חיים עקשטיין "צען טויזענט" דאלער חתונה טשעלענדזש

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2056
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

חיים עקשטיין "צען טויזענט" דאלער חתונה טשעלענדזש

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 3:10 pm

חיים עקשטיין איז א ערליכער חסידישער יונגערמאן, א ת"ח, תושב קר"י, א רעדנער אויף קול מבשר, פיינשעל פלענער, ביזנעס און פערזענליכע קאוטש, ער האט לעצטענס א שידוך געטיען מיט א קינד למז"ט, די חתונה זאל זיין בשעה טובה ומצלחת.

חיים איז א אקטיוויסט וואס ניצט זיין צייט און כוח הדיבר אויפצוקלערן מענטשן אז זיי זאלן ניצען דעם של ראש ביים אויסגעבן געלט וואס מען האט יא - אדער נישט, ער האט שוין אסאך גערעדט און געטיען עפענטליכע פעולות צו ברענגן אווערנעז ביים ציבור צו שפארען געלט ביים חתונה מאכען.

לרגל די קינד'ס חתונה מאכט חיים א עפענטליכע טשעלענדזש ווי ער וויל פראבירען צו ווייזען אז די גאנצע חתונה גייט נישט קאסטען מער ווי צען טויזענט טאלער.

ער האט שוין עלף וואטסאפ גרופעס פון מענטשן וואס גייען אים נאכגיין און זעען צו עס איז טאקע מעגליך, יעצט שרייבענדעג די שורות האט ער שוין דריי טויזענט נאכפאלגער וואס ווילען מיטהאלטען און זען האיך יפול הדבר. (א גרופע איז מאקסימום פון 250 מענטשן)

דא אין דעם אשכול וועט מען ברענגן אלע קליפס פאר די אידן וואס האבן נישט קיין וואטסאפ אדער טעלעגראם.

ביטע האלטען די אשכול פאזאטיוו, איך האב נישט מיט חיים קיין שייכות, די אשכול איז נישט געפענט על דעתו, איך עפן עס דשאסט ווייל איך האב אויך נישט קיין וואטסאפ, און איך וויל עס מיטהאלטען.
לעצט פאראכטן דורך קאנסילמאן אום מאנטאג נובעמבער 11, 2019 8:18 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 3:16 pm

Wow
ישר כוח פארן עפענען, און אפדעיטן
רעדט ער דערפון אויף זיין קול מבשר אפטיילונג?

הר גריזים
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 3:26 pm

קודם כל, א הערצליכע מזל טוב, ס'זאל זיין א קשר של קיימא, א בנין עדי עד, און זען אסאך נחת פון דעם פאר פאלק!

וואס אינקלוד ער אין זיין רצון חתונה צו מאכן פאר אונטער עשרת אלפים? אלעס פון די שדכנות געלט ביז נאך אויסרישן די דירה פאר די פאר פאלק מיט אלעס אינמיטן?

הרב יואל ראטה וואס האט חתונה געמאכט אין שול מיט פעיפער גודס און שוין געהאט ר"ת תפילין איז אויך אנגעקומען צו איבער 7 אלפים.

אינטערעסאנט צו וויסן צו ער האט זיך אויסגענומען מיטן מחותן פון פאראויס חתונה צו מאכן אויף אזא שפארזאמע מהלך,

הלואי זאל ער מצליח זיין!

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6517
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 3:48 pm

לייטער האט געשריבן:Wow
ישר כוח פארן עפענען, און אפדעיטן
רעדט ער דערפון אויף זיין קול מבשר אפטיילונג?

יש"כ פארן עפענען און אינפארמירן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 3:55 pm

מי יודע האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:Wow
ישר כוח פארן עפענען, און אפדעיטן
רעדט ער דערפון אויף זיין קול מבשר אפטיילונג?

יש"כ פארן עפענען און אינפארמירן

WOW ישר כח פאר די אינפארמאציע

אפשר קען מען באיזה אופן עפענען א גרופע פון תושבי הקרעטשמע? מיר ערליכע אידן ווילן דאך אויכעט זיין א חלק אין דעם!
איך טענה שוין לאנג, אז פריער אדער שפעטער גייט זיין א רעוואלוציע אין דעם ענין, און די הוצאות החתונה גייט אראפקראכן ביז גאר נידריג. בעז"ה
פונקט ווי אינעם ענין פון דירות האט מען בשנת תשע"ג נישט גע'חלומ'ט אז איינער וועט אמאל אוועקמופן פון ווילי, און היינט איז עס די נארמע. די זעלבע וועט בעז"ה זיין מיט די חתונות.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 4:01 pm

רבותי ביטע קומט אראפ פון בוים, איך בין זייער פאזאטיוו צי די רעוואלאשען, אבער עס איז נישט קיין פרישע דורכברוך, עס איז פשוט נאך א קרישקעלע אין ר' יואל ראטה'ס רעוואלאשען, אבער עס עפלייעד נישט פאר עממי.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6517
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 4:14 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:רבותי ביטע קומט אראפ פון בוים, איך בין זייער פאזאטיוו צי די רעוואלאשען, אבער עס איז נישט קיין פרישע דורכברוך, עס איז פשוט נאך א קרישקעלע אין ר' יואל ראטה'ס רעוואלאשען, אבער עס עפלייעד נישט פאר עממי.

וועל מיר אויסגעפינען, לאז מיר זען וואס ער פארקויפט?
אויב איז עס א חתונה אין ביהמ"ד איז עס שווער פארן המון עם דורכצופירן, אבער חוץ די חתונה נאכט מיין איך אז כמעט אלעס קען מען דורכפירן, יעדער איז בעה"ב פאר זיך, לאז מיר זען וואס ער דעליווערט און דאן וועט מען דעבאטירן וואס איז שווערער דורכצופירן, שניידן אומנויטיגע הוצאות, אדער שאפן עקסטערע 20 אלפים אין די צייט וואס מיט די אייגענע וועיזשעס קען מען נישט דורכשטופן דעם וואך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

בסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 4:28 pm

נו. לייג ארויף זיינע ריקארדינגס.

YellowPages
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:31 pm

תגובהדורך YellowPages » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 4:31 pm

מי יודע האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:רבותי ביטע קומט אראפ פון בוים, איך בין זייער פאזאטיוו צי די רעוואלאשען, אבער עס איז נישט קיין פרישע דורכברוך, עס איז פשוט נאך א קרישקעלע אין ר' יואל ראטה'ס רעוואלאשען, אבער עס עפלייעד נישט פאר עממי.

וועל מיר אויסגעפינען, לאז מיר זען וואס ער פארקויפט?
אויב איז עס א חתונה אין ביהמ"ד איז עס שווער פארן המון עם דורכצופירן, אבער חוץ די חתונה נאכט מיין איך אז כמעט אלעס קען מען דורכפירן, יעדער איז בעה"ב פאר זיך, לאז מיר זען וואס ער דעליווערט און דאן וועט מען דעבאטירן וואס איז שווערער דורכצופירן, שניידן אומנויטיגע הוצאות, אדער שאפן עקסטערע 20 אלפים אין די צייט וואס מיט די אייגענע וועיזשעס קען מען נישט דורכשטופן דעם וואך

זיין בחור לערענט ביי ר' יואל ראטה אין די חתונה גייט לכאורה זיין דארט אין ביהמ''ד
ווער ס'איז נייגעריג וואס די טשעלענדזש גייט זיין קען זעהן א דרעפט דא
viewtopic.php?f=3&t=39866

אגב האט מען מען נעכטן געקענט זעהן וויפיל אידן זיצן וואצעפפ לצורך פרנסה... (אני בתוכם ליידער..)

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2056
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 4:31 pm

בענאק האט געשריבן:אפשר קען מען באיזה אופן עפענען א גרופע פון תושבי הקרעטשמע? מיר ערליכע אידן ווילן דאך אויכעט זיין א חלק אין דעם!


געב א קוק (איך ווייס נישט ווי) צו די עלף'טע גרופע האט נאך פלאץ אויב נישט איז דא צוועלפטע גרופע און עס וועט זיין א דריצצענטע.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 4:50 pm

מילא ווען ער האט די טאכטער האט זי דאך באקומען זיין חינוך.
אבער דאכט זיך אז דא האט ער דעם זוהן ווי זוי מאכט מען די כלה וועלן חתונה האבען אזוי שפארזאם?
ועוד ווען מרעדט פון איבריגע ארויסגעווארפענע זאכען אין דער וועלט אריין (אזוי ווי א גרויסע חלק פון די הוצאות) נניח
אבער גאר א גרויס חלק זענען דאך יא גאנץ וויכטיגע זאכען אויסצושטאפירען ווי א מענטש. דירה וכו'
(וואס צען טויזענט איז ווייט צו קלעקן דערפאר)
איז ווען מהאט נישט דאס געלט איז אויך ריכטיג נישט צו בארגען. אבער ווען מהאט עס... וואס איז די ספארט דערפון?

אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 5:04 pm

אין סיטי האל קען מען חתונה האבן פאר $25!
איך כאפ נישט וואס ער גייט דא מחדש זיין ווער ווייסט דען נישט אז מ'קען חתונה מאכן פאר צען אלפים ס'פעלט נישט די ידיעה נאר די קוראזש אין רצון וואס דאס איז ליידער נאך נישט פארהאנען אין איך זעה נישט וואס הרב עקשטיין ברענגט דא ניי צום טיש
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

שטומפיג
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 5:14 pm

שכח קאונסילמאן, די נושא אינטערעסירט מיך זייער. אבער זאג, דו האסט א דיעל מיט איינעם וואס גייט אהערברענגען די קליפס?
אויב נישט, וואס איז די פלאן פון דעם אשכול?

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2056
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 5:24 pm

שטומפיג האט געשריבן:שכח קאונסילמאן, די נושא אינטערעסירט מיך זייער. אבער זאג, דו האסט א דיעל מיט איינעם וואס גייט אהערברענגען די קליפס?
אויב נישט, וואס איז די פלאן פון דעם אשכול?


איך האף אז עס וועט זיך שאפען א נדבן עס אהערצוברענגן.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 5:27 pm

איך ווייס אויך אז ר' חיים איז דא פאר ביזנעס, און איך בין מחולק אויף רוב פון זיינע איידיעס אויף קולמע.

איך גלייך אבער זיין פערסאנאליטי און וועג פון רעדן, און זיין זיך אויסלאכן פון די וועלט.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 5:30 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:איך ווייס אויך אז ר' חיים איז דא פאר ביזנעס, און איך בין מחולק אויף רוב פון זיינע איידיעס אויף קולמע.

איך גלייך אבער זיין פערסאנאליטי און וועג פון רעדן, און זיין זיך אויסלאכן פון די וועלט.

און איך גלייך נישט ווען ''דעיל קארניגאוי'' איז מדבר מתוך ספרי רבינו ר' נחמן מברסלב וד''ל

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 5:38 pm

אחד מהחבורה האט געשריבן:אין סיטי האל קען מען חתונה האבן פאר $25!

;l;p-
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

רודף שלום
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2016 1:48 pm

תגובהדורך רודף שלום » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 6:03 pm

פאלקס קיך, איך קען נישט דעם ר' חיים, און איך הער נישט קול מבשר. אבער פון דיין גאנצע אויסגוס קומט ארויס די איינע טענה אז ער זאגט אז ער קען עפעס אויפטוהן ווען באמת קען ער נישט. איך זעה נישט פון דיין גאנצע מעשה אז ער זאל האבן ח"ו בא'גנב'עט איינעם אדער שאדן געמאכט פאר א צווייטן. אם כן מה כל הרעש? לו יהא כדבריך ווי דו לייגסט עס אראפ, איז עס טאקע אזא "עולה נוראה" ווען איינער בלאזט אביסל פון זיך אז מ'דארף איהם אזוי אראפרייסן בפומבי?? ער זאגט דאך אז ער גייט ארויסלייגן אלע דיטעילס אויף די גרופס, וירא הקהל וישפוט. איך מיין ס'נישט אויסגעהאלטן אזוי אראפצורייסן א צווייטן.
עניות דעתי

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 6:36 pm

עני לינק צי זיין וואטסאפ גרופ ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 7:22 pm

אז חיים עקשטיין טוט זאכן אינדרויסן פון באק'ס אויף א נארמאלע אופן קומט זיך עם קרעדיט!

פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

תגובהדורך פאלקס קיך » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 7:25 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:אז חיים עקשטיין טוט זאכן אינדרויסן פון באק'ס אויף א נארמאלע אופן קומט זיך עם קרעדיט!

;l;p-
הונדערט פארצענט, מען ברויך געבן קרעדיט ווי קרעדיט איז דאו , טאמער קומט ער מארגען טראמפייטערן אז חתן/כלות -שנה ראשונה אינגעלייט ברויכן מופן אויף ביליגע ערטער ווי למשל זיין קינד האט שנה ראשונה געמופט אויף מאנטיסאלא אין א געקויפטע הויז , כה לחי און עס קומט זיך אים טאקע קרעדיט

(הגם נישט יעדע טאטע קען העלפן זיין קינד קויפן א הויז שנה ראשונה אפילו עס איז ביליג ) אבער די עצם ראיון דערפון און לאזן די קאפעל מופן קומט זיך אים א זאק מיט קרעדיט

אוועטאר
הערשקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

תגובהדורך הערשקא » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 8:38 pm

maybeeynot האט געשריבן:עני לינק צי זיין וואטסאפ גרופ ?

https://chat.whatsapp.com/IpNAkNcJaw6J6pVXhUk72z

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 8:54 pm

וועלן מיר זעהן וויפיל מען טאקע שניידן פון די הוצאות החתונה. איין זאך איז זיכער, פון דעם אשכול האט מען שוין אסאך אראפגשניטן.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
בינע'ך ביזי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 8:17 pm

תגובהדורך בינע'ך ביזי » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 10:33 pm

דאס איז א פייל פון קאמענטס
צוגעלייגטע
11-11-2019 Chat.pdf
(101.07 KiB) דאונלאודעד 287 מאל
דעזיין איז מיין "האַבי". קאסטומערס זענען נאר פאר פרנסה.

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 9:47 am

לויט מיין חשבון האט ער אויף וואטסאפ מיט זיין 12 גרופעס 3,000 נאכפאלגער אויף זיין 10,000 $חתונה טשאלענדזש בלויז אויף וואטסאפ
ווען איז געווען די שידוך?
וואס זענען געווען זיינע הוצאות פון שידוך שליסן ביז יעצט ?( ווי איך פארשטיי לייגט ער ארויף אין פאבליק איעדע הוצאה )
ווען גייט זיין די גרויסע חתונה.?


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט