נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
היטשינער
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm

תגובהדורך היטשינער » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 9:25 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א גוטן חודש:

דערמאנונג; איטשע בעקער אווי יעדן ר״ח פארקויפט ער זעמעלעך פאר האלב פרייז. כאפט א מציאה


זאל ער זיך האלטן מיט זיין האלבע פרייז...
שרה'קע פארקויפט טויזנט מאל בעסערע זעמלעך פאר א דריטל די פרייז...

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4518
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 9:26 am

עפעס א נייע סארט זעמל מיט א ווייעכע סארט זיסע קעז געמישעכטס דערינען. ער זאגט אז זיין שוועסטער פון אמעריקא האט אים געשיקט די רעצעפט דערפאר.

דאס איז דאס וואס ער גיבט היינט חצי בחינם און בעט דעם ציבור זאגן מבינות דערויף.
נאט אייך א גרינע...


לייבעלע הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 10:14 am

nmi האט געשריבן:
לייבעלע הירש האט געשריבן:משולם ביאלאחאוויטש מאכט א ברית אין שניידער'ס שוהל, עס ווערט געזוכט א מוהל.
דער אלטער מוהל ר' זכרי' האט זיך אנטזאגט, ווי די שמועות קורסירן האט עס א שייכות מיט די מסירה פין דעם משומד יוסל ימ"ש

כ'פארשטיי נישט. משולם פלעגט אליין זיין מוהל ביי ביי זיינע 2 פריערדיגע קינדער. וואס איז יעצט געשעהן?

די מישט אויס
די מיינסט אוואדאי זיין ברודער דעם פרנס'ס איידעם, אבער ער געפינט זעך יעצט נישט דאהי, ער איז מיטגעפארן מיט זיין שווער אויף לייפציק צום יריד
טעות לעולם חוזר

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 10:28 am

ניין ער מישט נישט גארנישט, מיט מיינע אויגן ער האט זיי אליין ג'מלעט נאר זייט די נייע תקנה פונעם ארטאדאקסישן קאנצליי האט מען פארבאטן צו מל זיין אן א כתב, וואס מיסט מיט דיעזן זיגל פארזעין זיין, קען ער דאך נישט אליין

וואס איז אבער די מעשה מיט דעם ... טא פוי כ'וויל זיין נאמען אויף מיינע לעפצען נישט ברענגען. וואס'א געשעפטן האט ער מיט'ן מוהל?
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 10:40 am

האמער יעצט געטראפן משולם'ן זאגט ער מיר אז די ברית וועט זיין שבת. און כידוע אז איינער וואס האט נאכנישט געמל'ט 3 מאל אינדערוואכן מל'ט נישט אום שבת. סאו זיכט ער ער יעצט א מוהל.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 10:44 am

נו גוט נו שוין האט געשריבן:ניין ער מישט נישט גארנישט, מיט מיינע אויגן ער האט זיי אליין ג'מלעט נאר זייט די נייע תקנה פונעם ארטאדאקסישן קאנצליי האט מען פארבאטן צו מל זיין אן א כתב, וואס מיסט מיט דיעזן זיגל פארזעין זיין, קען ער דאך נישט אליין

וואס איז אבער די מעשה מיט דעם ... טא פוי כ'וויל זיין נאמען אויף מיינע לעפצען נישט ברענגען. וואס'א געשעפטן האט ער מיט'ן מוהל?

דער שגץ האט געמסרט, אז ר' זכרי' מאכט געלט פון די ברית'ן און ער באצאלט נישט קיין שטייער. ער האט עס געטוהן, אלס נקמה פארן אים אנשרייען יענע וואך שבת.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 10:46 am

פליגל האט געשריבן:עפעס א נייע סארט זעמל מיט א ווייעכע סארט זיסע קעז געמישעכטס דערינען. ער זאגט אז זיין שוועסטער פון אמעריקא האט אים געשיקט די רעצעפט דערפאר.

דאס איז דאס וואס ער גיבט היינט חצי בחינם און בעט דעם ציבור זאגן מבינות דערויף.

דער עולם באלעקט זיך די פינגער.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 10:49 am

רעד נישט צי פיל.... די פרייזן העלען זיך הייבן..
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » זונטאג דעצמבער 01, 2019 5:07 pm

איטשע בעקער האט זיך אנגעקויפט זעקלעך מעל צו זיין גרייט צו סערווירען דעם איישאבאטאן, ער איז געפערליך אויפגעברויזט אויף די עסקנים וואס האבן עס געקענסעלט, גרשון דעם גבאי שניס איידעם האט ער נישט געלאזט האלטען די טשאלענט די וואך אין בעקעריי ווייל ער איז געווען פון די אנדרייער אקעגן די שאבאטאן.
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 10:08 am

הויעך האט געשריבן:איטשע בעקער האט זיך אנגעקויפט זעקלעך מעל צו זיין גרייט צו סערווירען דעם איישאבאטאן, ער איז געפערליך אויפגעברויזט אויף די עסקנים וואס האבן עס געקענסעלט, גרשון דעם גבאי שניס איידעם האט ער נישט געלאזט האלטען די טשאלענט די וואך אין בעקעריי ווייל ער איז געווען פון די אנדרייער אקעגן די שאבאטאן.

ער איז פון די מענטשן וואס געדענקן אפאר יאר אויב איינער האט אים באליידיגט, זאג גרשון'ן עס לוינט נישט ער זאל אים שוין יעצט גיין איבערבעטן.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22372
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:31 am

פיר פערד איינגעשפאנט צו אפרוימען די שטעטישע שניי, צו די צופרידענהייט פון די איינוואוינער.
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (137.41 KiB) געזעהן 448 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1393
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:39 am

איי... צעוואס פערשטערן דעם שעהנעם אויסבליק פון דעם ווייסיקן שניי?!.. אך א שאהד!

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 12:46 pm

דער שול קלאפער האט שוין פונעם שניי טעפיך באלד פארטאגס א תל געמאכט
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 2:15 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:דער שול קלאפער האט שוין פונעם שניי טעפיך באלד פארטאגס א תל געמאכט


די יאר האט ער נישט געהייערט די 4 שלעפער זאלן אים האלטען, נישט צו צופאטשקענען די שניי?
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 2:33 pm

יא יא פון דעם רעדט מען, זיינע שטיוול אליין איז נאך דורכצוטראגן,
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

לייבעלע הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 12:02 pm

געציילטע פלעצער געבליבען צום נסיעה צי די חתונה פינעם רב'ס אייניקל וואס קומט פאר היינט ביינאכט אין פרדס צבי וומ"ס אמעריקא
וכל הקודם זכה
שישי ושמחי בשמחת רבינו!!

ווי אויך ווערן געבעטן די באטייליגטע אהערצישטעלן בילדער פין די גרויסארטיגע חתונה
טעות לעולם חוזר

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מאנטאג ינואר 06, 2020 10:14 pm

היינט נאכט 12 אזייגער שארף גייט זיך די רב מיטן דיין זיך זעצן שפילן שאך. ווער ס'געדענקט נאך פאר 8.3 יאר צוריק איז די רב מיטן דיין ארויסגעקומען מיטן שארפן פסק אקעגן דעי וואס זענען מיקל און לערנען אום ניטל בעפאר חצות היום פון דעם 8'טער אין דזשענואר (וויזוי זאגט נאר די רב? "פון חיצונים שטייט מען די וויידסטע וואס איז שייך"). און זייט דעמאלס שפילן זיי ביידע צוזאמען איעדן ניטל שאך ברוב עם.

די פארענטשעס אינעם ביהמ"ד איז שוין גרייט מיט מאכלים טובות ומרגליות פון 12 ביזן טענית (ביזן עלות).

איין זאך האף איך אז די רב זאל שוין איין מאל געווינען דעם געים. אין די לעצטע איבער 8 יאר האט אלץ די דיין געווינען.

פאר 5 יאר צוריק איז געווען גאר אינטערעסאנט ווען די שפיל האט זיך געצויגן פאר איבער 2 טעג.

2 יאר צוריק איז געווען [היבש] אביסל בושות ווען ביז אונטער 10 מינוט איז די רב געווען שאך מאט... און דאן האט מען אריינגעברענגט א ראמי און יאפ, די רב יכול'ט ראמי, ער האט געהאלטן אין איין געווינען, ס'האט זיך דערקענט אז א קאפ וואס איז אויסגעשארפט מיט כל שפרפיתא דאוריתא האט דא געשפילט.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1393
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג ינואר 06, 2020 10:43 pm

הא הא הא... אינגע שנוקעס! וואס געדענקט עטץ?!... 8.3 יאר.. דאס איז ס'גאנצע?
ווער געדענקט נאך אזא גוטע 2.2 יאר צוריק ווען אינמיטן א העפטיגע שפיל האט זיך דער רב צעבייזערט און צעווארפן דעם גאנצן שפיל א רגע בעפאר דער דיין האט געוואנען...
אוי איז יענץ געווען צייטן... דער עולם האט ספאנטאניש אויסגעבראכן אין א געזאנג וכל קרני רשעים אגדע....
שוין, כ'האף ס'ניש לאשען הארע...

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דינסטאג ינואר 07, 2020 8:39 am

:lol: :lol: :lol:

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » דינסטאג ינואר 07, 2020 9:19 am

נאך איינער האט באמערקט ווי די רב האט גראד ארויסגעשלעפט ביידע פערדלעך ווי א פראפעשענעל, נישט דורך קיין 4 שאטס און ביידע פערדען זענען שוין נישט געווען בין החיים.
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
ימות המשיח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובהדורך ימות המשיח » דינסטאג ינואר 07, 2020 9:33 am

איך האב ליידער נישט גקענט מיט האלט די גרויסע מעמד אויף די לייו האקפ! (מיין פילטר האט עס געבלאקט)
איינער מיט אפדיעטס ווער ס'האט געוינען?
אַ געשעפט האָב איך............

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דינסטאג ינואר 07, 2020 10:01 am

האבעך געהערט אז דער רב האט געבעטן מען זאל שוין נישט זאגן שאך-מאט, נאר כומעני-מאט, וויבאלד איראנער קענען נאך מיינען אז מיר זענען קעגן די רעזשים, און דאן וועלן זיי שיקן א שיינע מתנה צו די הימלען העכער לאדיין. היל"ת. איז דאס קראנט, אדער סתם וואטסעפ שמועות?

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג ינואר 07, 2020 10:32 am

שמועות וואס? וואס מיט די צעפ?
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דינסטאג ינואר 07, 2020 10:43 am

שוין אן אלטע מחלוקות וועלכעס יאר איז יעצט. און דעם תגובה האבעך אנגענומען כשיטתם פון די וואס האלטן תש20


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט