בלאט 1 פון 96

'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2012 2:17 pm
דורך תרנגול
איך האב לעצטנס געליינט אביסל איבער די 'אניאגראם' מהלך וואס אסאך מומחים בתורת הנפש באנוצן זיך דערמיט כדי צו העלפן זייערע פאציענטן. איז דא דא עמיצער וואס האט שוין אמאל געטון דערין? איז דא א גוטע ביכל וואס איז מסביר וויאזוי דאס ארבעט? (איך ליין 'מודעות' פון מרים אדהאן, אבער איך פארשטיי נישט אלעס אזוי קלאר פון דארט)

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2012 2:27 pm
דורך בחורהזעצער
איך האב אמאל געטוהן אביסל דערין, די נושא איז שוין זייער אלט, נאר עס ווערט אלץ טראנספארמירט אין אנדערע נעמען, די נקודה איז - וואס אויף דעם איז כו"ע מודה - אז יעדע מענטש איז א אנדערע נאטור, זענען די פראפעסארען אויפגעקומען מיט א מהלך צו איינטיילן די ענדליכע נאטורן אין קאטאגאריעס, עס איז דא פון 9 און אויך פון 16, כ'האב אמאל געהערט פון איינעם וואס האט עס איינגעטיילט אין 42 חלקים.

הכלל די יעב"ץ אין מגדול עוז ברענגט שוין אזא זאך (כ'מיין ס'קומט פון מעשי טובי') פון ד' מזגים וכו'.

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2012 2:34 pm
דורך שטארק זיך
מודעות פון מרים אדהאן איז גאנץ פיין מסביר; די אנאגראם איז מער ווירקזאם אלס שטעך מיטל (דו ביסט א איינצער...) ווי א הייל מיטל.

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2012 2:35 pm
דורך בחורהזעצער
שטארק זיך; דו ביסט דער פינעפער?

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2012 2:42 pm
דורך שלעפשיץ
האהא - איך זיך שוין מענטשן וואס קענען דעם ביכל גאר גאר א ..... לאנגע צייט!

איך האב עס געליינט א שיינע פאר מאל, אבער נאך נישט געפונען איינער וואס קען עס גוט דורך אין דורך.

וועלעכע נומער בין איך?

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2012 2:48 pm
דורך שויתי'ניק
איינער וואס טוט אביסל טיפער אין א מענטש זעט אז מ'האט אויך נישט געקענט אינגאנצן אריינלייגן א מענטש נאר אין די ניין און געמוזט צולייגן פליגלעך...

א מענטש איז פיל פיל טיפער און מער קאמפליצירט ווי די יוונישע חכמה...

פיל מאל האט עס געניצט מענטשן צו שטעכן אנדערע, דו ביזט דאס און יענער איז יענץ. יעדער איד האט זיינע כוחות ותכונת הנפש מיט וואס דער בורא עולם האט איינגעזען פאר וויכטיג אים אראפ צו שיקן אהער צו פאררעכטן און אויפטון וואס ער דארף.

צו זאגן אז די נומער אדער יענע איז בעסער אדער ערגער איז זייער נאריש און גרעניצט מיט ...

כ'האב אויך געזען אז מאנכע וואס באניצן דערמיט זענען געווארן אזוי שמאל-קעפיג אז זיי האבן שוין נישט געזען קיין מענטשן נאר נאמבערס...

ויש להאריך בכל נקודה.

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2012 2:53 pm
דורך וויווידיזיינער
איך האב געטוהן אין דעם נושא... איך קען זאגן עס האר מיר שוין היפש געהאלפן... איך קען נישט זאגן ממש "געהאלפן", נאר אז עס האט מיר גע-עפנט די אויגן צו קוקן אויף אנדערע מענטשן און פארשטיין און ארויסהאבן פארוואס דער מענטש פירט זיך אזוי אויף (ווייב, קינדער און חברים ארום און ארום) פארוואס האט יענער געזאגט וואס ער האט געזאגט וכדו'

איין זאך זאג איך אייך צו זיין א זיבענער איז די בעסטע זאך...


...אוי איז ער א זיבענער :lol:


די גרינגסטע ביך וואס איך האב נאר געטראפן אויף דעם ענין איז דאס:
http://www.amazon.com/The-Enneagram-Mad ... 0062510266

ווי אויך איז דא פון דעם AUTHOR נאך איין בוך פאר עלטערן זיי זאלן גוט פארשטיין זייערע קינדער:
http://www.amazon.com/The-Enneagram-Par ... pd_sim_b_9

ביידע ביכער זענען זייער לייכט צו פארשטיין נישט קיין שווערע ענגליש

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2012 2:55 pm
דורך שטארק זיך
שויתי׳ניק, איך עגרי מיט דיינע באהויפטונגן, אבער עס איז מיר קלאר אז די אנאגראם ברענגט ארויס גוט די זיטן פון געוויסע נאטורן, וואס קענען העלפן פארשטיין א מענטש, טא, זאג נישט אז זי רעדט נישט צום זאך.

און נאכאמאל, איך האב נישט געזעהן נאך ווער עס היילט מיט דעם... וואס יא, עס איז א גוטער מיטל פאר אבערמענטשן אוועקצומאכן אנדערע דורכן זיי קאטאגאריזירן.

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2012 2:56 pm
דורך שלעפשיץ
שוויתי ניק
איך בין נישט דא זיך ארום צו שלאגן מיט דיר קיינער צאלט נישט.

דאס וועט מן הסתם זיין מיין לעצטע תגובה אין דעם אשכול טאקע צילוב דיר, איך בין נישט ברוגז.
אבער ווי פריער געזאגט נישט דו און נישט אנדערע האבן דורך געטון דעם בוך אז דו זאלסט קענען אזוי שרייבן [וואס דו האסט געשריבן א מינוט צוריק עכ"פ]

איך בין נישט קיין בוך פארקויפער אבער איך בין זיך נישט נאר שטארק מחלק מיט דיר - נאר איך האלט אז דו האסט סתם געשאסן = אלזא א גוטן טאג כל טוב סלה!

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2012 2:57 pm
דורך בחורהזעצער
מיר קוקט אויס אז א פינעפער (ריין אן קיין כנפים) איז די בעסטע.

---

שטארק זיך; עס קען צונוצקומען פאר סתם מענטשן צו וויסן וויאזוי צו האנדלן מיט יענעם, צו אויסרעכענען וואס יענער טראכט וכו'.

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2012 3:01 pm
דורך שטארק זיך
נו-וודאי קען עס ארויסהעלפן פארשטיין אנדערע, און איך בין זיכער אז וואוילע מענטשן ווי אייך העלפט עס.

אבער עס איז פארט א געווער אין די הענט פון מענטשן, און טאקע אסאך מענטשן... וואס זענען ווי גרויס דער טאג איז, פארנומן צו פארטיילן נומערס מכל הבא ליד, בויענדיג אויף אנדערעס שוואכקייטן.

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2012 3:02 pm
דורך שטארק זיך
א פינעווער אן קיינע כנפיים איז אן איזאלירטער ראבאטישער פארטרוקעטע לאגיסט.

עפעס גוט דערמיט?

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2012 3:04 pm
דורך בחורהזעצער
אפשר אנדערע האבן גארנישט פון אים, אבער פאר זיך איז ער צופרידן פון אלעס אויף דער וועלט, ווילאנג עס שטערט אים נישט טראכטן.

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2012 3:08 pm
דורך שטארק זיך
דער מענטש איז במהותו העצםמי א סאציאלע באשעפעניש; דער לאגישער דענקער אויך. ער פלאגט זיך נעבעך, ער האט נישט די טולס דערפאר.

אוודאי וועט ער טרעפן א טרייסט אין זיין איצעקלאפעדיא.

לויט דיר איז לכאורה אויטיזם א קנאפער פראבלעם...
א׳מערעדט שוין, זענען צווישן די בארימסטע דענקער פילע געווען על כל פנים אביסעלע אויטיסטיש.

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2012 3:10 pm
דורך שויתי'ניק
שלעפשיץ האט געשריבן:וועלעכע נומער בין איך?


אויב דו וועסט יא מגיב זיין, וועט מען באלד קענען אויסרעכענען דיין צווייטע תגובה פ"וו עס האט אויסגעפלאצט מיט אזא שארפקייט.

איך האב געקלערט נישט צו רעאגירן אויף דיין תגובה, אבער ניחמתי,
כ'האב געליינט דעם בוך! כ'האב גערעדט מיט מענטשן וואס רעדן זיך איין אז זיי העלפן מענטשן ווייל זיי קענען די נאמבערס...
איך בין שוין אויך געווען אנטציקט דערפון ביז כ'האב מיך אויסגעטשאכעט,
און בארואיגט אייך, איר ווילט גיין דערמיט, איי העוו נאו פראבלעם, כ'האב געשריבן מיין מיינונג, איינער וויל מחולק זיין, איז דאך גוט. דערפאר זעמיר דא...

אנדערע שרייבן, עס קען העלפן מענטשן פארשטיין אנדערע, כ'הער...

איך פארשטיי מענטשן פיל בעסער היינט, ווי ווען כ'האב געטון אין דעם נושא.

דאס איז זיכער אז מען דארף זייער אכט געבן נישט צו קאטאגאריזירן א מענטש אז "דאס איז ער", ניין, ער איז א אידישע נשמה, און ווען מען האנדלט מיט אידישע נשמות קען מען האבן אסאך סורפרייזעס. און לפענ"ד וועט קיינער נישט חולק זיין דערויף דא.

אגב, שלעפשיץ, דו קענסט די היסטאריע פון די פרוי?

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2012 3:13 pm
דורך שטארק זיך
איך קען די היסטאריע פון די פרוי, אבער עס איז נישט רעלעוואנט. זי האט נישט ערפונדן די אנאגראם.

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2012 3:14 pm
דורך קרעמער
וואו איז "סאכדעס"???? ער האט שוין געשריבן דערוועגן נאך אין אלט שטאט (דאכט זיך).

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2012 3:16 pm
דורך מתבונן
שלעפשיץ דו געסט נישט גענוג אינפערמאציע אויף דיר. עס קען זיין אז דו ביזט פשוט נישט זיכער מיט זיך - א זעקסער - און ממילא וולסטו איינער וואס קען עס 'גוט' כדי דו זאלסט זייך 'זיכער' אז דו פארשטייסט עס גוט. עס קען זיין אז דו זיכט פשוט צו 'פארברענגען' מיט נאך מענטשן און שמועסן פשוט פאר 'שטיפן די צייט' - א ניינער. עס קען זייך אז דו זיכט פשוט צו האבן אביסל 'פאן' מיט נאך מענטשן - א זיבענער. עס קען זיין אז דו וולסט דיך פשוט בעסער פארשטיין מער 'לענין', 'תוכן', לעבן מיט 'זיך' - א פיערער. עס קען פשוט זיין דו זוכסט צו אויסברייטערן דיינו ידיעות און נאך נושא - א פינעפער. נו וואס נאך? אפשר גאר וולסטו א 'טובה' טון פאר יענעם מיט געבן 'עצות' פאר יענעם אויב די ווייסט יענעמס טייפ - א צווייער. אפשר גאר וולסטו האבן נאך מענטשן צו פילן אז דו ביזט די בעסטע! - א דרייער. נו, אלזא וואס ביזטו?

מאד יתכן פון די וועג וויאזוי דו האסט דוך אויפגערעגט אויף שויתיניק, אז דו ביזט א זעקסער. ודי למבין. אדער גאר א ניינער, אז דו פולסדיך נישט פאראייניגט מיט יעדעמס דיעות.

איך קען ב"ה די אניאגראם דורך און דורך על כל פרטיה ודקדוקיה, נאך מער ווי סשטייט און די ביכער, ועוד חזון. אלזא קענסט שרייבן שאלות בכבוד גדול. די אלע קריטיקעירער רעדן פשוט מחוסר ידיעה, עס איז א שאד צו נעמן צו ערנסט די קריטיק, אז מוויסט נישט ווייסט מען נישט. די אניאגראם האט גארנישט קיין שייכות מיט מרים אדאהן. זיי אליינס זאגן אז דאס קומט פון די קבלה פון די יודען. די עשר ספירות גייען זייער גוט מיט מיט די שורשים פון אניאראם.

איך קען אויך איינער וואס א 'חלק' פון זיין ארבעט מיט מענטשן גייט על דרך האניאגראם.

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2012 3:20 pm
דורך מתבונן
אגב די בעסטע בוך אויף דעם נושא איז Personality Types פון Don Riso.

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2012 3:24 pm
דורך תרנגול
מתבונן, ווי ס'שיינט זענט איר טאקע גאר גוט באהאוונט אין דעם נושא, אלזא לאזט אייך מער הערן דערוועגן, מיין אינטערעסע איז אויפן העכסטן שטאפל.

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2012 3:27 pm
דורך שטארק זיך
מתבונן, גוט אראפגעלייגט!

אבער דיין זעקסער (מסופק), מיט דיין ניינער, (שופן צייט...) זענען נישט אקוראט.

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2012 3:28 pm
דורך מתבונן
מיטן גרעסטן פארגענוגן תרנגול. לייג אראפ אביסל פון דיינו כאראקטארן, און זאלן די ליינער אביסל אנאלזירן דיין נאמבער.

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2012 3:29 pm
דורך אייער_קיכל
מתבונן האט געשריבן:איך קען ב"ה די אניאגראם דורך און דורך על כל פרטיה ודקדוקיה, נאך מער ווי סשטייט און די ביכער, ועוד חזון.

3?...

עניוועי, גוט צו הערן אז דו קענסט עס גוט, נאך בעסער וואלט געווען ווען דו קענסט אביסל די ניקס דא אויך דאן וואלסטו געקענט יעדעם גרינג באנומערן...

לויט וויפיל איך קען שלעפשיץ פון דא אין קרעטשמע איז ער א היבשע 4, מעגליך מיט פליגלעך פון אנדערע

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2012 3:33 pm
דורך מתבונן
אייער_קיכל האט געשריבן:3?...


אייער_קיכל פאלש דייעגנאוזט. פריביר נאכאמאהל.

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2012 3:36 pm
דורך בחורהזעצער
א דרייער קען מען נישט אלס ארויסהאבן, זיי זענען געזונטע דיפלאמאטן און עקטערס.