נושא בעול עם חבירו

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 12:09 am

הענדימען האט געשריבן:
טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:זאל איך רעדען פאליטיק, פון וועלעכע חסידות?

עד כאן!!!

דאס איז פארבאטן, לויט די אייוועלט שטאטוטן (גראמט)

זעהט איר נאך א מזל אז איך האב מיר נישט איינגעשטעלט די 70 יאר, אלענספאלס יישר כח

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 12:12 am

Goodmorning האט געשריבן:אפשר קען ר' אליעזר קרויס אייך אינטערוויוען אויף קול מבשר? ער איז דער נייער שטערן אויפן ליין....

אדרבה וויאזוי קום איך אן צו אים,
יישר כח, ב ד וו וויא עס קוקט אויס ענדיג איך די וואך מיט א קארגע צוואנציג אלפים אבער גלייבט מיר אז פאר מיר האב איך נישט אויף שבת צו מאכען, אבער נישט געזארגט עס וועט זיין א פרייליכער שבת.

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 1:38 am

שויתי ה' לנגדי תמיד

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 6:07 am

Goodmorning האט געשריבן:KMLIST394@GMAIL.COM
viewtopic.php?f=91&t=36766&p=1774300&hilit=אליעזר+קרויס#p1774300

יישר כח, נאר צו קוקען אויף דיין בילד פון די זון לעבט אויף א מענטש, עס איז לעכטיג עס איז שיין, פארמאך נישט די אויגען,

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

ראבא קאלס

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 9:33 am

בס"ד
א רב רופט מיך אפ וועגען א כלה א יתומה וואס די שידוך איז געוואנדען אין א געלט וואס דער רב ברויך זיך אוטערנעמען זאג איך אים אז איך ווייס נישט וואס צו טאן איך בין דערטראנקען אין חובות, פרעגט מיך דער רב צו איך קען ארויסשיקען א קאל, זאג איך יא אבער נאר מיט זיין קול אז ער בעט דעם צבור זיך משתתף זיין, איך האב שוין יוצא געוועהן עס האלט שוין עד כדי הכאה, זאגט ער אז ער וועט זיך איבערטראכטען,
איך למעשה האלט אז ער טאר עס נישט טאן עב איז נישט לפי כבודו, א רב איז א רב אן עסקן איז אן עסקן, אוודאי מעג א רב עסקענען אבער עס האט אנדערע הלכות, א רב טאר נישט ארום לויפען מאכען אפיעלס אזויוויא עסקנים, מען ברויך נישט מסביר זיין צו בארשט ברויך מען נישט קיין ציין, יעצט למעשה וואס טוט מען מיט די יתומה און יתום,
למעשה האב איך יא געמאכט די קאל און דעליווערט 3 טויזענט דאלער

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 1:14 pm

בס"ד
וויכטיגע מודעה, אי"ה זינטיג גיי איך שיקען א ראבא קאל פאר א פיקוח נפש צוועק,
די ערשטע מאל 2:00 P M
די צווייטע מאל 8:30 P M
ביטע האלט גרייט אייער נדבה, ווער עס האט זיך אראפ געסיינט וועט נישט האבען די זכי' עס צו באקומען אבער מען קען אריין רופען 929-900-1714, די צוועק וועל איך אי"ה מוצאי שבת ארויפלייגען, עס איז הארץ רייסענד,

זכריהו
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2017 12:47 pm

תגובהדורך זכריהו » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 1:38 pm

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:בס"ד
א רב רופט מיך אפ וועגען א כלה א יתומה וואס די שידוך איז געוואנדען אין א געלט וואס דער רב ברויך זיך אוטערנעמען זאג איך אים אז איך ווייס נישט וואס צו טאן איך בין דערטראנקען אין חובות, פרעגט מיך דער רב צו איך קען ארויסשיקען א קאל, זאג איך יא אבער נאר מיט זיין קול אז ער בעט דעם צבור זיך משתתף זיין, איך האב שוין יוצא געוועהן עס האלט שוין עד כדי הכאה, זאגט ער אז ער וועט זיך איבערטראכטען,
איך למעשה האלט אז ער טאר עס נישט טאן עב איז נישט לפי כבודו, א רב איז א רב אן עסקן איז אן עסקן, אוודאי מעג א רב עסקענען אבער עס האט אנדערע הלכות, א רב טאר נישט ארום לויפען מאכען אפיעלס אזויוויא עסקנים, מען ברויך נישט מסביר זיין צו בארשט ברויך מען נישט קיין ציין, יעצט למעשה וואס טוט מען מיט די יתומה און יתום,
למעשה האב איך יא געמאכט די קאל און דעליווערט 3 טויזענט דאלער

א רב זאל ארומגיין נאך געלט אין בית המדרש איז די שענסטע זאך. און אויב איז ער מכוב׳דיגע איד וואלט ער געמאכט בערך די סכום וואס איר האט דא געשריבן, אדער מער. ווי עס איז איינגעפירט מקדמת דנא ביי רבנים און ערליכע עסקנים, אז זיי גייען ארום נאך געלט, און אידן רחמנים בני רחמים נתבעים ונותנים, איבערהויפט אויב ער איז א איש מורם מעם, און מען האט רעספעקט פאר אים.

אז א רב זאל ארומרופן א ציבור אידן איז טאקע זייער מבוזה׳דיג, ווייל דאס באלאנגט פאר ניגעריע שווינדלערס, אדער דעספערט פארטייען און טעראר ארגאניזאציעס, און איז אומלעגאל. דינא דמלכותא דינא.

און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס רבנים רופן נישט ארום יעדעס מאל ווען זיי ווילן זאגן א דרשה, אדער אויפפאדערן עפעס. - נישט ווייל זיי קענען נישט אלע שיינע ווערטלעך וואס זיי וואלטן געקענט ברענגען צום טיש פאר יעדעם וואס האלט זיי פאר, נאר פשוט ווייל זיי זענען נושא בעול עם חבירו, און זענען סענסעטיוו צו אידנס געפילן - איבעראל.
לעצט פאראכטן דורך זכריהו אום פרייטאג אוקטובער 12, 2018 1:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1451
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 1:40 pm

מ'קען שוין טוישן נאמען פון אשכול "מאמרי ר' טוביה מאיר" (וכדומה)

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 2:24 pm

זכריהו האט געשריבן:
טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:בס"ד
א רב רופט מיך אפ וועגען א כלה א יתומה וואס די שידוך איז געוואנדען אין א געלט וואס דער רב ברויך זיך אוטערנעמען זאג איך אים אז איך ווייס נישט וואס צו טאן איך בין דערטראנקען אין חובות, פרעגט מיך דער רב צו איך קען ארויסשיקען א קאל, זאג איך יא אבער נאר מיט זיין קול אז ער בעט דעם צבור זיך משתתף זיין, איך האב שוין יוצא געוועהן עס האלט שוין עד כדי הכאה, זאגט ער אז ער וועט זיך איבערטראכטען,
איך למעשה האלט אז ער טאר עס נישט טאן עב איז נישט לפי כבודו, א רב איז א רב אן עסקן איז אן עסקן, אוודאי מעג א רב עסקענען אבער עס האט אנדערע הלכות, א רב טאר נישט ארום לויפען מאכען אפיעלס אזויוויא עסקנים, מען ברויך נישט מסביר זיין צו בארשט ברויך מען נישט קיין ציין, יעצט למעשה וואס טוט מען מיט די יתומה און יתום,
למעשה האב איך יא געמאכט די קאל און דעליווערט 3 טויזענט דאלער

א רב זאל ארומגיין נאך געלט אין בית המדרש איז די שענסטע זאך. און אויב איז ער מכוב׳דיגע איד וואלט ער געמאכט בערך די סכום וואס איר האט דא געשריבן, אדער מער. ווי עס איז איינגעפירט מקדמת דנא ביי רבנים און ערליכע עסקנים, אז זיי גייען ארום נאך געלט, און אידן רחמנים בני רחמים נתבעים ונותנים, איבערהויפט אויב ער איז א איש מורם מעם, און מען האט רעספעקט פאר אים.

אז א רב זאל ארומרופן א ציבור אידן איז טאקע זייער מבוזה׳דיג, ווייל דאס באלאנגט פאר ניגעריע שווינדלערס, אדער דעספערט פארטייען און טעראר ארגאניזאציעס, און איז אומלעגאל. דינא דמלכותא דינא.

און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס רבנים רופן נישט ארום יעדעס מאל ווען זיי ווילן זאגן א דרשה, אדער אויפפאדערן עפעס. - נישט ווייל זיי קענען נישט אלע שיינע ווערטלעך וואס זיי וואלטן געקענט ברענגען צום טיש פאר יעדעם וואס האלט זיי פאר, נאר פשוט ווייל זיי זענען נושא בעול עם חבירו, און זענען סענסעטיוו צו אידנס געפילן - איבעראל.

יישר כח, מיין כוונה איז געוועהן -ארוםלויפען מאכען מגביתים ביי די מינינים, דאס פאסט נישט פאר א רב-, אבער ארום גיין נאך געלט בדרך כבוד איז א געוואלדיגע זאך,
יישר כח פאר מגיב זיין

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 2:34 pm

אדער יא האט געשריבן:מ'קען שוין טוישן נאמען פון אשכול "מאמרי ר' טוביה מאיר" (וכדומה)

יישר כח
יעצט וועל איך דיר זאגען א שיין ווארט, ביי רבקה אמינו זעה מיר אז זי האט געזאגט פאר אליעזר "שתה וגם גמליך אשקה" לאמיר אריינקלערען, אליעזר לאזט זיך ארויס אויפ'ן וועג "וכל טוב אדונין בידו" פארשטיי איך אז ער האט מיטגענומען משרתים מיט יוצר משרתים, קעמעל טרייבער, מילא ער בעט פאר זיך א גלעזעל וואסער, מאכט נישט רבקה קיין חשבונות און דערלאנגט אים, אבער אז א 3 יעריג מיידיל זאל אנטרינקען א מחנה מענטשען מיט 10 קעמלעך, וואס דאס איז א קי"ל פון הונדערטע גאלאנען און אפילו מער, איז דאס נארמאל? עס איז וויא א בחורל זעהט קדם דעליווערען א טראק וויין וועט א ער צוגיין צום דעליטטערי מאן און זאגען זעץ דיך אוועק מיט דיינע ארבעטער איך וועל אלעס מאכען אליינס, אזא איינער באלאנגט אין אן אנשטאלט,
נאר וואס דען, רבקה איז געקומען פון א פלאץ פון רשעים דארט איז חסד געוועהן אסור בתכלית האיסור, האט זי אפגעמאכט אז זי וועט גיין עד קצה האחרון, בעטסט א גלעזעל וואסער באקומסטו א טאנק וואסער, וויא עס שטייט אין רמב"ם - וועט געברענגט אין צעטיל קטן אז ווען מען וויל זיך אויסארבעטען אין א מדה זאל מען גיין עד קצה האחרון, און אזוי איז ארויסגעקומען א טובי' מאיר מיט גאנץ כלל ישראל,

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 2:35 pm

איך דאנק דעם אייבישטען אז אין בית הכבוד קלאפט נאך קיינער נישט אריין נאך געלט, איין פלאץ ווי עס איז נאך דא אביסל מנוחה, (אויב מ'הייבט נישט אויף די טעלעפאן).

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 2:43 pm

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן:מ'קען שוין טוישן נאמען פון אשכול "מאמרי ר' טוביה מאיר" (וכדומה)

יישר כח
יעצט וועל איך דיר זאגען א שיין ווארט, ביי רבקה אמינו זעה מיר אז זי האט געזאגט פאר אליעזר "שתה וגם גמליך אשקה" לאמיר אריינקלערען, אליעזר לאזט זיך ארויס אויפ'ן וועג "וכל טוב אדונין בידו" פארשטיי איך אז ער האט מיטגענומען משרתים מיט יוצר משרתים, קעמעל טרייבער, מילא ער בעט פאר זיך א גלעזעל וואסער, מאכט נישט רבקה קיין חשבונות און דערלאנגט אים, אבער אז א 3 יעריג מיידיל זאל אנטרינקען א מחנה מענטשען מיט 10 קעמלעך, וואס דאס איז א קי"ל פון הונדערטע גאלאנען און אפילו מער, איז דאס נארמאל? עס איז וויא א בחורל זעהט קדם דעליווערען א טראק וויין וועט א ער צוגיין צום דעליטטערי מאן און זאגען זעץ דיך אוועק מיט דיינע ארבעטער איך וועל אלעס מאכען אליינס, אזא איינער באלאנגט אין אן אנשטאלט,
נאר וואס דען, רבקה איז געקומען פון א פלאץ פון רשעים דארט איז חסד געוועהן אסור בתכלית האיסור, האט זי אפגעמאכט אז זי וועט גיין עד קצה האחרון, בעטסט א גלעזעל וואסער באקומסטו א טאנק וואסער, וויא עס שטייט אין רמב"ם - וועט געברענגט אין צעטיל קטן אז ווען מען וויל זיך אויסארבעטען אין א מדה זאל מען גיין עד קצה האחרון, און אזוי איז ארויסגעקומען א טובי' מאיר מיט גאנץ כלל ישראל,

א שיין ווארט, אבער.
אמעריקע איז א מלכות של חסד, און להבדיל אנשי שלומינו געבן ביליאנען פאר צדקה, א רעגולער שחרית ביי אונז און שוהל קאסט א צוואנציגער נאר פון דאלערס, דאס איז חוץ מוסדות, משפחה, גוטע פריינט, ספעציעלע צוועקן.

א איד א נדיב דעסערווד צו ווערט געטריעט מיט דיגנעטי, הייסט דאס אין אמעריקע, מיט רעספעקט, דער ציל הייליגט נישט די מיטלען, מ'טאר נישט מאכן קיין האלד אפס לשם מצוה, דער באשעפער דארף דאס נישט, דאס אז א איד הארגעט זיך פאר כלל ישראל, איז באגריסענד, דאס אז ער ברעכט אונטער? איז קיינעם שולד נישט, און עס נישט בארעכטיגט צו מאכן פאני קאלס צו אידן אהיים, שלעפן אויסגעמוטשעטע מאמעס צום טעלעפאן, אלטע אידן וואס בלייבן נעבעך שרייען אין טעלעפאן, און אידן וואס הייבן מער נישט אויף אפילו וויכטיגע קאלס, וועגן מסתם איז עס נישט וויכטיג.

מ'טאר נישט טון אלעס, אפילו לשם מצוה, אויב האט איר א ליסט פון אידן וואס סיינען זיך ארויף דערויף, קענט איר קאלן, איר קענט נישט קאלן מיין זיידע פון 83 יאר, וואס שלעפט זיך צום פאן יעדעס מאל,און מיין באבע וואס איז האלב קלאר, מוז וויסן ווער דאס איז געווען.

קענט איר אנדערש איז גוט, אז נישט, זענט איר פטור, און וואויל איז אייער חלק ווי די גמרא זאגט:
אמר רב אסי: אפילו חשב אדם לעשות מצוה, ונאנס ולא עשאה, מעלה עליו הכתוב כאילו עשאה..

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 2:51 pm

לייפציק האט געשריבן:

יישר כח, איר רעדט דברים של טעם איר ברענט ארויס א ריכטיגע טענה, און איך ארבעט אויף א ליסט, אבער עם כל זה זענט איר אביסל צו שארף ווייל בד"כ זענען דא אייניקליך און משמשים און איך בעט מען זאל אראפסיינען, ב ד וו רוף עס נישט האלד אפ, אבער איך נעם ערנסט דיינע ווערטער, נאר זאג מיר דעם אמת איז טאקע אזוי אדער דו ניצט עס אלס משל, דו האסט א זיידען וואס איך דערגיי אים די יארען?
קענט איר אנדערש איז גוט, אז נישט, זענט איר פטור, דאס וואס איר שרייבט די שורה מוזט איר גוט איבערקלערען ווייל צופיל נפשות זענען אנגעהאנגען אויף ט"מ,

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 3:08 pm

זכריהו האט געשריבן:
טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:בס"ד
א רב רופט מיך אפ וועגען א כלה א יתומה וואס די שידוך איז געוואנדען אין א געלט וואס דער רב ברויך זיך אוטערנעמען זאג איך אים אז איך ווייס נישט וואס צו טאן איך בין דערטראנקען אין חובות, פרעגט מיך דער רב צו איך קען ארויסשיקען א קאל, זאג איך יא אבער נאר מיט זיין קול אז ער בעט דעם צבור זיך משתתף זיין, איך האב שוין יוצא געוועהן עס האלט שוין עד כדי הכאה, זאגט ער אז ער וועט זיך איבערטראכטען,
איך למעשה האלט אז ער טאר עס נישט טאן עב איז נישט לפי כבודו, א רב איז א רב אן עסקן איז אן עסקן, אוודאי מעג א רב עסקענען אבער עס האט אנדערע הלכות, א רב טאר נישט ארום לויפען מאכען אפיעלס אזויוויא עסקנים, מען ברויך נישט מסביר זיין צו בארשט ברויך מען נישט קיין ציין, יעצט למעשה וואס טוט מען מיט די יתומה און יתום,
למעשה האב איך יא געמאכט די קאל און דעליווערט 3 טויזענט דאלער

א רב זאל ארומגיין נאך געלט אין בית המדרש איז די שענסטע זאך. און אויב איז ער מכוב׳דיגע איד וואלט ער געמאכט בערך די סכום וואס איר האט דא געשריבן, אדער מער. ווי עס איז איינגעפירט מקדמת דנא ביי רבנים און ערליכע עסקנים, אז זיי גייען ארום נאך געלט, און אידן רחמנים בני רחמים נתבעים ונותנים, איבערהויפט אויב ער איז א איש מורם מעם, און מען האט רעספעקט פאר אים.

אז א רב זאל ארומרופן א ציבור אידן איז טאקע זייער מבוזה׳דיג, ווייל דאס באלאנגט פאר ניגעריע שווינדלערס, אדער דעספערט פארטייען און טעראר ארגאניזאציעס, און איז אומלעגאל. דינא דמלכותא דינא.

און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס רבנים רופן נישט ארום יעדעס מאל ווען זיי ווילן זאגן א דרשה, אדער אויפפאדערן עפעס. - נישט ווייל זיי קענען נישט אלע שיינע ווערטלעך וואס זיי וואלטן געקענט ברענגען צום טיש פאר יעדעם וואס האלט זיי פאר, נאר פשוט ווייל זיי זענען נושא בעול עם חבירו, און זענען סענסעטיוו צו אידנס געפילן - איבעראל.

איך וויל צולייגען, דער רב איז געגאנגען נאך געלט ער האט שיין געמאכט אבער ער האט געדארםט נאך, דו פארשטייסט אליין אז צו צאלען ביידע צדדים דארף מען היבש מער,

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 3:28 pm

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:בס"ד
וויכטיגע מודעה, אי"ה זינטיג גיי איך שיקען א ראבא קאל פאר א פיקוח נפש צוועק,
די ערשטע מאל 2:00 P M
די צווייטע מאל 8:30 P M
ביטע האלט גרייט אייער נדבה, ווער עס האט זיך אראפ געסיינט וועט נישט האבען די זכי' עס צו באקומען אבער מען קען אריין רופען 929-900-1714, די צוועק וועל איך אי"ה מוצאי שבת ארויפלייגען, עס איז הארץ רייסענד,

א גוטן ערב שבת,
א דאנק פארן מעלדן דערוועגן פון פאראויס, אזוי ארום וועל איך מיך קענען איבערצייגן אויב איך בין טאקע אראפגענומען געווארן פון די ליסטע
האפן מיר צו מעלדן דערוועגן זונטאג אווענט
א גוט שבת
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

נו גוט נו שוין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 3:49 pm

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:קענט איר אנדערש איז גוט, אז נישט, זענט איר פטור, דאס וואס איר שרייבט די שורה מוזט איר גוט איבערקלערען ווייל צופיל נפשות זענען אנגעהאנגען אויף ט"מ,

א קליינע הערה, קיינער איז נישט תלוי אין אייך פרעזענליך, אלע באשעפענישן זענען תלוי במי שאמר והיה העולם, איר האט נאר די אומשאצבארע זכיה צו זיין דער שליח לדבר מצוה.

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 5:02 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:קענט איר אנדערש איז גוט, אז נישט, זענט איר פטור, דאס וואס איר שרייבט די שורה מוזט איר גוט איבערקלערען ווייל צופיל נפשות זענען אנגעהאנגען אויף ט"מ,

קליינע הערה, קיינער איז נישט תלוי אין אייך פרעזענליך, אלע באשעפענישן זענען תלוי במי שאמר והיה העולם, איר האט נאר די אומשאצבארע זכיה צו זיין דער שליח לדבר מצוה.

דו ביסט גערעכט אבער איך בין שוין דערינען מיט ביידע פיס, יעצט לעצטענס איינע פון די אידען וואס איך האב אים זייער אסאך צוגעהאלפען צוריקשטעלען זיין שטוב, מאכט יעצט חתונה א קינד און די אידענע איז אנגעצויגען ביז גאר ווייל עס איז ניטש קיין געלט און די פייער המחלוקת הייבט זיך אן, און עס איז דא 7 קליינע קינדער בלע"ה, אדער שפרינג איך אריין ווייל מיך טראסט זי, אדער בין איך מפקיר 7 קינדער -חלילה

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג אוקטובער 14, 2018 8:57 pm

לכאורה האט געשריבן:
טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:בס"ד
וויכטיגע מודעה, אי"ה זינטיג גיי איך שיקען א ראבא קאל פאר א פיקוח נפש צוועק,
די ערשטע מאל 2:00 P M
די צווייטע מאל 8:30 P M
ביטע האלט גרייט אייער נדבה, ווער עס האט זיך אראפ געסיינט וועט נישט האבען די זכי' עס צו באקומען אבער מען קען אריין רופען 929-900-1714, די צוועק וועל איך אי"ה מוצאי שבת ארויפלייגען, עס איז הארץ רייסענד,

א גוטן ערב שבת,
א דאנק פארן מעלדן דערוועגן פון פאראויס, אזוי ארום וועל איך מיך קענען איבערצייגן אויב איך בין טאקע אראפגענומען געווארן פון די ליסטע
האפן מיר צו מעלדן דערוועגן זונטאג אווענט
א גוט שבת

ווי עס שיינט בין איך טאקע אראפגענומען געווארן פון די ליסטע, ווייל היינט בין איך דערווייל נישט געשטערט געווארן דורך חסדי טובים מאורות (אויסער אויב מיינע קינדער האבן געהאלטן דעם טעלעפאן פארנומען מיט סיפור לספר אלע שעות פון טאג און נישט גענומען קיין ביפס...)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » זונטאג אוקטובער 14, 2018 9:37 pm

דורכליינענדיג די אשכול פיל איך מיר ווי נאכן הערן א ראבא קאל פון טובי מאיר... איך בין דיזי.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 2:37 pm

יעצט באקומען א רוף פון 718-682-2052 מיט א ראבא-קאל, לויט גוגעל ווערט דער נומער גענוצט דורך חסדי טובים מאורות
אויב דער יעצטיגער רוף איז ארויס פון ח.ט.מ. מיינט דאס אז מען קען זיך נישט אראפסיינען פון זייער סיסטעם, ווייל עס איז שוין כמעט א וואך זינט איך האב געלאזט א מעסעדזש אויפן סיסטעם אראפצונעמען מיין טעלעפאן נומער

ר' טובי' מאיר, איך ערווארט אן ענטפער פון אייך
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19722
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 2:45 pm

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:
שמחת עולם האט געשריבן:ברוכים הבאים ר' טובי' מאיר,

איך זעה אז איר פארהאנקערט זיך כסדר מיטן ווארט גלעזל אנשטאט גלאז. מן הסתם ווילט איר זאגן "גלאז" ווייל מען רעדט נישט פון קליין קורטוב נאר עס האנדעלט זיך פון א לוג, עס איז נישט קיין גלעזל נאר א גלאז. וויל איך אייך זאגן אז איר קענט רואיג זאגן גלעזל אויך אויף א פאס, ווייל דאס ווארט גלעזל איז א לשון חבה, אזוי ווי מען זאגט "יענקל" אפילו אויב איז ער אזוי גרויס ווי עוג מלך הבשן.

בכל אופן עס איז א כבוד אייך צו האבן דא, בואכם לשלום והצלחה רבה!

בס"ד
פאר דעם תגובה אליינס האט זיך געלוינט די גאנצע איי וועלט, תשו"ח לך,
ביים סאטמאר רבין זי"ע איינמאל נאך די הקפות, ביים צוריק גיין צו זיין פלאץ, האט הרה"ח ר' ישראל דוד ווייס ע"ה זיך געשטעלט אזוי אז רבינו זאל אים באמערקען און האט געמאכט נענועים מיט א פלעשעל ברוינפען, פרעגט דער רבי מה זאת, ענטפערט ער "יעדער שאקעלט מיט וואס ער גלייכט, דער רבי גלייכט די תורה הק' און איך גלייך דאס פלעשעל,

נישט ר' ישראל דוד ע"ה, אן אנדערע פון די חבורה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

אשיחה וירוח לי

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 1:46 pm

בס"ד
רבותי א גוט מארגען, מען קוק מיר ארויס אויף א לעכטיגען טאג, פרייליכען טאג, תפלה לאל חיי,

היינט בין איך לע"ע שטארק צובראכען און איך קוק ארויס אויף אסאך חיזוק, עס קוקט מיר אויס אז איך האב דא אויף איי וועלט גוטע ידידים, און דער חכם מכל האדם זאגט דאגה בלב איש ישיחנה וויא אויך ותשועה ברוב יועץ וועל איך עס טאן און בע"ה וועט זיין איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק,
נאר קודם וועל איך מקדים זיין אפאר רעיונות שחנני השי"ת ברוב חסדו, מיר זעהן אין די ווינטערדיגע סדרות וויאזוי די וועלט איז געבויט געווארען, עס איז חרוב געווארען, צוריק אויפגעבויט געווארען, וויאזוי כלל ישראל איז געבוירען געווארען און וויאזוי די אבות ואמהות האבען זוכה געוועהן דערצו, און אלעס דרייט זיך ארום חסד, עס קוקט אויס ווען עס וואלט געפעלט איין קליינע חלק פון דעם חסד וואלט די קייט נישט געהאט קיין המשך, און עס איז קלאר כשמש בצהריים, און באמת זאגט דער פסוק "עולם חסד יבנה"
לאמיר אויפמישען דעם באוואוסטען מדרש רבה,
אמר רבי סימון: בשעה שבא הקדוש ברוך הוא לבראֹת את אדם הראשון, נעשו מלאכי השרת כיתים כיתים, וחבורות חבורות. מהם אומרים אל יִבָּרֵא, ומהם אומרים יִבָּרֵא, הדא הוא דכתיב: (תהלים פה, יא) חֶסֶד וֶאֱמֶת נִפְגָּשׁוּ, צֶדֶק וְשָׁלוֹם נָשָׁקוּ. חסד אומר: יִבָּרֵא, שהוא גומל חסדים. ואמת אומר: אל יִבָּרֵא, שכולו שקרים. צדק אומר: יִבָּרֵא, שהוא עושה צדקות. שלום אומר: אל יִבָּרֵא, דכוליה קטטה. מה עשה הקדוש ברוך הוא נטל אמת והשליכו לארץ, הדא הוא דכתיב (דניאל ח, יב) וְתַשְׁלֵךְ אֱמֶת אַרְצָה.
די ווערטער רעדען פאר זיך "אויב איז דא צדקה וחסד פארקוקט דער רבוש"ע זייער אסאך" און דאס טרעפט מען קלאר אין חז"ל ביי מיכה, תניא רבי נתן אומר מגרב לשילה ג' מילין והיה עשן המערכה ועשן פסל מיכה מתערבין זה בזה בקשו מלאכי השרת לדוחפו אמר להן הקב"ה הניחו לו שפתו מצויה לעוברי דרכים, המשך יבא אי"ה אם יהי' פארלאנג על זה,

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 1:49 pm

farshlufen האט געשריבן:
טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:
שמחת עולם האט געשריבן:ברוכים הבאים ר' טובי' מאיר,

איך זעה אז איר פארהאנקערט זיך כסדר מיטן ווארט גלעזל אנשטאט גלאז. מן הסתם ווילט איר זאגן "גלאז" ווייל מען רעדט נישט פון קליין קורטוב נאר עס האנדעלט זיך פון א לוג, עס איז נישט קיין גלעזל נאר א גלאז. וויל איך אייך זאגן אז איר קענט רואיג זאגן גלעזל אויך אויף א פאס, ווייל דאס ווארט גלעזל איז א לשון חבה, אזוי ווי מען זאגט "יענקל" אפילו אויב איז ער אזוי גרויס ווי עוג מלך הבשן.

בכל אופן עס איז א כבוד אייך צו האבן דא, בואכם לשלום והצלחה רבה!

בס"ד
פאר דעם תגובה אליינס האט זיך געלוינט די גאנצע איי וועלט, תשו"ח לך,
ביים סאטמאר רבין זי"ע איינמאל נאך די הקפות, ביים צוריק גיין צו זיין פלאץ, האט הרה"ח ר' ישראל דוד ווייס ע"ה זיך געשטעלט אזוי אז רבינו זאל אים באמערקען און האט געמאכט נענועים מיט א פלעשעל ברוינפען, פרעגט דער רבי מה זאת, ענטפערט ער "יעדער שאקעלט מיט וואס ער גלייכט, דער רבי גלייכט די תורה הק' און איך גלייך דאס פלעשעל,

נישט ר' ישראל דוד ע"ה, אן אנדערע פון די חבורה.

והוא רחום יכפר עון, אבער למעשה האט הר"ר ישראל דוד ע"ה זוכה געוועהן להחיות נפש צדיק, וויא אויך הר"ר אפרים ניימאנן ע"ה הר"ר נתנאל פארקאש ע"ה הר"ר שלמה יעקב געלבמאן ע"ה ועוד מי יתנני ירחי קדם

נו גוט נו שוין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

אשיחה וירוח לי

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 5:28 pm

שוין בעסער??

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 5:55 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:שוין בעסער??

וואס זאגסוט צו וואס איך האב געשריבען,
איך האב געהערט א ווערטעל אולי איז עס שוין מפורסם, משיח איז געקומען קיין אמעריקע ער טרעפט א באבאווער איד, זאגט ער אים איך בין משיח איך וויל הערען אויב איך קען שוין קומען, זאג מיר וואס א חסיד דו ביזט, זאגט דער איד א באבאווער פרעגט משיח וועלעכע באבאוו זאגט דער איד עס איז נאר דא איין באבאוו, אה - אמחי' עס איז שלו', משיח גייט ווייטער ער טרעפט א סאטמערען, ווי באלאנגסטו, אין סאטמאר, וועלעכע, עס איז נאר דא איינס, ווא עס איז געווארען שלום אויף די וועלט, ער גייט ווייטער ער טרעפט א ראכמיסטריווקער איד, וויא באלאנסטו, ראכמיסטריווקע, וועלעכע, פון אמעריקע, אוי ווייא מען קריגט זיך יא, ..................

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט