וויווידיזיינער האט געשריבן:אויב דער מלמד וואלט ארויסגעהאט אז דער און דער קינד למשל קען נישט איינזיצן פאר 2.5 שעה אין איין ציה, ער קריכט ארויס פון די געהירן, לאז אים ארויסגיין אינמיטן קלאס און זיך אויסדזשוכינען פאר עטליכע מינוט, נישט יעדעס קינד איז די זעלבע...
פארוואס דארף ער דערצו וויסן אז ער איז א "זיבענער"? ווען ער האט אביסל הארץ און געפיל צו א קינד, און פארשטייט צו "חינוך", נישט צו נאמבערס, קען ער אים דאס זעלבע באהאנדלען, דיין עצה אים צו לאזן טשאכענען, קען ער אזוי אויך וויסן...
דער קינד דארף נישט ווערן א נאמבער דערצו... ביי די רשעים ימ"ש, איז א מענטש געווען א נאמבער... הש"י...
ווייז מיר ווי מ'דארף די נאמבערס? וואס אנע דעם קען מען נישט זיך און די קינדער באהאנדלען ריכטיג, תורה'דיג, אמת'דיג... וכו'...