'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 2:46 pm

תגובהדורך מקבל ומשפיע » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 12:16 pm

מח בקדקדו האט געשריבן:און איך זאג, אז דער זעקסער האט ביידע, "ער האט בכלל נישט קיין עצם" ממילא פילט ער זיך נישט "ווערד" און נישט "פארזיכערט"

זייער גוט מח! איך וויל נאר מסביר זיין וואס מיינט "ער האט נישט קיין עצם",
איך האב דא געזעהן עטליכע מאל זיך אויסדריקן, דער 3ער האט נישט סעלף עסטיעם - דער 4ער זיכט זיין זיך - דער 6ער זיכט נישט זיין זיך, אא"וו, דעס אלעס איז נישט אזוי קארעקט ווייל יעדע נומער זיכט זיין זיך, און עס איז נישטא אזא שורש ווי לאו סעלף עסטיעם, דער 4ער און דער 5ער האבן אויך לאו סעלף עסטיעם ווען זיי זענען קראנק נאר וואס דען?

יעדע נומער האט א געוויסע זאך וואס דעס איז זיין מהות און דעס איז וואס ער זיכט, למשל דער 4ער זיכט זיין געפיל אין יעדע זאך און אויב טרעפט ער עס נישט האט ער "זיך" נישט געטראפן, דער 5ער זיכט די לאגיק אין יעדע זאך און אויב ער טרעפט עס נישט פילט ער "זיך" נישט, דער 3ער זיכט הצלחה און אויב ער טרעפט עס נישט טרעפט ער "זיך" נישט,

און זיי אלע אויב טרעפן זיי זיך נישט, יעדער מיט זייער זאך, גייען זיי אלע באקומען לאו סעלף עסטיעם, אפגערעט פונעם 4ער ער וועט זיך פילן נאך ווייניגער ווערד פון גארביטש (ער וועט פילן אזוי ווי א מחנך האט געזאגט: מען דארף דיך נעמען צו די עק פון די וועלט און דיך דארט אראפ ווארפן ארויס פון די וועלט) נאר אפי' די אלע אנדערע וועלן זיך אויך פילן גארנישט ווערד יעדער וועגן זייער זאך,

נאר דער 6ער ער האט נישט א געוויסע מהות וואס מיט דעם קען ער שפירן זיין "זיך" "ער האט נישט קיין עצם" ממילא כדי ער זאל שפירן זיין "זיך" פרובירט ער כסדר צו טון\האלטן די זאך וואס ער האלט פאר די מערסטע ריכטיג און סענציבל {נישט סוקסעספול}, און ווען ער איז קראנק וועט ער טון וואס אנדערע האלטן פאר ריכטיג און סענציבל, און איר וועט זעהן אז אפי' וועט ער פרובירן מיט אלע כוחות אז עס זאל שטימען אויך.... און ממילא וועגן דעם ווען ער וועט נישט קענען נאכקומען צו טון וואס אנדערע האלטן פאר ריכטיג ווייל עס איז דאך פארהאן סתירות א יעדע מינוט ועוד אז ער וועט נאך זיין צוריסן צווישן דאס וואס ער האלט אז ער דארף טון און וואס אנדערע קוקן אן פאר ריכטיג פילט ער זיך ווי א פלאפ פון אויבן ביז אונטן, און נאכאמאל אלעס ווייל ער האט נישט קיין אייגענע מהות מיט וואס זיך אליין צו שפירן.

כעת איז דעס מיין מיין בליק אין דער זאך. ואדרבה כל הרוצה יבוא ויחלוק איך האב נישט קיין פראבלעם צוריקצוציען.
לעצט פאראכטן דורך מקבל ומשפיע אום זונטאג ינואר 07, 2018 5:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4669
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 12:32 pm

מקבל ומשפיע האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:איך האב מורא פון בלייבן אן שטיצע

מיינט דעס נישט ווייניג סעלף קאנפידענס, ער האט נישט אליינס קיין שטארקייט ער דארף יענעמס שטיצע, און "נאר" ווען ער באקומט דאס איז ער זיכער ניין?

קודם וויל איך איבערבעטן יעדעם וועם איך האב מצער געווען, און יעדעם וואס איז געווארן באליידיגט פון מיר, פון מיין געשרייבאכץ. יעדער האט רעכט צו זאגן זיין דיעה. דו זאג דיינס און איך זאג מיינס. יעדער מענטש האט מידות וואס ער דארף זיך אויסארבעטן.
דער עיקר אז מ'זאל ארויסקריכן פון די שלעכטע מידות און זיך אויסארבעטן.
געב א קוק צווישן די צוויי קומענדיגע באשרייבונגען. ערשטע באשרייבונג: זעקסער זענען די מענטשן פון ביהמ"ד וואס מ'זעהט אויף זיי קלאר אז זיי זענען בדרך כלל אחריות'דיגע פארזיכטיגע אנגעצויגענע אפהענגיג-אומאפהענגיגע אהביהו-וחשדהו מענטשן פון ביהמ"ד. צווייטע באשרייבונג: זעקסער זענען די מענטשן פון ביהמ"ד וואס זענען בדרך כלל מיט ווייניג סעלף קאנפידענס און ווייניג סעלף עסטים. וועכע פון די איז א בעסערע באשרייבונג? קענסט נאר אויסוועלן איינס פון די ביידע, און יעדעס ווארט מוז שטומען, מוז זיין אנוועזנד ביים זעלבען מענטש אויף איין מאל. וועכע וואלסטו אויסגעוועלט?
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:05 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 2:46 pm

תגובהדורך מקבל ומשפיע » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 12:55 pm

.
לעצט פאראכטן דורך מקבל ומשפיע אום זונטאג ינואר 07, 2018 5:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:09 pm

מקבל ומשפיע האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:און איך זאג, אז דער זעקסער האט ביידע, "ער האט בכלל נישט קיין עצם" ממילא פילט ער זיך נישט "ווערד" און נישט "פארזיכערט"

זייער גוט מח! איך וויל נאר מסביר זיין וואס מיינט "ער האט נישט קיין עצם",
איך האב דא געזעהן עטליכע מאל זיך אויסדריקן, דער 3ער האט נישט סעלף עסטיעם - דער 4ער זיכט זיין זיך - דער 6ער זיכט נישט זיין זיך, אא"וו, דעס אלעס איז נישט אזוי קארעקט ווייל יעדע נומער זיכט זיין זיך, און עס איז נישטא אזא שורש ווי לאו סעלף עסטיעם, דער 4ער און דער 5ער האבן אויך לאו סעלף עסטיעם ווען זיי זענען קראנק נאר וואס דען?

יעדע נומער האט א געוויסע זאך וואס דעס איז זיין מהות און דעס איז וואס ער זיכט, למשל דער 4ער זיכט זיין געפיל אין יעדע זאך און אויב טרעפט ער עס נישט האט ער "זיך" נישט געטראפן, דער 5ער זיכט די לאגיק אין יעדע זאך און אויב ער טרעפט עס נישט פילט ער "זיך" נישט, דער 3ער זיכט הצלחה און אויב ער טרעפט עס נישט טרעפט ער "זיך" נישט,

און זיי אלע אויב טרעפן זיי זיך נישט, יעדער מיט זייער זאך, גייען זיי אלע באקומען לאו סעלף עסטיעם, אפגערעט פונעם 4ער ער וועט זיך פילן נאך ווייניגער ווערד פון גארביטש (ער וועט פילן אזוי ווי א מחנך האט געזאגט: מען דארף דיך נעמען צו די עק פון די וועלט און דיך דארט אראפ ווארפן ארויס פון די וועלט) נאר אפי' די אלע אנדערע וועלן זיך אויך פילן גארנישט ווערד יעדער וועגן זייער זאך,

נאר דער 6ער ער האט נישט א געוויסע מהות וואס מיט דעם קען ער שפירן זיין "זיך" "ער האט נישט קיין עצם" ממילא כדי ער זאל שפירן זיין "זיך" פרובירט ער כסדר צו טון\האלטן די זאך וואס ער האלט פאר די מערסטע ריכטיג און סענציבל {נישט סוקסעספול}, און ווען ער איז קראנק וועט ער טון וואס אנדערע האלטן פאר ריכטיג און סענציבל, און איר וועט זעהן אז אפי' וועט ער פרובירן מיט אלע כוחות אז עס זאל שטימען אויך.... און ממילא וועגן דעם ווען ער וועט נישט קענען נאכקומען צו טון וואס אנדערע האלטן פאר ריכטיג ווייל עס איז דאך פארהאן סתירות א יעדע מינוט ועוד אז ער וועט נאך זיין צוריסן צווישן דאס וואס ער האלט אז ער דארף טון און וואס אנדערע קוקן אן פאר ריכטיג פילט ער זיך ווי א פלאפ פון אויבן ביז אונטן, און נאכאמאל אלעס ווייל ער האט נישט קיין אייגענע מהות מיט וואס זיך אליין צו שפירן.

און וויאזוי זאגט "נשמה" אייביג: כעת איז דעס מיין מיין בליק אין דער זאך. ואדרבה כל הרוצה יבוא ויחלוק איך האב נישט קיין פראבלעם צוריקצוציען.

מתוק מדבש ונופת צופים, דער זעקסער איז איין גרויסע חלל, און ער פרובירט עס אנצופילן מיט סיי וואס עס גייט אים געבן דעם געפיל אז ער האט יא א עצם און אז ער איז שטארק און זיכער, דאס איז די זאך פון וואס ער האט מורא, פון שפירן אז ער האט נישט קיין עצם.
לעצט פאראכטן דורך מח בקדקדו אום דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נישט אייביג ווען מען האט א פראבלעם מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

נשמה האט געשריבן:
מקבל ומשפיע האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:איך האב מורא פון בלייבן אן שטיצע

מיינט דעס נישט ווייניג סעלף קאנפידענס, ער האט נישט אליינס קיין שטארקייט ער דארף יענעמס שטיצע, און "נאר" ווען ער באקומט דאס איז ער זיכער ניין?

קודם וויל איך איבערבעטן יעדעם וועם איך האב מצער געווען, און יעדעם וואס איז געווארן באליידיגט פון מיר, פון מיין געשרייבאכץ. יעדער האט רעכט צו זאגן זיין דיעה. דו זאג דיינס און איך זאג מיינס. יעדער מענטש האט מידות וואס ער דארף זיך אויסארבעטן.
דער עיקר אז מ'זאל ארויסקריכן פון די שלעכטע מידות און זיך אויסארבעטן.
געב א קוק צווישן די צוויי קומענדיגע באשרייבונגען. ערשטע באשרייבונג: זעקסער זענען די מענטשן פון ביהמ"ד וואס מ'זעהט אויף זיי קלאר אז זיי זענען בדרך כלל אחריות'דיגע פארזיכטיגע אנגעצויגענע אפהענגיג-אומאפהענגיגע אהביהו-וחשדהו מענטשן פון ביהמ"ד. צווייטע באשרייבונג: זעקסער זענען די מענטשן פון ביהמ"ד וואס זענען בדרך כלל מיט ווייניג סעלף קאנפידענס און ווייניג סעלף עסטים. וועכע פון די איז א בעסערע באשרייבונג? קענסט נאר אויסוועלן איינס פון די ביידע, און יעדעס ווארט מוז שטומען, מוז זיין אנוועזנד ביים זעלבען מענטש אויף איין מאל. וועכע וואלסטו אויסגעוועלט?

אלע ביידע!, נאר די צווייטע איז עפעס וןאס מען זעט כמעט נישט, ווייל דער זעקסער באהאלט עפ"י רוב זיין אומזיכערקייט און שוואכקייט, אונטער א מאנטל פון זיכערקייט און שטארקייט,

דעם זעקסער וועג צו באקומען א געפיל פון שווית איז אז ער מאכט זיך שטארק אין זיינע אייגענע אויגן און אין אנדערע מענטשן'ס אויגן.
נישט אייביג ווען מען האט א פראבלעם מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 2:46 pm

תגובהדורך מקבל ומשפיע » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:17 pm

נשמה האט געשריבן:געב א קוק צווישן די צוויי קומענדיגע באשרייבונגען.

איך ווייס נישט פון וועלעכע באשרייבונגען דו רעדסט.
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4669
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:35 pm

מח בקדקדו האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
מקבל ומשפיע האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:איך האב מורא פון בלייבן אן שטיצע

מיינט דעס נישט ווייניג סעלף קאנפידענס, ער האט נישט אליינס קיין שטארקייט ער דארף יענעמס שטיצע, און "נאר" ווען ער באקומט דאס איז ער זיכער ניין?

קודם וויל איך איבערבעטן יעדעם וועם איך האב מצער געווען, און יעדעם וואס איז געווארן באליידיגט פון מיר, פון מיין געשרייבאכץ. יעדער האט רעכט צו זאגן זיין דיעה. דו זאג דיינס און איך זאג מיינס. יעדער מענטש האט מידות וואס ער דארף זיך אויסארבעטן.
דער עיקר אז מ'זאל ארויסקריכן פון די שלעכטע מידות און זיך אויסארבעטן.
געב א קוק צווישן די צוויי קומענדיגע באשרייבונגען. ערשטע באשרייבונג: זעקסער זענען די מענטשן פון ביהמ"ד וואס מ'זעהט אויף זיי קלאר אז זיי זענען בדרך כלל אחריות'דיגע פארזיכטיגע אנגעצויגענע אפהענגיג-אומאפהענגיגע אהביהו-וחשדהו מענטשן פון ביהמ"ד. צווייטע באשרייבונג: זעקסער זענען די מענטשן פון ביהמ"ד וואס זענען בדרך כלל מיט ווייניג סעלף קאנפידענס און ווייניג סעלף עסטים. וועכע פון די איז א בעסערע באשרייבונג? קענסט נאר אויסוועלן איינס פון די ביידע, און יעדעס ווארט מוז שטומען, מוז זיין אנוועזנד ביים זעלבען מענטש אויף איין מאל. וועכע וואלסטו אויסגעוועלט?

אלע ביידע!, נאר די צווייטע איז עפעס וןאס מען זעט כמעט נישט, ווייל דער זעקסער באהאלט עפ"י רוב זיין אומזיכערקייט און שוואכקייט, אונטער א מאנטל פון זיכערקייט און שטארקייט,

דעם זעקסער וועג צו באקומען א געפיל פון שווית איז אז ער מאכט זיך שטארק אין זיינע אייגענע אויגן און אין אנדערע מענטשן'ס אויגן.

איך וואלט אויסגעוועלט נאר די ערשטע אין א פלאץ וואו איך קען נאר אויסוועלן איינס דערפון. פארוואס? ווייל דאס איז מיר דער עיקר צו וויסן ווער ס'איז א זעקסער. ווייניג סעלף עסטים מיט ווייניג סעלף קאנפידענס איז נישט א זאך וואס מ'קען באשרייבן א טייפ. ס'איז א 'שוואכקייט'. אפשר האט ער יא סעלף עסטים, אפשר נישט, אפשר האט ער יא סעלף קאנפידענס, אפשר נישט, ס'איז נישט קיין חילוק.

להבדיל ראש השנה ווערט סימבאליזירט מיט א 'שופר', אבער מ'עסט, אבער מ'טרונקט, אבער מ'צינד ליכט, דאס איז אבער נישט די 'טייפ'. שבת קודש ווערט סימבאליזירט מיט 'ליכט', אבער מ'דאווענט, און מ'רוהט, אבער דאס איז נישט די 'טייפ'. אויב מ'וועט שרייבן אז זעקסער איז די מלך פון לאו סעלף עסטים, האט מען נישט געשריבן פון די עיקר טייפ.

שטעל דיך פאר אז מ'שרייבט אויף א פירער, נישט מער און נישט ווייניגער, אז זיין שורש איז 'דעפרעסיע'. מ'וואלט עס געקענט טון. מ'וואלט געשריבן אזוי: דער שורש פון א פירער איז אז ער האט נישט קיין שום 'חיות' אין זיין לעבן, ער איז אינעווייניג אינגאנצן טרוקן, און ער איז דעפרעסט, ער איז דער מלך פון דעפרעסיע, און ער באהאלט זיין דעפרעסיע דורכ'ן ווערן ביזי מיט זיין 'נפש' אפשר וועט עס אים אויפלעבן. זיי באהאלטן עס! זייער גאנצער 'חיות' קומט פון טרעפן 'נפש', ווייל באמת זענען זיי 'דיפרעסט'. גיי קוק אין ביהמ"ד, און אנשטאט זוכן 'פירערס', וועט ער גיין זוכן 'דעפרעסטע מענטשן', וואס דעפרעסטע מענטשן מוזן נאך נישט זיין 'פירערס'.

איי ס'דא פירער וואס זענען נישט דעפרעסט? ניין, דו מוזט פארשטיין, באמת איז ער דעפרעסט, דאס איז זיין שורש. ער באהאלט עס דורכ'ן אריינקוקן אין זיך, און זיך טרעפן. און נאר דאס געט אים חיות, ווייל זיין טאטע מאמע האבן אים נישט פארשטאנען, און ער איז געווארן דעפרעסט, און די איינציגע זאך וואס געט אים חיות איז צו טרעפן זיין 'נפש' און דערפאר ווען ער טרעפט נישט זיין נפש ווערט ער 'צוריק' דעפרעסט וכו'. די זעלבע זאך מיט א זעקסער. קענסט נישט נעמען א מענטש און מאכן זיין שורש "0 סעלף עסטים". השי"ת האט נישט באשאפן אין די בריאה פעלערהאפטיגע מענטשן. פונקט אזוי ווי דו קענסט נישט זאגן אז דעם פירערס שורש איז "דעפרעסיע".
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:52 pm

נשמה האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:געב א קוק צווישן די צוויי קומענדיגע באשרייבונגען. ערשטע באשרייבונג: זעקסער זענען די מענטשן פון ביהמ"ד וואס מ'זעהט אויף זיי קלאר אז זיי זענען בדרך כלל אחריות'דיגע פארזיכטיגע אנגעצויגענע אפהענגיג-אומאפהענגיגע אהביהו-וחשדהו מענטשן פון ביהמ"ד. צווייטע באשרייבונג: זעקסער זענען די מענטשן פון ביהמ"ד וואס זענען בדרך כלל מיט ווייניג סעלף קאנפידענס און ווייניג סעלף עסטים. וועכע פון די איז א בעסערע באשרייבונג? קענסט נאר אויסוועלן איינס פון די ביידע, און יעדעס ווארט מוז שטומען, מוז זיין אנוועזנד ביים זעלבען מענטש אויף איין מאל. וועכע וואלסטו אויסגעוועלט?

אלע ביידע!, נאר די צווייטע איז עפעס וןאס מען זעט כמעט נישט, ווייל דער זעקסער באהאלט עפ"י רוב זיין אומזיכערקייט און שוואכקייט, אונטער א מאנטל פון זיכערקייט און שטארקייט,

דעם זעקסער וועג צו באקומען א געפיל פון שווית איז אז ער מאכט זיך שטארק אין זיינע אייגענע אויגן און אין אנדערע מענטשן'ס אויגן.

איך וואלט אויסגעוועלט נאר די ערשטע אין א פלאץ וואו איך קען נאר אויסוועלן איינס דערפון. פארוואס? ווייל דאס איז מיר דער עיקר צו וויסן ווער ס'איז א זעקסער. ווייניג סעלף עסטים מיט ווייניג סעלף קאנפידענס איז נישט א זאך וואס מ'קען באשרייבן א טייפ. ס'איז א 'שוואכקייט'. אפשר האט ער יא סעלף עסטים, אפשר נישט, אפשר האט ער יא סעלף קאנפידענס, אפשר נישט, ס'איז נישט קיין חילוק.

להבדיל ראש השנה ווערט סימבאליזירט מיט א 'שופר', אבער מ'עסט, אבער מ'טרונקט, אבער מ'צינד ליכט, דאס איז אבער נישט די 'טייפ'. שבת קודש ווערט סימבאליזירט מיט 'ליכט', אבער מ'דאווענט, און מ'רוהט, אבער דאס איז נישט די 'טייפ'. אויב מ'וועט שרייבן אז זעקסער איז די מלך פון לאו סעלף עסטים, האט מען נישט געשריבן פון די עיקר טייפ.

שטעל דיך פאר אז מ'שרייבט אויף א פירער, נישט מער און נישט ווייניגער, אז זיין שורש איז 'דעפרעסיע'. מ'וואלט עס געקענט טון. מ'וואלט געשריבן אזוי: דער שורש פון א פירער איז אז ער האט נישט קיין שום 'חיות' אין זיין לעבן, ער איז אינעווייניג אינגאנצן טרוקן, און ער איז דעפרעסט, ער איז דער מלך פון דעפרעסיע, און ער באהאלט זיין דעפרעסיע דורכ'ן ווערן ביזי מיט זיין 'נפש' אפשר וועט עס אים אויפלעבן. זיי באהאלטן עס! זייער גאנצער 'חיות' קומט פון טרעפן 'נפש', ווייל באמת זענען זיי 'דיפרעסט'. גיי קוק אין ביהמ"ד, און אנשטאט זוכן 'פירערס', וועט ער גיין זוכן 'דעפרעסטע מענטשן', וואס דעפרעסטע מענטשן מוזן נאך נישט זיין 'פירערס'.

איי ס'דא פירער וואס זענען נישט דעפרעסט? ניין, דו מוזט פארשטיין, באמת איז ער דעפרעסט, דאס איז זיין שורש. ער באהאלט עס דורכ'ן אריינקוקן אין זיך, און זיך טרעפן. און נאר דאס געט אים חיות, ווייל זיין טאטע מאמע האבן אים נישט פארשטאנען, און ער איז געווארן דעפרעסט, און די איינציגע זאך וואס געט אים חיות איז צו טרעפן זיין 'נפש' און דערפאר ווען ער טרעפט נישט זיין נפש ווערט ער 'צוריק' דעפרעסט וכו'. די זעלבע זאך מיט א זעקסער. קענסט נישט נעמען א מענטש און מאכן זיין שורש "0 סעלף עסטים". השי"ת האט נישט באשאפן אין די בריאה פעלערהאפטיגע מענטשן. פונקט אזוי ווי דו קענסט נישט זאגן אז דעם פירערס שורש איז "דעפרעסיע".

אז דו רעדסט פון שורש איז קיין איינע פון די ביידע נישט די שורש, הגם די ערשטע איז נענטער צום שורש (אזוי ווי דו זאגסט), און ווען איך האב געזאגט אז דער זעקסער איז 0 סעלף עסטים האב איך מער געמיינט צו זאגן אז ער האט "0 סעלף" יא, אויב ער איז געזונט "קען ער האבן סעלף עסטים מיט דעם אז ער האט נישט קיין אייגענקייט".
נישט אייביג ווען מען האט א פראבלעם מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 2:46 pm

תגובהדורך מקבל ומשפיע » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 2:02 pm

נשמה האט געשריבן:די זעלבע זאך מיט א זעקסער. קענסט נישט נעמען א מענטש און מאכן זיין שורש "0 סעלף עסטים". השי"ת האט נישט באשאפן אין די בריאה פעלערהאפטיגע מענטשן. פונקט אזוי ווי דו קענסט נישט זאגן אז דעם פירערס שורש איז "דעפרעסיע".

קלאר אזוי! איך האב אזוי געשריבן אין מיין תגובה {12:16} זיין שורש איז ער האט נישט קיין עצם {עי' בתגובה שציינתי ליתר ביאור}
אבער רב נשמה איך ווייס נאכאלץ נישט פון וועלעכע באשרייבונגען דו רעדסט,
און האסט מיר נאך אויך נישט גענטפערט אויף דעי תגובה>
מקבל ומשפיע האט געשריבן:מיינט דעס נישט ווייניג סעלף קאנפידענס, ער האט נישט אליינס קיין שטארקייט ער דארף יענעמס שטיצע, און "נאר" ווען ער באקומט דאס איז ער זיכער ניין?
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4669
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 2:03 pm

אז דו רעדסט פון שורש איז קיין איינע פון די ביידע נישט די שורש, הגם די ערשטע איז נענטער צום שורש (אזוי ווי דו זאגסט), און ווען איך האב געזאגט אז דער זעקסער איז 0 סעלף עסטים האב איך מער געמיינט צו זאגן אז ער האט "0 סעלף" יא, אויב ער איז געזונט "קען ער האבן סעלף עסטים מיט דעם אז ער האט נישט קיין אייגענקייט".

גאנץ גוט געזאגט. איך זעה אבער אז דיין זעקסער מיט מיין זעקסער זענען צוויי באזונדערע מענטשן. ווען דו האסט געליינט וועגן דעם זעקסער האסטו געטראכט פון משה יוסף ווייס, אמת? וואס ביי דיר אין קאפ שטומט ער גאנץ גוט מיט די שילדערונג אינעם בוך, (די איבריגע וואס שטומט נישט האט מען צוגעשניטן לויטן סייז?) איך האלט גראדע אז משה יוסף איז א דרייער. און די זעקסערישע שטריכן וואס דו זעהסט אויף אים, דאס איז נישט דעס וואס דער בוך מיינט צו זאגן. אבער אזוי ביסטו גוט.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4669
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 2:04 pm

מקבל ומשפיע האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:די זעלבע זאך מיט א זעקסער. קענסט נישט נעמען א מענטש און מאכן זיין שורש "0 סעלף עסטים". השי"ת האט נישט באשאפן אין די בריאה פעלערהאפטיגע מענטשן. פונקט אזוי ווי דו קענסט נישט זאגן אז דעם פירערס שורש איז "דעפרעסיע".

קלאר אזוי! איך האב אזוי געשריבן אין מיין תגובה {12:16} זיין שורש איז ער האט נישט קיין עצם {עי' בתגובה שציינתי ליתר ביאור}
אבער רב נשמה איך ווייס נאכאלץ נישט פון וועלעכע באשרייבונגען דו רעדסט,
און האסט מיר נאך אויך נישט גענטפערט אויף דעי תגובה>
מקבל ומשפיע האט געשריבן:מיינט דעס נישט ווייניג סעלף קאנפידענס, ער האט נישט אליינס קיין שטארקייט ער דארף יענעמס שטיצע, און "נאר" ווען ער באקומט דאס איז ער זיכער ניין?

צדיק'ל איך שרייב דארט שפעטער אויך די ווארט 'באשרייבונג', ליין עס איבער.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 2:07 pm

נשמה האט געשריבן:
אז דו רעדסט פון שורש איז קיין איינע פון די ביידע נישט די שורש, הגם די ערשטע איז נענטער צום שורש (אזוי ווי דו זאגסט), און ווען איך האב געזאגט אז דער זעקסער איז 0 סעלף עסטים האב איך מער געמיינט צו זאגן אז ער האט "0 סעלף" יא, אויב ער איז געזונט "קען ער האבן סעלף עסטים מיט דעם אז ער האט נישט קיין אייגענקייט".

גאנץ גוט געזאגט. איך זעה אבער אז דיין זעקסער מיט מיין זעקסער זענען צוויי באזונדערע מענטשן. ווען דו האסט געליינט וועגן דעם זעקסער האסטו געטראכט פון משה יוסף ווייס, אמת? וואס ביי דיר אין קאפ שטומט ער גאנץ גוט מיט די שילדערונג אינעם בוך, (די איבריגע וואס שטומט נישט האט מען צוגעשניטן לויטן סייז?) איך האלט גראדע אז משה יוסף איז א דרייער. און די זעקסערישע שטריכן וואס דו זעהסט אויף אים, דאס איז נישט דעס וואס דער בוך מיינט צו זאגן. אבער אזוי ביסטו גוט.

איך האב גראדע געטראכט פון פרץ פילאפף, דו קענסט אים נישט הא?! איך זאג דיר אז דו וואלטסט אין דיין לעבן נישט געזאגט אז ער איז א דרייער, נעווער!!
נישט אייביג ווען מען האט א פראבלעם מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 2:46 pm

תגובהדורך מקבל ומשפיע » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 8:15 pm

נשמה האט געשריבן: ערשטע באשרייבונג: זעקסער זענען די מענטשן פון ביהמ"ד וואס מ'זעהט אויף זיי קלאר אז זיי זענען בדרך כלל אחריות'דיגע פארזיכטיגע אנגעצויגענע אפהענגיג-אומאפהענגיגע אהביהו-וחשדהו מענטשן פון ביהמ"ד.

יא! זיכער איז די ערשטע באשרייבונג געווענליך דער 6ער ווייל ווי איך האב שוין געשריבן פריער {תגובה 12:16} איז לאו סעלף עסטיעם נישט קיין באווייז אויף קיין שום טייפ ווייל יעדע טייפ קען דאס אנטוויקלען,
דער פראבלעם אבער מיטן ערשטן באשרייבונג איז, אז דאס איז זייער פלאך אראפגעלייגט דער מהות פונעם 6, דו וועסט נישט הערן קיין שום טערעפיסט אזוי אניליזירן א פאציענט, עס איז "נישט מעגליך" בשו"א צו העלפן דעם 6ער אויב גייט מען צו צום 6ער מיט אזא בליק, "דו ביסט אנגעצויגן" "דו האסט פחדים" אוא"וו פליז שעפעלע סאיז נישט געזונט רילעקס! גייט ער בשו"א נישט ווערן געהיילט ווילאנג ער ווייסט וואס עס ברענגט אים דעי דאגות, פחדים, חשדות. ופשוט הוא:
נאר ווען דו וועסט זעהן וואס איך האב געשריבן "אין די שוין פריער צוגעצייכענטע תגובה" וועסטו פארשטיין וואס זענען די סיבות צום 6ערס אלע פראבלעמען, און נאר ווען ער וועט ארבייטן אויף דעם וועט ער בעז"ה געהיילט ווערן, און אז נישט "איז בעל תשחית אויף זיין ענעדזשי"!!!
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1337
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 9:11 pm

יפה דיברת!

ר' שאול קליין אין איינע פון די לעצטיגע שמועסן ברענגט שטארק ארויס די נקודה, אז מיטן סתם זאגן פאר א מענטש 'זיי נישא אזוי נערוועז' 'בארואיג דיך' וכו' נישט נאר ס'העלפט נישט נאר ס'מאכט נאך קאליע.. ע''ש
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג ינואר 05, 2018 10:57 am

.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » פרייטאג ינואר 05, 2018 10:59 am

מקבל ומשפיע האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן: ערשטע באשרייבונג: זעקסער זענען די מענטשן פון ביהמ"ד וואס מ'זעהט אויף זיי קלאר אז זיי זענען בדרך כלל אחריות'דיגע פארזיכטיגע אנגעצויגענע אפהענגיג-אומאפהענגיגע אהביהו-וחשדהו מענטשן פון ביהמ"ד.

יא! זיכער איז די ערשטע באשרייבונג געווענליך דער 6ער ווייל ווי איך האב שוין געשריבן פריער {תגובה 12:16} איז לאו סעלף עסטיעם נישט קיין באווייז אויף קיין שום טייפ ווייל יעדע טייפ קען דאס אנטוויקלען,
דער פראבלעם אבער מיטן ערשטן באשרייבונג איז, אז דאס איז זייער פלאך אראפגעלייגט דער מהות פונעם 6, דו וועסט נישט הערן קיין שום טערעפיסט אזוי אניליזירן א פאציענט, עס איז "נישט מעגליך" בשו"א צו העלפן דעם 6ער אויב גייט מען צו צום 6ער מיט אזא בליק, "דו ביסט אנגעצויגן" "דו האסט פחדים" אוא"וו פליז שעפעלע סאיז נישט געזונט רילעקס! גייט ער בשו"א נישט ווערן געהיילט ווילאנג ער ווייסט וואס עס ברענגט אים דעי דאגות, פחדים, חשדות. ופשוט הוא:
נאר ווען דו וועסט זעהן וואס איך האב געשריבן "אין די שוין פריער צוגעצייכענטע תגובה" וועסטו פארשטיין וואס זענען די סיבות צום 6ערס אלע פראבלעמען, און נאר ווען ער וועט ארבייטן אויף דעם וועט ער בעז"ה געהיילט ווערן, און אז נישט "איז בעל תשחית אויף זיין ענעדזשי"!!!

ריכטיג ריכטיג ביז גאר.
נישט אייביג ווען מען האט א פראבלעם מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4669
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג ינואר 05, 2018 12:32 pm

די עצה פאר א זעקסער איז נישט צו בויען סעלף עסטים און סעלף קאנפידענס, ווי 'מח' האט שוין כמה פעמים ארויסגעברענגט. די עצה פאר א זעקסער איז "בארואיג דיך", "בארואיג דיך". מ'קען טאקע נישט זאגן פאר א זעקסער "בארואיג דיך", אבער מ'קען אים אויסלערנען, דורכן שמועסן מיט אים, און אים צופירן צו זיין אינערליכער טיפער שטילער 'גיידענס', למשל די סידי פון "חנוך ראזנבערג", קען העלפן צו 'רילעקסן' און האבן מער רואיגערע געדאנקען.

לויט ווי איך פארשטיי (יעצט) לעבן 'זעקסער' מיט זייערע שטורמישע אינערליכע ריאקשענס צו זייערע אינערליכע ענגזייעטיס, ריאקשענס צו זייערע אינערליכע פראבעס זיך צו ראטעווען פון סייוואספארא 'סכנה', און 'סכנה' מיינט נישט דוקא 'אכטונג געבן וויאזוי מ'גייט אריבער א גאס', 'סכנה' מיינט יעדע זאך וואס דער 'זעקסער' זעהט אלץ א 'סכנה' צו זיין סעקיוריטי. אויב א זעקסער זעהט אז מ'האט פארגעסן אנצושטעלן די 'שבת זייגער' קען ער אויך ווערן 'ריאקטיוו' און נערוועז. ווייל ער האט נישט ליב ווען זאכן זענען נישט 'זיכער', און וואו באקאנט איז 'ליכטיגקייט', ליכט, מסוגל צו שלום בית. אז ס'איז טונקל איז מער א בחינה פון א 'סכנה', און אומסטאביליטי. א זעקסער האט נישט ליב 'אומסטאביליטי', דאס זענען די אויסטערלישע מעלות פון א זעקסער אז זיי שטעלן אלעס זאל זיין 'סטאביל', 'סאליד', דאס איז וואס זיי ווילן.

זעקסערס זענען די ערשטע צו פאררעכטן א פראבלעם ווען ס'איז נאך קוים זעהבאר. זיי שטעלן צו 'סעקיוריטי'.

אויב א טערעפיסט קען באווייזן אויסצולערנען א זעקסער צו 'קאנטאקטן' נישט דורך 'חשבון הנפש', ווייל זעקסער קענען מאכן א גוטע 'חשבון הנפש', אבער ווען ס'קומט למעשה פארלירן זיי זייער 'חשבון הנפש', און זיי טוען לויט זייערע ריאקציעס צו זייערע אינערליכע אומזיכערקייטן צו די סכנה וואס זיי מיינען אז ס'דא יעצט. א טערעפיסט דארף אויסלערנען א 'זעקסער' צו קומען אין קאנטאקט מיט זיין טיפער אינערליכער רואיגער 'געדאנקען גאנג', 'בשעת' ער 'גייט אן' מיטן למעשה'דיגן לעבן. ווייל זעקסער 'טראכטן', זיי קענען 'טראכטן', אבער זיי טראכטן לאחר המעשה. בשעת מ'טוט איז נישטא קיין 'טראכטן', דאס איז דאך די גאנצע פראבלעם מיט א 'זעקסער', ווען מ'איז אינעם עירפורט, ווען מ'איז ריאקטיוו, ווען מ'דארף זיך 'ראטעווען', איז נישטא קיין 'טראכטן', איך מיין צו זאגן טיפע 'טראכטן', ישוב הדעת. מתינות.

ווען דו זעהסט פאר דיר א ריזיגע דארן בוים און ווען דו קוקסט אויפן שטאם זעהסטו אז ס'איז דין, דו דארפסט עס אפשניידן ביים שטאם, די זעלבע זאך דא. דאס אז זעקסער פילן זיך ווי א שמאטע, און זיי פילן זיך ווייניגער ווי יענעם, און זיי פילן ווי זיי שרייען אגאנצן טאג, און זיי פילן ווי אלעס איז רואיג-אנגעצויגן-צוריק רואיג-חרטה-נאכאמאל נערוועז-שרייען-איבערבעטן-חרטה. און דאס קען זיי אויך מאכן זיין צעקלאפט ביי זיך. די שורש פון די אלע זאכן איז אז זיי טראכטן נישט. זייער רואיגער מחשבה לויפט אוועק בשעת זיי גייען אן מיט זייער לעבן. מ'דארף זיי אויסלערנען צו אויפוועקן זייערע טיפע אינערליכע רואיגע מחשבות, בשעת זיי גייען אן מיט זייער לעבן.

אבער ס'פעלט נישט אויס צו ארבעטן אויף סעלף עסטים, אדער אויף סעלף קאנפידענס. ווייל וועלן האבן סעלף עסטים און סעלף קאנפידענס, איז נישט די שורש פון א זעקסער. די שורש פון א זעקסער איז, אז ווייל ער טראכט נישט בשעת'ן אנגיין מיט זיין טאג טעגליכן לעבן, דערפאר פילט ער 'ענגזייעטי', ווייל אז מ'טראכט נישט ווערט מען שנעלער אנגעצויגן און ריאקטיוו, און ווייל ער פילט 'ענגזייעטי', פילט ער אז דארף שטיצע, און ווייל ער פילט אז ער דארף שטיצע, פילט ער אז ער מוז זיין ווייניגער ווי יענעם, יא, ווי באקאנט, כדי צו באקומען שטיצע, מוז מען זיין ווייניגער. און ווייל ער וויל שוין נישט אזויפיל פילן ווייניגער, וויל ער פילן זעלבסטשטענדיג, און ווייל ער וויל פילן זעלבסט-שטענדיג, פילט ער ענגזייעטי, ווייל די רגע וואס ער פילט זעלבסט-שטענדיג, פילט ער אז ער פארלירט שטיצע, און אן שטיצע פילט ער ווייטער ענגזייעטי, ווייל ער לעבט נישט מיט 'מתינות', און רואיגקייט.

סאו, אויב א טערעפיסט קען באווייזן צו מאכן אז א זעקסער זאל 'טראכטן' מיט ישוב הדעת בשעת ער גייט אן מיטן טעג-טעגליכן לעבן, וועט דער זעקסער האבן ווייניגער 'ענגזייעטי', וועט ער דארפן ווייניגער 'טעסטן' צו איז יענער טאקע 'סעיף', און אז ער דארף ווייניגער 'טעסטן', איז ער רואיגער אז אלעס איז טאקע 'סעיף', און ער הייבט אן צו פילן מער און מער א 'מענטש' איז ווייניגער און ווייניגער א 'שמאטע'.

די 'עצם' נאטור פון א זעקסער איז אז זיינע טיפע אינערליכע רואיגע געדאנקען זענען נישט 'דא' בשעת'ן אנגיין מיטן לעבן. דאס איז זייער 'נאטור', זיי האבן עס נישט 'אנטוויקלט'.

והשם יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 2:46 pm

תגובהדורך מקבל ומשפיע » פרייטאג ינואר 05, 2018 12:56 pm

נשמה האט געשריבן:די עצה פאר א זעקסער איז נישט צו בויען סעלף עסטים און סעלף קאנפידענס,

ריכטיג! דאס האלט איך אין איין זאגן >>>>
מקבל ומשפיע האט געשריבן:זייער גוט מח! איך וויל נאר מסביר זיין וואס מיינט "ער האט נישט קיין עצם",
איך האב דא געזעהן עטליכע מאל זיך אויסדריקן, דער 3ער האט נישט סעלף עסטיעם - דער 4ער זיכט זיין זיך - דער 6ער זיכט נישט זיין זיך, אא"וו, דעס אלעס איז נישט אזוי קארעקט ווייל יעדע נומער זיכט זיין זיך, און עס איז נישטא אזא שורש ווי לאו סעלף עסטיעם, דער 4ער און דער 5ער האבן אויך לאו סעלף עסטיעם ווען זיי זענען קראנק נאר וואס דען?

יעדע נומער האט א געוויסע זאך וואס דעס איז זיין מהות און דעס איז וואס ער זיכט, למשל דער 4ער זיכט זיין געפיל אין יעדע זאך און אויב טרעפט ער עס נישט האט ער "זיך" נישט געטראפן, דער 5ער זיכט די לאגיק אין יעדע זאך און אויב ער טרעפט עס נישט פילט ער "זיך" נישט, דער 3ער זיכט הצלחה און אויב ער טרעפט עס נישט טרעפט ער "זיך" נישט,

און זיי אלע אויב טרעפן זיי זיך נישט, יעדער מיט זייער זאך, גייען זיי אלע באקומען לאו סעלף עסטיעם, אפגערעט פונעם 4ער ער וועט זיך פילן נאך ווייניגער ווערד פון גארביטש (ער וועט פילן אזוי ווי א מחנך האט געזאגט: מען דארף דיך נעמען צו די עק פון די וועלט און דיך דארט אראפ ווארפן ארויס פון די וועלט) נאר אפי' די אלע אנדערע וועלן זיך אויך פילן גארנישט ווערד יעדער וועגן זייער זאך,

נאר דער 6ער ער האט נישט א געוויסע מהות וואס מיט דעם קען ער שפירן זיין "זיך" "ער האט נישט קיין עצם" ממילא כדי ער זאל שפירן זיין "זיך" פרובירט ער כסדר צו טון\האלטן די זאך וואס ער האלט פאר די מערסטע ריכטיג און סענציבל {נישט סוקסעספול}, און ווען ער איז קראנק וועט ער טון וואס אנדערע האלטן פאר ריכטיג און סענציבל, און איר וועט זעהן אז אפי' וועט ער פרובירן מיט אלע כוחות אז עס זאל שטימען אויך.... און ממילא וועגן דעם ווען ער וועט נישט קענען נאכקומען צו טון וואס אנדערע האלטן פאר ריכטיג ווייל עס איז דאך פארהאן סתירות א יעדע מינוט ועוד אז ער וועט נאך זיין צוריסן צווישן דאס וואס ער האלט אז ער דארף טון און וואס אנדערע קוקן אן פאר ריכטיג פילט ער זיך ווי א פלאפ פון אויבן ביז אונטן, און נאכאמאל אלעס ווייל ער האט נישט קיין אייגענע מהות מיט וואס זיך אליין צו שפירן.

און וויאזוי זאגט "נשמה" אייביג: כעת איז דעס מיין מיין בליק אין דער זאך. ואדרבה כל הרוצה יבוא ויחלוק איך האב נישט קיין פראבלעם צוריקצוציען.

נשמה האט געשריבן:די שורש פון די אלע זאכן איז אז זיי טראכטן נישט. זייער רואיגער מחשבה לויפט אוועק בשעת זיי גייען אן מיט זייער לעבן.

פארוואס??????????????????????????????????
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4669
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג ינואר 05, 2018 1:18 pm

די עצם נאטור וויאזוי א זעקסער'ס מח ארבעט, איז, אז בשעת ער גייט אן מיט זיין טאג-טעגליכן לעבן, ווערט ער נישט באגלייט מיט די 'טיפע אינערליכער געדאנקען גאנג' וואס געט פאר א מענטש א טיפע 'קלארקייט' אויפן אמת פון א מצב. א זעקסער קען נישט זאגן, "אקעי איך גיי טראכטן". "טראכטן" מיט ארויפברענגען אין זיך דאס טיפע אינערליכער שארפער קלארער געדאנקען גאנג איז צוויי אנדערע זאכן.

ווען א זעקסער איז 'אנגעצויגן' און 'בהלה'דיג', וועט נישט העלפן אז ער געט אזא 'טראכט' מתוך אנגעצויגנקייט. דאס מיינט נישט די אמת'ע טיפע טראכט. זאל זיך א זעקסער נישט איינרעדן אז מיטן געבן א 'טראכטעלע' מיט א שטארקע קנייטש מיטן שטערן האט ער שוין געטראכט. 'טראכטן', און ארויפברענגען דאס אמת'ע, אמת'ע ישוב הדעת, איז קאמפלעט צוויי אנדערע זאכן.

התבודדות! אויסרעדן דאס הארץ צום באשעפער מיט א רואיגקייט, דאס ברענגט ישוב הדעת. דאס מאכט אז מ'זאל באקומען דאס אמת'ע טיפע ישוב הדעת
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » פרייטאג ינואר 05, 2018 2:15 pm

דער זעקסערס זענען לאקי מען הערט נישט אויף רעדן פון זיי דא... אבער זיי דעזערווען עס זיי מאכן נעבעך געניג מיט כאטש דא אויף איי וועלט פארשטייט מען זיי

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1337
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג ינואר 05, 2018 2:53 pm

נשמה האט געשריבן:די עצם נאטור וויאזוי א זעקסער'ס מח ארבעט, איז, אז בשעת ער גייט אן מיט זיין טאג-טעגליכן לעבן, ווערט ער נישט באגלייט מיט די 'טיפע אינערליכער געדאנקען גאנג' וואס געט פאר א מענטש א טיפע 'קלארקייט' אויפן אמת פון א מצב. א זעקסער קען נישט זאגן, "אקעי איך גיי טראכטן". "טראכטן" מיט ארויפברענגען אין זיך דאס טיפע אינערליכער שארפער קלארער געדאנקען גאנג איז צוויי אנדערע זאכן.

ווען א זעקסער איז 'אנגעצויגן' און 'בהלה'דיג', וועט נישט העלפן אז ער געט אזא 'טראכט' מתוך אנגעצויגנקייט. דאס מיינט נישט די אמת'ע טיפע טראכט. זאל זיך א זעקסער נישט איינרעדן אז מיטן געבן א 'טראכטעלע' מיט א שטארקע קנייטש מיטן שטערן האט ער שוין געטראכט. 'טראכטן', און ארויפברענגען דאס אמת'ע, אמת'ע ישוב הדעת, איז קאמפלעט צוויי אנדערע זאכן.

התבודדות! אויסרעדן דאס הארץ צום באשעפער מיט א רואיגקייט, דאס ברענגט ישוב הדעת. דאס מאכט אז מ'זאל באקומען דאס אמת'ע טיפע ישוב הדעת

גוט!
א זעקסער קען זיך איינרעדן בשעת מעשה אז ער טראכט, וויבאלד אין זיין מצב קען ער נאר טראכטן ביז א געוויסע שטח, משא''כ ווען ער גייט ארויס פון די בריאה פאר אביסעל און שמועסט זיך אויס ווען ער איז אינדערויסן פון די מצב זעהט ער אז זיין עכטע מחשבה און עומק קומט נאר ארויס מתוך ישוב הדעת..
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 2:46 pm

תגובהדורך מקבל ומשפיע » מוצ"ש ינואר 06, 2018 7:40 pm

י
לעצט פאראכטן דורך מקבל ומשפיע אום מאנטאג ינואר 08, 2018 11:23 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!

מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 2:46 pm

ניטל נאכט

תגובהדורך מקבל ומשפיע » מוצ"ש ינואר 06, 2018 8:06 pm

1ער: הבדלה! מלוה מלכה! און געגאנגען שלאפן, וואס איז ווייל סאיז ניטל העכסטנס אויפשטיין מארגן אביסל פריער! ווילסט זייער שטארק? עה.. יא..? אקעי ווייסטו וואס פאר 1 שעה, אבער נישט מער האסט געהערט!!!

2ער: אקעי לאמיר זעהן, ווער קען דארפן מיין הילף היינט אדער מיין קאמפעני, איך האב דאך צייט היינט.

3ער: לאמיר זעהן וואס קען איך אויפטון פאר אידישקייט (ליין. אני בכורי ישראל...)

4ער: ארויס נעמען דעם גיטאר און שפילן אביסל, סשייך צו זאגן הע.....

5ער: וואס איז ווייל סאיז ניטל? קענסט מיינען אז יעדע נאכט לערן איך דעי צייט!!

6ער: וואס טו איך היינט נאכט? לאמיר זעהן.... איך ווייס נישט, איך וועל זעהן וואס דע'רולם וועט טון וועל איך אויך טון.

7ער: האלא! יענקי שיק ארויף צו אלע "חברה" מפארט ארויס און א פאר מינוט!... וואס?... ניין! מוועט שוין זעהן קודם לאמיר פארן, יעלה!!!

8ער: אקעי חברה!! יעדער קומט דא אהער! סניטל היינט, יעדער איינער זאל זאל זיך אראפזעצן איך וועל שוין זאגן וואס צו טון....

9ער: לאטס אפ מיט דעי זאכן! זעצט ענק אראפ רילעקס!! עטץ האטץ צייט יעצט! נישט כאפ!! לויף!! ווי לויפסטו ווי...???
לעצט פאראכטן דורך מקבל ומשפיע אום זונטאג ינואר 07, 2018 6:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » מוצ"ש ינואר 06, 2018 8:10 pm

נשמה האט געשריבן:די עצם נאטור וויאזוי א זעקסער'ס מח ארבעט, איז, אז בשעת ער גייט אן מיט זיין טאג-טעגליכן לעבן, ווערט ער נישט באגלייט מיט די 'טיפע אינערליכער געדאנקען גאנג' וואס געט פאר א מענטש א טיפע 'קלארקייט' אויפן אמת פון א מצב. א זעקסער קען נישט זאגן, "אקעי איך גיי טראכטן". "טראכטן" מיט ארויפברענגען אין זיך דאס טיפע אינערליכער שארפער קלארער געדאנקען גאנג איז צוויי אנדערע זאכן.

ווען א זעקסער איז 'אנגעצויגן' און 'בהלה'דיג', וועט נישט העלפן אז ער געט אזא 'טראכט' מתוך אנגעצויגנקייט. דאס מיינט נישט די אמת'ע טיפע טראכט. זאל זיך א זעקסער נישט איינרעדן אז מיטן געבן א 'טראכטעלע' מיט א שטארקע קנייטש מיטן שטערן האט ער שוין געטראכט. 'טראכטן', און ארויפברענגען דאס אמת'ע, אמת'ע ישוב הדעת, איז קאמפלעט צוויי אנדערע זאכן.

התבודדות! אויסרעדן דאס הארץ צום באשעפער מיט א רואיגקייט, דאס ברענגט ישוב הדעת. דאס מאכט אז מ'זאל באקומען דאס אמת'ע טיפע ישוב הדעת

דו ביזט גערעכט, די תיקון פון א זעקסער איז "התבודדות" ארויס צו גיין פונעם גאנצן טומל פון די וועלט וואס מאכט אים אזוי צורידערט, און זיין מיט זיך אליינ'ס, מיטן באשעפער,
און לאו דוקא מיטן גיין און מאכן התבודדות און ארויסגיין אין וואלד, דעיס אויך, אבער דער זעקסער'ס תיקון איז צו נעמען דעם "בחינה פון התבודדות" און עס נוצן אויף זיין טאג טעגליכן לעבן, ער דארף זיך אויסלערנען צו זיין מיט זיך, נישט ווערן פארלוירן און אנהייבן טון זיך צו פראטעקטן, ווייל ווען ער איז קראנק זוכט ער אלס אוועק צו לויפן פון זיין "עכטע איך" וואס זאגט אים ביזט נישט אקעי, ביזט גארנישט, ביזט נישט זיכער, ביזט נישט אוועקגעשטעלט, ביזט אויסגעשפילט, און דאס מאכט אים אנגעצויגן און סטרעסטפול אז ער מוז זיך באשיצן, ממילא לויפט ער אוועק פון זיין עכטן קול,
און דאס מתקן צו זיין דארף ער "רילעקסן" און טראכטן, זיין מיט זיך אליין, זיך טרעפן מיט זיינע שוואכקייטן, מיט מיט זיינע וואקלענישן, און מודה זיין דערצו, נישט זיך שלאגן דערמיט,
מודה זיין אז עס איז דא נאך מענטשן, און קיינער וויל מיך נישט אויפעסן, איך דארף מיך נישט שלאגן מיט קיינעם, איך דארף מיך נישט באשיצן פון קיינעם, און דעיס דארף ער טון א גאנצן טאג,
און אז וועט ער מאכן דעם טערעפי, ווי מער געזונט ער וועט ווערן, אלס מער וועט ער עס קענען טון און יא! "אינמיטן די בהלה" וועט ער זיך געבן א שטעל אפ, איין מינוט! זעץ דיך אראפ! קענסט מיר זאגן וואס דו טוסט יעצט! האלט דיך רואיג! ווער נישט נערוועז! ווער נישט פארלוירן! דו ווילסט נאר אוועקלויפן פון עפעס וואס דו האסט מורא אז דו גייסט פילן, ווייס אז עס איז נאר א פילינג, אא"וו.

און דאס איז פשט אז דער זעקסער דארף גיין צו ניין.
נישט אייביג ווען מען האט א פראבלעם מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

דערבארומדיג'ער
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מוצ"ש ינואר 06, 2018 9:31 pm

נשמה האט געשריבן:
א זעקסער איז נישט די 'שוואכקייט' וואס מ'רופט "ווייניג זעלבסט זיכערקייט, אדער ווייניג זעלבסט ווערד". יא, זעקסער (מער אומגעזונט) קענען פילן ווי א שמאטע, קענען זיך אראפקלאפן, פילן זיך ווייניגער, פילן זיך גארנישט ווערד, אבער בעיקר 'פילן עגזייעטי'. אבער די 'יסוד' פון א זעקסער איז אז ער זוכט 'זיכערקייט' ווייל ער טראסט זיך נישט. און לפי דעתי כמו שהוא באמת רעדסטו נישט פון א זעקסער. פארטיג. נישטא וואס זיך צו טענה'ן מער.

איך האב דיך זייער ליב. אבער איך בין נישט מסכים מיט דיין נקודה בנוגע דעם זעקסער. פארטיג. והשם הטוב יעזור.

100%! אנגסט, זארג, נעמען ארום דעם זעקסערס גאנצע וועזען, זיין אימעיל סעקיוריטי מיט זיין איגו ציגלייך.

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט