צייט פארברענגעריי איבער פרעזידענטן...

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

צייט פארברענגעריי איבער פרעזידענטן...

תגובהדורך נאך פונדערהיים » פרייטאג יוני 15, 2018 3:00 pm

אזויווי יעדע שטיק צייט קומט אפיר פרישע באריכטן איבער די טיפע קארופציע וואס האט זיך געטון אינערהאלב די אבאמא אדמיניסטראציע,

אנגעהויבן פון אלעס ארום די איראן דיעל, ווי למשל די לעצטע אויפדעקונג אז די אדמיניסטראציע האט פרובירט צו העלפן איראן זיך ארויסדרייען פון די אמעריקאנע סאנקציעס טראץ וואס די סאנקציעס זענען נאך געווען און פולסטן קראפט.

ווייטער די גאנצע אוראניום רוסלאנד סומאטוכע און וועלכע עס זענען געווען אינוואלווד די העכסטע אבאמא אפישילס.

ווייטער די קארופציע אינערהאלב די דזשאסטוס דעפארטמענט וואס עס שטעלט זיך ארויס מער און מער אז זיי זענען געווען אויף א עקסקלוסיוו מיסיע צו פארמיידן קאנדידאט טראמפ פון געווינען די עלעקשן.

און אזוי ווייטער און ווייטער זאכן וואס ווערן פארוואסערט דא און דארט , איז גוט צו האבן פאר די אויגן אין איין אשכול צו זען דעם קלארן פרצוף פון אט די ראפינירטע פאליטישנס, וועלכע רעדן אזוי שיין, אן ליגנטס, און אן גוזמאות...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג יוני 15, 2018 3:18 pm

קלארשטעלונג:

א קארופציע סקאנדאל איז טייטש אז ס׳איז דא באווייזן אויף קאראפציע. אפילו ס׳איז פארהאן מאנכע וואס ווילן עס נישט אנערקענען. צווייטנס, דאס אז קיינער איז נאכנישט אפציעל אנגעקלאגט געווארן אויפן סקאנדאל מאכט עס נאכנישט הייסן קאנספעראציע.

קאנספעראציע איז טייטש, אז ס׳איז נישט פארהאן דאס מינדערסטע באווייז אז עפעס איז פארגעקומען, און אפילו אזוי דרייט זיך איבער טישן און בענק. און דאס אז מאנכע וואלטן ווען זייער שטארק געוואלט אז מ׳סאל יא טרעפן עוועדענס מאכט עס נאך אלטס נישט פאר א סקאנדאל.

נאו. גא פיגער איט אוט.

ישר כח נאך פונערהיים. א גוטער בייפאל.
מ׳בעט זייער מ׳זאל נישט סתם טראלן דא, דאס איז נישט דיין דיבאטע אשכול, נאר געאייגנט פאר קארופציע סקאנדאל פונעם פאריגען אדמי. בלויז אראפברענגען די סקאנדאל און ביילייגן די באווייזן וואס האט אינטערגעשטיצט דעם סקאנדאל. (דאס צו אויב איינער איז פאקטיש אנגעקלאגט געווארן צו נישט איז אירעלעווענט..).

לעטס גאו..
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג יוני 15, 2018 4:47 pm

אין די אנפאנג ווען אבאמא איז געלאפען האט מען געהאט רעפארטעד אז א גרויסע צאל פון זיינע דאנעישענס זענען געקומען פון אויסלאנד, לויט זיין אויסערגעווענליכע און אבנארמאלע ארויס פון וועג צוגאנג קיין איראן וואלט מען געדארפט שטעלן א ספעציעלע פראסעקיוטער צו עס איז געוועהן קעלוזשען.

עס איז געוועהן רעפארטעד אז אין אקטאבער 2008 אין די צייט וואס די עקאנאמיע האט זיך געוואקעלט האט דער ביליאנער זשארדזש סאוראס ארויס גענימען א אבנארמאלע טרענזעקשאן פון געלט און דאס האט געטריגערט אין טייל צו די פארמאכונג פון לעהמאן בראדערס, עס איז דא וואס זאגען אז ער האט עס געטוהן בכונה צו ברענגען די עקאנאמיע צו די ברעג פון צוזאמבראך אזוי וועלן מענטשען לויפען וועלן פאר אבאמא וואס האט פארשפראכען טויש, אבער אויב האט אבאמא געוויסט דערפון וואלט מען עס געברויכט אויספארשען מיט א ספעשל פראסעקיוטער.

מען האט געטראפען וואפען פון די אמעריקאנע מיליטער און פון יו עס לאו ענפארסמענט ביי קרימינאלע אינצידענטען ווי עס האט באוויזען צו שיסען און הרגענען אימיגרעישאן ענפארסמענט עיזשענטס פון אמעריקע, עס איז דאן געוועהן רעפארטעד אז עס איז געוועהן די אפיציעלע פאליסי פון אמעריקע פון עס פארקויפען פאר זיי - אויפען שווארצען מארקעט - אזוי אז מען זאל זיי קענען כאפען ביים פארקויף, אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס איז די פאליסי געוועהן א דורעכפאל, ווער וואלט נישט געוואלט מען זאל דאס אויספארשען און זעהן ווער עס האט געמאכט דעם פלאן און ווער עס האט אויסגעפירט דעם פלאן און ווער איז דורעכגעפאלען דערמיט?!

קאנסערוואטיווע גרופעס האבען קאמפלעינד אז זיי זענען אינטער אינטערסאנטע אויספארשונגען דורעך די איי אר עס וואס איז נישט געוועהן די נארם, ווען קאנגרעס האט זיך יא דערמאנט עס אויסצופארשען האט די איי אר עס פארווישט אלע שפירען אזוי אז מען האט שוין נישט געקענט פארשען געהעריג אבער פארוואס נישט שטעלן א ספעציעלע פראסעקיוטער? די עולה קען זיין ריזיג?!

ווען נאך די עלעקשאן איז געוועהן רעפארטעד אז די גרעסטע מידיע פערזאנען זענען געוועהן צוזאמען אין א דיזשיטאלע שמועסן צימער ווי זיי האבען צוזאמען אפגעמאכט אז מען גייט נישט רעדן קיין איין ווארט פון אבאמאס פריינד ווי בילל עירס און זשערמייא רייט - אויב דאס הייסט נישט קיין קעלוזשען ווייס איך נישט וואס מיינט יא, עס איז נאך א סך ערגער ווי א מיליאן דאלער פעיסבוק עדס.

ווען די אמעריקאנע גענעראל אין אפגאניסטאן פארלאנגט זיבעציג טויזענט טרופען און דער פרעזידענט שיקט נאר פערציג טויזענט אן קיין שום סיבה וואס דאס זאגט קלאר אז די איינציגסטע סיבה בלייבט אלא לשם פאליטיק, הייסט דאס נישט געלייגט אין א סכנה סאלדאטען פאר פאליטישע געינס?!

די דעמאקראטישע קאוקעס וואס איז אייביג הינדערט פראצענט אין ליין מיט די פארטיי טאטעס צו ווייל זייערע 48 סענעטארען האבען נישט קיין מח אדער ווייל די פארטיי טאטעס זענען דיקטאטורען, געדענקט יעדער גוט ווען סענעטאר מענענדעז האט זיך איינמאל נישט צו געשטעלט צו זייערע קאפריזען איז ער אריין אינטער אויספארשונג א קורצע צייט דערויף, פארוואס נישט קיין ספעשל קאונסעל אויף אזא מעגליכע פארברעך?!

אויב איר פיהלט אז דאס איז צו סך קאנספירעסי פאר אייך ראט איך אייך צו גיין ליינען וואס די אנטי טראמפ שרייבען פאר פרישטאג, מיטאג און נאכטמאל און א מידיע וואס בלאזט עס.

און דאס איז נאך פאר די 2016 עלעקשאן וואס איז א נושא פאר איט סעלף.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג יוני 15, 2018 5:29 pm

איך שרייב נאר אבאמאס קעראפציע און ווער רעדט נאך פון קלינטאן, בענגאזי, אימעילס, אירעניעם, קלינטאן פאונדעישאן און צוריק ביז צו די יארען פון איר טאטעס דרעיפערי געשעפט.

געב איר א דאלער און זי זאגט דיר עניטינג דו ווילסט, אבאמאס מיסטעיק איז געוועהן איר צו נעמען פאר די פאסטען.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

בוש אדמיניסטראציע סטופידעטי

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג יוני 15, 2018 6:29 pm

אין א צייט וואס יעדער איז פארנומען ארויס צוהייבן די איידעלקייט און פערפעשענעליזעם פון די 45'טע פרעזידענט פון אמעריקע, דאנאלד דזשעי טראמפ, און די אויסערגעווענליכע סדר וואס הערשט אין זיין ווייסן הויז, ולעומת זה די שלאבערישע אבאמא אדמיניסטראציע, און די אבנארמאלע ווילדע באנעמונג פון די 44'טע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, באראק כוסעין אבאמא, פארגעסט מען אינגאנצן פון 43 דער תמים ומתמם דזשארזדש W בוש.

דורכאויס זיינע אכט יאר האט ער מיט זיין איבערדאזע פון סטופידעטי אריינגעשלעפט אמעריקע אין א אומנויטיגע מלחמה וואס האט געקאסט דאס לעבן פון טויזענטער אמעריקאנע סאלדאטן, על לא דבר. און טריליאנען דאלארען אין מיסט קאסטן.

די קאנסעקווענצן האבן נישט געשפעטיגט מיט'ן אויפשטייג פון אייסיס, א מאנסטערישע טעראר ארגעניזעשאן וואס האט שוין פארציקט טויזענטער אומשולדיגע מענטשן ארום די וועלט מיט די גרעסטע מאס רציחות און בארבאזים.

פון א אקענאמישע שטאנדפונקט איז ער געווען דער ריכטיגע שוטה המאבד מה שנותנים לו, אינטער זיין זייגער האט אמעריקע געשרינקט פון א באאמינג אקאנעמי ביז א פארלוסט פון שווערע טויזענטער דזשאבס פער חודש.

די אשכול וועט זיין געווידמעט צו שרייבן איבער זיין שיינעדיגע טפשות אלס וועלט פירער, וואס האט בשעתו ארויס געברענגט געלעכטער תבל ומלואה.
?I DON'T CARE, DO YOU

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

פרעזידענט דזשימי קארטער'ס שלימזלותע

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג יוני 15, 2018 6:52 pm

ווען מען פרעגט איינעם, ווער איז די גרעסטע שלימזל וואס דו קענסט, איז די ענטפער על פי רוב, דזשימי קארטער.

דזשימי קארטער איז געווען די 39'סטע פרעזידענט פון די יוניידעט סטעיטס אוו אמעריקע.

אנגעהויבן זיין קאריער האט ער אין די פעלדער ארום דזשארדזשיע וואו ער האט געשניטן פינאטס.

שפעטער איז ער ערוויילט געווארן אלס גאווענער אין יענע סטעיט.

אין 1976 האט ער אינטער גענומען א פרעזידענטשעל ביד אין וואס ער האט דערפאלגרייך באזיגט פרעזידענט דזשארלד פארד, די נאכפלאגער פון פרעזידענט ניקסאן וואס האט רעזעגנירט פון אמט צוויי יאר פארדעם, נאכן זיין פארמישט אין די וואטערגעיט סקאנדאל.

נאכן איבער נעמען די לייצעס פון די אמעריקאנער רעגירונג, האט זיך ארויס געשטעלט אז אפילו חכמה יש כאן, מזל אין כאן.

אמעריקע האט אנגעהויבן מיט לעבן ווי די שלימזלות לויפט נאך דעם מאכטפולסטן מאן אין די וועלט.

א הויכפונקט פון ריכטיגע שלעכטע מזל איז געווען די איראנע אמבאסאדאר משכונות פארכאפונג, נאכפאלגענדיג א דורכגעפאלע מילעטערישע פריוו צו באפרייען די משכונות וואס האט זיך גענדיגט מיט די טויט פון 5 מארינען ווען זייער העליקאפטער האט געקראכט, לאזענדיג די 52 משכונות אין די הענט פון די פארכאפער.

דאס, בנוסף צו א זייער שלעכטע אקאנעמי, הימל שרייענדע הויכע גאז פרייזן איז געווען די דערקטע גורם צו זיין היסטארישע פארלוסט אין די 1980 אלעקשענס, וואו ער האט פארלוירן 47 שטאטן צו דאן קאליפארניע גאווענער און געוועזענע עקטרעס ראלאנד רעיגן וואס האט אים באזיגט מיו 17 מיליאן שטימען.

אויף ווי צו לייגן זיין שלימזלות אויפן ספאט לייט, זענען די משכונות באפרייט געווארן מינוטן פאר'ן איינשווערן פרעזידענט רעיגן, שוין זייענדיג אויפן פאדיום ביים אינאגארעשן צערמאניע פארענט פונעם קעפיטאל געביידע, נאכדעם וואס קארטער איז געזיצן זיין גאנצע לעצטע נאכט אלס פרעזידענט אינעם אוועל אפיס צו שתדלן פאר זייער באפרייאונג, געבענדיג דעם אימעדזש ווי כאילו רעיגן איז דער וואס האט זיך באפרייט.

אין דעם אשכול וועט מען דיסקאסירן די מעגא שלימזלות פונעם לא יוצלח דזשימי קארטער.
לעצט פאראכטן דורך בוידעם אום פרייטאג יוני 15, 2018 6:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
?I DON'T CARE, DO YOU

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » פרייטאג יוני 15, 2018 6:56 pm

למעשה זיין אויפנאמען די אדמורי"ם דעלעגאציע איז געווען סוקסעספול...

דאס איז די איינציגע זאך וואס איך ווייס איבער אים... :lol:
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2161
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » פרייטאג יוני 15, 2018 7:05 pm

אייסיס איז כוסעין אבאמא דיירעקטלי שילדוג ער איז געווען א ריכטיגע שוטה המאבד מה שנותנים לו ער האט גענומען א איראק אונטער קאונטראל און געמאכט א חורבן דארט גייענדיג קאפ אין וואנט פאר זיין אגענדע טראץ דעם וואס מען האט אים געווארענט אז עס גייט געשען
דאס הייסט אז ער האט אסאך מער שייכות מיט אייסיס ווי בוש און ווי די כאפען בין לאדען
The best thing about a Boolean is even if you are wrong, you are only off by a bit
עמוק און עקום זענען די זעלבע אותיות א סאך מאל מיינט מען אז עס איז עמוק אבער עכט איז עס עקום

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

פרעזידענט רעיגן'ס מידעקייט

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג יוני 15, 2018 7:09 pm

ווען פרעזידענט רעיגן איז איינגעשוואוירן געווארן איז דער 40טער פרעזידענט פון די סטעיטס, האט ער געבראכן אפאר רעקארד'ס.

צום אלעם ערשטן, ער האט געווינען 47 סטעיטס, און א אויבערהאנט פון 17 מיליאן שטימען פון זיין קעגנער פרעזידענט קארטער.

רעקארד נומער צוויי, ער איז געווען דער ערשטער צו געווינען די פרעזידענטשאפט אן עכטע פאליטישע עקספיריענס פון פארדעם, און אן די בעקונג-עכ"פ אין די אנהויב פון זיין קאמפיין- פון די אסטעבלישמענט.

רעקארד נומער דריי, ער איז געווען דער עלטסטער פרעזאן צו ווערן ערוועלט אלס פרעזידענט צום ערשטן טורם.

(ביידע רעקארדס ווערן היינט געהאלטן ביי פרעזידענט טראמפ).

זייענדיג אזוי אלט, איז ער -אנדערש ווי פרעזידענט טראמפ- שטענדיג געווען מיד, ער פלעגט איינשלאפן אינמיטן קאבינעט זיצונגען.

עס וועט זיין אינטערסאנט צו הערן וואס דער עולם ווייסט צו פארציילן פון זיינע שלאפ-פולע טעג.
?I DON'T CARE, DO YOU

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג יוני 15, 2018 7:10 pm

ווען הייסט א ביזנעס א סוקסעס? ווען עס וואקסט! ווען הייסט א אשכול א סוקסעס? ווען עס וואקסט נאכדעם ארויף נאך צען אנדערע!

#נקודה למחשבה
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג יוני 15, 2018 7:11 pm

איי קנאו. ווי אויך איז פרעזידענט קענעדי געווען שולדיג אין די חורבן בית המקדש.

אגב, פאר אבאמא איז דא א אבאמא אשכול.

איזהו חכם המכיר את מקומו.
?I DON'T CARE, DO YOU

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג יוני 15, 2018 7:13 pm

דאס מיינט אז די "פרעזידענט טראמפ'ס ליגענט'ס" אשכול, איז זייער סוקסעספול.
?I DON'T CARE, DO YOU

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג יוני 15, 2018 7:13 pm

בוידעם איך אגרי מיט יעדע ווארט א חוץ די אייסיס קאמענט.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג יוני 15, 2018 7:14 pm

בוידעם האט געשריבן:דאס מיינט אז די "פרעזידענט טראמפ'ס ליגענט'ס" אשכול, איז זייער סוקסעספול.

אויך אמת, עס האט נאר נישט קיין קעראפציע אין זיך מה שאין כן...
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מוצ"ש יוני 16, 2018 11:38 pm

מען מעג א נאמען געבן דעם אשכול עטוואס מער נארמאלער.

כנלע״ד
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » זונטאג יוני 17, 2018 12:18 am

אזוי אויך וואלטן די מנהלים געמעגט געבן א הסבר פארוואס זיי האבן צוזאמען געשמאלצן בוש קארטער און רעיגען אין איין אשכול.

מען איז דאך אין פארברענגן, איז דא א דעפעציט פון דעטע צו קענען הענדלן אסאך אשכולות?
?I DON'T CARE, DO YOU

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » זונטאג יוני 17, 2018 2:44 am

בוידעם האט געשריבן:אזוי אויך וואלטן די מנהלים געמעגט געבן א הסבר פארוואס זיי האבן צוזאמען געשמאלצן בוש קארטער און רעיגען אין איין אשכול.

מען איז דאך אין פארברענגן, איז דא א דעפעציט פון דעטע צו קענען הענדלן אסאך אשכולות?

דו האסט דאך געשריבן אז
בוידעם האט געשריבן:פרעזידענט קענעדי געווען שולדיג אין די חורבן בית המקדש.

און אונז ווייס מיר דאך אז דער ביהמ"ק איז חרוב געווארן וועגן שנאת חינם איז אלץ תשובת המשקל האט מען צוזאם געשמאלצן די פרעזידענטס.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1560
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג יוני 17, 2018 10:23 pm

בוידעם האט געשריבן:אזוי אויך וואלטן די מנהלים געמעגט געבן א הסבר פארוואס זיי האבן צוזאמען געשמאלצן בוש קארטער און רעיגען אין איין אשכול.



וואס האסטע מורא, זיי העלן זיך קריגן?


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: דערבארומדיג'ער און 8 געסט