ביטע נישט ליינען דעם ארטיקל!!!!

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

ביטע נישט ליינען דעם ארטיקל!!!!

תגובהדורך שמערי בערי » פרייטאג מאי 09, 2008 2:22 pm

ביטע נישט ליינען דעם ארטיקל!!!!

עס איז פארהאן דא א גאר גרויסע, געהיימע, וויכטיגע, פראפעסיאנאלע, אינטערנאציאנאלע, לעגאלע, מעכטיגע, פארבארגענע סוד, וואס קיין מענטשליך אויג טאר נישט קוקן זעהן הערן וויסן שמעקן שפירן טראכטן רעדן.

ניין!! ליין עס נישט!!

פארוואס ליינסטו נאך וואס איך שרייב??

איך האב דיר געהייסן אויפהערן! אבער שוין!

און דו ליינסט נאך????

א חוצפה....

פארוואס ביסטו בכלל אריינגעקומען? אז ס'שטייט מיט קלארע גרויסע ווערטער אז דו זאלסט עס נישט ליינען?, און אז דו האסט שוין עובר געווען און געקוקט ביז אהער, פארוואס כאפסטו נישט הענט און פוס און אנטלויפסט פון דא מיט פארמאכטע אויגן?

וואס איז פשט פון דעם?, דו קענסט נישט קיין אידיש?, אז איך האב דיר געהייסן נישט ליינען פארוואס ליינסטו ווייטער? הא?.

יא, ווייל דו ביסט א מענטש, און דו ביסט נייגעריג, און ווען מען זאגט דיר נישט ליינען וועסטו דוקא יא ליינען...

ווען איך וואלט געשריבן "פליז ליינט די ארטיקל" וואלסטו עס אפילו נישט אנגעקוקט! נישט אזוי?

אבער אז איך האב דיר יא געהייסן ברחל בתך הקטנה נישט ליינען, קענסטו מיר נישט טון א טובה און אוועק קוקן?

נו, אז דו ווילסט אזוי שטארק, וועל איך דיר דערציילן מיין סוד, אבער, ביטע ליין עס נישט...

ניין! איך קען דיר נישט דערציילן די סוד, איך האב מורא אז דו וועסט עס איבער דערציילן. דו זאגסט מיר צו אז נישט? אבער איך קען דיר נישט טראסטען! אפשר וועסטו דיר נישט קענען איינהאלטן אזוי ווי דו קענסט דיר נישט איינהאלטן די נארישע תאוה פון צו ליינען וואס דא שטייט.

אלזא, ווען איך וועל דיר ענדיגן דערציילן דעם סוד, וועסטו פארגעסן וואס איך האב דיר געזאגט?

זיכער אז נישט! דו וועסט עס גיין אויספלוישן אין אלע גאסן, איך ווייס! דו האסט נישט קיין כח המעצר, און אז דו קענסט דיך נישט צוריק האלטן פון אזא פשוטע זאך ווי נישט ליינען דעם ארטיקל, קען איך דיר עס טאקע נישט פארציילן.

וועסטו אוודאי קומען ווי א אויבער חכם און זאגן: איך האב נישט געליינט דיין ארטיקל, יעצט דערצייל מיר דיין סוד.

וועל איך דאך וויסן אז דו האסט עס יא געליינט, ווייל והא ראי' אז דו ווייסט אז איך האב א סוד.

אקעי, אויב דו וועסט שוין סטאפן צו ליינען, וועל איך דיר עס נאך מוחל זיין און פארציילן.

אבער דערווייל ליינסטו נאך מיט א פארכאפטן אטעם.

דו ביסט נייגעריג, הא?

ניין! יעצט טאר איך דיר עס שוין נישט דערציילן, אפילו אויב דו וועסט יעצט אויפהערן צו ליינען.

איך וועל קוקן וויפיל צופיות דער ארטיקל האט געהאט!, אויב וועט עס בלייבן ביי 0 וועל איך דיר קענען דערציילן די סוד (פארשטייט זיך אז איך אליינס וועל אויך נישט קוקן וואס דא שטייט).



זאג נאר, דו ליינסט נאך.....??

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23701
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג מאי 09, 2008 2:31 pm

איינער ווייסט וואס שמערי לאזט נישט ליינען? כ'בין זייער נייגעריג!

ווער ס'ווייסט זאלעס ביטע איבער שרייבן, כ'זאלעס מעגן ליינען,

שמערי אפשר דאך מעגעכעס ליינען?

אבער איין זאך, דיינע איידיעס ווערן בעסער און בעסער יעדע מינוט!

קיפ איט ראולינג! וויכי.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » פרייטאג מאי 09, 2008 3:56 pm

א חופה! כ'הא געזאגט נישט ליינען און ער שרייבט מיר נאך צוריק?... נו נו!
שוין דא 10 צופיות!
מאשקע, דו וועסט מוזן גענצליך אפשפארן דעם אשכול!!!!!!!!!
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג מאי 09, 2008 4:04 pm

שטעלסט דעם קאץ היטן די מילך? זיין אייגענע אשכול קען ער נישט היטן...

אוועטאר
געפילטע פיש
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2008 12:59 pm
לאקאציע: אין טאפ

תגובהדורך געפילטע פיש » פרייטאג מאי 09, 2008 5:10 pm

אויף מ'סארי, כ'האב געמיינט אז דו ווילסט מיר דערציילען די סוד, האסט מיר אויסגעשפילט...

קאניאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 21, 2008 9:15 pm
לאקאציע: ביים געלעזל

תגובהדורך קאניאק » פרייטאג מאי 09, 2008 5:25 pm

א מיסע ווארט (-----)
הכל הבל
ווען די וועסט ווערן עלטער וועסטו שוין פארשטיין

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג מאי 09, 2008 5:37 pm

דו מיינסט טאקע אז כאבעס געליינט, ווייל כ'בין נייגעריג, עה, כאבעס פלעין געליינט, ווייל ס'פאסט מיר נישט, דיר צו פאלגן, און נישט רעדער יעצט איין, אז ווען דו וועסט מיר הייסן יא ליינען, עלעך אויך נישט פאלגן, און איך וועל נישט ליינען, כ'וועל טוהן וואס אימער איך וויל, דאסיעס, האסט פארשטאנען, לערן דיך אויס, מ'טיילט נישט איין יענעם וואס צו טוהן.

שכוח, נהניתי.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג מאי 09, 2008 6:32 pm

שמערי בערי האט געשריבן:א חופה! כ'הא געזאגט נישט ליינען און ער שרייבט מיר נאך צוריק?... נו נו!
שוין דא 10 צופיות!
מאשקע, דו וועסט מוזן גענצליך אפשפארן דעם אשכול!!!!!!!!!


איך שפאר עס אפ, זייער גערן, אבער קודם זאג מיר פון וועמענס חופה דו רעדסט...
An article a day keeps the babies away

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מוצ"ש מאי 10, 2008 11:56 pm

די דערמאנסט מיר פון די WET PAINT טאוועל וואס מיט דעם האט די פאליציי מצליח געווען צו באקומען אלע חרידישע פינגער אפדריקן.

יישר כחכם איך האב מיר געפילט מיט די מים גנובין סחורה אזש געשמאק און יעצט דארף איך שוין נישט דיינע סודות ס'מער גענוג דאס,,

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מאי 11, 2008 10:59 am

שמערי,
נאר דעם ארטיקל, אדער אלע דיינע אנדערע אויך?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג מאי 11, 2008 11:00 am

איך ווייס נישט פונקטליך, אבער צוויי זיכער, די, און די פון מאשקעס פארשפארטע אשכול
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג מאי 11, 2008 1:58 pm

איך לייען נישט.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » זונטאג מאי 11, 2008 2:59 pm

נאר וואס טוסטו ? די קוקסט נאר מיט די אויגען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג מאי 11, 2008 3:25 pm

קאניאק האט געשריבן:א מיסע ווארט (-----)


חס ושאלאכץ
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23701
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג מאי 11, 2008 3:39 pm

שמערי בערי האט געשריבן:א חופה! כ'הא געזאגט נישט ליינען און ער שרייבט מיר נאך צוריק?... נו נו!
שוין דא 10 צופיות!
מאשקע, דו וועסט מוזן גענצליך אפשפארן דעם אשכול!!!!!!!!!


שמערי, וואס גייט פאר מיט דיר? וואס באלט דיר פיי אז כ'האבעס געליינט? דו זעהסט נישט וואס כ'שרייב?

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איינער ווייסט וואס שמערי לאזט נישט ליינען? כ'בין זייער נייגעריג!

ווער ס'ווייסט זאלעס ביטע איבער שרייבן, כ'זאלעס מעגן ליינען,


יעצט מעגעכעס שוין ליינען?

אה! און דעי צען צופיות, האבן נישט געליינט דיין ארטיקל, זיי האבן געליינט מיין תגובה!

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » זונטאג מאי 11, 2008 3:42 pm

חחחחח, קענסט מיר אויך רעכענען פון די וואס האבן דיר נישט געפאלגט...

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » זונטאג מאי 11, 2008 4:08 pm

ערעב בערל, נעקסטיים אז דו ווילסט נאמת אז מען זאל דאס נישט לייענען, שרייב נישט ביטע, אזוי שיין,
נאר קום מיט אן אזהרה, נישט אז דעמאלטס וועט עס יא העלפן...............

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג מאי 11, 2008 4:09 pm

נאכן דורכליינען דער ארטיקל זעה איך דאך יא ווי גערעכט דער שמערי איז. וואספארא סודות מ'ווערט דא געוואויר....

האמת אגיד, דער ארטיקל האב איך - טראץ אלע אזהרות, חרמים, איסורים וקנמות - געהעריג געליינט מהחל ועד כלה, אלעס, דורך און א דורך , אין אידיש געזאגט "מ'דאשקע ל'מאשקע" אלעס! ס'גאנצע זאך.

איי וועט איר פרעגן פארוואס? ווי טאר מען טוען אזא זאך? עס שטייט דאך ריזיגע ווערטער אויפן טיר אז עס איז נישט ערלויבט צו ליינען דער אשכול, טא, ווי טרוי איך מיר עובר צו זיין אויף אן אפענער מצות לא תעשה??!!

די תירוץ איז פשוט. ווער עס האט שוין געליינט אן ארטיקל פון שמערי'ן ווייסט אליין דער תירוץ, אויב שטייט ביים קעפל אז ער איז דער ערפינדער און מייסד פון דער אשכול, און נאכדערצו אויב זעט מען אז דאס איז א געהעריגער ארטיקל, קען מען נישט ארויסגיין פון דארט אומגעליינטערהייט. די וואס ווייסן וויייסן!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג מאי 11, 2008 5:37 pm

דארפסמאן האט געשריבן:נאר וואס טוסטו ? די קוקסט נאר מיט די אויגען


כ'בין נישט אזא לץ ווי דו, כאבעס ערענסט געמיינט, ער בעט נישט לייענען לייען איך נישט.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » זונטאג מאי 11, 2008 5:56 pm

איף זעי טאקע
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג מאי 12, 2008 9:57 am

ביסט גוט שמערי, אזעלעכע געהיימע סודות ארויסצוגעבן אין פובליק ? סי מיט דיר.

וואס
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

תגובהדורך וואס » מאנטאג מאי 12, 2008 1:31 pm

א בייפאל פון א אשכול, נישט שלעכט.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג מאי 12, 2008 4:41 pm

וואס איז פשאט פון אזא גראבע אפענע העזה??????????????????? געהייסן נישט ליינען, און דר'עולם האלט שוין ביים צווייטן בלאט תגובות? ס'פשט?

נו נו! איך וועל ענק נישט אויסזאגן "קיין איינע" פון מיינע סודות!!!!!

למשל דעם סוד אז איך הייס באמת נישט שמערי בערי, איך בין פרעזידענט בוש, און איך וול פשוט זעהן וואס די קרעטשמעריסטן שראבן אויף מיר, דאס וועל איך ענק קיינמאל נישט דערציילן!

אזוי אויך וועל איך ענק נישט דערציילן.... אקעי, שוין צופיל גערעדט, מ'עט דאך מיר באלד כ'וויל נישט זאגן וואס.

איר האלט למשל אז די לעצטע שורה פון דא איז נארמאל??? פרעג איך אייך, אזוי פירט איר זיך אויף צו מיר? דאס איז הכרת הטוב אז געז קאסט נישט קיין 10 נאר 5$???


נא נא....
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » מאנטאג מאי 12, 2008 6:39 pm

פארוואס? [גייט ארויף אויפן קעפל]

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג מאי 12, 2008 7:35 pm

ס'א חילוק?
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט