האלטן ווארעם א סוכה

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

גאנץ פשוט
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 12:24 pm

הייצונג פאר סוכה

תגובהדורך גאנץ פשוט » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 12:19 pm

אזוי ווי איך וואוין (לע"ע) אין איינע פון די ארצות הקרות קלער איך זיך צו איינרישן אן אייוועלע פאר'ן סוכה.
וואלט איך געוואלט וויסן פון די וואס זענען באקאנט, וואספארע כלי דארף איך.
על פי השמועה וועל איך דארפן אראפברענגן אן אלעקטרישן צו מאכן א ספעציעלע פלאג - איז דאס ריכטיג?
בקיצור, עני אינפאו איז וועלקאמד.
מיט דאנק.
(מיין סוכה איז בערך 10 ביי 5)

אוועטאר
פון_צייט_צו_צייט
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2016 1:33 am
לאקאציע: עיר הקודש מאנרא

תגובהדורך פון_צייט_צו_צייט » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 1:02 am

איך שטעל מיר פאר אז דו ווייסט עס ,אבער סתם צו דערמאנען : מייין עקספיריענס האט געוויזען אז דער עיקר איז אז די סוכה זאל זיין ווי מער געסילט און גערעפט פון אלע זייטען , פארשטייט זיך חוץ די סכך.. הערשט דערנאך קוקט מען וואספארא מין הייצונג ס'פעלט אויס.
עני וועי ענדזשוי יאר סוכה !
שיתברר ויתאמץ אצל האדם מה חובתו בעולמו: שהאדם לא נברא אלא להתענג על השם (מסילת ישרים)

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 9:59 am

אגב: דאס יאר וועט (בפשטות.. איך האף אז נישט) זיין איבעראל קעלטער ווי איעדעס יאר צוליב די לוח וואס אין גויאישן איז עס כמעט א חודש שפעטער ווי נארמאל.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

גאנץ פשוט
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 12:24 pm

תגובהדורך גאנץ פשוט » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 4:09 pm

פון_צייט_צו_צייט האט געשריבן:איך שטעל מיר פאר אז דו ווייסט עס ,אבער סתם צו דערמאנען : מייין עקספיריענס האט געוויזען אז דער עיקר איז אז די סוכה זאל זיין ווי מער געסילט און גערעפט פון אלע זייטען , פארשטייט זיך חוץ די סכך.. הערשט דערנאך קוקט מען וואספארא מין הייצונג ס'פעלט אויס.
עני וועי ענדזשוי יאר סוכה !

א דאנק.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5103
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 9:56 pm

זירזין מקדימין למצוות,
און וועלכע קנויט איז ענדערש פאר חנוכה?
און וועלכע וויין פאר פורים?
לגבי די היטער איז דא גרויסע טשענטסעס אז מנחם בן שאלתיא-ל וועט שוין דא זיין, ואפשר שהקב"ה יוציא חמה מנרתיקה עוד בשבוע זו וישראלים ישבו בסוכות והגיום יבעטו בה,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 11:32 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:לגבי די היטער איז דא גרויסע טשענטסעס אז מנחם בן שאלתיא-ל וועט שוין דא זיין, ואפשר שהקב"ה יוציא חמה מנרתיקה עוד בשבוע זו וישראלים ישבו בסוכות והגיום יבעטו בה,

;l;p-
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
פון_צייט_צו_צייט
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2016 1:33 am
לאקאציע: עיר הקודש מאנרא

תגובהדורך פון_צייט_צו_צייט » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 12:46 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:זירזין מקדימין למצוות,
און וועלכע קנויט איז ענדערש פאר חנוכה?
און וועלכע וויין פאר פורים?
לגבי די היטער איז דא גרויסע טשענטסעס אז מנחם בן שאלתיא-ל וועט שוין דא זיין, ואפשר שהקב"ה יוציא חמה מנרתיקה עוד בשבוע זו וישראלים ישבו בסוכות והגיום יבעטו בה,

איז דארף מיר זיך אנגרייטען ערקאנדישענס .. אידער וועי דארף מען זיין גרייט , און יא ווי באקאנט בשם צדיקים איז די הכנה פון דער מצוה נאך גרעסער ווי די מצוה אליין
!
שיתברר ויתאמץ אצל האדם מה חובתו בעולמו: שהאדם לא נברא אלא להתענג על השם (מסילת ישרים)

אוועטאר
זארג_נישט
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 29, 2010 3:49 pm

תגובהדורך זארג_נישט » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 1:28 am

דו רעדסט פון א היטער אדער א בלויער ?
אין מאנטריאל די אלע וואס האבן א געבויטע סוכה ניצן א בלויער וואס מען דארף ציען עקסטערע עלעקטעריק.

פאר א היטער דארף מען נישט ציען ספעציעל עלעקטעריק
אבער פאר א בלויער יא

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5103
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 7:48 am

זארג_נישט האט געשריבן:דו רעדסט פון א היטער אדער א בלויער ?
אין מאנטריאל די אלע וואס האבן א געבויטע סוכה ניצן א בלויער וואס מען דארף ציען עקסטערע עלעקטעריק.

פאר א היטער דארף מען נישט ציען ספעציעל עלעקטעריק
אבער פאר א בלויער יא

אבער אויב מען ניצט א עקסטענשען ווייער מעג מען נאר ניצען די רויטע וואס דערטראגט אסאך וואלט
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 12:24 am

פון_צייט_צו_צייט האט געשריבן:איז דארף מיר זיך אנגרייטען ערקאנדישענס .. אידער וועי דארף מען זיין גרייט , און יא ווי באקאנט בשם צדיקים איז די הכנה פון דער מצוה נאך גרעסער ווי די מצוה אליין
!

לויט דעם פארשטיימער שוין פארוואס די יודן וועלן קענען בלייבן אין די סוכה בשעת די גוים וועלן אנטלויפן, וועל מיר אראפ רוקן די עירקאנדישאן ביז 45, זאל קאן עדיסאן קראכן,

בכלל האב איך אמאל געוואלט זיי פארשטיין, אין די ווינטער פארגינען זיי 68, בשעת וואס אין די זוממער פארלאנגען זיי לכל הפחות נישט ווייניגער ווי 78 וכל המרבה הרי זה משובח...

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 12:30 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
זארג_נישט האט געשריבן:דו רעדסט פון א היטער אדער א בלויער ?
אין מאנטריאל די אלע וואס האבן א געבויטע סוכה ניצן א בלויער וואס מען דארף ציען עקסטערע עלעקטעריק.

פאר א היטער דארף מען נישט ציען ספעציעל עלעקטעריק
אבער פאר א בלויער יא

אבער אויב מען ניצט א עקסטענשען ווייער מעג מען נאר ניצען די רויטע וואס דערטראגט אסאך וואלט

ס' ווענדט זיך נישט אין קאליר, ס' ווענדט זיך אין די געידש, און רוב מאל איז די גרעי דיקער ווי די רויטע, די רויטע איז נאר אויך פאר אויט דאארס
רוב עלעקטארישאנס פארלאנגען 12, (פון וואס איך האב מיטגעהאלטן לעצטנס) למעשה איז עס זייער שווער געווען צו טרעפן, רוב גרעי איז 14 מיינעך, און די רויטע איז 16, הגם מ' קען מסתם האבן פון אלע קאלירן אין אלע געידזשעס, איז דאס די יוזשועל.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5103
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 8:05 am

מען דארף וואטשען ביידע סיי אז עס זאל זיין גוט פאר די גאס און סיי געניג שטארק
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 9:04 am

והעיקר, טשעקט די BTU אויב ס'קען בכלל אנהייצן א סוכה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

גאנץ פשוט
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 12:24 pm

תגובהדורך גאנץ פשוט » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 12:52 pm

זארג_נישט האט געשריבן:דו רעדסט פון א היטער אדער א בלויער ?
אין מאנטריאל די אלע וואס האבן א געבויטע סוכה ניצן א בלויער וואס מען דארף ציען עקסטערע עלעקטעריק.

פאר א היטער דארף מען נישט ציען ספעציעל עלעקטעריק
אבער פאר א בלויער יא

א דאנק.
ווי איך פארשטיי פון דיינע ווערטער איז א בלויער בעסער פאר מאנטריאל\סיביר וכולי, ריכטיג?
וואס מיינט א "געבויטע סוכה" - לאפוקי א סחורה'נע?

א דאנק אויך פאר אלע מגיבים. איך וועל שטייטליך אנקומען צו ליינען און איבערפרעגן...
תזכו למצוות.

אוועטאר
זארג_נישט
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 29, 2010 3:49 pm

תגובהדורך זארג_נישט » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:43 pm

גאנץ פשוט האט געשריבן:
זארג_נישט האט געשריבן:דו רעדסט פון א היטער אדער א בלויער ?
אין מאנטריאל די אלע וואס האבן א געבויטע סוכה ניצן א בלויער וואס מען דארף ציען עקסטערע עלעקטעריק.

פאר א היטער דארף מען נישט ציען ספעציעל עלעקטעריק
אבער פאר א בלויער יא

א דאנק.
ווי איך פארשטיי פון דיינע ווערטער איז א בלויער בעסער פאר מאנטריאל\סיביר וכולי, ריכטיג?
וואס מיינט א "געבויטע סוכה" - לאפוקי א סחורה'נע?

א דאנק אויך פאר אלע מגיבים. איך וועל שטייטליך אנקומען צו ליינען און איבערפרעגן...
תזכו למצוות.


יא פאר מאנטריאל איז א בלויער בעסער

געבויטע מיין איך א בילט אין סוכה

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 9:05 pm

זארג_נישט האט געשריבן:דו רעדסט פון א היטער אדער א בלויער ?
אין מאנטריאל די אלע וואס האבן א געבויטע סוכה ניצן א בלויער וואס מען דארף ציען עקסטערע עלעקטעריק.

פאר א היטער דארף מען נישט ציען ספעציעל עלעקטעריק
אבער פאר א בלויער יא


עס איז דא גאר שטארקע היטערס וואס פאר דעם דארף מען יא 220V .

איך האב עקספיריענס מיט דעם . באכעט אריין, מאכט פיין ווארעם, אליין געצויגן די עלעקטריק,-נישט אזוי שווער פאר ווער ס'ווייסט די אלף בית-, באט איך האב נישט קיין עקספיריענס אין סיביר, און ניטאמאל אין מאנטריאל..
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
זארג_נישט
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 29, 2010 3:49 pm

תגובהדורך זארג_נישט » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 12:03 am

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
זארג_נישט האט געשריבן:דו רעדסט פון א היטער אדער א בלויער ?
אין מאנטריאל די אלע וואס האבן א געבויטע סוכה ניצן א בלויער וואס מען דארף ציען עקסטערע עלעקטעריק.

פאר א היטער דארף מען נישט ציען ספעציעל עלעקטעריק
אבער פאר א בלויער יא


עס איז דא גאר שטארקע היטערס וואס פאר דעם דארף מען יא 220V .

איך האב עקספיריענס מיט דעם . באכעט אריין, מאכט פיין ווארעם, אליין געצויגן די עלעקטריק,-נישט אזוי שווער פאר ווער ס'ווייסט די אלף בית-, באט איך האב נישט קיין עקספיריענס אין סיביר, און ניטאמאל אין מאנטריאל..


יא יא פון די בלויער רעדט איך

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 11:17 am

אנטשולדיגט, אבער דאס איז נישט א בלויער. דאס הייסט א היטער.

דאס איז א בלויער
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 11:47 am

הא לן והא להו.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

גאנץ פשוט
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 12:24 pm

תגובהדורך גאנץ פשוט » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 5:14 pm

אקעי, מען האלט שוין ערגעץ...
זארג_נישט, די היטער וואס וואוילע שעפעלע נוצט פארשטיי איך איז גוט פאר מאנטריאל, איא? אבער פארוואס זאגסטו אז דאס איז פאר ביל"ט אי"ן סוכה'ס? אויב מאכט מען א ספעציעלע 220V שטעקער אין די בריק"ס אינדרויסן וועט עס נישט זיין גוט פאר א סוכה אין די בע"ק (אויפ'ן גאס)?

אוועטאר
זארג_נישט
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 29, 2010 3:49 pm

תגובהדורך זארג_נישט » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 5:42 pm

גאנץ פשוט האט געשריבן:אקעי, מען האלט שוין ערגעץ...
זארג_נישט, די היטער וואס וואוילע שעפעלע נוצט פארשטיי איך איז גוט פאר מאנטריאל, איא? אבער פארוואס זאגסטו אז דאס איז פאר ביל"ט אי"ן סוכה'ס? אויב מאכט מען א ספעציעלע 220V שטעקער אין די בריק"ס אינדרויסן וועט עס נישט זיין גוט פאר א סוכה אין די בע"ק (אויפ'ן גאס)?


אין הכי נמי.

קען זיין עס וואלט גוט געווען פאר א האלצערנע סוכה אויך.

אבער אין מאנטריאל די אידן וואס האבן ״בילט אין״ סוכות האבן די בלויער וואס דארף 220 וואטס און עס בלייבט דארט הענגן א גאנץ יאר.
פארשטייט זיך מען פעינט עס שיין אזוי אז עס קוקט אויס גוט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 5:56 pm

א יעדע סטראקטשער וואס מ'וויל הייצן ברויך מען וויסן די Heat Loss און לויט דעם אויסזוכן און סייזן דער מיטל אים צו הייצן, ובכן איז פארשטענדליך אז צו געבן א one size fits all איז אומעגליך, ערשט ברויך מען פרובירן דאס בעסטע וואס מעןו קען צו פארמאכן דעם Envelope און דערנאך קוקט מען וואס די אפציעס זענען ווי אזוי דאס צו הייצן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אתרוג
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 29, 2009 9:34 pm

תגובהדורך אתרוג » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 6:24 pm

מיר פארשטייען אז ס'קען זיין יארן וואס איז זייער הייס אוןס'קען זיין יארן וואס ווערט שרעקליך קאלט אום סוכות מ'דארף זיין צוגעגרייט צו יעדן מצב

איך ווייס פון א איד וואס ער האט געמאכט א פאטענט פון א פיקטשער פרעם וואס מ'הענגט אויף און די סוכה עס האט למשל די אישפוזין אויף זיך אבער פון די אנדערע זייט האטעס
א מיליטערישע גלאז וואס די מליטער נוצעט אנצוהייצען די געצעלטן זייערע בשעת מלחמה עס ארבעט בלויז מיט א פלאג 110v אנא בלאזערס און עס מאכט פיין ווארעם די סוכה אויב איז למשל ווארעם און די סוכה דעמאלסט איז עס בלויז א הערליכע שיינע נוי סוכה

ווער עס איז אינטרעסירט ביטע און אישי

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 9:18 pm

גאנץ פשוט האט געשריבן:אקעי, מען האלט שוין ערגעץ...
זארג_נישט, די היטער וואס וואוילע שעפעלע נוצט פארשטיי איך איז גוט פאר מאנטריאל, איא? אבער פארוואס זאגסטו אז דאס איז פאר ביל"ט אי"ן סוכה'ס? אויב מאכט מען א ספעציעלע 220V שטעקער אין די בריק"ס אינדרויסן וועט עס נישט זיין גוט פאר א סוכה אין די בע"ק (אויפ'ן גאס)?


ביינונז נוצט מען עס אין א פענעל סוכה וואס שטטיט נישט נעבן די וואנט פון די בילדינג.

מ'ציט פשוט אריין די דיקע גרויע ווייער פון די סכך פונקט ווי עני עקסטענשאן ווייער, און ערגעץ ווי אויף די ברעטער פון די סוכה באהעפט מען אזא אוטלעט.
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
לאנגעפאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2016 5:28 pm

תגובהדורך לאנגעפאות » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 1:02 pm

electric blankets
any body with experience

and what type is the best buy for your money

and per halacha is there a way to use in shabbos and yom tov


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט