין. די רפואה פאר א ENFP איז ער זאל לעבן אינעם הווה, דאס איז זיכער. אבער ס'איז אזוי שווער אז נאר. און בעיקר ווייל א ENFP אונטערדרוקט די פונקציע וואס וואלט געמאכט גרינגער צו לעבן אינעם הווה.


וואס מיינט עס טאקע? אפשר אז אולי האי וכולי האי. אפשר איז "אז נאר" אמאל געווען די אנהייב פון א זאץ וואס ווערט נישט אויסגעפירט. ס'איז אזוי שווער צו פארשטיין, אז נאר אויב מ'וועט זיך זייער מייגע זיין וועט מען עס פארשטיין. ס'איז אזוי שווער צו ווערן ערוועלט אלץ דער פרעזידענט פון די יונייטעד סטעטס אז נאר אויב מ'... ס'איז אזוי שווער צו לעבן אינעם הווה אז נאר אויב מ'וועט זיך זייער איבערגעבן דערויף וועט מען עס דערגרייכן מיט סיעתא דשמיא. די קלייד איז אזוי צעריסן אז נאר אויב מ'וועט זיך אראפזעצן מיט געדולד פאר די קומענדיגע פאר טאג קען מען עס פאררעכטן.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1066
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג אוגוסט 12, 2018 1:09 pm

"נאר"! עס עקזיסטירט "נאר" וואס איך האב געזאגט! קיין שום אנדערע צד קומט נישט אריין. "נאר" אזוי! פארשטאנען? פלוני איז צודרייט אז "נאר".
הוי מחשב...

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » זונטאג אוגוסט 12, 2018 2:23 pm

כ'האב געליינט אפאר תגובות פון הרב נשמה, און כ'האב מיר אידענטעפעצירט אלס א INTJ, קענסטו מיר ביטע זאגן מיינע נאטורן?

יישר כח

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » זונטאג אוגוסט 12, 2018 2:46 pm

זייער אינטרעסאנט.
פון א אניאגראם אשכול, איז געווארן א מייערסי בריגסט אשכול. אינטרעסאנט. עס דארף צו זיין ערגעץ וואו א מייערס בריגס אשכול אויפן וועלטל.
וועלעכע טייפ פארדרייט אשכולות?
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

מחשב
שר האלף
תגובות: 1066
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג אוגוסט 12, 2018 2:52 pm

לכאורה דער ENFP לויט ווי איך האב דא פארשטאנען.
הוי מחשב...

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1895
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג אוגוסט 12, 2018 2:58 pm

מתבונן האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט.
פון א אניאגראם אשכול, איז געווארן א מייערסי בריגסט אשכול. אינטרעסאנט. עס דארף צו זיין ערגעץ וואו א מייערס בריגס אשכול אויפן וועלטל.
וועלעכע טייפ פארדרייט אשכולות?

הו הא... אהעעעם... איך קען זיך קוים כאפן דאס אטעם...

מתבונן איז דא? איך וויל זיך נישט ציפן צי טעסטן אויב עס איז בלויז א חלום ווייל עס קען מיר וויי טון... אהעעעםםם.

אלענפאלס, דער שמועס איז פארברייטערט געווארן דורך לב אחד וואס באטראכט זיך אלץ א פירער מיט א זעקסער און א זיבענער
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1895
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג אוגוסט 12, 2018 3:13 pm

איך פארשטיי נאך נישט פונקטליך דער E VS. I

צי דען איז דא א טייפ וואס זייער מח טראכט נישט א גאנצער צייט? דער Ti טראכט דאך אוודאי א גאנצע צייט, נו וואסזשע טראכט ער דעמאלטס? ער טראכט נאר פון זיך? ער באטראכט זיין נעגעל נאכאמאל און נאכאמאל?
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » זונטאג אוגוסט 12, 2018 3:15 pm

מתבונן האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט.
פון א אניאגראם אשכול, איז געווארן א מייערסי בריגסט אשכול. אינטרעסאנט. עס דארף צו זיין ערגעץ וואו א מייערס בריגס אשכול אויפן וועלטל.
וועלעכע טייפ פארדרייט אשכולות?

viewtopic.php?f=3&t=22677


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: טעם וריח און 7 געסט