רבותי! וואס טוט מען מיט א נודניק?

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
וואס זאגסטי
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 25, 2014 6:15 pm

תגובהדורך וואס זאגסטי » דינסטאג יוני 09, 2015 3:34 pm

אוי איז דעיס גיט

ברוינע באנאנע
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 1:38 pm

ארויף

הארץ
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 18, 2016 11:15 pm

תגובהדורך הארץ » זונטאג פאברואר 25, 2018 10:02 pm

האט מיר א איד די וואך פארציילט. אז פאר זעכציג יאר צוריק איז ער געגאנגען אין פאבליק סקול אזוי ווי אסאך יודן אין זיין געגנט דעמאלטס . און נאכמיטאג איז מען געגאנגען צו א היברו סקול ווען ער איז געווען א קליין אינגעלע האט ער דאס ערשטע מאל געלאנדעד איין טאג אין היברו סקול. פרעגט אים די פרינצעפל העפליך וואטס יור היברוא נעים? הממ.. פארלוירענערהייט איינהאלטנדיג דאס געוויין פרעגט ער אומשולדיג וו-וואס איז דאס? ווי טרעפט מען עס? וואס איז דיין היברו נעים פרעגט אים נאכאמאל די פרינספיל און דאסמאל מיט א צוגעלייגטע הסברה וויאזוי רופט דיך דיין מאמע אין יודיש. נאכן טראכטן אביסל רופט ער זיך אן "אה איך ווייס.." מיי היברו נעים איז "נודניק" סאמטיימס מיי מאדער אלסא קאלס מי "נודזש"..

השמש
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2015 11:23 am

תגובהדורך השמש » דינסטאג פאברואר 27, 2018 12:46 am

שמערי בערי האט געשריבן:דער נודניק,

איר קענט אים?

איך וויל נישט!

אבער איינע פון מיינע שלימזלות איז אז איך קען אים ליידער יא....

וואו איך גיי און וואו איך שטיי איז ער דא, צו אין בית המדרש צו אין גאס, צו אויפן טעלעפאן, אלעמאל מיט א צווייטע נודנעם זשומעריי וואס לעכערט די אויערן, אבער אינטערעסאנט, אלעמאל וועט ער מיר רופן "פונקט" ווען איך האלט אינמיטן עפעס וויכטיג טאן, צום ביישפיל, ער וועט מיר קיינמאל נישט פארגעסן צו רופן אינמיטן דאווענען, ער וועט מיר קיינמאל נישט פארגעסן צו בעטן א וויכטיגע טובה אין די מינוט אינמיטן אנטוהן די בגדים אין מקוה וכו' וכו', נישט ווייל ער מיינט עפעס פערזענליך, ער וויל נאר פשוט א טובה, און איך, הער אים אויס, געב אים עצות, און אנשטאט וואס ער זאל זיך באדאנקען און צורוה לאזן, ווערט ער פשוט צוגעקלעבט ווי א פליג צום "פליי קעטשער" און קען זיך נישט אוועק רירן פון מיר....

אט למשל, איז אים לעצטנס ביי געפאלן א מאדנעם האר-אויפשטעלנדן קאנספיראציע, נעמליך, איך זאל אים בארגן מיין קאר..

ווי א דונער אינמיטן העלן טאג האט דער געדאנק אפגעקלונגען אין מיינע אויערן מיט א מעכטיגן ווידער קלאנג, אבער עד כאן, דאס קען איך שוין נישט, און כ'האב באשלאסן אז זאגן ניין וועט דאך נישט העלפן, ווייל אין צוויי מינוט ארום איז ער דאך נאכאמאל דא, שוין וועל איך אים האלטן אין איין אפשטופן ביז ער וועט כאפן דעם רמז.

קאטלפלאטנעם, "יעצט" בין איך "פונקט" פארנומען, רוף מיר שפעטער, מ'עט שוין זעהן... בקיצור איך יאג מיר דאך זייער שטארק... מוז איך לויפן, און איך הייב אן גיין.

דריי מינוט איז אדורך, איך שטיי אינדרויסן פון בית המדרש אינמיטן א געשמאקן שמועס מיט מיין חבר, און די הויזן ציטערט מיר... איך נעם ארויס מיין טעלעפאן, און צו אלדאס רוחות... נודניק קאלט מיר...

האלא? רוף איך אויס מיא א פארסאפעטע שטימע, איך האלט דאך יעצט אינמיטן זיך יאגן, נישט אזוי?.

יא, שמערי? (כאילו ער ווייסט נישט וועמען ער'ט געקאלט), "יא!", אה שמערי, איך וויל אפטראגן עפעס א פעקל צו מיין באבע שוין א לאנגע צייט, אבער איך קום נישט אן, אפשר קען איך האבן דיין קאר אויף א האלבע שעה?

עם... יא, אפשר באלד, יעצט גיי איך אין אפיס, און באלד, אז איך וועל קענען וועסטו מיר צוריק קאלן.... ווייסטו וואס? גוט, קאל מיר באלד....

וואס מיינט באלד?, אה, א שעה צוויי, "א שעה אדער צוויי?", ווייסטו וואס, קאל מיר אין א שעה, גוט, זיי געזונט.

איך האלט שוין ב"ה נאך פרישטאג, קום אן אין אפיס ווי א ברייטער מחותן, זעץ מיר צו דר'ארבעט, און דער טעלאפן קלינגט..., איך געב א קוק... אוי, ס'איז אדורך פונקט א שעה.... זעהט אויס ער שטייט שוין ביים זייגער און ציילט די סעקונדעס, א קלייניגקייט? דרייוון שמעריס קאר???

הקיצור, איך בין מיך מיישב, איך געב א דרוק דעם IGNOR קנעפל, האסטו דען א בעסערע עצה פאר א נודניק?, און עס גייט נישט אדורך קיין צוויי סעקונדעס, און עודך כי עניתני, עס דריזלט שוין ווידער, ווער? נו, ווער דען?, און ווייטער איגנאר, דער שפיל גייט אזוי אן פאר עטליכע מינוט, און דאן הער איך א צווייטע סארט קלינג, אזא וואס איז מיר מודיע אז איך האב א מעסעדש, האב איך דען יעצט נישט בעסער וואס צו טוהן ווי הערן א מעסעדש?, און איך ווייס דאך ממילא ווער דאס איז...

און דאן, נאך א קאל און נאך א מעסעדש, כ'האב באשלאסן גענוג איז גענוג, די נעקסטע צוויי שעה איז מיין טעלעפאן אויף סיילענט, און זאלער זיין געזונט.

אה, שוין לאנטש טיים, כ'נעם ארויס מיין טעלעפאן, ארום צוואנציג מיסד קאלס, איך דיסמיס אלעס, און זעץ מיר צום מעסעדש מאשין.

"דו האסט פינף נייע און מעסעדשעס און קיין איין אלטע מעסעדש" באגריסט מיר די פלונית'טע וואס איך קען שוין אויסנווייניג מיט אירע נארישע אנוויזונגען.

גוט "ערשטע מעסעדש": העלא, עם, שמערי..., יא, כ'טריי דיר צו קאלן, קענסט מיר פליז צוריק קאלן?, אקעי, יא, עם... יא, שמערי?, הערסט נאך? יא, עם, ס'איז נודניק (ווי גלייך איך ווייס נישט אליינס...) אקעי ביי.

אויסגעמעקט, נעקסט מעסעדש, העלא, שמערי? ס'איז נודניק, איך דארף דיין קאר, איך פאר היינט אויף בארא פארק, איך וועל דיר געבן מיין שוואגערס קאר אין אויסטויש (ווארט, ס'קומט מיר ארויף אן איבל...), איך דארף האבן א גרעסערע קאר, און דו דארפסט עס דאך נישט, סאו, ווען דו האסט מיר אן ענטפער געמיר א קאל צוריק, ווייל איך וויל שוין באלד פארן, און איך דארף לכתחלה א גרעסערע קאר פאר די גאנצע משפחה, אקעי, זאג מיר אויב דו קענסט, ווייל איך דארף עס האבן וויכטיג, איך בין געווען ביי א רענטעל און זיי האבן נישט פאר מיר קיין מיני-ווען, און איך דארף האבן אסאך פלאץ..."

נאך איידער איך האב עס געענדיגט הערן, געב איך א טיפן קוועטש דעם 7 אויסצומעקן דעם מעסעדש בלויז אויף צו הערן "נעקסט מעסעדש: שמערי! איך האב דיר שוין איינמאל געבעטן... וכו" איבערקייענדיג דעם גאנצן דרשה מיט א שיינע פאר הוספות, און פראזן צוגעלייגט, איך האלט נאך ביי די ערשטע צוויי שורות און איך שפיר ווי דער היינטיגער פרישטאג קומט מיר שוין ארויף... איך פארקלאפ דעם טעלעפאן מיט כעס - נישט איידער איך האב אויסגעמעקט דעם מעסעדש אויף לעולם דוד.

שוין זעהט אויס ער'ט געראפן א צווייטן וועם משוגע צו מאכן.

דעם נעקסטן אינדערפרי, כ'שטיי אין בית המדרש, מיין לינקע ארבל ארויף געצויגן, און אין די רעכטע האנט מיין תפלין, און... נודניק איז דא... ער קומט צו צו מיר מיט א מינע וואס וויזט נישט אויף קיין גוטס, ס'זעהט אויס ווי זיין אייער שפייז היינט אינדערפרי האט צוגעברענט.

"שמערי" - הייבט ער אהן "ביזט נארמאל? איך האב געמוזט בארגן פון א צווייטן א קאר, דו ווייסט נישט אז איך האב נישט ליב משוגע צו מאכן מענטשן...? (אזוי?????) ווייסט ווי שווער ס'איז אנגעקומען פאר מיר צו בארגן א קאר פון א צווייטן? (נאך א מזל...) אבער היינט דארף איך עס אויך, איך דארף אנקומען קיין הוידא-פאפאש (פארשטייט זיך א פיקטיווער נאמען...) און איך "מוז" האבן א קאר.

און דו דאווענסט דאך יעצט! שוין, ביז דו וועסט ענדיגן דאווענען (מארגן נאכט מעריב) וועל איך שוין זיין צוריק.

נא! אהא! ענטפער איך – שוין מיט די תפלין אויפן ארעם – ווייזנדיג מיט מיינע הענט איינס איבערן צווייטן, ווי צו זאגן אז איך גיי מיר וואשן די הענט, כ'אדעך ערשט געענדיגט לייגן תפלין, נישט אזוי?

דער למך קוקט מיר נאך ביז צום טיר, איך כאפ הענט און פיס שפרינג ארויס פון שטיבל, באהאלט מיך אין נעקסטן שטיבל אין קארנער, שטעל מיך דאווענען, און ער ווארט נאך...

און אט, איך האלט שוין ביי שמוינעסרע, און הילד איננו, ער איז שוין ווייטער דא, איך שאקל מיר ביזן דאך איך דאווען היינט עפעס זייער עהרליך, קיצור, ס'נאך שמוינעסרע, אבער איך גיי דאך שוין באלד, איך ווייז אים אויף מיין לינקע האנט (דארט ווי אסאך מענטשן האלטן זייער זייגער) דערנאך דריי אים דעם טייטל פינגער אויף ארויס, צו ווייזן "באלד", שוין ענדליך, מ'קען דאווענען, ער'ז ארויס.

איך ענדיג דאווענען, לייג צאם די תפלין, ארויס פון בית מדרש, און באמס... ער איז דא!

נו שמערי, ווען גייסטו אין אפיס, איך דארף דיין קאר "נאר" א האלבע שעה, איז מעגליך?

און היינט גייט דער הסבר נאך טיפער: ווען דו ביסט אין אפיס גייסטו דאך נישט ארויס, נישט אזוי? גוט, איך קען קומען באלד צו דיין אפיס? (כ'האב מיר נישט דערשראקן, ווילאנג ער וועט אנקומען מיט די פיס צו מיין אפיס קען א אסטראנאט אנקומען דריי מאל צו די לבנה...).

ענדליך, נאך זוי פיל פרעשער, ויסעו, דער נודניק האט מיין קאר!! דער גליק האט אים באטראפן!

מה עשה הקב"ה, איך באקום צוריק מיין קאר, דרייוו א צוויי גאסן, און קככלכקככלכלכככך, די רעדל האט געפלאצט! האט! דאס איז שוין חוצפה!, איך טראג דעם קאר צו פיקסן, צאל 15$ און געגאנגען ווייטער, יעצט העליך שוין האבן א הסבר פארוואס אים עס נישט צו געבן דעם קאר, שגאטכע פלראטטיס!

דעם נעקסטן מאל ער'ט מיר גערופן האב איך מיט א משל און נמשל מסביר געווען באריכעס פארוואס איך קען שוין אים עס נישט בארגן, "איך מיין טאקע נישט דיר!", זאגעכעם, אבער פארשטייסט, ס'געשעהן..., איך קען שוין נישט בארגן די קאר....

ס'איז א טאג דערויף, והנה....

צוגעטראפן! ער קאלט שוין ווידער!


זעהט אויס מיין ווארענונג מיינט ביי אים גארנישט

שטעל איך יעצט מיין פראגע!

רבותי! וואס טוט מען מיט א נודניק?????




אילוסטראציע פון מיין טעלעפאן יענעם טאג...

אזוי איך בין געווען די צווייטער פון וועים ער האט געבארגט די קאר ..
איז מיז ענק זאגן אז אזא נודניק קומט אראפ איינמאל אין טויזנעט יאר
מען זאָגט לחַיים או מ'איז פריילעך און מען זינגט ה' אֶחָד און מען דאַוונט מיט הִתלַהַבות און מען גייט אַ קאַראַהאָד מען זאָגט לחַיים און מ'איז פריילעך און מען גייט אַ קאַראַהאָד.

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דינסטאג מארטש 06, 2018 5:38 am

דאס איז נישט א פשוטע נושא, סאם טיימס טרעפן מיר אויכעט אן אזא סארט נאטור, וואס פון דער באשעפעניש איז גאר שווער לויז צו ווערן..... אדרבה אין חכם כבל הנסיון, גיב איבער אביסל טאקטיקן וואס קען דינען אלץ רפואה אראפ צו נעמען דאס קלעבאכטס, שכח

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1719
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג מארטש 06, 2018 4:39 pm

אז מען רעדט שוין פון מעסידשעס, האט זיך צו מיר אפגערעדט לעצטנס א עימיצער אז ממש ער קען נישט פטור ווערן פון ווערייזנס ס'מענטשעלע (אפשר דרוקן * העלפט)

נישט שלאפן
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2018 10:43 pm

תגובהדורך נישט שלאפן » מאנטאג מאי 14, 2018 9:05 pm

אין וואס טוט מען צו א פארקעטער נודניק?
א גוטן ר' שלאפן ווי ביזטו יעצט? אהה וויסט כ'זאל דיך אויף פיקן?? אהה. נישט יעצט ווען ענדיגסטו?? אוקיי, וואס איז סתם אזוי עפעס נייעס?? אהה האסט נישט צייט, נאו פראבלעם ווען ווילסטו?

שלאפן; ר' זרח'ל שכויעך, באט איך דארף יעצט נישט נישט קיין ערגעץ און קומען, אויך נישט צייט צו פארברענגען.

נודניק; אוקיי, איך וויל דיך נאר העלפן, וועסט מיך ריפן ווען די דארפסט.
אגב,וואס הערט זיך מיט....

שלאפן, ר' נודניק איך וועל מעצעשעם שפעטער אלס רעדן מיט דיך,

נודניק, אוקיי נאו פראבלעם, איך האב דיך נאך געוואלט זאגן אז....

דא אייב איך שוין אן צו שרייבן העלו?? הערסט מיך ?? וואס??
און דערנאך דרוק איך די רויטע באטן, די שטעקסטע וואס ס'איז שייך, עד יעבור זעם...

אקיצער אונזער נודניק ריפט 3-4 מאל א טאג אלעמאל ''נאר'' אויף מיך צו העלפן.

מיט אלעזכע חברים ווער דארף שונאים..


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט