בלאט 1 פון 2

פרייוועט אשכול

געשריבן: דאנארשטאג מאי 10, 2018 2:45 am
דורך קליינטשיגער
אקעי איך האב געשריבן פרייוועט אינדערויסן, קיינער הערט נישט און קיינער קען נישט אריינקומען דא, יעצט קעמער רעדן נארמאל... וואס איז געבליבן... איך בין ארויס היפש צומישט נאך די היינטיגע מיטונג, ווייסטעך כקען נישט אזוי ענגליש... כהאב נישט געהעריג פארשטאנען, אבער כמיין אז עפעס האב איך יא געהערט, חיים זאגט גראדע זייער גוט, א שפיטאל איז סאך א בעסער געדאנק ווי א עירפארט... אבער ער זאגט אז אין עירפארטס איז דא גרעסערע אפענונגס...?? עס דארף זיין עפעס ביג...ווואס זאגסטע...?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 10, 2018 2:52 am
דורך אויסגערעכנט
אה... נאא... עההה... אהאאא... מעריב... נא נא...

געשריבן: דאנארשטאג מאי 10, 2018 2:54 am
דורך קליינטשיגער
אה.. דו דאווענסט יעצט?? אזוי שפעט? וואס איז מיט דיר??? וואס וועט זיין מיט אונזערע פלענער... וואלסט געדארפט דאווענען פריער... מ׳קען נישט אזוי עפענען א ביזנעס..

געשריבן: דאנארשטאג מאי 10, 2018 2:58 am
דורך אויסגערעכנט
בקדושתך העליונה אמן סלה ... אה... יא וואס זאגסטע.. יעצט גענדיגט דאווענען, סארי אבער עס האט זיך געמאכט א עמערדזשענסי.

הער אויס, חיים רעד דיר איין אז ער פארשטייט, אונז וויל מיר עפענען, אבער די פראגע איז וואס.. אקעי איין מינוט, כאפט נישט, פארשטייסט אז עפענען א גראסערי איז נישט אונזער ליין, יאא? מען דארף קוקן ווער עס איז די קליענט, אונז זיכמער די מער בעסערע מענטשן, די ביזנעס פיפל...

געשריבן: דאנארשטאג מאי 10, 2018 3:01 am
דורך קליינטשיגער
מיר באמת איז נישט אזא גרויסע חילוק ווי לאנג מע...

געשריבן: דאנארשטאג מאי 10, 2018 3:02 am
דורך אויסגערעכנט
האק נישט אריין... לאז אויסרעדן... דו הערס נישט וואס איז זאג בכלל

געשריבן: דאנארשטאג מאי 10, 2018 3:03 am
דורך קליינטשיגער
אקעי כהער... רעד ווייטער.. אבער מאך עס שנעל, דארפסט אויך אויסהערן מיין צד...

געשריבן: דאנארשטאג מאי 10, 2018 3:09 am
דורך אויסגערעכנט
אקעי אבער יאג מיר נישט, כוויל קענען געהעריג מסביר זיין... נא.. וואו האמער נאר געהאלטן??? כגעדענק שוין נישט... לאמיר נאכמאל אנהייבן...

ולטהרינו ולקדשנו.. אה דאס איז נאך געווען פונעם דאווענען.. סארי... אקעי די מעשה איז וואס מיר עפענען, דארפסטע פארשטיין אז פון די ריעל ביזנעס פיפל קען מער ארויסקעשן, אין א שפיטאל קומען אן קראנקע מענטשן... אבער אין א עירפארט קומען מענטשן וואס פארן פאר ביזנעס טריפס...

געשריבן: דאנארשטאג מאי 10, 2018 3:10 am
דורך קליינטשיגער
נא...

געשריבן: דאנארשטאג מאי 10, 2018 3:13 am
דורך אויסגערעכנט
וואס נא... האמער נישט געמועסט אז דו לאזט אויסרעדן... קענטס דיר נישט איינהאלטן פאר איין מינוט... מען קען נישט אזוי טון בי..

געשריבן: דאנארשטאג מאי 10, 2018 3:15 am
דורך קליינטשיגער
שריי נישט אויף מיר... דו האלסט א גאנצע פיליבאסטער... איך וויל נאר פארשטיין וואס די דזשאב איז און ארויסקעש וויפיל עס גייט...

געשריבן: דאנארשטאג מאי 10, 2018 3:19 am
דורך אויסגערעכנט
אקעי סארי סארי... לאמיר זיך איבערבעטן... לאמיר דיר מסביר זיין די חילוק, ווען אונז עפענען א שפיטאל דארף מען אנטוען א ווייסע כאחאטל, עס האט נישט אזא חן.... מען דרייט זיך צווישן קראנקע... אבער צו עפענען א עירפארט איז אסאך מער פראפעשענעל... מען גייט מיט א שיינעם אנצוג, א שניפסל... עס זעט אויס צו די זאך...

געשריבן: דאנארשטאג מאי 10, 2018 3:21 am
דורך קליינטשיגער
נערישקייטן... וואס צו אנטון איז נישט די זאך... וואסא חילוק.. אז איך בין דער וואס עפענט די עירפארט קענען אנטון וואס איז וויל... כקער נישט אפילו צו גיין מיטן ווייסען כאלאטל דארט... וואס גייט מיר עס אן...

געשריבן: דאנארשטאג מאי 10, 2018 3:23 am
דורך אויסגערעכנט
וואס הייסט.... דו האסט שוין אמאל געזען א דאר מען אין עירפארט גיין מיט א ווייסע כאלאטל??? מען וועט דיר גלייך ארויסווארפן פון דארט... סמאכט נישט קיין סענס... וואס איז מיט דיר....

געשריבן: דאנארשטאג מאי 10, 2018 3:27 am
דורך קליינטשיגער
וואס????? וואס רעדסטע פון די דאר מען... ???

געשריבן: דאנארשטאג מאי 10, 2018 3:29 am
דורך אויסגערעכנט
וואס פארשטייסטע נישט... ??? כהאב דאך דיר געזאגט אז דו גייסט עפענען... אדער אין א שפיטאל אדער אין א עירפארט...

געשריבן: דאנארשטאג מאי 10, 2018 3:31 am
דורך קליינטשיגער
איך גיי עפענען די טירן??? כהאב געמיינט אז איך גיי עפענען די ביזנעס...

געשריבן: דאנארשטאג מאי 10, 2018 3:33 am
דורך קליינטשיגער
ביי אונז האמער נישט וואס צו רעדן...

געשריבן: דאנארשטאג מאי 10, 2018 3:36 am
דורך אויסגערעכנט
הער אויף... איינמעניט... פאר א סיבה ווילעך ענדערש א עירפארט, כווייס דו ביסט נישט מסכים, דארפסט אבער פארשטיין אז אין א עירפארט וועסטע טרעפן די ריעל ביזנעס פיפל, פון דארט איינמאל דו קענסטעך שוין מיט די חברה איז שוין א קאצן שפרונג ביז טרעפן א נייעם מענטש וואס וועט זיך זארגן דיר צו טרעפן א דזשאב... ווייל איך האב שוין נישט קיין נערווען... עס איז שוין 3:36 ביינאכט, איך גיי שלאפן... איך קען שוין נישט מיט דיר מער.....

געשריבן: דאנארשטאג מאי 10, 2018 3:38 am
דורך קליינטשיגער
האלאו דו מאכסט חוזק פון מיר... ביסט נארמאל?? קענסטעס נישט טון צו מיר.... איך ווארט דיר אפ... איך קום צו די מיטונג... און דאס אלעס... א דאר מען און יעצט גייסטער אהיים..???

מער וועל איך מיר שוין נישט אריינלאזן אין זאק פון דיר..

געשריבן: דאנארשטאג מאי 10, 2018 3:42 am
דורך אויסגערעכנט
Zzzzzzz.....

Zzzzzzz...

געשריבן: דאנארשטאג מאי 10, 2018 3:51 am
דורך קליינטשיגער
נא נא... וועסט נאך חרטה האבן...

געשריבן: דאנארשטאג מאי 10, 2018 7:55 am
דורך שמואל אלצווייסער
ענק האבן גערעדט פין שלאף ארויס?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 10, 2018 8:52 am
דורך ראפאט קראמפלי
ביי די וועי, איך האב געזען אויף אליבאבא א גוטע דיעל אויף עריפלעינס!.... אמממ איך מיין צו זאגן ווייסע כאלאטן..

געשריבן: דאנארשטאג מאי 10, 2018 9:32 am
דורך פערדס מיניסטער
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:ביי די וועי, איך האב געזען אויף אליבאבא א גוטע דיעל אויף עריפלעינס!.... אמממ איך מיין צו זאגן ווייסע כאלאטן..

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:ענק האבן גערעדט פין שלאף ארויס?


וויאזוי זענען ענק אריינגעקומען דא? עס איז דאך פרייוועט!!!