יואלי פרידמאן האט מיך געהייסן איבערגעבן:

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג אוקטובער 18, 2009 2:57 pm

קודם כל וויל איך זאגן אז ס'איז שטותים!, דער "הכוכב" איז נישט אינטער געגאנגען יענע וואך, ס'איז נאך ארויס געקומען א שיין שטיק צייט, ביז גרויזי האט פארמאכט דעם אשכול און נישט געלאזט מער ארויס קומען פונעם באקס.

דאן האט מען געטוישט דעם נאמען צו "די ליטווישע צוויבל", אין וואס דער רעדאקטאר האט אריינגענומען גרויזי פאר א שותף, אזוי ארום אז ער זאל מער נישט פארפירן. ווען גרויזי איז א חתן געווארן האט מען עס פארקויפט פאר די ריזיגע צייטונג פירמע "הטלסקופּ" (שפקתיו בלע"ז). פאר'ן נישטיגן סכום פון וואן פוינט פייוו.

איך געדענק אויך ווי ל"ג בעומר האט "עס עפעס" אריינגעווארפן א גאנצע באקס הכוכב'ס אין די הדלקה וואס מען האט געמאכט ביי מרדכי יוסף הערשבערג אין פארקינג לאט, דאס איז געווען אלס פראטעסט פאר וואס זיי האבן געשריבן א שארפע עדיטאריעל, היתכן אז ער הייסט יעדן איינעם עסן און ער עסט גארנישט. אבער וויכי איז אים נישט שולדיג געבליבן, ער האט שוין דאןאנגעהויבן מיט זיינע סאטמארע שטיק, און אריינגעווארפן א גאנצע שעלף מיט ספרים פון הרב... (נאמען אריינגעווארפן אין סוער צוליב זיכערהייטס סיבות און תקנת המקוה).
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » זונטאג אוקטובער 18, 2009 3:00 pm

שמערי, כדערמאן זיך טאקע ווי עפלשניט דער ציוני פון ישיבה האט באהאלטן אינעם באקס הכוכב'ס א "ספר ויואל משה" און געוואויר ווערנדיג דערפון, האבעך שנעל ארויסגעכאפט דעם באקס פון פייער...

עד היום לייד איך פון אן אפגעבריהטן פינגער...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » זונטאג אוקטובער 18, 2009 4:22 pm

איך קאטשקע מיר דא פאר געלעכטער די לעצטע זיבן בלאט!!!

אגב, עטס דערציילטס דא אלעס וואס האט זיך אפגעטוען די אלע יארן אין ישיבה, איך זיץ דא ביים קאמפיוטער צוזאמען מיט'ן הויפט משגיח, וועמענס נאמען איז קיינמאל נישט געווען באקאנט צווישן די בחורים, מ'האט אים בלויז גערופן מיט'ן ניק בלשון חיבה "משגיח'ל", ער ליינט און ער ליינט און דאס בלוט קאכט זיך אים, ער קען זיך פשוט נישט גלייבן אז זיינע אייגענע תלמידים, וואס ער זיך צו זיי אפגעגעבן ווי א טאטע צו זיינע קינדער, יעדער פערזענליך אויף זיין אייגענארטיגע שטייגער, טעג און נעכט לא ישבות, פיס און הענט צוהאקטע, זאלן אזוי פשוט און פראסט נישט טוען בעסער וואו זיצן אינ'ם קרעטשמע! היל"ת!

ער האט מיר געבעטן איבערצוגעבן א פערזענליכע בקשה פאר'ן עולם: היות ס'זענען נאך דא תלמידים (מיר אריינגערעכענט) וואס לערנען (נישט מיר אריינגערעכענט) נאך אינ'ם לעקיוואדער ישיבה (מיר אריינגערעכענט) און זיי קענען צוקומען צו דעם אשכול בשאט נפש ובלב חפיצה וברוח נושבת, בעט ער מיט קרענבערי דזשוס אין די אויגן (אפדעיטעד) אז מ'זאל ביטע נישט אריינלייגען קיין רעיונות אין די יונגע מוחות פון די תלמידים, און נישט שטעלן קיין בילדער.

ועל זה אני בא אל החסימה,
האניג, נישט גרויזי און נישט מאשקע.

דער וואס וויל פרעגן זאל אויפהייבן די הענט. ביידע.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג אוקטובער 18, 2009 7:43 pm

אר יא פיפאל אקעי?

חחח חחחח

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוקטובער 18, 2009 10:27 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:אר יא פיפאל אקעי?

חחח חחחח

וועמענס טעלעפאן נומער?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14174
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג אוקטובער 18, 2009 10:29 pm

נישט וויכי'ס?
אזוי אדווערטייזט ער זיך אויף ק.נ.א. מוצ"ש ראדיא סטאנציע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18658
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג אוקטובער 18, 2009 10:42 pm

שוועמל, גילו!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20330
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג אוקטובער 18, 2009 11:59 pm

ס'איז א סכנה אריינצואוואקן אויף לעיקוואוד די לעצטע וואך צוויי....

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 9:24 am

האניג: זיסער פון האניג (פאראדאקס)
משגיח'ל: זויערער פון זויערע טרויבן (פאראדאקסאלער פאראדאקס)
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 3:42 pm

נאך א מזל מיין טאטע האט מיר נישט געלאזט פארן לערנען אויף לעיקוואד...

מיט אזעלכע לצים....

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10770
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 9:37 am

bailout האט געשריבן:נאך א מזל מיין טאטע האט מיר נישט געלאזט פארן לערנען אויף לעיקוואד...

מיט אזעלכע לצים....

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18658
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 9:57 am

ברעיקינג!!!

יואלי פריעדמאן, אין אישית האט געשריבן:איך האב קיינמאל נישט געהייסן גרויזאמער זאגן, ס'איז נישט אמת, ער האט געזאגט אז ער וויל אפטוהן אפאר חברה, און אויפדעקן זייער איידענטעטי, גייטער עס שרייבן.

ער האט געוויסט אז איך וועל עס לייקענען, האט ער מיך חוסם געווען, האב איך באשלאסן עס צו שיקן דורך וויכי.

מנהלים, ביטע זייט'ס עם חוסם.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 10:34 am

איך גיי אים שוין חוסם זיין!...

גרויזאמער, אין אישית האט געשריבן:האניג, איך טו דיר פערזענליך באקרוינען אלץ מנהל.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 1:51 pm

וויכי, אין אישית האט געשריבן:גרויזאמער, הא? יעצט לאמיר זען וואס דו קענסט! איך מיין אז איך האב גענוג נאמנות אין קרעטשמע אז מען זאל גלייבן מיין מעשה צו עס איז אמת צו נישט..

קענסט עס לייקענען ביז מארגן אבער איינמאל וויכי האט עפעס געשריבן גלייבט עם יעדער..

נעקסטיים שריי מיך נישט נאך אויף לי עוועניו "וויכי", אקעי?..

.
[/quote]
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18658
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 1:59 pm

ווי זאגט נאר גרויזי, אז וויכי זאגט?

גרויזי האט געשריבן אז וויכטיג מאכער האט געשריבן:חאחאחחאחאחאחא.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12464
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 2:58 pm

גרויזאמער אין אישית האט מיר געשריבן:

צייטליך! די מיזט מיר קומען צו הילף יעצט.

היינט ביי אונזער נאכט שיעור גייט מען ציפיקסן וויכי. איך ווייס נישט אויב די האסט געזעהן, אבער דורך עפעס א וועג האט יואלי פריעדמאן געקאנטאקט וויכי און אום געמאלדן איבער די גאנצע ספין.

היינט ביים שיעור גייען מיר אום איגנארירן. ער וועט שוין אלעס כאפן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 4:26 pm

ברעיקינג ניוז!!!


יואלי פרידמאן האט מיר געהייסן איבערגעבן אז ער ארבעט מער נישט ביי סי ענד עף...

זיין בעה"ב האט אים געכאפט זיך טעקסטן מיט הרב נאכטפויגל פרעגנדיג עצות וויאזוי צו בעטן א העכערונג אין געהאלט!
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 4:33 pm

אוי וויי!! דאס מיינט אז ער גייט מער נישט איבערגעבן??? מער נישט קיין "כוכב"? אלע לעיקוואדער מעשיות ארויס פון פענסטער?? אוי וויי! מ'ברויך שנעל עפענען אן אשכול צו טרעפן יואלי פרידמאן א דזשאב!!! געוואלד!!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 4:39 pm

כ'זע האניג אז דו כאפסט נישט.

דער גאנצער אשכול האט זיך אנגעהויבן מיטן מעלדונג פון גרויזי אז יואלי פר"מ וועט זיך מער נישט דרייען דא וויבאלד ער האט געטראפן א דזשאב ביי סי ענד עף.

דאס אז ער האט פארלוירן דעם דזשאב, איז פאר אונז גינסטיגע נייעס...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 4:50 pm

אבער אויב יואלי פרידמאן וואלט זיך דא געדרייט, וואלט גרוזי קיינמאל נישט געדארפט איבערגעבן, וואלט דער גאנצע אשכול געווען נישט מער ווי א זיסע חלום!...
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20330
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 10:55 pm

ס'לעצטע האניג תגובה, האט נישט קיין אנדער פשט, חוץ אז ס'איז. האניג.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6411
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 5:01 pm

יעצט גערעדט מיט יואל פריעדמאן און ער לאזט וויסן אז ער לעבט נאך
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18658
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 5:04 pm

בד"ה.. ווי אלט איז ער געווען?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6411
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 5:05 pm

ער לעבט נאך... , ער איז בערך 30 +++
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 5:12 pm

יואלי? ער איז נעכטן נאכט געווען ביי מיר אין אפיס, אינגאנצן אנגעזעצט איבער די וואלן אויסגאנג - צוליב וואס ער איז דאך א גרויסער דעמאקראט, ווי אלע געדענקען אז ער פלעגט פירן די רעדל אין ישיבה לטובת קארטער, מאנדעיל, דוקאקוס, קלינטאן, גאור און קערי.

ער טענה'ט דו וועסט נאך זעהן אז די דעמאקראטן וועלן נאך צוריק באקומען די מאכט. (ווי זינגט נאר יענער? און ער מאכט וואס ער טראכט...)
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שמואל אלצווייסער און 8 געסט