חייב איניש לסבומיא, טוט איר טאקע אזוי?

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

טרינקט איר פורים?

ס'איז די שאלה בכלל?
63
68%
אמאל יא אמאל נישט
16
17%
קיינמאל!
14
15%
 
סך הכול שטימען: 93

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4415
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

חייב איניש לסבומיא, טוט איר טאקע אזוי?

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך פאברואר 26, 2020 3:58 pm

אין א וועלט פון אנקעטעס העמער אויך אריינשטופן א גלעזל וויין...
כ'האב נאכנישט אינטערגעשריבן

ארלאנדא
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 09, 2020 8:47 am

תגובהדורך ארלאנדא » מיטוואך פאברואר 26, 2020 4:02 pm

אמאל יא אמאל נישט

ווענד זיך צו איך דרייווען

אוועטאר
אלטער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: In the Database

תגובהדורך אלטער » מיטוואך פאברואר 26, 2020 4:08 pm

וואס די פראגע???? איז מענטשן וואס נישט???
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך פאברואר 26, 2020 4:40 pm

ווי האבן מיינע רבי'ס געזאגט, אז ווי חז"ל זאגן חייב מיינט עס ביז מסירת נפש.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך פאברואר 26, 2020 4:44 pm

דער פותח השכול איז שוין זעהט זיך אויס אביסל מבוסם
ער פארטוישט לבסומי מיט לסבומיא.
עד שלא ידע בין לבסומי לבסבומיא.

אוועטאר
שניי באל
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 04, 2020 10:12 pm

תגובהדורך שניי באל » מיטוואך פאברואר 26, 2020 4:48 pm

אחת ואחת האט געשריבן:ווי האבן מיינע רבי'ס געזאגט, אז ווי חז"ל זאגן חייב מיינט עס ביז מסירת נפש.

למשל חייב אדם בכבוד חמיו דארף מען מסירת נפש......

אוועטאר
יש בו
שר האלף
תגובות: 1211
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מיטוואך פאברואר 26, 2020 4:49 pm

שניי באל האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:ווי האבן מיינע רבי'ס געזאגט, אז ווי חז"ל זאגן חייב מיינט עס ביז מסירת נפש.

למשל חייב אדם בכבוד חמיו דארף מען מסירת נפש......

וואס מ'טוט נאר, אפילו א קלייניקייט, איז שוין מסירת נפש
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5694
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך פאברואר 26, 2020 5:00 pm

אחת ואחת האט געשריבן:ווי האבן מיינע רבי'ס געזאגט, אז ווי חז"ל זאגן חייב מיינט עס ביז מסירת נפש.


דער הייליגער דברי חיים זי"ע זאגט עס.
רצונינו לעשות רצוניך.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך פאברואר 26, 2020 5:14 pm

יאך טרינק נישט
متخصص نسبت داده شده است

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1449
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך פאברואר 26, 2020 5:32 pm

א באנדע משכילים כגיי מיך ארויס פון דא
סידאס? ממש אזוי פארפוילט איז מען געווארן דא אין אמעריקא אז אפילו א מצוה וואס מהאט הנאה דערפון טרעפט אויך דער שטן מטשטש צו זיין די מוחות ? טאטע לייז אינז אויס אלץ איד

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מיטוואך פאברואר 26, 2020 5:33 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:יאך טרינק נישט

יאך טרינק אויך נישט.







(קיין ברויט! איך עס עס...)
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך פאברואר 26, 2020 5:35 pm

קרייסלער האט געשריבן:א באנדע משכילים כגיי מיך ארויס פון דא
סידאס? ממש אזוי פארפוילט איז מען געווארן דא אין אמעריקא אז אפילו א מצוה וואס מהאט הנאה דערפון טרעפט אויך דער שטן מטשטש צו זיין די מוחות ? טאטע לייז אינז אויס אלץ איד


ווער איז א משכיל דא?
איך טוה וואס מיינע עלטערן אין רבי'ס האבן אונז אויסגעלערנט, אין ביי אונז טרינקט מען נישט. אודאי אין אוודאי ווער ביי זיי האט מען יא געטרונקען אדרבה ואדרבה.

איך האב נאר גענפערט וואס מען האט געפרעגט..
متخصص نسبت داده شده است

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » מיטוואך פאברואר 26, 2020 6:06 pm

כ'ווייס נישט וואס צו וועלן.
ביינונז טרינקט מען נישט בעצם, נאר מ'איז יוצא מיטן רמ"א פון ישתה יותר מלימודו ויישן, אבער כדי צו קענען אינשלאפן אין פורים מוז (וויל) איך אריינרוקן אפאר כוסה'לעך...
ממילא א שאלה איז עס, אבער למעשה טרינק איך...

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » מיטוואך פאברואר 26, 2020 6:32 pm

יא.
מיר האבן חשק צו שערן דעם יו״ט מיט די וואס ווילן באמת הנאה האבן פון א פלעשל וויין. פרטים יבואי.

ליידער איז נישט-דא כמעט און די מארקעט א פלעשעל וויין וואס איז ראו לפורים לכל הדיעות. אדער איז עס צו זיס, אדער צו טריקען, אדער א געמיש פון האלץ מיט אלקאהאל.

א גוטער וויין טאר נישט זיין זיס, נישט טרוקען, נישט האלציג, נישט איבעלדיג.

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1449
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך פאברואר 26, 2020 7:52 pm

blue moon האט געשריבן:יא.
מיר האבן חשק צו שערן דעם יו״ט מיט די וואס ווילן באמת הנאה האבן פון א פלעשל וויין. פרטים יבואי.

ליידער איז נישט-דא כמעט און די מארקעט א פלעשעל וויין וואס איז ראו לפורים לכל הדיעות. אדער איז עס צו זיס, אדער צו טריקען, אדער א געמיש פון האלץ מיט אלקאהאל.

א גוטער וויין טאר נישט זיין זיס, נישט טרוקען, נישט האלציג, נישט איבעלדיג.

ווייס כנישט ווי איר האנדעלט אייך איין וויין אבער אין יעדע וויין געשעפט קענסטו טרעפן א ריזיגע אויסוואל מיט באלאנסירטע וויינען מיט וואס מקען יוצא זיין לכל הדיעות

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » מיטוואך פאברואר 26, 2020 8:08 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:א באנדע משכילים כגיי מיך ארויס פון דא
סידאס? ממש אזוי פארפוילט איז מען געווארן דא אין אמעריקא אז אפילו א מצוה וואס מהאט הנאה דערפון טרעפט אויך דער שטן מטשטש צו זיין די מוחות ? טאטע לייז אינז אויס אלץ איד


ווער איז א משכיל דא?
איך טוה וואס מיינע עלטערן אין רבי'ס האבן אונז אויסגעלערנט, אין ביי אונז טרינקט מען נישט. אודאי אין אוודאי ווער ביי זיי האט מען יא געטרונקען אדרבה ואדרבה.

איך האב נאר גענפערט וואס מען האט געפרעגט..

וועלעכע רביס?

ב שולם
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm

תגובהדורך ב שולם » מיטוואך פאברואר 26, 2020 8:28 pm

ווי לאנג די רבש"ע געבט מיר געזינט און כח, טרינקט איך וויפיל ס'גייט
האמנתי כי אדבר - און אויב נישט וועל איך עס זאגן נאכאמאל ביז איך וועל גלייבן!

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1988
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך פאברואר 26, 2020 8:31 pm

סשטייט אין די הייליגע תורה לא סתור מן הדבר אשר יגודו לך ימין ושמאל!
ס'שטייט אין די הייליגע גמרא חייב אדם לבסומי בפוריא,
אויפן עד דלא ידע איז שוין דא דיעות אין שו"ע, אבער טרינקען איז א חיוב לכו"ע!

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1988
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך פאברואר 26, 2020 8:42 pm

blue moon האט געשריבן:יא.
מיר האבן חשק צו שערן דעם יו״ט מיט די וואס ווילן באמת הנאה האבן פון א פלעשל וויין. פרטים יבואי.

ליידער איז נישט-דא כמעט און די מארקעט א פלעשעל וויין וואס איז ראו לפורים לכל הדיעות. אדער איז עס צו זיס, אדער צו טריקען, אדער א געמיש פון האלץ מיט אלקאהאל.

א גוטער וויין טאר נישט זיין זיס, נישט טרוקען, נישט האלציג, נישט איבעלדיג.

איי!
וויפול פורים'ס איך האב צושטערט מיט דעם טעאריע!
כ'פלעג טראכטן פון קאלעי וואסער, צושטאפן די נאז, קוקן אויף א באלי קרויט און אריינשטיפן א גלאז וויין,
ובתוך כדי אכילת פרס, איז שוין געווען וואס צו ווישן...

כאגעטרייט דאס מיט יענץ,
סעמי דריי סעמי פיר און סעמי פינעף..
כ'מיין סעמי סוויט, טריקן, האלב טריקן, רויטע ווייסע פינקע,
גארנישט האט געהאלפן,
אלעס ווייל "מ'טאר נישט טרינקען זיסע וויין ווייל מ'קען ברעכן ל"ע! "

ביז כאמעך בארעכנט, ברעכן ברעך איך עני וועיס, נאר מיט די אלע וויינען וואס כ'בין נישט צוגעוואונט, ברעך איך נאר פון שמעקן,
האבעך איין יאר געטרונקען "קאנקארד גרעיפ" בעליוו איט אר נאט!
די וויין אויף וואס איך מאך קידוש יעדע וואך, די וויין מיט וואס איך בין מקיים מצוות ד' כוסות יעדן פסח, די ווין מיט וואס כ'בין מקיים שמחת יו"ט יעדן יו"ט!
האבעך אויך מקיים געווען 'עד דלא ידע'!

כ'האב טאקע געבראכן, אבער הירשט נאכן זיין מבוסם פאר א גוטע 4 5 שעה, און נאכ'ן ברעכן האב איך ווייטער געהאט א שמחת פורים!

מאך נישט קיין חשבונות, נעם א וויין וואס דו גלייכסט, מאך א לחיים, און זיי מקיים מצוות ה'!

אוועטאר
אלטער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: In the Database

תגובהדורך אלטער » מיטוואך פאברואר 26, 2020 8:57 pm

ב שולם האט געשריבן:ווי לאנג די רבש"ע געבט מיר געזינט און כח, טרינקט איך וויפיל ס'גייט

באן אינז ס'זעלבע
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך פאברואר 26, 2020 10:04 pm

פאר די לעצטע 15 יאר טרונק איך יעדעס יאר עטליכע בקבוקים טרוקענע 15 פראצענטיגע וויין, אבער קיין עד דלא ידע פאסירט נישט ביי מיר. איך טאנץ, איך עס, איך פאסט, איך שלאף... וואס איך זאל טון קען איך נישט ווערן שיכור.

חוץ איין יאר, איינער האט מיר געגעבן עפעס א האלב זיסע וויין, איך בין שוין געווען היבש אויפגעלייגט האב איך גענומען דערפון עטליכע כוסות. איינער האט מיר געווארענט אז ס'איז צו זיס, ולא שמעתי בקולו. ס'האט נאכגעפאלגט מיט א שרעקליכן עד דלא ידע, פיס ווייטאג כמעט ביז ל"ג בעומר און בזיונות וואס באגלייט מיר נאך ביז היינט...

זייט דעמאלטס טרונק איך ווייטער אבער איך געב אכטונג מיך צו האלטן צו טרוקענע וויינען. אבער איך קען נישט ווערן שיכור. קוים וואס איך ווער פרייליך. נאך דריי פולע באטלעך קען איך נאך געהעריג האלטן חשבון אויף יעדע זאך...

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1449
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך פאברואר 26, 2020 10:13 pm

הרב איטאלקי
כהאב דעם זעלבן פראבלעם, כקלער היי יאר צו גיין מיט וואדקע, יא הערסט גוט. גיי מיר אנפילן ס׳האלב גלעזעל מיט וואדקע און די צווייטע האלבע א מרקחת פון קרענבערי זשוס, פיינעפל זשוס, זשינזשערעל, און היידע!

ב שולם
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm

תגובהדורך ב שולם » מיטוואך פאברואר 26, 2020 10:15 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:פאר די לעצטע 15 יאר טרונק איך יעדעס יאר עטליכע בקבוקים טרוקענע 15 פראצענטיגע וויין, אבער קיין עד דלא ידע פאסירט נישט ביי מיר. איך טאנץ, איך עס, איך פאסט, איך שלאף... וואס איך זאל טון קען איך נישט ווערן שיכור.

חוץ איין יאר, איינער האט מיר געגעבן עפעס א האלב זיסע וויין, איך בין שוין געווען היבש אויפגעלייגט האב איך גענומען דערפון עטליכע כוסות. איינער האט מיר געווארענט אז ס'איז צו זיס, ולא שמעתי בקולו. ס'האט נאכגעפאלגט מיט א שרעקליכן עד דלא ידע, פיס ווייטאג כמעט ביז ל"ג בעומר און בזיונות וואס באגלייט מיר נאך ביז היינט...

זייט דעמאלטס טרונק איך ווייטער אבער איך געב אכטונג מיך צו האלטן צו טרוקענע וויינען. אבער איך קען נישט ווערן שיכור. קוים וואס איך ווער פרייליך. נאך דריי פולע באטלעך קען איך נאך געהעריג האלטן חשבון אויף יעדע זאך...

:lol: :lol:
האמנתי כי אדבר - און אויב נישט וועל איך עס זאגן נאכאמאל ביז איך וועל גלייבן!

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך פאברואר 26, 2020 11:36 pm

קרייסלער האט געשריבן:הרב איטאלקי
כהאב דעם זעלבן פראבלעם, כקלער היי יאר צו גיין מיט וואדקע, יא הערסט גוט. גיי מיר אנפילן ס׳האלב גלעזעל מיט וואדקע און די צווייטע האלבע א מרקחת פון קרענבערי זשוס, פיינעפל זשוס, זשינזשערעל, און היידע!

שוין פרובירט איין יאר, און ס'לוינט זיך נישט. דער פראבלעם מיט וואדקע איז אז ס'מאכט דיך הויעך פאר 2 שעה, און נאכדעם ביזטו דערנאך, קענסט גיין שלאפן. וויין מאכט דיר כאטש הייפער פאר 8 שעה ברצופות... אויסער דעם וואס יין איז מבסם, ס'מאכט פרייליך, וואדקע האט נישט דעם כח וואס וויין האט.

אגב, אין מונקאטש איז די מנהג צו טרונקן יי"ש נאך שחרית פורים.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג פאברואר 27, 2020 11:18 am

איך טרינק! און נאך ווי איך טרינק...



סעלצער! [כי כי כי.... ס'א גוטע, ניין?...]


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט