טאדלער יארן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

טאדלער יארן

תגובהדורך prowed jew » זונטאג ינואר 09, 2011 12:46 am

פיינעלי געטראפן א עצה....
איך האב יעצט א קינד אין דעי טאדלער יארן ווי יעדער ווייסט איז דאס א שווערע אפקומעניש,
אימיר בייגעפאלען צו עפענען א אשכול צו הערען פונעם ברייטן ציבור עצות און הילף, חיזוק, ווי אזוי צו הענדלען דאס קינד,
דערוילעם איז העפליך געלאדענט אנטייל צו נעמען.
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג ינואר 09, 2011 1:51 am

אריינגאנג פאר פרויען פון די אנדערע זייט גאס...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

תגובהדורך prowed jew » זונטאג ינואר 09, 2011 2:10 am

און דעי עיזש איז דער מאן נאכניש מחיוב מיט חינוך?
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...

prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

תגובהדורך prowed jew » זונטאג ינואר 09, 2011 10:31 am

ס'נוגע פאר עלטערן
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג ינואר 09, 2011 12:19 pm

מעג איך וויסן וואס דער "אפקומעניש" איז?
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

תגובהדורך prowed jew » זונטאג ינואר 09, 2011 2:10 pm

כאניש געוויסט אכעל דעיס דארפן מסביר זיין,
א קינד צווישן איינס א האלב און בערך דריי א האלב יאר, איז אזוי ווי א טינעיזשער, האלב פארשטענדליך אבער נישט אינגאנצן
לדוגמא, דאס קינד פארשטייט צו פייטן מיט די עלטערן, אבער פארשטייט נישט אז אסאך נאש איז נישט געזונט
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10997
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג ינואר 09, 2011 5:38 pm

סדא טעיפס פון הרה"ג ר' עמרם כהן שליט"א ספעשעל איבער די עידזש מיך האט עס מוראדיג ארויסגעהאלפן
פארשאפ די טעיפס פון גמח יוסף שלמה

אוועטאר
מיליאנער
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 9:59 am
לאקאציע: ביים ATM מאשין

תגובהדורך מיליאנער » זונטאג ינואר 09, 2011 10:24 pm

שמערי בערי האט געשריבן:מעג איך וויסן וואס דער "אפקומעניש" איז?


שמערי בערי האט געשריבן:יוי בין איך אלט!


דערמאן דיך נאר פון די אינגע יארן.
אדער ווען דיינע איר אייניקלעך קומען דיר באזוכן
מי שיש לו מנה רוצה מאתים

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2294
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג ינואר 10, 2011 10:32 am

חלילה ס'איז כלל נישט קיין אפקומעניש ס'איז חסד השם. יעדע איד וואונטש זיך דאס צו האבן עס פאסט כלל נישט די לשון אפקומעניש.
מ'האמיר אמאל געזאגט פאר איינעם אזוי בדרך צחות 'יא צער גידול בנים...' מסתם האט די בייבי פארפירט. האט דער קליגער איד מיר געזאגט דאס איז 'גידול בנים', 'צער' זאל דער אייבערשטער אפהיטן, אמן, דפח"ח.
----
די עצם ענין איז זייער כללות'דיג... מ'האט שוין געהאט געשמועסט דאהי איבער פארשידענע ענינים, למשל א קינד וואס קריכט ארויס פון קריב'לע (קינדער-בעטל) אינמיטן די נאכט דא אדער וועגן קינדער וואס וויינען אסאך באנאכט ועוד.

אויב די האסט א ספעציפישע אישו, אדרבה לאמיר זיך אויסשמועסן.

אסאך אידיש נחת...

prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

תגובהדורך prowed jew » מאנטאג ינואר 10, 2011 10:44 am

די הויפט שוועריקייטן פון אזא קינד איז:
1) ער וועט וועלן דוקא אנדערש פון די עלטערן, לדוגמא אז די מאמע זאגט מ'גייט גיין צו באבי'ס הויז זאגט ער איך וויל נישט, צווי מינוט שפעטער אז די עלטערן זאגן מ'בלייבט אינדערהיים, הייבט ער וויינען אז ער וויל יא, (איך שרייב נאר בלשון זכר, אבער שטייצעך די זעלבע ביי א מיידל)
2) די עקשנות, דהיינו, אז די עלטערן מאכן קלאר אז "מקען יעצט נישט האבן א זשעלי, דו האסט שוין געהאט איינס", קען ער זיך נעמען אזוי וויינען און קאפענען אזוי פאר א האלבע שעה אדער מער, ביז די ווייכע מאמע ברעכט זיך צום קינד, אדער דאס קינד שלאפט איין פון אזויפיל וויינען
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » מאנטאג ינואר 10, 2011 10:57 am

וואס טוט מען צו א קינד פון 22 חדשים וואס אסאך מאל צופרי ווען זי שטייט אויף [איידער די מאמע האט צייט אנצוקומען צו איר] שלעפט זי אראפ דאס ווינדל פארשמירענדיג די גאנצע בעטל?

מען האט איר שוין פרובירט צו טרעינען אבער אן ערפאלג...

theheadcounselor
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 26, 2010 7:23 pm

תגובהדורך theheadcounselor » מאנטאג ינואר 10, 2011 11:11 am

כדי זיך צו שפארן ארבעט אויף שפעטער ווען איך וועל קענען זיין דיין קינדס העד קאונסלער, לאמיר דיר מיטטיילן עקספיריענס, סיי מיט מיינע אייגענע טאדלערס קע"ה, און מיט די קינדער אין קעמפ וואס זענען אמאל גרויס און אמאל טאדלער'יש.

אויב א קינד וויינט איז גארנישט געשען, כ"ש נאכדעם וואס דער טאטע\מאמע\קאונסלער האט אים געגעבן דעם געפיל אז מען האט געקוקט אויף וואס ער וויינט און מען האט זיך נישט אום-וויסנדיג געמאכט, איז די וויינען זיין אייגענע אפציע. ווען ער וויל, קען ער אויפהערן.

אמאל האט א מאמע געזאגט פאר א קליין 3 יעריג מיידל: הער שוין אויף צו וויינען, כהאב דיר שוין געגעבן? האט דאס קינד גע'ענטפערט: אבער כוויל נאך אביסעל וויינעעען.... געב א לאך..

ווען איינער וויינט איז דאך איהם עפעס געשען, ער וויל זאלסט איהם אנקוקן. נו קוק איהם אן, אבער זיך דערשרעקן? ספיקות צו דו ביסט א גוטע מאמע? פארוואס? יעדער ווייסט אז דו ביסט א גוטע מאמע.

אזוי, וועסטו זיך אויסלערנען די צווייטע זאך וואס קומט דא אריין: שטארקייט. וואס דאס העלפט דיר צו די דריטע זאך: דיסציפלין.

שטארקייט מיינט "נישט" אויספירן, און דיסציפלין מיינט "נישט" גבורה, פייניגן, שלאגן,

שטארקייט מיינט אז דאס קינד זאל באקומען די פילונג "טאטי ווייסט וואס "ער" וויל, א שטיין וועט איהם נישט ריקן פון פלאץ"
דיסציפלין מיינט אז דאס קינד זאל באקומען די פילונג "איך מוז פאלגן, סאיז "מיר" נישט ווערט זיי יעצט אויסצופראבירען"

ביי א קליין טאדלער'ל (אפשר פון ווארט טוטער'ל?) נעמט איהם אין די האנט, הייב איהם אויף מיט די זעלבע ניגון ווי זיין רבי טוט אין חדר, און אפילו ער וויינט מאכט מען דערפון א געלעכטער, מיט א ניגון, דאס קינד זעהט עס לוינט זיך נישט צו וויינען. יעדער לאכט דאך, נאר איך בין דער וויינער, און נאך אלעם באקום איך נישט גארנישט, לאמיר טוישן,
געסט איהם א קיצל און ער נעמט זיך לאכן... הא הא הא.

אויב אבער האט ער איינמאל שוין יא אויסגעפירט, נו אוודאי וועט ער פרובירן נאכאמאל... הממ. פארוואס נישט, זעהט אויס ער קען גוט רעכענען.

און מעגסט וויסן אז אמאל מעג א מאמע נאכגעבן דעם קינד, ווען זיי האבן אומשטענדן וואס ערלויבט זיי נישט פונקציאנירן.

נאר דער טאטע ווען ער קומט אהיים מוז ער נעמען די לייצעס, דאס קינד וויל א שטארקע האנט אין די הויז.

ואיידי דאתית להכי לאמיר אויך רעדן פון א קינד אין יארן פון 5-8.

ווען מען לייגט א קינד שלאפן, דארף עס דער טאטע\מאמע פונקטליך ארויס זאגן,
און נישט מיט א האלבן מויל פון א טעלעפאן שמועס, נאר דרייט זיך אויס צום קינד און זאגט אזוי:

טאטע: מוישי? [ד.מ. סטאפ טון וואס דו טוסט, אין אנדערע רייד: נעם אוועק דיין פאוקוס פון "דיר", און הער "מיר" אויס די נייע באפעל]
אינגל" יא? [און שפילט ווייטער ערווארטנדיג טאטי זאל שרייען ווייטער]
טאטע: מוישי? [די זעלבע רואיג, טאטי לאזט זיך נישט, ער ווארט מוישי זאל אונטערגעבן]
אינגל איך קום! [אבער ער מאכט נאך איין זאך פאר נאך "איין" מינוט]
טאטע: מוישי? [אינגל טראכט: טאטי לאזט זיך נישט]

אקעי מוישי קומט,
דער טאטע מאכט זיין פנים, פלעין, אביסל רונדעכיג די אויגן. נישט בכעס נאר אזוי ווי א רואיגע מענעדזשער וואס ווייסט פונקטליך ווי צו האנדלען מיט אויפראבירנדע קינדער
טאטע: דו ווייסט כהאב דיר גערופן 3 מאל?
אוי כאב געוואלט ... אוועקלייגן, נאך איין מינוט... וואטעווער.
טאטע: נישט קיין חילוק, ווען טאטי רופט קומט מען.

[שוין ער האט געהערט.]
יעצט, [אה, דאס קינד פריידט זיך אז דו שלאגסט איהם נישט] 1) גיי טוה זיך אויס, 2) טוה זיף אן פידזשאמעס, 3) לייג אוועק דיין שמוץ וועש. אין 5 מינוט ארום וויל איך דיר זעהן מיט 4) אנגעגרייטע נעגל וואסער, וועל איך דיר קענען געבן א סטאר אויף דיין טשארט.

אין די אויבנדערמאנטע משל, איז געווען סיי שטארקייט און סיי דיסציפלין.
שטארקייט: ווייל ער האט געזאגט פונקטליך וואס ער וויל, דאס קינד ווייסט פונקטליך מיט וואס איהם צו פאלגן, און טאטי זאל שוין זיין וואויל צו מיר.
דיסציפלין: ווייל ווען ער האט דיר געלאזט ווארטן האסטו איהם געוויזן אז דו צוקראצט זיך נישט, נאר ער מעג זיך שעמען אז ער ווייסט נישט ווי אזי מען פירט זיך אויף. און איבער אלעם האסט איהם געהאלפן מיט א וועג ארויס, נישט מיט פאלשע ווייכקייט נאר א אמת'ע זאך.

פארוואס ביים שלאפן איז אזוי: ווייל דו ביסט אמתדיג שטארק ביי דיר אליינס, דו ווילסט איהם לייגן שלאפן, צום סוף האסטו נאך יעדע נאכט אויסגעפירט איהם צו לייגן שלאפן.
אזוי דארף זיין ביי אלעם, ווייס וואס דו ווילסט, וועט דאס קינד וויסן אז דאס מוז ער טון.
זיי שטארק!

בנוגע די דזשעלי? פארוואס דארפסטו מסביר זיין:האסט שוין געהאט איינס? ער האט א הסבר אז ער וויל\סקומט איהן נאך איינס?
זאג אזוי: נאו-מאר דזשעלי'ס. היינט איז מער נישטא קיין דזשעליס. אויב זאגט ער נאך אלץ איך וויל, דאן זינג איבער די ניגון.
לעצט פאראכטן דורך theheadcounselor אום מאנטאג ינואר 10, 2011 1:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20408
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג ינואר 10, 2011 1:15 pm

זייער ריכטיג ארויסגעבערענגט

prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

תגובהדורך prowed jew » מאנטאג ינואר 10, 2011 3:08 pm

העדי קענסטעך יא, וואס זאגסטו נישט,
האסט עס גוט ארויס
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...

אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 21, 2010 12:59 pm

תגובהדורך משה פאלאפל » מאנטאג ינואר 10, 2011 4:00 pm

שכוח ליבער העד קאונסלער, יעצט יעדער געגאנגען צו night activity...

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג ינואר 10, 2011 6:54 pm

וואויל ארויסגעברענגט הרב הראשי דקהל קאונסלערס.

די נקודה וואס דו זאגסט אז די מאמע מעג אמאל נאכגעבן און די טאטע זאל האלטן א דיסציפלין, איז טאקע פון די סיבות פארוואס קינדער שפרינגן אויף די מאמע'ס קאפ פיל מער... אויב די מאמע איז גרייט אויפן דרך קצרה וארוכה, געזונטערהייט.

דאס יא, אז די מאמע קען נאכגעבן אין שווערערע מצבים בעפאר דאס קינד הייבט אן מוטשען אויף וואס זי האט געזאגט ניין.

דער עיקר אסאך אידיש נחת ביי די קליינע און גרויסע!

דזשוי; די זיסע חן פון די פיצילעך פלללללללליט אוועק שנעלער פון שנעל! כאפט אריין!

לאז; דאס ווארט פון גידול בנים ווערט נאכגעזאגט פונם חזון איש זצ"ל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג ינואר 11, 2011 12:06 am

באמבאסטיש האט געשריבן:וואס טוט מען צו א קינד פון 22 חדשים וואס אסאך מאל צופרי ווען זי שטייט אויף [איידער די מאמע האט צייט אנצוקומען צו איר] שלעפט זי אראפ דאס ווינדל פארשמירענדיג די גאנצע בעטל?

מען האט איר שוין פרובירט צו טרעינען אבער אן ערפאלג...

א פשוט'ע עצה:

נעם די ברייטע דורכזיכטיגע קלעב (טעיפ) וואס די גראסערי לייט לייגן אויף די שאכטלעך, און קלעב דערמיט אראפ די קלעבערס פון די ווינדלן

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » זונטאג ינואר 23, 2011 12:26 pm

ייש"כ! דיין עצה ארבעט וואונדערבאר!!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 23, 2011 12:32 pm

ב"ה

אוועטאר
טשעירמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

תגובהדורך טשעירמאן » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 6:23 pm

מיין טוטער(3) איז מוראדיג שטארק מקנא זיין קליינע ברודערל (6 חדשים) אנשטאטס רעדן וועט ער נאכמאכען זיינע קולות קריכען און ענליכס, און לעצטענס לאזט ער אים נישט מנוחה ער כאפט ער ארויס זיינע טויס און פאנגט אים אפי' אן פיזיש טשעפענען וויאזוי באהאנדעלט מען אזא מצב? געבן אטענשאן ווען ער מאכט זיך נאריש? איז דא מומחים ווי מען קען גיין? ביטע אויב איינער קען אונז העלפען

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4133
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 7:25 pm

מעלות האט עס אמאל באהאנדלט, כ'מיין אז מ'קען פון זיי באקומען אלטע ארטיקלען פאר אן אפצאל.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט