וואס וואלט איר געזאגט?

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

וואס וואלט איר געזאגט?

תגובהדורך אלטעבחורל » דינסטאג יולי 08, 2008 1:56 pm

למשל אויב נעמט איצט צוזאחם אויף א קאטפי מיטינג, אלע זעץ-קעפ פונונז אין קרעטשמע, אין מען וועט אויס ארבעטן א אישו וואס מען וועט יעדן געבן א דרעפט אז יעדער קען זאגן זיין מיינונג איבער דעם, וואס וואלט איר געזאגט?

די אישו וועט זיין ווי פאלגענד, למשל אויב וואלט געווען 'אכט טאג' א וואך, נישט זיבן... איך בין שוין באלד צומישט. וויאזוי וואלט געהייסן 'יענער טאטג' ?!
ווער האט א גוטער נאמען?! דערנאך ווען מען וועט שוין וויסן וואס די נאמען איז, וועט יענער קענען אויסקלויבן א נאמען פון א אשכול פון יענער טאג...

*
צו די עבודה, וואס האלט דערוילעם, וויאזוי וואלט מען גענעימט יענעם טאג? עס איז דא היפש אפאר זאכן בעפאר מעון הייבט אן טראכטן, פשוט אויבנואויף: דומה לזונטאג? וועטאטך זיין אוואו זארעך זאגט - יום מעוננן. יעצט וועלכע טאג זאל מען קלייבן? די איבריגע טעג האט דאך יעדער א אנדערע וואס ער גלייכט.

נו??! הא??! הייטאח!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יולי 08, 2008 2:14 pm

פרישטאג (על שם וואס עס איז א פרישע טאג)

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג יולי 08, 2008 3:13 pm

קרעמער, האסט גענומען מיין שמייכל וואס איז געשעהן ביים ליינען אלטער'ס ווערק און עס אויסגעפלאצט, יישר כח.

אין קריאת השם בין איך זייער נישט באהאווענט (פרעגט נאר מיין באבע וואס איך האב פאראורזאכט מיט מיין טאכטערס נאמען...) אבער מיר ציהט מער צו וויסן וויאזוי עס קומט צו אזא באשלוס אז מען לייגט צו א אכטן טאג.

1. פון וואו וועט מען נעמען די איבעריגע פיר און צוואנציג שעה?

2. ווער ברענגט אויף אזא מין ביל, דער מייסד? דער ראש הקהל? אפשר גאר דער ענדעמעם, איינער מוז דאך קא ספאנסערן א ביל.

3. אויב האט מען שוין יא איבעריגע שעות, אפשר זאל מען עס ליבערשט צוטיילן פאר יעדן טאג אפאר דערפון.

4. וואוהין גייט מען אריינפאשן דער טאג? צווישן דינסטאג און מיטוואך? אפשר גאר נאך דאנערשטאג?

5. וועכע יום גייט מען זאגן?

אבער דער ראש הקהל זוכט שוין א נאמען...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יולי 08, 2008 3:29 pm

יאנאש האט געשריבן:קרעמער, האסט גענומען מיין שמייכל וואס איז געשעהן ביים ליינען אלטער'ס ווערק און עס אויסגעפלאצט, יישר כח.

1. פון פארברענגן פארום
2. דער וואס געט וואס צו טאן דערמיט
3. ענדערש איין גרויסע דרימל ווי עטליכע קלענערע
4. לדעתי, פונקט אינמיטן די וואך
5. היום יום חדש בשבת שבו היו האלטע-בחורים משוררים בקרעטשמע

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » דינסטאג יולי 08, 2008 3:45 pm

קרעמער האט געשריבן:

1. פון ווי נעמט מען בכלל נאך א טאג? האטאחך פאטאח!
2. כ'קרעמער
איך צטט ביידן, ווייל עטס זענטס ביידע ווערט א קלאטסטער פלערל.
3. נאך איין טאג צו ווערן באצאלט, אזוי שלעכט? אחוץ - אוואו קרעמער וואס קוקט מיר אויס זיצט ער שוין אויפן נאטגאחט אין קאנטרי מיטן קאנטרי בעקישטע, אין ער ווארט אז מען זאל מעלדן, יאפ! מען האט אריינגעליפערט נאך א טאג אינעם וואך. געגאחנננאן נאך א דרימל. יחי!
4. ערגעץ אינמיטן וויקענד... הגם עס איז א סתירה אויף #3 אבער הער אויס, ווער באצאלט שבת?
5. קרעמער - נהניתי.

*

קרעמער; אין בין פלעין אויפגעדזשאמען פון דיין מושג, עס איז אזוי וואטר דיינער ווערטער, אז מיר האט זיך געדאכט אז מארגן איז 'פרישטאג'

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 08, 2008 3:51 pm

חחח עטץ זענטטס אלע ווערט יוראס (דער דאלאר איז דאך אין דר'ערד).

ראש,
אזא וואזשנע איינפאל פאסט טאקע נאר פאר א ראשא-קאאל.

מיין מיינונג מיט אן עקסטערע טאג, עס איז נישט ווערט, מיינע טעג זענען אנגעשטרענגט עז-איז על הראשונים טנו מצטערים ואתה בא להוסיף עליו....

אויב יא, זאל עס זיין נאך א שבת-קודש (פילייכט דער נאמען שבת-שבתון) אינמיטן די וואך צווישן דינסטאג און מבטח, אבער די קרעטשמע וועט גארנישט האבן דערפון (אה נאך א מוצאי שבת רעקארד אשכול..)

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דינסטאג יולי 08, 2008 3:52 pm

איך האלט מיט קרעמער אז מען זאל עס ענדערש אריין שטופן אין מיטן וואך , די וואך איז צו לאנג מען דארף א ברעיק אין מיטן. איך האב שוין געמאכט מיין נייע לוח מיט די נעמען פון די טעג אין אישיד און אין ענגליש.

זונטאג
מאנטאג
דינסטאג
שוואוילטאג
מיטוואך
דאנערשטאג
וכו'

sunday
monday
tuesday
lazyday
wednesday
thursday
vechu'
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דינסטאג יולי 08, 2008 3:56 pm

איך האב אמאל געהערט אז עס שטייט אין א מדרש אז בשעת בריאת העולם איז נאר געווען זעקס טאג פון 28 שעה, און די טעג האבן קאמפלעינט פארוואס אלע ברואים האבן א מלך, נאר זיי נישט, האט די באשעפער אראפגענומען 4 שעה פון יעדען איינעם, און געמאכט שבת פאר זיך, כך שמעתי מאז.

איך זיך שוין לאנג די מקור, ייש"כ צוקניפטיגער ראה"ק פארן ארויפברענגען די נושא, איך האף אז עמיצער וועט שוין אפירזוכען די מקור, ואבנה גם אנכי.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יולי 08, 2008 3:57 pm

עס ווערט בעסער און בעסער... מען זעהט אז דער נייער ראש הקהל איז פרישטאג

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דינסטאג יולי 08, 2008 3:58 pm

דרך אגב, אלטער דו האסט גע'גנב'ט דיין איידיע פון די קאמיניסטן. יא! לענין ימ"ש האט איינגעפירט אכט טעג און די וואך און ער האט זיי אלע געגעבן קאמיניסטישע נעמען. ווייל ער האט געוואלט דערמיט אויסמעקן די הייליגע שבת און להבדיל די זונטאג פון די קריסטן.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » דינסטאג יולי 08, 2008 4:04 pm

לעווי האט געשריבן:דרך אגב, אלטער דו האסט גע'גנב'ט דיין איידיע פון די קאמיניסטן. יא! לענין ימ"ש האט איינגעפירט אכט טעג און די וואך און ער האט זיי אלע געגעבן קאמיניסטישע נעמען. ווייל ער האט געוואלט דערמיט אויסמעקן די הייליגע שבת און להבדיל די זונטאג פון די קריסטן.

הייסט דו האלסט אז איך בין א קאמינסיט? אין בכלל וואס פאלט דיר ביי אז איך וויל עפעס אויסמעקן? פארקערט לויט מיין איידיע וויל איך גאר צולייגן. נישט פארטאנען אזוי? גיי פוץ אויס די נאז גלעזער!

דיי ווי בעי, היינט איז ביי דיר שוואוילטאג - לויט דיין קאלענדער?... :wink:

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יולי 08, 2008 4:06 pm

נישט לאנג צוריק איז געשטארבן דער פירער פון טורקמעניסטאן, וועלכער האט אויך א נאמען געגעבן די טעג פון די וואך און די חדשים פונעם יאר נאך זיך און זיינע פאמיליע מיטגלידער.

ליינט און לאכט: http://en.wikipedia.org/wiki/Saparmurat_Niyazov

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג יולי 08, 2008 4:14 pm

אוי, א ראשעקאל מיט אזאלכע בילס זעהט דאך אויס ווי ביל קלינטש.

אלטער, יו קרעקט מי אפ (קרעדיט: ראה"ק החדש)

סאו איך מיין אז דער טאג זאל הייסן באכערטאג, אדער אפשר אלטערטאג.

אבער ווען איר וועט מיר פרעגן צו איך וועל געבן מיין חתימה דערויף? וועל איך שרייבן: פרעזענט!

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דינסטאג יולי 08, 2008 4:22 pm

אלטעבחורל האט געשריבן:
דיי ווי בעי, היינט איז ביי דיר שוואוילטאג - לויט דיין קאלענדער?... :wink:

ניין שוואויל טאג איז צווישן היינט און מארגן, כ'האלט עס נאך אין מיטן אריין שטופן.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דינסטאג יולי 08, 2008 4:42 pm

יאפ, שוואויל טאג...

איך בין מיט מיללער, נאך א שבת-שבתון באמצע וואלט מיר גאנץ גוט צוניצגעקומען.

אלעקסיי און אנדי, אינטערסאנטע אינפארמאציע פון אייך גענאשט. אגב, דאכט זיך אז דער אבן עזרא אויף א פלאץ ניצט די זיבן טאג אלס אן הוכחה קעגן די אפיקורסים. ער צייגט אן אז לויט אלע רעליגיעס, זינט בריאות העולם, איז פאראן דער סדר פון זיבן טאג א וואך, און זונטאג איז ביי אלעמען יום א', דער אנהויב און ערשטער טאג פון די וואך, איז דאך דאס אן הוכחה צום כי ששת ימים עשה וכו' וביום השביעי שבת.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דינסטאג יולי 08, 2008 4:43 pm

דער כוזרי זאגט עס

אוועטאר
קרעטשמע מאן
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 26, 2007 11:10 am

תגובהדורך קרעטשמע מאן » דינסטאג יולי 08, 2008 4:50 pm

אלטער, איך קען נישט טראכטן מיט וואס נאך די וועסט נאך אויפקומען.

דער איידיע פאר זיך איז זייער א גוטע, און לדעתי וואלט דאס בעסטע געווען אז עס איז דא נאך א שבת, אזוי ווי מיללער האט שוין ערווענט, אבער עס זאל אויסגעפאלן פונקט אינדערמיט פון די וואך, אזוי ווי קרעמער האט געבעטן, אזוי פארדינען מיר נאך א רוה טאג אינמיטן די וואך.

און איך טראכט יעצט, אז מיר פארדינען דאפעלט, לויט דעם וועט דער טאג פארדעם זיין - ס'הייסט ערב דעם נייער טאג - א האלבער טאג, דאס מיינט אז איך וועל זיין אין די ארבייט נאר ביז צוועלף אזייגער. וואס דארף איך מער ווי דעם? שטייצעך אז די וועכענטליכע געהאלט זאל ארויפגיין צוזאמען מיט די מונימום וועידזש.

דער גאנצער אשכול איז ווערט א קלאפ אין רוקן.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג יולי 08, 2008 6:27 pm

א קליינידקייט נאך א טאג ליינען אלטערס ארטיקלען אין קרעטשמע?

(שטייצעך נאר אויב סינישט שבת...)
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יולי 08, 2008 7:37 pm

אלעקסיי האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אז עס שטייט אין א מדרש אז בשעת בריאת העולם איז נאר געווען זעקס טאג פון 28 שעה, און די טעג האבן קאמפלעינט פארוואס אלע ברואים האבן א מלך, נאר זיי נישט, האט די באשעפער אראפגענומען 4 שעה פון יעדען איינעם, און געמאכט שבת פאר זיך, כך שמעתי מאז.

איך זיך שוין לאנג די מקור, ייש"כ צוקניפטיגער ראה"ק פארן ארויפברענגען די נושא, איך האף אז עמיצער וועט שוין אפירזוכען די מקור, ואבנה גם אנכי.

איך האב עס אמאל געזען אין זרע קודש - דאכט זיך, ער שרייבט אז די 28 שעה פונעם טאג זענען קעגן די כ"ח עתים פון ספר קהלת.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג יולי 08, 2008 8:12 pm

באטשער, אויב דו לאזט מיך זיין ראה"ק אינעם נייעם טאג פון וואך, קריגסטו מיין חתימה...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג יולי 08, 2008 8:25 pm

ראשעקאל, ווערי גוד איידיע, נעמען האטעך דערוילעם שוין געווארפן לרחצה, יישר כחכם פאר די שמייכלעך וואס זענען ארויף געקומען אויף מיין געזיכט, אויף דיין אקאונט גייט אויך די שמייכלען וואס האט נאכגעפאלגט פון מער ווייניגער אלע מגיבים, איינס ביי איינס.

קרעמער, א-ווי יאנאש האט אנגעפאנגען. דו ביסט געווען דער מכה בפטיש.

און עקסטער צו אלע מגיבים, כ'האנאך אסאך וואס צו ליינען, סאו עלעך מאכן א כל הנערים, (סידעך לויט די תקנות.) א גרויסן יישר כח פאר ענק אלע, עטס האטס מיר געמאכט שמייכלען, און כ'האב הנאה געהאט פון אייך.

א גרויסן דאנק.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג יולי 08, 2008 11:46 pm

איך לאז אזוי איבער דעם ביל אינמיטן ראנען, איך קער מיך צוריק און עס איז געווארן א פשוטער מילתא בדיחיתא פארן לערנען, זרע קודש, כוזרי, כ"ח עפעס, שמות ענד וואט נאט.

און אינדערמיט נאך עטליכע גוטע סחורה, קיפיריאפ פעלו'ס.

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » מיטוואך יולי 09, 2008 12:23 am

גם אני מצטרף ליאנאש. אומגלויבליך.

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » דאנארשטאג יולי 10, 2008 11:18 am

יאנאש האט געשריבן:איך לאז אזוי איבער דעם ביל אינמיטן ראנען, איך קער מיך צוריק און עס איז געווארן א פשוטער מילתא בדיחיתא פארן לערנען, זרע קודש, כוזרי, כ"ח עפעס, שמות ענד וואט נאט.

און אינדערמיט נאך עטליכע גוטע סחורה, קיפיריאפ פעלו'ס.

גענוי אזוי; אבער דער קרעמער איז אויסטערליש. דער נאמען 'פרישטאג' איז עפע סווי געגאסן. ס'טו איך ס'האט מיר געפאלן...

עניטינג ניו?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יולי 11, 2008 4:30 pm

פון דעם אשכול ווערט אביסל פארשטארקט א געדאנק וואס ווירבלט מיר שוין לאנג אין קעפל אז אין האשכול נקרא אלא על שם די ערשטע תגובה, דאס טייטשט אזוי: דער ערשטער וואס איז מגיב אויפן אריגינעלן הודעה פונעם פותח האשכול, איז בידו צו פירן דעם אשכול וואו אימער ער וויל נאר. זאל דער ערשטער אפגעבן א ווארימע דאנק, וועט זיך יעדער שיין באדאנקן. זאל ער אנהייבן מיט קריטיק, וועלן נישט פעלן קיין זאלץ גיסער. לענינינו, האב איך געשריבן ממש געציילטע ווערטער, ובתוכם "פרישטאג", און דאס האט באיזה אופן צוגעגאסן געזאלין צום געשמאקן אשכול, פון וואס דער עולם - ואני הקטן בתוכם - שלינגט הנאה.

צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט