'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
yield
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובהדורך yield » דאנארשטאג מאי 10, 2012 4:04 pm

צום זאך האט געשריבן:און די תירוץ איז אז נישט די שריפט טוישט זיך און נישט די נאטור. מ'קען אויסארבעטן די נאטור פון שלעכט אויף גוט.

דו ווייסט אז להלכה קען מען נוצן די כתב יד פון א מענטש אויף צו באשטעטיגן זיין שטר? ולא אמרינן אז א מענטש טוישט "כסדר" זיין שריפט...

אפילו אויף 20 יאר? נישט מסתבר
yield the right of way

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דאנארשטאג מאי 10, 2012 4:10 pm

yield האט געשריבן:איך האב צוגעשטעלט די גרפולוג צו די אניאגראם כ'זע די ביסט גוט אויסגעקאכט כ'ווארט צו הערן מער


וואס וולסטו הערן מער? איך בין בכלל נישט אויסגעקאכט, איך קוק מיך דא צו מיט א אנגעהאלטענעם שמייכל ווי מענטשן דיסקאסירן עפעס וואס זיי ווייסן נישט וואס זיי דיסקאסירן. עס איז פשוט אינטרעסאנט.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
yield
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובהדורך yield » דאנארשטאג מאי 10, 2012 4:16 pm

העי כ'האב שוין באלט א נאמבער פאר דיר.. נעם דיך נישט אזוי צום הארצן מיי פרענד
yield the right of way

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דאנארשטאג מאי 10, 2012 4:18 pm

yield האט געשריבן:העי כ'האב שוין באלט א נאמבער פאר דיר.. נעם דיך נישט אזוי צום הארצן מיי פרענד


Go ahead! Try your luck!
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג מאי 10, 2012 4:21 pm

מתבונן האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:און מתבונן וואלט איך נישט אוועקגענומען אזוי שנעל פון 1


Off track!!

אוקעי, אבער דו זאגסט דאס ווייל די מציאות איז אנדערש, אדער גאר ווייל כ'וואלט זיך אפילו נישט געקענט טועה זיין אויף דעם?

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דאנארשטאג מאי 10, 2012 4:25 pm

סאכדעס האט געשריבן:אוקעי, אבער דו זאגסט דאס ווייל די מציאות איז אנדערש, אדער גאר ווייל כ'וואלט זיך אפילו נישט געקענט טועה זיין אויף דעם?


די מציאות איז אנדערש. לייג אראפ דיינע אובזערוואציעס אויף וואס דו האסט געבויט דיין אנאליז.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דאנארשטאג מאי 10, 2012 4:27 pm

עס וואלט געווען כדאי, אז נאך דעי אלע טענה'ריי, זאל זיך איינער אראפלייגן אויפן טיש און דער עולם זאל זאגען זייערע מיינונגען. עס זעהט אויס אז היבש עולם האט שוין אמאל אנגעקוקט דעם נושא.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
yield
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובהדורך yield » דאנארשטאג מאי 10, 2012 4:28 pm

נע איך האב געליינט די בוך מסתמא 10 יאר צוריק איך גלייב נישט איך געדענק כ'וואלט געזאגט א פינעווער מיט א שטארקע 4 בעיס
yield the right of way

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6088
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: וואו דער מח איז

תגובהדורך שטארק זיך » דאנארשטאג מאי 10, 2012 4:31 pm

און איך וואלט געזאגט אז מתבונן איז א פיר מיט א זעקסער ווינג.
איך בין מעגליך א אכט, מיט א פינעווער און זעקסער ווינג
לעצט פאראכטן דורך שטארק זיך אום דאנארשטאג מאי 10, 2012 4:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זאג מיר: סי-נארמאל!? (בנעימת מונח רביע, באקצענט ירושלמי)

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג מאי 10, 2012 4:34 pm

נעמט א נומבער דא אויף די רעכטע זייט און שטעלט אייך אין די ליין

[67] Now Serving Number

איך לייג מיך איבער אויפן טיש קען מיר איינער געבן א נומבער
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

פארוואס נישט...
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 02, 2012 3:56 pm

תגובהדורך פארוואס נישט... » דאנארשטאג מאי 10, 2012 5:04 pm

yield האט געשריבן:
צום זאך האט געשריבן:און די תירוץ איז אז נישט די שריפט טוישט זיך און נישט די נאטור. מ'קען אויסארבעטן די נאטור פון שלעכט אויף גוט.

דו ווייסט אז להלכה קען מען נוצן די כתב יד פון א מענטש אויף צו באשטעטיגן זיין שטר? ולא אמרינן אז א מענטש טוישט "כסדר" זיין שריפט...

מ'דארף אויך קענען אויפווייזן אז דער כתב יד איז אויטענטיש דורך ברענגען א באשטעטיגטע און פארגלייכן...
און בכלל מיינט מען נישט אז די שריפט טוישט זיך אויף נישט צום דערקענען ממש, מ'רעדט פון געוויסע שטריכן (וואס מאכט א נפק"מ פאר די גראפאלאגן כאטש מ'קען עס נאך דערקענען און באשטעטעגן זיין שטר...), און דאס איז אגב א מערקבארער זאך.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » דאנארשטאג מאי 10, 2012 5:13 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:נעמט א נומבער דא אויף די רעכטע זייט און שטעלט אייך אין די ליין

[67] Now Serving Number

איך לייג מיך איבער אויפן טיש קען מיר איינער געבן א נומבער

שוין נישטא, מ'האט שוין פארקויפט אלע נומערן

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דאנארשטאג מאי 10, 2012 5:55 pm

אזוי ווי עס זעהט אויס ווי די אשכול קומט שוין צו אן ענדע, לאמיר זיך צירוק ווענדן צו מר תרנגול וואס האט אנגעהובן דעם אשכול צו פארשטיין בעסער דעם נושא. נו וואס נעמסו ארויס פון דעם גאנצען קאטשקעדריי?
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3127
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דאנארשטאג מאי 10, 2012 6:07 pm

פון ווי זעהסטו אז די אשכול קומט שוין צו אן ענדע? פארקערט איך זעה אז יעדע שטיק צייט קומט צו נאך עמיצער וואס קען אביסל די זאך למחצה לשליש ולרביע, נו, איך בין מיך בכלל נישט מייאש פון די אשכול.
אדרבא מתבונן יקירי, האסט אזוי שיין און טיף צולייגט דעם ניינער, זיי'זשע אזוי גוט און גיב אונז צו קאסטן נאך.
איך וויל אביסל מער פארשטיין דעם 4'ער, מה טובו? וואס זענען זיינע מעלות חסרונות וכו'.
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג מאי 10, 2012 6:10 pm

און בכלל אפשר קאנט איר זיך מתבונן זיין אין די זיטן פון די חברה דא, און אפשר קאנסטו געבן דיינע אנאליזן?? וואס וואלסטו געזאגט צום ניק 'סאכדעס'?

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1265
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » דאנארשטאג מאי 10, 2012 6:11 pm

יעצט אז איך בין צירוק אל מקומי, נאך אזא שווערע טאג ווי היינט, וויל איך דא אויסגיסן מיין צארן.
קיינעם נישט פערזענליך אבער יעדן צוגלייך.

ווען די אשכול איז אין היימישן פארברענגן החרשתי, סע איז אין ולאחיו יאמר חזק ממילא מעג איך מיר 'שטארקן'.

סע קוקט אויס ווי "VERVEIST" האט זיך "מתבונן" געווען.
די איינציגסטע אונעם אשכול וואס הייבן דא אן צו וויסן ווי זיך אהין צו טוהן.
איך וואלט אפשר אריין געלאזט סאכדעס אין שמועס אלע אנדערע וואלט איך אנגעגאסן (אויפן קאפ) א גלעזל קאווע, זאלן זיי הנאה האבן פון א נארמאלן שמועס.

איז אזוי - די נומערן איז אזוי ווי ווערווייסט שרייבט נישט געמאכט צו נוצן אזוי ווי א לוח, זיך צו דערמאנען אז יעצט איז ל"ג בעומר.
סע איז היפש ביסל א טיפערער ענין, [מ'קען גיין טיפער].

בקיצור היות איך האב מיר איינגערעדט, איך וועל האבן א פאר חברה וואס מען קען דא זיך ארום וערטלן אבער אז יעדער איז אויפ אין דו אשכול איז אנגעקאטשקעט!
איז א גוטן טאג.

אוי בין איך יעצט געווען א בעל גאוה :lol:
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דאנארשטאג מאי 10, 2012 6:25 pm

שלעפשיץ האט געשריבן:בקיצור היות איך האב מיר איינגערעדט, איך וועל האבן א פאר חברה וואס מען קען דא זיך ארום וערטלן אבער אז יעדער איז אויפ אין דו אשכול איז אנגעקאטשקעט!איז א גוטן טאג.


אלזא קענסט אנפאנגען א נייעם אשכול און ברענג ארויס דיינע מחשבות דיבורים און מעשים אז נאר דעי וואס פארטייען דערצו זאלן זיך געפונען דאס פלאץ, וד"ל.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דאנארשטאג מאי 10, 2012 6:27 pm

סאכדעס האט געשריבן:און בכלל אפשר קאנט איר זיך מתבונן זיין אין די זיטן פון די חברה דא, און אפשר קאנסטו געבן דיינע אנאליזן?? וואס וואלסטו געזאגט צום ניק 'סאכדעס'?


איך בין נישט קיין אפטער גאסט דא אויף אייוועלט (א חבר מיינע האט מיר געזאגט א עס איז דא 'מיינס' א טעמא אויפן טיש האב איך מחליט געווען אביסל צו האבן פאן) און דער ווארט 'סאכדעס' פאנג איך נישט אהן צו כאפן וואס דאס מיינט. אלזא איז מיר זייער שווער אפילו צו טראכטן פון אן אנאליז.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דאנארשטאג מאי 10, 2012 6:30 pm

תרנגול האט געשריבן:פון ווי זעהסטו אז די אשכול קומט שוין צו אן ענדע? פארקערט איך זעה אז יעדע שטיק צייט קומט צו נאך עמיצער וואס קען אביסל די זאך למחצה לשליש ולרביע, נו, איך בין מיך בכלל נישט מייאש פון די אשכול.
אדרבא מתבונן יקירי, האסט אזוי שיין און טיף צולייגט דעם ניינער, זיי'זשע אזוי גוט און גיב אונז צו קאסטן נאך.
איך וויל אביסל מער פארשטיין דעם 4'ער, מה טובו? וואס זענען זיינע מעלות חסרונות וכו'.


איך פאנג שוין באלד אן צו כאפן דיין נאמבער...
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג מאי 10, 2012 7:13 pm

מתבונן האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:און בכלל אפשר קאנט איר זיך מתבונן זיין אין די זיטן פון די חברה דא, און אפשר קאנסטו געבן דיינע אנאליזן?? וואס וואלסטו געזאגט צום ניק 'סאכדעס'?


איך בין נישט קיין אפטער גאסט דא אויף אייוועלט (א חבר מיינע האט מיר געזאגט א עס איז דא 'מיינס' א טעמא אויפן טיש האב איך מחליט געווען אביסל צו האבן פאן) און דער ווארט 'סאכדעס' פאנג איך נישט אהן צו כאפן וואס דאס מיינט. אלזא איז מיר זייער שווער אפילו צו טראכטן פון אן אנאליז.

מיין ניק האט זיך אנגעהויבן נאך אין היידפארק חדשות אנש, מיט'ן נאמען 'התאחדות' נאכ'ן נאמען פון די טעיפ התאחדות וואס איז ארויסגעקומען צו יענער צייט. דאן האט זיך אנגעהויבן קרעטשמע, האבאיך געעפענט א סאכדעס ניק, ווייל אזוי האבן די קרעטשמערס מיך גערופן.... אלזא וואס נאך?

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » דאנארשטאג מאי 10, 2012 10:01 pm

שלעפשיץ האט געשריבן:יעצט אז איך בין צירוק אל מקומי, נאך אזא שווערע טאג ווי היינט, וויל איך דא אויסגיסן מיין צארן.
קיינעם נישט פערזענליך אבער יעדן צוגלייך.


ווען די אשכול איז אין היימישן פארברענגן החרשתי, סע איז אין ולאחיו יאמר חזק ממילא מעג איך מיר 'שטארקן'.

סע קוקט אויס ווי "VERVEIST" האט זיך "מתבונן" געווען.
די איינציגסטע אונעם אשכול וואס הייבן דא אן צו וויסן ווי זיך אהין צו טוהן.
איך וואלט אפשר אריין געלאזט סאכדעס אין שמועס אלע אנדערע וואלט איך אנגעגאסן (אויפן קאפ) א גלעזל קאווע, זאלן זיי הנאה האבן פון א נארמאלן שמועס.

איז אזוי - די נומערן איז אזוי ווי ווערווייסט שרייבט נישט געמאכט צו נוצן אזוי ווי א לוח, זיך צו דערמאנען אז יעצט איז ל"ג בעומר.
סע איז היפש ביסל א טיפערער ענין, [מ'קען גיין טיפער].

בקיצור היות איך האב מיר איינגערעדט, איך וועל האבן א פאר חברה וואס מען קען דא זיך ארום וערטלן אבער אז יעדער איז אויפ אין דו אשכול איז אנגעקאטשקעט!
איז א גוטן טאג.

אוי בין איך יעצט געווען א בעל גאוה :lol:

מתבונן האט געשריבן:וואס וולסטו הערן מער? איך בין בכלל נישט אויסגעקאכט, איך קוק מיך דא צו מיט א אנגעהאלטענעם שמייכל ווי מענטשן דיסקאסירן עפעס וואס זיי ווייסן נישט וואס זיי דיסקאסירן. עס איז פשוט אינטרעסאנט.


[/quote]
verveist האט געשריבן:איך גלייב אז די אלע קיצורים (אויסער װאס איך בין נישט אינגאנצען מסכים) זענען מער דרך קצרה וארוכה ״מאד״ עס טהוט מער שאדען װי גיטס, עס מאכט נאר מער די מענטשען װאס זענען סיי װי דערקעגען ״מער איינזען״ אז דער סיסטעם האט נישט קיין האפט! און זיי זעהן אלעס און יעדען!

די בעסטע ״ערשטער קורצער בליק״ דערויף איז די צװיי משלים װאס זי געט און די הקדמה פינעם בוך איינס פון א שניי, אין איינס פון א פיקניק אין יעדער איינער פון די ניין נומערענס רעאקציע דערצו (אפשר אויב עלעך אמאל האבען צייט געדולט דערצו עלעך עס אראפברענגען, אויב איינער װיל זיך מקדים זיין מה טוב)


אל כבוד חברי וידידי תושבי הקרעטשמע הדין
איך האב ד פריער אין טאג געשריבען א תגובה, װאס טייל האבען דאס אויסגעטייטשט, אז איך האב ח״ו פוגע געװען בכבוד צדיקי הדור מדור הקדום ח״ו ר״ל. אזוי װייט אז מען האט עס געפינען פאר װיכטיג עס צו פארמעקען.
(כאטש איך האב נישט קיין גרויסע טענות דערויף, אזוי װי איך האב גענטפערט פאר איינעם אין אישי- װאס האט מיר פארגעהאלטען דערויף- אז כאטש איך בין קלאר אז דא איז נישט דאס מינדעסטע זולזול, אבער טאמער דער עולם פארלאנגט בין איך עס גרייט עס אראפצונעמען)

אבער משום והייתם נקיים, אין סתם זיך אביסעל מסביר זיין, װיל איך שרייבען עטליכע װערטער איידער איך אנטלויף פון דא.
מיין תגובה איז געװען, אז איך האב געשריבען לפי עניות דעתי דער ״נומער״ װאס איך גלייב האט אריינגענימען דער מהות, פון אסאך צדיקים, גדולים, מנהיגים פינעם לעצטען דור.
איך האב פארשטאנען אז פאר די װאס קענען דעם ״אנאגראם גיט״, װאלטעןנהנה געװען דערפון, אין עס װאלט געברענגט גיטע חומר למחשבה.

דער װאס האט געליינט מיינע פריערדיגע תגובות און דעם אשכול האט קלאר געזען װי איך האב געשריבען (אין ״איינצלענע״ אנדערע אויך) אז דער אנעגראם איז װי שורשי המידות , אין עס האט בכלל נישט צו טהון צו מען איז א צדיק אדער להבדיל א רשע ר״ל .

ליתר שאת ,(װיבאלד איך האב געקלערט אז פון די תועים דא, װאס פארשטיין נישט דער אנגראם קענען װילד װערען)
האב איך און יענע תגובה אליין, נאכאמאל באטאנט דאס א.ד., אז דאס האט גארנישט צו טהון מיט גרויסקייט,נאר ״פון יעדער נומער אן אויסנאם איז געװען/דא צדיקים קדושים וטהורים, אין װייטער פארקערט פון יעדער נומער איז ר״ל דא רשעים גמורים אין פארשטייט זיך יעדער מדריגה אינצװישען.
אויך האב איך באטאנט, אז עס איז נישט באמת פאראן, קיין ״גיטע אדער שלעכטע״ נומערען, יעדער נומער האט זיך זיינע מעלות אין חסרונות!

(יא עס קען אמאל זיין אז א געװיסער נומער זאל זיין מער געאייניגט אויף אויף צו טהון ״איין געװיסער זאך וכדו׳״ אבער דער אנדערע קען זיין בעסער פאר עפּעס אנדערש! לא ראוי זה כראוי זה הצד השוה שכלום ההכריכים וכלום יש להם חוש מיוחד לעשות פּעולות טובות לפי שורשו!)

( טאקע דער װאס האט זיך געװאנדען צו מיר און אישי מיט טענות, האב איך באלד גענטפערט אז מסתם האט ער נישט דורכגעליינט מיין גאנצע תגובה, ואכן כן היתה ער האט גענטפערט אז ער גייט עס שוין דורכליינען... ואין נפקה מינה אם שינו דעתו מזה אחר הקריאה או לא, אבל איך יכולים להיות להם טענות קודם שעכ״פּ קוראים מה שכותבים?? אפשר יש בזה צד השװה לפּה, ?? איך שכולם מגיבים אודות האנאגראם עוד לפני שעיינו בזה כל צרכו...??)

איז אזוי; צו זאגען אז איך האב מזלזל געװען אין צדיקים וכו׳ איז דאך סתם נארישקייטען גערעדט, נישט גערעדט צום זאך (במחילת כבודכם הרמה).
לאמיר צונעמען דער זאך אביסעל.
למשל; װען איך שרייב װעין אז דער. אין דער.. צדיק איז שורשו במדת החסד, אין דער אין דער צדיק... איז שורשו במדת הדין א.ד.ג.
װאלט איינער געװען װען געזאגט, אז איך האב מזלזל געװען בכבוד הצדיקים וכדו׳ ח״ו??
װאלט מען געהאלטען אז מען ״מוז״ דאס פארמעקען ??
הייסט עס אז איינער זאגט אז אאע״ה איז שורשו ממדת החסד, אין יצחק אבינו איז שורשו ממדת הדין, האט ער מזלזל געװען און די אבות הקדושים ח״ו ?? וכי יעלה על דעתכם שטות כזה ??

מילא אז איינער װיל זיך טענה׳ען אז אנאגראם איז גאר אן אנדערע זאך, גארנישט מיט שורשי המידות וכו׳, נא מהיכי תיתי דעריבער זענען מיר דאך דא, מקען זיך אויסטענהען, אויסשמוסען וכו׳,
אבער איך דאך דאס געשריבען אויף די צדיקים (די נומערען) לפי װאס ״איך״ האב געשריבען װאס דער אנעגראם איז.
נא, װי קימט דא אריין זילזול הצדיקים ?????

װידער װיל איינער טענהען אז איך פארשטיי נישט די ״מהות״ פון די צדיקים וכדו׳ (צו װייל זיי פארשטיין אן אנדערע שורש, אדער אפילו זיי האלטען אז איך האב נישט אריינצורעדען און דעם, װייל איך פארשטיי נישט דערצו א.ד.ג.) נא בכבוד גדול, פארדעם זעמער דאך דא וכו׳ עיין לעיל.
אבער װי קימט דא אריין זילזול הצדיקים

ע״כ דברי לעת עתה.
בתקוה להבנה, והמבין (הרוצה) יבין !
ואני עשיתי את שלי,
כה דברי הקטן, זעירא דמן חבריא,
המכונה װערװייסט בלע״ז

נ.ב.

( ליתר שאת; אויב איז דאס עפּעס אן אנדייטונג אז איך װאלט נישט געמיינט זילזול ח״ו. װיל איך באטאנען אז איך בין נישט פון דיע װאס האלטען אז א רבי מיינט בלויז א פארטיי פירער, נאר איך גלייב אז זיי דארפען זיין, און זיי זענען געװען, אמת׳ע ״רבי׳ס״, צדיקים, בעלי מדריגה במלא מובן המלה, ספּציעל דיע מדור העבר, אין צװישען די רבי׳ס װאס איך האב געהאט אויסגערעכנט, איז אויך געװען ״מיין רבי״ װעם איך האלט מיך אלץ א ״חסיד״ פון, נא איז דאך קלאר בלי ספק אז איך װאלט נישט מזלזל געװען און איהם!! ולמוד סתום מן המפורש.)

נ.ב. נ.ב.
עס זעט נישט אויס װי דורך דער אשכול קימט איינער אן צו פארשטיין דעם אנעגראם...
לעצט פאראכטן דורך verveist אום דאנארשטאג מאי 10, 2012 11:19 pm, פאראכטן געווארן 5 מאל סך הכל.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11739
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג מאי 10, 2012 10:21 pm

הרב, ווער ווייסט. ס'זאל אייך נישט באנק טאן דאס מעקן חלילה. אין די קורצע צייט וואס דו ביסט דא האסטו געוויזן אז דו פארמאגסט א פיינע של ראש און א איד פול מיט טעם און חן. אבער פארשטיי ביטע אז נישט יעדער איז פון די סארט געקנעטן כאף א בליק אין די כינוס אשכול ווי פלאכיג אידן קענען זיין ווען עס קומט צו די ווארט רבי. זאת ועוד, די תקנות המקום איז אז מ'באשרייבט נישט קיין לעבעדיגע משום כמה מעשיות שהי' בעבר.

פארשטיי די הנהלה אז מ'זוכט נישט צו מעקן אין די וועלט אריין. מ'טוט עס נאר אז די פלאץ זאל בלייבן וויאזוי ס'איז.

בתקוה להבנה

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג מאי 10, 2012 10:24 pm

צען יאר צוריק האב איך אביסל געטון דערין אויבערפלעכליך, ס'האט אויסגעזען גוט און איינדרוקספול, נאך געווען רעלאטיוו ניי דאן.
היינט האלט איך אז עס איז אן אומפארפערטיגטע זאך, די יסודות זענען נישט פעסט און עס איז דא צופיל נומערן, איך וואלט עס נישט געגעבן מער ווי פינף; מיט סוב-נומערן פאר יעדעס איינע, דאס הייסט אבות שהן תולדות.

ואחרי שובי ניחמתי, וואס פעלט מיר אז איך ווייס עס נישט, צו וואס מוז איך אלעס וויסן דען
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » דאנארשטאג מאי 10, 2012 10:25 pm

כבוד הרב מתבונן היקר...

איך זעה אז דו ביסט גוט אויסגעקאכט אין די ענינים.

סא, אפשר לאזטו מיר וויסן וועלכע נומער איך בין... מסתמא קענסטו דאס זען דורכ'ן זען מיינע תגובות דא אויפן וועלט, אדער אפשר קענען מיר זיך פערזענליך, ווער ווייסט? - איי איך וואלט געקענט צוקומען צו דיר אין בית-המדרש פרעגן מיין נומער? - נו, ווער זאגט אז איך האב עס נישט געטאן...?

עני-וועי, לאז מיר הערן מיין נומער, און וואס עס ווייזט אויף מיר.

זיס

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8783
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג מאי 10, 2012 10:47 pm

מיין סאשעל סעקיוריטי נומער האט אויך עפעס מיט אניגראם?.......
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 6 געסט