מזל טוב פאר אונזערע מערסטע שרייבער'ס

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11523
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 12:56 pm

א דאנק אייך אלע פאר איייער ווארימע באגריסונגען; כל אחד בשמו הטוב יבורך. עס ווארעמט דאס הארץ צו וויסען אז מען איז עפרישיעטעד. און אויב אזוי קומט פאר מיר זיך צו ענטשולדיגען פאר די אלע וואס איך האב זיי נישט רעטורנד די פעיוואר און באגריסט אין דער ריכטיגע צייט; אבער וויסען זאלט איר אז שרייבען אין דער אשכול איז פון די שווערסטע (ניין, די שווערסטע ממש) פאר מיר; ווייל מען קען נישט יוצא זיין (נישט אלעמאל קומען די ריכטיגען ווערטער אין קאפ), און אמאל גייט ארויס דער באגריסטער א באליידיגטער, און אנדערע וואס ווארטען מען זאל זיי באגריסען (און עס קומט זיי צו באגריסען) ואין קול ואין עונה, טוהט עס זיי זייער וויי, "איך בין דא גארנישט", "איך בין ביי דיר גארנישט"!

Been there done that
ענטשולדיג איך זיך פאר יעדען באטראפענע פאר נישט געבען אים זיין כבודו הראוי, אבער לא משלעכטסקייט עשיתי זאת און זאל מיר ביטע דן זיין לכף זכות.
--
וואלט געדארפט באמת עפענען א אשכול וועגען דער פאלגענדע אבער וועל פראבירען יוצא זיין דא.

געקלערט וואס דארף מען טוהן ווען מען דערגרייכט אזא מאניומענטעל ציפער.

דאס ערשטע געדאנק איז מיר געווען "הער אויף צו שרייבען", שוין גענוג געווען! שוין גענוג צייט פארפאטשקעט! וואס ווילסטע? ווערען א שר עשרים אלפים? צו וואס? וואס וועסטו האבען דערפון? ווילסטו טאקע זיין מפורסם אלץ א גרויסע אייוועלט שרייבער? נישט דאס איז מיין ציל אין לעבען; נישט נאר עס איז נישט מיין ציל; איז וויליך גארנישט אז מען זאל טייטלען די פינגער אויף מיר און זאגען "דעס איז א אייוועלט שרייבער"; איז ממילא איז מיין ערשטע געדאנק געווען צו אויף הערען, און בלייבען שטיין ביי צעהן טויזענט און איינס.

אבער דאס איז נישט קיין עצה; ווייל אויב טאר מען נישט, האביך נישט געטארט די ערשטע צעהן טויזענט, און אויב מעג מען, מעג מען די צווייטע צעהן טויזענט אויך. כ'האב עס שוין מערערע מאל געשריבען אז מיין פרנסה איז זיצען ביי א קאמפיוטער, און דאס מערסטע אויסגעהאלטענע זאך פאר "מיר" איז ליינען און שרייבען אויף אייוועלט פינטעל. יא, דא קומט א פינטעל.

גוט, בלייבט מען; אבער אפשר ריטייערען די ניק און אנהויבען מיט א נייע ניק?

כ'האב זיך געשלאגען מיט די געדאנק ארויף און אראפ. כ'האב ב"ה ביז היינט געהאט (און נאך אלץ לעת עתה) דאס איינע ניק; און געפילט אז דאס ניק איז נאך א לעיאר פון באשיצונג, ווייל ס'דא וואס ווייסען ווער איך בין, און אפילו נישט, האביך ב"ה א סורטען רעפיוטעישען וואס מען וויל דאך נישט פארדארבען; איז אלזא בלייבען ביים זעלבען נאמען מסתמא דאס מערסטע אויסגעהאלטענע זאך צו טוהן.

גיין פון דא? ווי איז דען דא צו גיין, און פארוואס זאל איך גיין. כ'פיל זיך דא ב"ה זייער היימיש, בתוך עמי אנכי ישבת דא מיט אחים לדעה, און געמאכט עכטע גוטע פריינד במשך די יארען (וואס ווען נישט אייוועלט וואלט איך נישט געהאט די זכיה זיך צו באקענען מיט זיי); איז אלזא גיין, קומט נישט אין באטראכט; מעלין בקודש ולא מורידין.

אבער דער אמת איז אז עס שמעקט מיר נישט צו האבען א ניק מיט אזוי פיל תגובות. כ'בין א פריוואטע מענטש, א ביישן נאך אויך, און וויל זיך נישט ווארפען אין די אויגען פאר קיינעם. קיין מאל נישט געווען קיין צייטונג שרייבער, און וויל בלייבען אנאנומוס פאר דער וועלט, עטליעסט ווילאנג אלע אנדערע (טויזענטער) ניקס איבער דער גאנצע וועלט בלייבען אנאנומוס (און נאכדעם וועט דאך נישט זיין פאר וועם זיך צו שעמען...)

אפשר עפענען א ניי ניק, און מודיע זיין אז דאס איז א המשכה פונעם אלטען ניק, און א נייע התחלה? וויליך אבער נישט הייסען שפושמ"ן (און לשון קודש ממש), ווייל מענטשען האבען לכתחלה געמיינט אז כ'האב זיך אזוי א נאמען געגעבען ווייל כ'האלט זיך פאר א שומר פיו ולשונו, ווען דער אמת איז אז עס איז געווען מער א בקשה צום באשעפער און א בקשה צו זיך אליין צו זיין א שומר פיו ולשונו, וואס איך קען אוודאי נישט זאגען אז זכיתי ליבי. אלזא דער טעות (פון זיך געבען א באגדול'טע ניק אין די אויגען פון מאנכע) וויל מען נישט מאכען נאכאמאל, און נאך אזוי בריש גלי.

אלזא אידען געבטס מיר אן עצה; וואס וואלט געווען דאס פאסיגסטע זאך צו טוהן?

(אויב וועט זיך פארציען אין דעם א שמועס, קען מען עס מאכען פאר א אשכול פאר זיך "וואס טוהט מען ווען מען דערגרייכט 10000")

אידען, ידידים (כ'פיל ענק אלע ווי ידידים) ווי גייט מען ווייטער? וואס וואלט איר געטוהן?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 1:17 pm

שטעל ארויס דיין ניק צו פארקויפן, כ'גלייב ס'וועלן זיין גענוג בעלנים...
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

תגובהדורך גין-גאלד » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 1:35 pm

מזל טוב!

ראפאט קראמפלי

די אלעמען-באקאנטע געשמאקע שטיקל ראפאט קראמפלי

פארמאגט שוין אין זיך א מספר עצום פון ''טויזענט'' רייכע אינגרידיענס!

א הארציגן יישר כח פאר דיינע רייכע תגובות, הצלחה אויף ווייטער בכל עניניך.
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.

אוהבך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 5:44 pm

תגובהדורך אוהבך » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 1:40 pm

מזל טוב לידיד נפשי הגאון הרב ראפאט נר"ו.
"אין אייבלט-התורנית יתום בזמן שכבודו שרוי בתוכו".
לעצט פאראכטן דורך אוהבך אום מיטוואך נובעמבער 08, 2017 2:02 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שבת (לא:): "איינמאל האט א גוי געבעטן הלל: "לערן מיך אויס די גאנצע תורה!" האט אים הלל געזאגט: "א'יעדע זאך וואס באדערט דיך ווען ס'געשעהט צו דיר, טוע נישט פאר דיין פרענט; דאס איז די גאנצע תורה".

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

תגובהדורך קליינטשיגער » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 1:59 pm

מזל טוב ר׳ אלי, חוץ וואס ר׳ אלי ארבעט אזוי געטריי פאר אונז, איז ער אויך א געשמאקע שרייבער, איך באלעק מיר מיט זיינע איידעלע באמערקונגען אין די פאליטישע אשכולות, ממש צו די זאך, א געשמאק פון א ניק.


און ווער רעד נאך פוו שפושמ״ן, דער מיט די לאנגע ווייסע בארד, נא... דרך ארץ!! א טייערע חסידישע איד וואס ווייקט זיך אין ר׳ אביגדור׳ל׳ס סחורה, און מאכט זיכער אז מיר זאלן אויך הנאה האבן, דא דארט גיסט זיך איבער פון זיינע ידיעות אין יעדע נושא, ממש צום זיך באלעקן, און אז ער האלט שוין דא שפיר איך אז איך מוז אים באגריסן מיט א זאפטיגע מזל טוב, דו זאלסט ווייטער קענען מהנה זיין דער עולם דא ביז די 120 טויזענט תגובות.

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 1:59 pm

מזל טוב ראפאט קראמפלי!! די ביסט פיינע נייעס!
איזי

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 2:23 pm

SPUSMN האט געשריבן:אלזא אידען געבטס מיר אן עצה; וואס וואלט געווען דאס פאסיגסטע זאך צו טוהן?

קודם מזל טוב צו דיין דערגרייכונג, און איר זאלט וויסן אז איך בין מקנא אייער פערסאנאליטי, שוין לאמיך אייך נישט מספיד זיין אבער איר זאלט וויסן אז איך קען אויף אייך אויסזינגען דעם גאנצן הלל,

יעצט בנוגע אייער שאלה, איך וואלט געזאגט איר זאלט נישט מאכן קיין וועזן פון דעם נומער, איר זאגט דאך אליינ'ס אויב מעג מען דעמאלס איז נישט קיין חילוק צו 10 טויזענט צו א מיליאן, אויב מעג מען נישט איז איינס אויך אסור, און אייערע תגובות קען איך זאגן מיט א פיל מויל האבן נישט נאר געמעגט נאר זייער אסאך מאל געדארפט געשריבן ווערן, מילא וואס א נפק"מ וואס די נומער ביי די זייט איז,

כנלענ"ד, ומה שנראה בעיניך עשה.
זוכט איר דוי?

אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 5:35 pm

SPUSMN האט געשריבן: אבער וויסען זאלט איר אז שרייבען אין דער אשכול איז פון די שווערסטע (ניין, די שווערסטע ממש) פאר מיר; ווייל מען קען נישט יוצא זיין (נישט אלעמאל קומען די ריכטיגען ווערטער אין קאפ), און אמאל גייט ארויס דער באגריסטער א באליידיגטער, און אנדערע וואס ווארטען מען זאל זיי באגריסען (און עס קומט זיי צו באגריסען) ואין קול ואין עונה, טוהט עס זיי זייער וויי, "איך בין דא גארנישט", "איך בין ביי דיר גארנישט"!


קיינמאל געטראכט דערפון..! דעס איז א מורא'דיגע פוינט!!


און ביי די וועי, מסארי שפוזמן פארן נישט אריינווארפן אראפ שורות גראמען דיך צו באגריסן,
כ'האב נישט געהאט פונקט די גוטע ווערטער אין מוח..
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג... נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט...
קרעדיט: שמועסער ענד יאצמעך

אוועטער קרעדיטס: טראבל מעיקער מיט די גאנצע טריסקע הויף...

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4323
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 6:08 pm

שמועסער האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן: אבער וויסען זאלט איר אז שרייבען אין דער אשכול איז פון די שווערסטע (ניין, די שווערסטע ממש) פאר מיר; ווייל מען קען נישט יוצא זיין (נישט אלעמאל קומען די ריכטיגען ווערטער אין קאפ), און אמאל גייט ארויס דער באגריסטער א באליידיגטער, און אנדערע וואס ווארטען מען זאל זיי באגריסען (און עס קומט זיי צו באגריסען) ואין קול ואין עונה, טוהט עס זיי זייער וויי, "איך בין דא גארנישט", "איך בין ביי דיר גארנישט"!


קיינמאל געטראכט דערפון..! דעס איז א מורא'דיגע פוינט!!


און ביי די וועי, מסארי שפוזמן פארן נישט אריינווארפן אראפ שורות גראמען דיך צו באגריסן,
כ'האב נישט געהאט פונקט די גוטע ווערטער אין מוח..

כ' האב יא געטראכט דערפו ןאבער זייער אסאל מאל באמערק איך אפילו נישט אז ס'קומטזיך איינעם א מזל טוב און אסאך מאל בשאמערקט מען א שיינע צייט שפעטער וואס ס'בלאנגט שוין נישט צו געבן...
כ'גלייב אז אנדערע האבן אויך די פראבלעם..
#הוי דן את כל האדם לכף זכות.
און פאר אייך ספוסמאן. כ'גלייב נישט אז ס'איז דא איין ניק וואס האט נישט הנאה פו איך נאר כהנ"ל...
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » פרייטאג נובעמבער 10, 2017 12:32 am

רבי אלי רבי אלי! איך דארף ווען האבן מער צייט און אייך געהעריג באזינגען...


אבער אזוי פול וויל איך איר זאלט וויסן: אז זייט ווען איר האט דא אריין געטרויטן אין די "אידישע וועלט" אלט'ס אחראי פול איך מיך אסאך מער פרייליך ווען איך קום דא אריין אין שטיבעל שרייבן. וויסענדיג אז ס'איז דא איינער ווי אייך צווישען אינז מיט אזא גוט הארץ און געפיל פאר א צוויטען אייך! אזא איינערוואס דרייט זיך נאך אויך בתוך המחנה-צווישען אונז און שרייבט תגובות אזוי ווי יעדעם. (אגב, און נישט אזוי ווי די אחראים וואס שרייבן נישט. און מעקן וואס #לענ''ד טוהן זייער שלא ביושר. ועכמ''ל.) איז קיפ איט אפ ליבער רבי אלי ! און אויף לאנגע געזינטע יארן מיטן טוהן די געוואלדיגע זאך צו זיין א חלק און העלפן אפ היטן דעם היילגען פלאץ! חילך לאורייתא!
מפתחות של זהב
איר שרייבט ממש גאלדענע רייד איך האב יעצט ארויס געפרינט לכבוד שבת אייער ארטיקל אויף תפילה (פון פלוני אין אישי).

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » פרייטאג נובעמבער 10, 2017 12:37 am

מזל טוב הרב שפוזמאן אזא הייליגער יוד מיט א גוט ווארט אייביג פאר א יעדעם איינעם!


און אויף אייערע פראגע: האב איך נאר איין זאך צו פרעגן. וואס איר בטל'ט די צייט? א יעדע פון אייערע תגובות דא איז דאך דא א געוואלד פון וואס זיך צו לערנען!
מפתחות של זהב
איר שרייבט ממש גאלדענע רייד איך האב יעצט ארויס געפרינט לכבוד שבת אייער ארטיקל אויף תפילה (פון פלוני אין אישי).

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4943
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג נובעמבער 12, 2017 2:06 am

מזל טוה ספוסמן, מאך נישט אזוי פיהל חשבונות - זשאסט קיעפ אפ די גוד ווארק.
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2633
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » זונטאג נובעמבער 12, 2017 6:35 pm

מזל טוב אלע ניקים פאר די לעצטיגע העכערונג אין ראנג!!

און אזוי אומבאמערקט טרעף מיר זיך מיט א פרישע שר האלף אויפן וועלטל...
memberlist.php?mode=viewprofile&u=9201

מזל טוב "ניס קראכער" צום טויזענטער
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11523
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 5:23 pm

א אדאנק אייך אלע (אלע וואס האבען געשריבען און אלע וואס האבען נישט...); איך נעם אן אייער עדוויס (אלע עדווייס) און מען גייט בעזהשי"ת ווייטער. האפענטליך בעסער ווי פריער, ווייל אויף בעסער איז דאך נישט דא קיין שיעור.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג נובעמבער 17, 2017 1:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2096
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 7:26 pm

גין-גאלד האט געשריבן:
מזל טוב!

ראפאט קראמפלי

די אלעמען-באקאנטע געשמאקע שטיקל ראפאט קראמפלי

פארמאגט שוין אין זיך א מספר עצום פון ''טויזענט'' רייכע אינגרידיענס!

א הארציגן יישר כח פאר דיינע רייכע תגובות, הצלחה אויף ווייטער בכל עניניך.

אוהבך האט געשריבן:מזל טוב לידיד נפשי הגאון הרב ראפאט נר"ו.
"אין אייבלט-התורנית יתום בזמן שכבודו שרוי בתוכו".

טראבל מעיקער האט געשריבן:מזל טוב ראפאט קראמפלי!! די ביסט פיינע נייעס!

איך האב היצטערט איינגעוואנדערט אהער און איך זעה אז מ'האט מיר בא'מזל טוב'ט, בין איך זייער מאשענעל יעצט,

אמן פאר אלע ברכות! און א יש"כ פארן וואונטשן.
זאל ענק דער אייבערשטער אויך געבן מכל טיב וטוב!!
אישקאלאבא פייאלאבא, אהז עד נעמי נעמקאשטאבאה, אידיאהן סיעהפ אמן!

__________

איך מוז צולייגן אז איך האב אזוי אריינגעטראכט אז גין-גאלד'ס תגובה ווייזט אז הרב גין-גאלד איז ממש פון גין גאלד.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2633
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 9:09 pm

מזל טוב
שטאלצער יוד
שר האלף
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 11:03 pm

שטאלצער איד קען באמת זיין שטאלץ מיט זיך!

כה לחי!

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מוצ"ש נובעמבער 25, 2017 9:10 pm

איך שעם מיך אוועק, אז מענטשן קענען חלילה פילן אז כ'האב איגנארירט די אלע הארציגע וואונטשען פון די טייערע ידידים.

ח"ו פאר מיר צו טוען אזא זאך, נאר איך מאך אויף אייוועלט דורך אקטיווע אשכולות קנעפל, האב איך נישט באמערקט די לעצטע פאר בלעטער פון דעם אשכול ביז איצט.

סאו בעטער לעדער טען נעווער... נעם איך דא אן מיט פרייד די אלע וואונטשן, ס'איז מיר באמת אן הנאה צו באקומען די פידבעק פונעם עולם אז מ' איז נהנה פון מיר, הן אלץ שרייבער-קאמענטירער (כאטש זייער קורץ), און אויך מיין שמשות ארבעט.

ונמצא חן ושכל טוב בעיני אלקים ואדם.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2633
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » זונטאג נובעמבער 26, 2017 9:19 pm

דריידל
שר האלף
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2633
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג נובעמבער 27, 2017 12:16 am

"שמו"
שר האלפים
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 12:53 pm

מזל טוב לידידי היקר, נח לשמים ונח לבריות, א ניק וואס קען שטאלצירן אלס א סעמפל פאר דורכגעטראכטקייט, אן אינהאלטסרייכע פעדער און געשמאקע שרייבער וכו' וכו'

הרב מיסטעריעז שליט"א

לרגל דאס דערגרייכן דעם 6,000 תגובות מיילשטיין און דערמיט ווערן בשעטומ"צ א

שר ששת אלפים

מיסטי, האלט אן ווייטער דיין רייכע שריפט, מיר האבן הנאה פון דיר זייער שטארק, כה לחי!

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7579
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 1:01 pm

מזל טוב מיסטי, יעדע תגובה אזוי מיסטעריעז...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 1:06 pm

טריסקער האט געשריבן:מזל טוב לידידי היקר, נח לשמים ונח לבריות, א ניק וואס קען שטאלצירן אלס א סעמפל פאר דורכגעטראכטקייט, אן אינהאלטסרייכע פעדער און געשמאקע שרייבער וכו' וכו'

הרב מיסטעריעז שליט"א

לרגל דאס דערגרייכן דעם 6,000 תגובות מיילשטיין און דערמיט ווערן בשעטומ"צ א

שר ששת אלפים

מיסטי, האלט אן ווייטער דיין רייכע שריפט, מיר האבן הנאה פון דיר זייער שטארק, כה לחי!



האסטעך אפגעשמועסט מיט אים?? :lol: :lol:
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג... נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט...
קרעדיט: שמועסער ענד יאצמעך

אוועטער קרעדיטס: טראבל מעיקער מיט די גאנצע טריסקע הויף...

אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 1:11 pm

טייערע חבירים אהובים וידידים וניקימ
רוישיגע טאפעלטע נייעס פארהאן דאהי
יא! מיר זענען אלע פרייליך בשמחה גרויס
סימן טוב ומזל טוב, און קול רנה מ'זינגט
קעניינעהארע מ'האלט שוין ביי די זעקסטע
ענק זענען דא פון די סאמע בעסטע באנוצער
רייכע אינהאלטספולע תגובות, גראנדיעז


נישטא די ריכטיגע ווערטער ארויסצוברענגן ווי סאך ענק ביידע געבן צו צום וועלטל!
קיעפ איט אן ביז די הונדערט צוואנציג טויזנט תגובות!!
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג... נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט...
קרעדיט: שמועסער ענד יאצמעך

אוועטער קרעדיטס: טראבל מעיקער מיט די גאנצע טריסקע הויף...

אוועטאר
שמרי' קערנקרויט
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 18, 2017 11:11 pm
לאקאציע: ביים טיר פון בית המדרש

תגובהדורך שמרי' קערנקרויט » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 1:21 pm

מאזעלטויב מאזעלטויב פאר ביידע פונענק, מיסטריעז און טריסקי... אסאך נאכעס ביז די.... ווי זאגט שמועסער? הונדערט און צוואנציג טויזענט!!!...
א שנארער
הצלחה מיט שששמחחההה!


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט