שמחת חיים, וויאזוי באקומט מען דאס?!

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
אלט מאנרא
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג יוני 19, 2017 4:03 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:האנטעך, יעצט אריינגעקומען ס'ערשטע מאל. מורא'דיג!!
די מציאות איז אז כדי צו זיין נארמאל אגאנץ יאר מוז מען איינס צוויי מאל א יאר זיך אויפרייסן... (קרעדיט: שאץ מאץ - לאמטערנע)

אוועטאר
סארקאזי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דינסטאג יוני 20, 2017 3:00 pm

כבוד הרב אלונטית שליט''א איך בין נעכטען דא אריינגעקומען און ארויסגעפרינט דעם גאנצעם pdf
איך בין ממש צושטורעמט, אזא רייכקייט, אזא קלארקייט, סאיז ערענסטע סחורה דא,
איין זאך איז מיר געווען א חידוש, איך האב געוויסט אז צו טוישען אדער צו היילען סיי וואס אינעם מענטש, איז דא צוויי כלליותדיגע מהלכים
קאגנעטיוו און ביהעווער'ל
קאגנעטיוו מיינט אז יעדע סארט הנהגה אינעם מענטש קומט פון אינפארמעישאן וואס דער מח זאגט אים, איז אויב טוישט מען דעם דיסק אינעם מח,
מלייגט אריין אנדערע אינפארמעישאן, וועלן זיך די געפילען און הנהגות אויך טוישען,
ביהעווער'ל מיינט עקסערסייז, מ'געוויינט זיך צוביסלעך צו, צו געזונטע הנהגות כידוע ליודעי חריין,און סאיז א מחלוקת הפוסקים וויפיל מדארף האבען פון ביידע,
אבער איר לייגט אראפ, אז גאר דער מח וואס צווינגט דעם הארץ אים נאכצוטאנצען, ער איז דער וואס מאכט פראבלעמען פארן הארץ,
ממילא זאל מען שיקען דעם מח אביסל וואקאציע קיין שווייץ, און מטפל זיין מיטען זיסן קליינעם צובראכען הערצעלע אליינס,
האב איך גיט פארשטאנען?

נאך אזאך סזעהט אויס אז עפעס גאר א גרויסער חסידישער פסיכילאג אזא שטייגער ווי דער ''הייליגער פיאסעצנער'' אדער דער נתיבות שלום וכדומ', האט אויסגעארבעט דעם מהלך און ער טרעפט די אלע מהלכים אין חסידישע ספרים,
ברסלב ווייסען מיר איז טעראפי פארען נפש, נישט במכוון ד''מ אז ר' נחמן איז פשוט געווען א פסיכעלאג נאר ער קריכט אריין אין א געוואלדיגע עומק הנפש צוזאמען מיטען אור הצדיק (כמבואר בתורה ל')
אבער גאר ''דגל'' מיט ''תולדות'' מיט ''שער התפילה'' ארויסנעמען פון דארט מהלכים אויף תורת הנפש איז מיר א חידוש
איך וואלט געקענט באשטיין צו וויסען ווער אייער קוואל איז,
סקען זיין אין אישי
בכבוד הראוי
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

תגובהדורך האנטעך » דינסטאג יוני 20, 2017 5:04 pm

איך וועל ענטפערן בקצרה
CBT זאגט די צוויי מהלכים וואס זענען גראדע אמת אויך עפ"י חסידות ויהדות
ביהעיווערעל איז די יסוד פון ספר החינוך אדם נפעל לפי פעולותיו
קאגניטעוו איז די מהלכי המחשבה פון ספרי מוסר וחסידות.

אבער אויך איז דא א גאנצע וועלט פון סובקאונטשעס טעראפיס ווי סייקא דינעמיק-אנאלעסיס (אן אריין גיין אז עס איז דארט דא זאכן שאינו עפ"י השקפת התורה און לויט אסאך מיינונגן איז עבר הקלח עליהם).

ווי אויך אסאך ריקאנסטרארקשענעל מהלכים ווי קאהירנס טעראפי ווי מתבונן האט שוין מרחיב געווען הדיבור עליו אין א אנדערע אשכול. און אויך איז דא היפנאטעראפי למיניהם. וואס די אלע ארבעטן מיטן הארץ סאבקאנטשעס בלע"ז והיינו פנימיות הלב וואס איז די שורש פאר די מוח כמבואר בתניא.

אמת איך האב גענומען אויך פון ברסלב אבער די שורש איז די זעלבע אין אלע ספרי חסידות נאר די פרטים טוישן זיך ואין כאן המקום והזמן להרחיב.

היימישער אינגערמאן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4978
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך יוני 21, 2017 12:27 am

האנטעך האט געשריבן:איך וועל ענטפערן בקצרה
CBT זאגט די צוויי מהלכים וואס זענען גראדע אמת אויך עפ"י חסידות ויהדות
ביהעיווערעל איז די יסוד פון ספר החינוך אדם נפעל לפי פעולותיו
קאגניטעוו איז די מהלכי המחשבה פון ספרי מוסר וחסידות.

אבער אויך איז דא א גאנצע וועלט פון סובקאונטשעס טעראפיס ווי סייקא דינעמיק-אנאלעסיס (אן אריין גיין אז עס איז דארט דא זאכן שאינו עפ"י השקפת התורה און לויט אסאך מיינונגן איז עבר הקלח עליהם).

ווי אויך אסאך ריקאנסטרארקשענעל מהלכים ווי קאהירנס טעראפי ווי מתבונן האט שוין מרחיב געווען הדיבור עליו אין א אנדערע אשכול. און אויך איז דא היפנאטעראפי למיניהם. וואס די אלע ארבעטן מיטן הארץ סאבקאנטשעס בלע"ז והיינו פנימיות הלב וואס איז די שורש פאר די מוח כמבואר בתניא.

אמת איך האב גענומען אויך פון ברסלב אבער די שורש איז די זעלבע אין אלע ספרי חסידות נאר די פרטים טוישן זיך ואין כאן המקום והזמן להרחיב.


ששששש....רבותי

רבי האנטעך איז צוריק דא.....


נאך זיין 9 חדשים אפוועזענד.

יהא בואו לברכי להרמת קרן התורה והחסידות


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט