יוסי גאלדבערגער גראפיסט "כח היחיד" קאמפיין קעגן טייערע חתונות

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 8:59 pm

.
צוגעלייגטע
IMG-20191207-WA0020.jpg
IMG-20191207-WA0020.jpg (88.22 KiB) געזעהן 841 מאל

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 9:03 pm

א מין ראיה דאס
ביי בועז איז שוין געווען זיווג שני משא"כ ביי לבן
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
אנליין סעלער
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:29 pm
לאקאציע: ראשו ורובו אין עמעזאן

תגובהדורך אנליין סעלער » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 9:05 pm

פרנס היום האט געשריבן:די קאמפעין האט זיך אנגהויבען פאריגע וואך זינטאג, נאך די עפענג פונם נייעם חתונה זאל *כרם מנחם* אין בארא פארק, וואס איז ב"ה די שענסטע און ביליגסטע זאל פאר 5 טויזענט א זייט,

און נאך די מעסיוו לחיים מיטן רבי'ן און וועד תקנות ד'קהלתינו, און נאך גרעסערע קהלות ביים חתונה מאלל אינטער העסקן ר' יואל עפשטיין, ווי מען האט פראקלעמירט די *ביליגע נייע פעקעזש*, און די רבי געבעטן זאל זיין נאך ביליגער, ווי ר' יואל האט שוין סוף וואך עדווערטייזט די רבי'ןס פארלאנג,

*10 טויזענט א סמארט פעקעזש, און 7500 א נאך ביליגער פעקעזש,*

האבן זיך צוזאם גענומען אסאך חברה, אויף גרופ'ס, אריינגעמישט שרייבער'ס, גרעפיקערס, און נאך דיפרענט אנערקענטע מענטשען, וואס האבן געזען מען קען אנקומען,

און האבן אפגעמאכט, *אינז טוען וואס אינז ווילן, אינז זען מיר קליג און לאכן פון די וועלט און טוען וואס סאיז רייט, און גייען גיין מיט אלעם די ביליגסטע שייך,*

*מיר זענען נישט משוגע צו כאפן הארץ אטאק'ס וועגן געפעלן פאר יענעם, אדער ווייל סאיז די סטענדערט,*

ממיילא יעדע מאל מען שיקט אזא עד, איז ראטזאם ווי מען שטעלן זיך צי צו די גרופ, און לייגן אויף סטאטוס, אדער שיקן ארים ביי משפחה, חברים, וועט עס זענען א גרעסערע כח, און אויפטוהן שטערקער, און איר וועט האבן זכות אין העלפן די רבים, און אייך אליין העלפן,

ווי האט יואלי עפשטיין געזאגט א גיט (ליידער ביטער)ווארט,

די סיבה וואס האט אים געשטיפט אפצוקויפן די חתונה מאל און אנהייבן די ביליגע פעקעזש, ווייל ער האט געזען אז סהאלט שוין ביי דעם אז

זיידע'ס ליידער קומען שוין נאך געלט פאר זייערע קינדער, ביידע זיידע'ס פון ביידע זייטן, פון מענטשען וואס הייסן בכלל נישט ארעם.

*לאמיר יעדער ווייזן אינזער כח, ובשם השם נעשה ונצליח, אין מיט דעם וואס יעדער יחיד וועט צו העלפן וועד די גזירה זיכער בטל ווערן, און מען בעזרת השם צוריק קענען אנהייבן מאכן שמחות מיט ריכטיגע שמחה!*

Please leave politics out of this
This is a united undertaking from individuals from all kehillos together
Don’t spoil it now by starting the “who takes the credit” game
Lets keep it higher than this
Thanks

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 9:17 pm

IMG-20191207-WA0028.jpg
IMG-20191207-WA0028.jpg (60.75 KiB) געזעהן 804 מאל
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

משהלע
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 9:18 pm

אריגינעל

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3091
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 10:38 pm

אינטערוויו: "דער כח היחיד",
מעכטיגע קאמפיין געלאזט געווארן אין גאנג צו ברענגען אויפמערקזאמקייט ביים רבים איבער די ארויס-פון-קאנטראל מצב ביים חתונה מאכן די קינדער : צוויי יחידים יוסי גאלדבערגער און שמואל דוד שווארץ :
https://www.yiddish24.com/4/12/10356
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3091
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 10:53 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:אדער אנשאט מען זאל טשעפנען א חסידישע מלבוש ווי שטריימל,

זאל מען פלעין טוען ווי סאטמאר טוט מיט כתר מלכות שטריימלעך, א חתן קויפט איין שטריימל פאר 1400.
עס ארבעט א מחיה.

איך האלט אז ביי די שטריימל קען מען טראסקען די פרייז ביז 50 דאלער אדער וויינגער

דאס איז דא אויף עמעזאן פאר $12
https://www.amazon.com/Dress-Up-America ... B07XMF97Y3

איך זאג נישט מ׳זאל גיין מיט די שטריימל.
איך גלייב אבער אז מקען פראדעצירן אין טשיינע היינט צו טאגס הערליכע שטריימלעך פון פאלטשע האר וואס זאל האלטן עטליס א יאהר צוויי
אויב זאל קאסטן אזא אייטעם 50 60 דאלער מיינט דאס אז אויך נאך 10 15 יאהר וועט מען האבן געצאלט נאר $1000
א געהעריגע שטריימל האלט נישט לענגער פון אפאר יאר שיין, און נאך 10 יאהר אפגעפליקט.
אבער דו אויפטוה איז נאכמער אז נישט די טאטע און שווער דארפן דאס צאלן, זיי וועלן צאלן איין מאל ביי די חתונה א 50, שפעטער וועט שוין יעדער מחליט זיין לויט זיין באדזשעט ווען ער זאל קויפן א נייע. און ווען מקויפט מיט די אייגענע געלט איז שוין א אנדער מעשה.

איי וועסטו פרעגן מטאר נישט טוישן לבוש?
די היינטיגע שטריימל ווי אזוי סזעהט אויס איז לא מיניה ולא מקצתיה פון אונזער טאטעס שטריימל, איך רעד שוין נישט פו די זיידעס.
אויב זעהט מען א טאטע מיט א זוהן וואס ביידע גייען היינטיגע שטריימליך, איז דאס נישט ווייל די זון גייט במסורת אבות, נאר די טאטע גייט במסורת הבנים.

תכלית גערעדט ווי אזוי איז מעגליך צו אריינברענגען אזא טויש.
איך בין דאך נישט משוגע, קיינער גייט נישט אריינקומען אין בית מדרש מיט א נייע מין שטריימל, ווייל די בעסטע וואס מזאל עס קענען מאכן וועט מען נאכאלטס זעהן א חילוק.
האב איך א פלאן, אפשר ווי איך לייג דאס אראפ איז אביסל צו ווילד, אבער איך מיין מ׳קען דאס אויסהארבעטן.
א עושר וואס וויל טוהן פאר כלל ישראל זאל אינוועסטירן א איינמאליגע 100 אלפים (אדער אפשר ווייניגער), מאכן א גרויסן טראסק און צוזמקום וואו מוועט אראפ רייסן די פרייזן פון שטריימל און ארויס ברענגען ווי נארשי צו ספענדן א טויזנטער (אויפן בעסטן אופן) פאר א זאך וואס האלט נישט מער ווי א פאר יאהר ווען מקען צאלן נאר א 50.
דארט אויפן פלאץ זאל מען טיילן פאר פרי די נייע שטריימל, אבער נאר פאר ווער סגעבט זיין אלטע שטריימל.
וועט מען דאך מורא האבן אז סוועט זיך נישט אויסארבעטן און מענטשן וועלן מורא האבן צו איינשטעלן זייער טייערע שטריימל, קען מען מאכן אז אלע שטריימלעך וועלן ווערן געקאודט און געסטראעדזשט אז אויב די זאך ארבעט זיך נישט אויס וועט מען צוריק געבן.
די איידיע אזוי ווי איך לייג אראפ איז אפשר נישט ממש בכדי שיעשה אבער מקען עס ריכטיג דעוועלעפן.

נ.ב.
ועל כולם! מוועט פארדינען די וואג!
אויטאטע זיסער איך ווער צודרייט יעדן שבת פון דעם עול ומשא וואס מיינע עלטערן האבן מיר אנגעטוהן.
איך גלייב אז אויב וועט מען מאכן אין טשיינע אזא אייטעם וועט מען קענען לכתחילה אויסשטעלן סזאל וועגן ווייניגער ווי א הוט.
די פלאן איז מיר איינגעפאלן ביי לכה דודי, און פון דעמאלטס האב איך גאנץ שבת געפילט ווי איך שלעט א שטיין אויפן קאפ!

איי די שטריימל מאכער וועלן פאלירן זייער פרנסה.
זאג זיי אז דיגעלטער פוןדי טטייאוונטס וועט מען נוצן פאר זיי
:)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

הרב_שלום
שר ששת אלפים
תגובות: 6981
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 11:32 pm

איך שטים מיט 100 פערצענט
מיין שאלה איז נאר ווי אזוי דעס גייט צושטאנד קומען
א יוד מיט א כלה אין שטוב דערציילט מיר אז ער האט געפלאנט צו נעמען די זאל וואס חיים עקשטיין נעמט אבער די מחותן מיט זיין ווייב זענען בשום אופן נישט מסכים
פאר אפאר חדשים צירוק ווען איך האב געהאט מיין מיידל האב איך געטראכט פון געבן די נאמען דאנערשטאג ביים ליינען און נאכן דאווענען אראפ לייגען אביסל קעיק (וואס קאסט אינטער $50 און א קידוש אין מיין ביהמ"ד קאסט $700) אבער מיין ווייב האט זיך גאר שטארק געשטעלט דערויפ
מיין ברודער האט לעצטע וואך חתונה געמאכט איך האב בשום אופן נישט געלאזט מיין 15 יעריגע טאכטער מאכן די האר ביי א סטייליסט, זי האט זיך אזאנס גענומען פארפירען און מיין ווייב זאגט מיר וועגן א נארישע $30 מאכסטו א טראסק
איך מיין נישט אוועק צו מאכן איך וויל נאר פארשטיין
Diapers: Save $30 when you spend $100
https://amzn.to/2uLJKvF

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 11:39 pm

הרב_שלום האט געשריבן:איך שטים מיט 100 פערצענט

ווי מאכט חיים עקשטיין חתונה ?

הרב_שלום
שר ששת אלפים
תגובות: 6981
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 11:43 pm

דערווייל הייסט עס אין א ווערהויז נעבן קרית יואל (ווי ער איז נישט געבינדען מיט קיין מינימום)
Diapers: Save $30 when you spend $100
https://amzn.to/2uLJKvF

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 11:44 pm

הרב_שלום האט געשריבן:דערווייל הייסט עס אין א ווערהויז נעבן קרית יואל (ווי ער איז נישט געבינדען מיט קיין מינימום)

קען אויסקומען ביליגער ווי כינור דוד?

אוועטאר
ברוך מ'לאנדאן
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 20, 2019 2:59 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך ברוך מ'לאנדאן » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:01 am

איינס האט געשריבן:אינטערוויו: "דער כח היחיד",
מעכטיגע קאמפיין געלאזט געווארן אין גאנג צו ברענגען אויפמערקזאמקייט ביים רבים איבער די ארויס-פון-קאנטראל מצב ביים חתונה מאכן די קינדער : צוויי יחידים יוסי גאלדבערגער און שמואל דוד שווארץ :
https://www.yiddish24.com/4/12/10356

ווי קען מען עס הערן אויפן טעלעפאן?

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:03 am

הרב_שלום האט געשריבן:איך שטים מיט 100 פערצענט...
איך מיין נישט אוועק צו מאכן איך וויל נאר פארשטיין

קידוש איז מנהג אבותינו צו מאכן שבת און אויך געבן דעם נאמען אום שבת, ויש כמה ענינים בזה כמבואר בספה"ק. חוץ אין די מקומות וואו מ'פירט זיך אנדערש.

לגבי חתונה מאכן און זיך שלאגן מיטן ווייב, דארף מען זיך פאראייניגן אויף וואס מ'פארשטייט זיך יא. איך האב שוין אפגעמאכט מיט מיין ווייב וויאזוי זיך צו פירן, און ביי דעם וועט עס בלייבן בעז"ה.

תנאים: ביים שידוך פון א טאכטער וועט נישט זיין קיין שום תנאים, נאר א לחיים צווישן מחותנים. אנשטאט, וועט מען צאלן א שיינע סאפער פאר די כלה מיט אירע חבר'טעס.

באווארפן: ביים באווארפן פון א זון דארף מען נישט קיין זאל, מיר לאדענען נישט קיין שום געסט חוץ אונזערע עלטערן, סעודות ווי געווענליך אין שטוב מיט מיינע אייגענע קינדערליך. (דאס שפארט אויך טורח הדרך און בעביסטינג פאר די נישט געלאדנטע געסט, און א זאל מיט קעטערינג פאר מיר).

מצוה טאנץ: אנשטאט א בדחן וועל איך צאלן איינעם 500 דאלער ער זאל שיין אויסרופן יעדעם פאר בערך 5 מינוט א מענטש. ישועות וועט מען מוזן פועל'ן א צווייטע מאל...

פארניטשער די מינימום וואס פעלט אויס. מתנות פאר ביליג. די חתונה אין ביליגסטן זאל. (לגבי א שטריימל בין איך מסופק, ווייל מיט דעם בלייבט ער פאר די קומענדיגע יארן און דאס טראגט ער ארום יעדן שבת).
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

yid
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

תגובהדורך yid » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:04 am

ברוך מ'לאנדאן האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:אינטערוויו: "דער כח היחיד",
מעכטיגע קאמפיין געלאזט געווארן אין גאנג צו ברענגען אויפמערקזאמקייט ביים רבים איבער די ארויס-פון-קאנטראל מצב ביים חתונה מאכן די קינדער : צוויי יחידים יוסי גאלדבערגער און שמואל דוד שווארץ :
https://www.yiddish24.com/4/12/10356

ווי קען מען עס הערן אויפן טעלעפאן?

2124441100 1-1-4

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:16 am

;l;p-
צוגעלייגטע
Screenshot_20191208-001515_WhatsApp.jpg
Screenshot_20191208-001515_WhatsApp.jpg (524.97 KiB) געזעהן 472 מאל

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:29 am

כ'האף אז ער גייט נישט גיין דערמיט, ווייל אז יא מאכט ער אלעס חרוב...

צדיק בן צדיק
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

תגובהדורך צדיק בן צדיק » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:39 am

איך האב נישט קיין געדולד צו ליינן דאס גאנצע אשכול ביז דא, לאמיר נאר דא שרייבען וואס אני הקטן האט געטראכט דעים שבת, וואס קען געטון ווערן באלד, און שוין זעהן פירות בעזהשי״ת, קאן זיין מען האט שוין געשריבן דערוועגן.

מ׳זאל צוזאמען נעמען א קול קורא פון די צעהן גרעסטע קהילות, מיט א תקנה (אדער ביז דערוויייל נאר רעקאמעדירן) פאר נייע קאפלס פון נאך דער חתונה ביז לכל הפחות דריי יאר צו אריינמופען אויסשליסלך און א ׳פוירנישד אפארטמענט׳, דאס מיינט אז מחותנים וועלן נישט דארפן ספענדן פאר פוירניטשער און נאך אסאך אנדערע דירה הוצאות.

נאך ווען די דריי יאר ענדיגט זיך, און ס׳איז צייט צו גיין און א גרעסערע דירה וועלן די עלטערן העלפן נאר מיט בעדרום פוירניטשער, פארשטייט זיך וויפיל זיי קענען עפארדן, און אויב דער אינגערמאן פארדינט, קען ער אפגרעידן און ספענדן פון זיין אייגען געלט וויפיל זיין הארץ באגערט.

אז עס וועט ווערן א דימענד, וועלן די בילדערס אינוועסטן און צושטעלן גענוג פורנישד איין בעדרום דירות.

אוועטאר
שפע רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

תגובהדורך שפע רב » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:41 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן:איך האלט אז די בעסטע וועג צו צוהאקו די שטריימל רויבעריי איז אז די אמעריקאנע חסידים זאלן פשוט אנהייבן גיין מיט ספאדיקס.

עס איז א הייליגע חסידישע שבת'דיגע מלבוש, און די פרייזן לויפן אונטער 1000 דאלער. נישטא קיין רעגן ספאדיקס וכו'
די ערשטע רבי עס איינצופירן האט מיך פאר א חסיד/מעמבער

איך גלייב דו קענסט די מעשה, ווען בימים ההם האבן די סוחרים געוואלט העכערן די פרייזן פון די ספאדיקס, האט דער בית ישראל געשיקט א מעסעדזש אז טאמער וועלן זיי זיך וואגן צו גיין העכער טויזנט דאן קומט ער אריין די נעקסטע וואך שבת מיט א היט אין ביהמ"ד.

אפשר קען מען פראבירן ארבעטן צו מעורר זיין די רבנים און אדמורי"ם אז זיי זאלן פון זייער זייט אביסל נידערן דעם סטאנדארט, און נישט לאזן די גרויסע פירמעס נוצן זייערע קעפ פארן שאו קעיס...

מ'דארף שיינערהייט מעורר זיין די משב''ק'נים וואס זיי באקומען אויך א שיינע שטריימעל בחינם אז מ'זאל לאזן נוצן דעם רבין'ס קאפ פאר עדווערטייזמענט.

קודא''ס פאר באבוב'ער רבי שליט'א וואס האט לפי זכרוני מעורר געווען קעגן די ספענדעריי, און אליין אפגעהאקט די שפיצן זיינע....! (אויב איינער קען קאנפורמען)

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:43 am

הרב_שלום האט געשריבן:איך שטים מיט 100 פערצענט
מיין שאלה איז נאר ווי אזוי דעס גייט צושטאנד קומען
א יוד מיט א כלה אין שטוב דערציילט מיר אז ער האט געפלאנט צו נעמען די זאל וואס חיים עקשטיין נעמט אבער די מחותן מיט זיין ווייב זענען בשום אופן נישט מסכים
פאר אפאר חדשים צירוק ווען איך האב געהאט מיין מיידל האב איך געטראכט פון געבן די נאמען דאנערשטאג ביים ליינען און נאכן דאווענען אראפ לייגען אביסל קעיק (וואס קאסט אינטער $50 און א קידוש אין מיין ביהמ"ד קאסט $700) אבער מיין ווייב האט זיך גאר שטארק געשטעלט דערויפ
מיין ברודער האט לעצטע וואך חתונה געמאכט איך האב בשום אופן נישט געלאזט מיין 15 יעריגע טאכטער מאכן די האר ביי א סטייליסט, זי האט זיך אזאנס גענומען פארפירען און מיין ווייב זאגט מיר וועגן א נארישע $30 מאכסטו א טראסק
איך מיין נישט אוועק צו מאכן איך וויל נאר פארשטיין

הרב שלום דא האסטו דעם ענטפער (פון די קרית יואל'ע אויסגאבע "בעל הבית'טע"; יוסי גאלדבערגער דארף זיך אויך קאנצעטרירן אויף דעם אויב ער וויל ערגעץ אנקומען:
שפארן.PNG
שפארן.PNG (163.9 KiB) געזעהן 393 מאל

אוועטאר
שפע רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

אנקעטע איבער די כח היחיד קאמפיין קעגן די צודרייטע חתונה 'סטענדערד'

תגובהדורך שפע רב » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:47 am

וואס ארבעט בעסער. ליצנות אדער הסברים?
הסברים
4 וואכן פעי.jpeg
4 וואכן פעי.jpeg (371.06 KiB) געזעהן 382 מאל

ליצנות
IMG-20191204-WA0008.jpg
IMG-20191204-WA0008.jpg (53.07 KiB) געזעהן 382 מאל

געבט אפ אייער שטימע:

viewtopic.php?f=25&t=40980

אוועטאר
שפע רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

תגובהדורך שפע רב » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:49 am

וויל וועלן האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:איך שטים מיט 100 פערצענט
מיין שאלה איז נאר ווי אזוי דעס גייט צושטאנד קומען
א יוד מיט א כלה אין שטוב דערציילט מיר אז ער האט געפלאנט צו נעמען די זאל וואס חיים עקשטיין נעמט אבער די מחותן מיט זיין ווייב זענען בשום אופן נישט מסכים
פאר אפאר חדשים צירוק ווען איך האב געהאט מיין מיידל האב איך געטראכט פון געבן די נאמען דאנערשטאג ביים ליינען און נאכן דאווענען אראפ לייגען אביסל קעיק (וואס קאסט אינטער $50 און א קידוש אין מיין ביהמ"ד קאסט $700) אבער מיין ווייב האט זיך גאר שטארק געשטעלט דערויפ
מיין ברודער האט לעצטע וואך חתונה געמאכט איך האב בשום אופן נישט געלאזט מיין 15 יעריגע טאכטער מאכן די האר ביי א סטייליסט, זי האט זיך אזאנס גענומען פארפירען און מיין ווייב זאגט מיר וועגן א נארישע $30 מאכסטו א טראסק
איך מיין נישט אוועק צו מאכן איך וויל נאר פארשטיין

הרב שלום דא האסטו דעם ענטפער (פון די קרית יואל'ע אויסגאבע "בעל הבית'טע"; יוסי גאלדבערגער דארף זיך אויך קאנצעטרירן אויף דעם אויב ער וויל ערגעץ אנקומען:
שפארן.PNG

רעד קלארער. וואס דארף יעצט יאסי טון? קאמפיין קעגן טייערע קערידשעס? לענ''ד איז די כח היחיד קאמפיין געצילט פאר יעדן צו ספענדן לויטן בוזשעט. לא ללמד על עצמו יצא, אלא וכו'

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:54 am

יעצט גענדיגט הערן זיין אינטערוויו, ער רעדט פון דעם זייער שטארק

געהאפט
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 14, 2017 10:55 am

תגובהדורך געהאפט » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:56 am

שפע רב האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן:

קודא''ס פאר באבוב'ער רבי שליט'א וואס האט לפי זכרוני מעורר געווען קעגן די ספענדעריי, און אליין אפגעהאקט די שפיצן זיינע....! (אויב איינער קען קאנפורמען)

גערעכט נאר נישט וועגען ספענדעריי

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:57 am

שפע רב האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:איך שטים מיט 100 פערצענט
מיין שאלה איז נאר ווי אזוי דעס גייט צושטאנד קומען
א יוד מיט א כלה אין שטוב דערציילט מיר אז ער האט געפלאנט צו נעמען די זאל וואס חיים עקשטיין נעמט אבער די מחותן מיט זיין ווייב זענען בשום אופן נישט מסכים
פאר אפאר חדשים צירוק ווען איך האב געהאט מיין מיידל האב איך געטראכט פון געבן די נאמען דאנערשטאג ביים ליינען און נאכן דאווענען אראפ לייגען אביסל קעיק (וואס קאסט אינטער $50 און א קידוש אין מיין ביהמ"ד קאסט $700) אבער מיין ווייב האט זיך גאר שטארק געשטעלט דערויפ
מיין ברודער האט לעצטע וואך חתונה געמאכט איך האב בשום אופן נישט געלאזט מיין 15 יעריגע טאכטער מאכן די האר ביי א סטייליסט, זי האט זיך אזאנס גענומען פארפירען און מיין ווייב זאגט מיר וועגן א נארישע $30 מאכסטו א טראסק
איך מיין נישט אוועק צו מאכן איך וויל נאר פארשטיין

הרב שלום דא האסטו דעם ענטפער (פון די קרית יואל'ע אויסגאבע "בעל הבית'טע"; יוסי גאלדבערגער דארף זיך אויך קאנצעטרירן אויף דעם אויב ער וויל ערגעץ אנקומען:
שפארן.PNG

רעד קלארער. וואס דארף יעצט יאסי טון? קאמפיין קעגן טייערע קערידשעס? לענ''ד איז די כח היחיד קאמפיין געצילט פאר יעדן צו ספענדן לויטן בוזשעט. לא ללמד על עצמו יצא, אלא וכו'

אין רעאליטעט איז זייער שווער [ליין: אוממעגליך] צו טוישן דעם מהלך המחשבה ביי נארוואס געווארענע 18 יעריגע בחורים און מיידלעך, אויפצוגעבן אויף א טייערע שטריימל וכו' [אזוי ווי הרב שלום שרייבט צווישן די שורות], און לאמיר זאגן אז ער וועט אפנים איינגיין דערויף וועט דאס אים באנק טון אין מח ולב, מ'קען אנהייבן ביי די גדיים אזוי ווי די בריוו שרייבערן שרייבט און ולה' הישועה.

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:00 am

עס האבן חתונה איבער 500 אדער גאר טויזענט בחורים יערליך כעת אין אמעריקא וואס די חתנים באקומען א 1400 דאלאר'דיגע שטריימעל!
אל תתיאש!
לעצט פאראכטן דורך פרנס היום אום זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:06 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט