האלטן ווארעם א סוכה

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

האלטן ווארעם א סוכה

תגובהדורך זיס » מיטוואך אוקטובער 05, 2011 2:16 pm

איך האב א פראבלעם מיט וואס איך מוטשע זיך יאר יערליך, איך בין נייגעריג אויב איינער דא קען מיר העלפן.

די סוכה
ווי עס איז פארשטענדליך, סוכות זיצט מען אין די קעלט, מען עסט און מען שלאפן בשעת א פרעסט נעמט ארום די ביינער. פאראן יארן וואס די ערשטע צוויי נעכט שלאפט מען אין סוכה, דערנאך איז מען שוין א פארקילטע און מען שלאפט לכתחילה אינדערהיים.

יא, איך ווייס אז עס וועלן זיין וואס וועלן זאגן "דאס איז סוכות", אזוי גייט עס. למעשה, אריינקומענדיג אין אנדערע סוכות, זעה איך אז עס זענען פאראן וואס גיבן זיך דערמיט אן עצה, אינגאנצן אדער האלב-וועגס. פאראן פיל מענטשן וואס פארמאגן ווארעמע סוכות וואו די קעלט דערגרייכט נישט אזוי שטארק.

איך עפן דא אן אשכול, צו הערן פונעם ציבור עצות, הערות, פון עקספיריענס אדער מפי השמועה, ווי אזוי צו דערווארעמען די סוכה, עס זאל נישט זיין אזוי קאלט דארט.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך אוקטובער 05, 2011 2:23 pm

זייער א ביליגע און פשוטע עצה
ארומנעמען די סוכה מיט פלעסטיק פון אינדרויסן, (ווי מער אלס בעסער)

לייגן דיק סכך, נישט קארגן

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מיטוואך אוקטובער 05, 2011 2:31 pm

איך האב א לייטער'ס סוכה

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך אוקטובער 05, 2011 2:32 pm

ממילא איז וואס,
נישט משנה
נעם ארום די סוכה פון אינדרויסן ארום די ווענט מיט גרויסע ברייטע פלעסטיק טישטוכער (קען זיין דורכזיכטיגע אויב ס'מאכט אויס פאר זה א-לי ואנוהו)

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מיטוואך אוקטובער 05, 2011 3:15 pm

ביי מיר איז קאלט מיטן פלעסטיק, וויזוי מאך ס'זאל נישט אריינקומען פון אונטן, מיין סוכה איז אויף א פארטש.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך אוקטובער 05, 2011 3:18 pm

לייג א דיקן גרינעם קארפעט
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מיטוואך אוקטובער 05, 2011 3:21 pm

ס'מאכט זיך צייטן מיט אזעלכע ווינטן אז די קארפעט הייבט זיך אויף, סטעפלן איז נישט געניג, און סקרו'ס וויל איך נישט לייגן אויף מיין פארטש.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » מיטוואך אוקטובער 05, 2011 3:26 pm

צוויי מערסט אנגענומענע עצות:

1) מען שלאפט מיט א גראבע דיקע סוועטער און מיט א פעדערנעם דאכענע.

2) מען ווארעמט די סוכה מיט א היטער (מען ברויך אבער זייער אכטונג געבן וועגן שריפות ה"י).

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך אוקטובער 05, 2011 3:28 pm

leiby האט געשריבן:ס'מאכט זיך צייטן מיט אזעלכע ווינטן אז די קארפעט הייבט זיך אויף, סטעפלן איז נישט געניג, און סקרו'ס וויל איך נישט לייגן אויף מיין פארטש.

קויף אביסל גרעסער ווי דיין סוכה און שטופ עס אונטער די ווענט אז די ווענט זאלן עס אראפהאלטן
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1711
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » מיטוואך אוקטובער 05, 2011 3:31 pm

leiby האט געשריבן:ביי מיר איז קאלט מיטן פלעסטיק, וויזוי מאך ס'זאל נישט אריינקומען פון אונטן, מיין סוכה איז אויף א פארטש.


פאר געלט;
קויף איין אפאר פלייוואטס, פיל אהן דעם גאנצע פלאטפארמע פונעם טעראסא (פארט"ש בלע"ז) מיט די ריזיגע פלייוואטס, שנייד צו עס זאל אנפילן ס'גאנצע שטח, מאך זיכער איינס איז גאר נאנט צום צווייטן אהן קיין משהו בינתיים, אויף דעם מארשיר ארויף דיין גרינעם צו גרויען קראפעטל, און עס איז ב"ה פיין ווארעם

פאר ביליג;
נישט אזוי ווארעם אבער פארט עפעס, לייג א ריזן שטיק פלאסטיק אויפן גאנצן פלאטפארמע, אויף דעם פאפענדעקלעך, כגון אויפגעפליקטע באקסעס, זעה אויך עס זאל אנפילן דעם גאנצן שטח, און אויף דעם מארשיר ארויף דעם קראפעט'ל.

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1711
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » מיטוואך אוקטובער 05, 2011 3:34 pm

יהיה כן האט געשריבן:ארומנעמען די סוכה מיט פלעסטיק פון אינדרויסן, (ווי מער אלס בעסער)


מאכן זיכער עס זאל זיין פון איין שטיק דאס גאנצע פלאסטיק, אהן קיין לעכל אוואו ער זאל קענען אריינדרינגען, כדי דער גאנצער סוכה זאל זיין גוט פאר'סיעל'ט.
אויב די סוכה איז צו גרויס, און עס איז נישטא קיין אזא סייז פלאסטיק, דאן זאל מען זיכער מאכן צו "אויווער לעפען" מוסיף זיין לכה"פ אזא צוויי דריי פיס ארויף אויפן פאריגען פלאסטיק, אזוי אויך ביים סוף אוואו מ'קומט זיך צורוק צוזאם די צוויי עקן, זאל מען אויך טוהן כגון דא, אויווער לעפן.

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מיטוואך אוקטובער 05, 2011 5:29 pm

סאיז דא ציבאקימען א ראול דיקע פלעסטיק פין 20*30
Liberalism is a mental disorder

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6390
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך אוקטובער 05, 2011 5:45 pm

באמבאסטיש האט געשריבן:צוויי מערסט אנגענומענע עצות:

1) מען שלאפט מיט א גראבע דיקע סוועטער און מיט א פעדערנעם דאכענע.

2) מען ווארעמט די סוכה מיט א היטער (מען ברויך אבער זייער אכטונג געבן וועגן שריפות ה"י).

אלע יארן נוץ אין די ערשטע עצה, פון א היטער האב איך מורא ווי פאר פייער, איך האב שוין צופיל פייערס מיטגעהאלטן פון היטערס אז איך זאל מיך ערלויבן עס אריינצונעמען אין די סוכה
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מיטוואך אוקטובער 05, 2011 6:47 pm

איינער זאגט מיר ער "שפירט" אז ס'קומט א קאלטע סוכות... ממש רוח הקודש.. ווער געדענקט נאך פאראיאר האט מען זיך געזארגט אויף ווי אזוי "אפצוקילן" די סוכה כמעט ביז הושענא רבה...
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מיטוואך אוקטובער 05, 2011 8:30 pm

שמן, דיין געלט עצה, איז די בעסטע אבער נאר אויב איך מאך עס אויף עפעס דאס הייסט קודם א 2x2 און אויפדעם די פלייואד, אבער דאס איז א לענגערע ארבעט, כ'זיך א גרינגערע עצה, אפילו פאר מער געלט,
סתם פלייוואד איז נישט געניג הויעך פון אונטן אז ס'זאל נישט אריינבלאזן.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » מיטוואך אוקטובער 05, 2011 8:36 pm

לייג אויס פלעסטיק אויפ'ן פארטש און דאן שטעל ארויף דערויף דיין 'פעיוואריט' קארפעט\לינאליום\פלייוואוד\וכו'.
וכן אני נוהג.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מיטוואך אוקטובער 05, 2011 9:05 pm

כ'האלט שוין נאכדעם, די פראבלעם איז אז ער הייבט זיך צוזאמען מיט ווינט
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2569
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 8:56 am

מי יודע האט געשריבן:
באמבאסטיש האט געשריבן:צוויי מערסט אנגענומענע עצות:

1) מען שלאפט מיט א גראבע דיקע סוועטער און מיט א פעדערנעם דאכענע.

2) מען ווארעמט די סוכה מיט א היטער (מען ברויך אבער זייער אכטונג געבן וועגן שריפות ה"י).

אלע יארן נוץ אין די ערשטע עצה, פון א היטער האב איך מורא ווי פאר פייער, איך האב שוין צופיל פייערס מיטגעהאלטן פון היטערס אז איך זאל מיך ערלויבן עס אריינצונעמען אין די סוכה



פארטעבעל רעדיעיטערס (די קליינע סטימס) איז אויך מסוכן?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

וואלוועלע-קרעטשמע
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 11:44 am

תגובהדורך וואלוועלע-קרעטשמע » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 9:24 am

אלע היטער'ס זענען מסוכן? אדער נאר די וואס האט פייער
א יעדע מעשה האט 2 זייטן,
ווען די נעמסט אן איין זייט נוץ דיין שכל און זעה דיינע נגיעות זאלן דיר נישט פארפירן,

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 10:38 am

אלע, א סוכה ברעט וואס איז טרוקן קען זיך זייער שנעל אנצינדן

אזויווי מי יודע זאגט, עס לוינט נישט די איינשטעלעניש, צופיל אידישע הייזער האבן שוין אפגעפלאקערט פון היטערס אין די סוכה
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 10:40 am

אלע 'היטערס' קענען אונטערצינדן א פייער אויב נוצט מען עס נישט ריכטיג.
מערסטנס 'היטערס' קען מען נישט נוצן מיט אן 'עקסטענשאן ווייער', מען דארף אכט געבן עס זאל נישט זיין גארנישט 3 פיס פארנט און עטליכע טפחים ארום.
עס איז שטארק ראטזאם גארנישט צו לייגן אויפ'ן זעלבן 'פלאג' ווי דער אייוועלע, אויך דארף דער שבת זייגער זיין גענוג שטארק צו פארנעמען דעם היטער.
---
לייבל, איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט אז סתם פלייוואוד איז נישט גענוג הויך.
א פלייוואוד און אונטער דעם פלעסטיק, דארף זיין גענוג צו האלטן ווארעם (מיט אן אייוועלע שטייצעך) און גענוג עס זאל זיך נישט אונטערהייבן פון די ווינט.
---
שנאפסל האקט אריין...
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 10:08 pm

מיין פארטש איז נישט פונקטליך גראד, אויב לייג איך אראפ די פלייוואד גייט נאך אויסקומען אסאך פלעצער אפען צווישן די פענעל און די פלייוואד,
חוץ אויב די זאגסט אז ס'וועט נאך געניג העלפן און כ'קען מוותר זיין אויך ד פאר פלעצער.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 2:52 pm

עס קוקט אויס ווי פאר היי יאר וועטעס נישט אויספעלן
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 3:02 pm

איך קלער זיך צו איינהאנדלען א פארטעבל עי סי מיט א היעט פאמפ פאר די סוכה אזוי ארום צו קאנען זיי אפקילן און סיי ווארעמען.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
טאטלע
שר האלף
תגובות: 1003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 10:47 pm

תגובהדורך טאטלע » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 5:18 am

וועלכע היטער איז גיט פאר די סוכה?


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט