בלאט 3 פון 6

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 07, 2017 3:14 pm
דורך יוראפ
עין טובה האט געשריבן:וויכי, ס'איז גוט ס'זאל פאסירן מפעם לפעם

אבער דאס וואס ס'איז געווען לעצטענס איז שוין צו גוט - טוב מאד זה יצר הרע...

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 07, 2017 3:27 pm
דורך מיסטעריעז
מקווה איד האט געשריבן:איך פארשטיי נישט אייועלט קומט ענק עפעס סך הכול שטעלן זיי צו א היימעשע פלאץ צו פארברענגען, איך פארשטיי אז עס איז נישט באטעמט אבער טענות?

איר האט געזעהן ערגעץ טענות? מענטשן רעדן זיך בסך הכל אויס.

און ער פרעגט פארוואס מען קידה׳ט.

און, יא, ס׳אסאך בעסער היינט. שכח.

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 07, 2017 6:48 pm
דורך שמועסער
ארויפגעקומען היינט נאר 2 מאל אין קאנטראסט צו די לעצטע שטיק צייט וואס ס'פלעגט ארויפקומען אומציילבארע מאלן..

יישר כח פאר די געטרייע הנהלה וואס ארבעטן איבערמידלעך אונז צוצושטעלן א כשר'ע אויסגעהאלטענע פלאץ צו קענען פארברענגן און זיך אויסבלאזן...

אגב, די הנהלה האט טאקע עפעס פארראכטן אדער וויכי האט בלויז געווארפן א פלאקן און יעדער מיינט שוין אז ס'איז בעסער?....

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 07, 2017 7:06 pm
דורך עין טובה
מ'האט טאקע פארראכטן...

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 07, 2017 7:38 pm
דורך גליקליכער
שמועסער האט געשריבן:ארויפגעקומען היינט נאר 2 מאל אין קאנטראסט צו די לעצטע שטיק צייט וואס ס'פלעגט ארויפקומען אומציילבארע מאלן..

יישר כח פאר די געטרייע הנהלה וואס ארבעטן איבערמידלעך אונז צוצושטעלן א כשר'ע אויסגעהאלטענע פלאץ צו קענען פארברענגן און זיך אויסבלאזן...

אגב, ....

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 07, 2017 8:09 pm
דורך געלעגער
מיסטעריעז האט געשריבן:געלעגער, איך האב שוין געשריבן קריטיק אינעם עבר, און גלייב מיר, איך פארשטיי ליידער די באדייט פון זיין שפראך, און דו ווייסט עס אויך.

פרש דבריך ביטע. ווייל איך ווייס עס נישט

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 07, 2017 8:16 pm
דורך געלעגער
עין טובה האט געשריבן:געלעגער איך גיי דיר מער נישט טשעפענען... קענסט שוין אנהייבן שרייבן...

חחח...
ס׳איז נישט די טשעפענען..
למשל, מיכאל מיט זיין סידי איך האלט מיך איין מיט אייזענע קייטן נישט זיך צוצופירן די הענט אין יענעם אשכול איבער זיין ניגון. דאס וואס ער האט געטון פאר דרייסיג יאר צוריק מיט נגינה האט ער ווידעראמאל יעצט באוויזן. געגעבן א שלעפ אראפ כלל ישראל נאך א דרגה אז אין צען יאר פון יעצט איז דאס די נארמא און ווער עס גייט זיך רעגן גייט מען דן זיין למושב זקנים אלס אלטע קראכער וואס פארשטייט נישט די היינטיגע וועלט. און דאס אעז נישט קיין שוגג ווייל ער איז אין די ליין און ווייסט אז ווארימע ניגונים פארקויפט זיך בעסער ווי אנדערע ער קען פרעגן מבד אויב וויל ער.
נארוואס, גיי איך עס דארט שרייבן גייט מען עס אנקוקן ווי די ״הנהלה״ רייסט אים אונטער און מענטשען גייען האבן טענות היתכן נאכן שרייבן אייוועלט אויפן סידי רייסט מען אים אונטער.
וויפיל איך האב שוין פראבירט מסביר צו זיין אז חוץ א קוימען קערער האב איך נישט און פארטרעט נישט די מיינונג פון אייוועלט.

קאפטשאו?

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 07, 2017 8:28 pm
דורך עין טובה
קאפטשאַטי, האו אבאוט נוצן דיין * ניק? אדער זיי אזויווי וויכי, יעדע מאל דער שרייבט א תגובה קומט א דיסקלעימער איך רעד נישט בשם קיינעם...

בד"וו, גיימיר לערנען יעצט דערנאך איז דא די וואלן אויסגאנג, און נאכן דרימל גיימיר ארבעטן... ביי..

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 07, 2017 8:29 pm
דורך גאלדענע פעדער
גלעגער, הייב אן דיין תגובה מיט א דיסקליימער (מאך דיך דאס גרייט פאר א CP) אז דאס וואס איך שרייב דא איז נישט די הנהלות מיינונג, נאר מיין פערזענדליכע מיינונג. א שאד מיר זאלן נישט קענען געניסען פון אייערע אינהאלט'ס רייכע תגובות וועגן אפאר נישט-אויסגעהאלטענע קריטיקירער.
#עצה טובה

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 07, 2017 8:31 pm
דורך יאסעלע
אה, דעת קדשו פון די מענאל איז ארויס אין פובליק...

#פארדאמייוועלט!

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 07, 2017 8:31 pm
דורך גאלדענע פעדער
וויכטיג מאכער האט געשריבן:מ'האט היינט געפיקסט עפעס, לאמער זעהן צו ס'וועט בעסער ווערן...

א ריזעגען דאנק, הרב וויכטיג (המכונה וויכי!) און א פערזענדליכע יש''כ פאר אלעס וואס איר טוט דא פאר אונז ולטובת הכלל!

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 07, 2017 8:38 pm
דורך גאלדענע פעדער
וויכטיג מאכער האט געשריבן:אויב ס'געשעהט נאכאמאל, שרייב די זייגער און וויפיל מענטשן דו זעהסט אויף די סייט... טענקס

כבוד הרב היקר המכונה וויכי, ידיד כל בית "אידישע וועלט", גאר אסאך האבן שוין געפרעגט די שאלה אן א שיער מאל, פארוואס מען קען נישט דא צושטעלן א שטערקערע פלעטפארם אז די סערווער זאל בכלל קיינמאל נישט ווערן איבערגשטרענגט...? און אגב, אסאך ניקים דא האבן שוין בפירש געשריבן אז זיי זענען גרייט צו געבן (גרעסערע) געלט אויב דאס איז די אפהאלט.

ביטע ענטפערן, אין אישי איז אויך גוט נאכאמאל יש''כ גדול פאר אלעס!

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 07, 2017 8:41 pm
דורך בלעטל
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:אויב ס'געשעהט נאכאמאל, שרייב די זייגער און וויפיל מענטשן דו זעהסט אויף די סייט... טענקס

כבוד הרב היקר המכונה וויכי, ידיד כל בית "אידישע וועלט", גאר אסאך האבן שוין געפרעגט די שאלה אן א שיער מאל, פארוואס מען קען נישט דא צושטעלן א שטערקערע פלעטפארם אז די סערווער זאל בכלל קיינמאל נישט ווערן איבערגשטרענגט...? און אגב, אסאך ניקים דא האבן שוין בפירש געשריבן אז זיי זענען גרייט צו געבן (גרעסערע) געלט אויב דאס איז די אפהאלט.

ביטע ענטפערן, אין אישי איז אויך גוט נאכאמאל יש''כ גדול פאר אלעס!

דער פראבלעם איז. אז די געלטער פון וואס דו רעדסט. די גרעסערע.. ס'ליגט נאכנישט אין א עסקראו אקאונט.
איינמאל דאס איז ערלעדיגט.

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 07, 2017 8:42 pm
דורך בלעטל
געלעגער האט געשריבן:
עין טובה האט געשריבן:געלעגער איך גיי דיר מער נישט טשעפענען... קענסט שוין אנהייבן שרייבן...

חחח...
ס׳איז נישט די טשעפענען..
למשל, מיכאל מיט זיין סידי איך האלט מיך איין מיט אייזענע קייטן נישט זיך צוצופירן די הענט אין יענעם אשכול איבער זיין ניגון. דאס וואס ער האט געטון פאר דרייסיג יאר צוריק מיט נגינה האט ער ווידעראמאל יעצט באוויזן. געגעבן א שלעפ אראפ כלל ישראל נאך א דרגה אז אין צען יאר פון יעצט איז דאס די נארמא און ווער עס גייט זיך רעגן גייט מען דן זיין למושב זקנים אלס אלטע קראכער וואס פארשטייט נישט די היינטיגע וועלט. און דאס אעז נישט קיין שוגג ווייל ער איז אין די ליין און ווייסטהאז ווארימע ניגונים פארקויפט זיך בעסער ווי אנדערע ער קען פרעגן מבד אויב וויל ער.
נארוואס, גיי איך עס דארט שרייבן גייט מען עס אנקוקן ווי די ״הנהלה״ רייסט אים אונטער און מענטשען גייען האבן טענות היתכן נאכן שרייבן אייוועלט אויפן סידי רייסט מען אים אונטער.
וויפיל איך האב שוין פראבירט מסביר צו זיין אז חוץ א קוימען קערער האב איך נישט און פארטרעט נישט די מיינונג פון אייוועלט.

קאפטשאו?

גוט געזאגט אומגעזאגט..

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 07, 2017 9:14 pm
דורך אויבער-חכם
כ׳האב שוין לאנג געהאט אזא חשד, אז יעדע מאל וואס א מנהל קומט אריין מעקן קומט ארויף די עראר אז די סערווער איז איבערגעשטרענגט.
לאמיר עס אויס פראבירן...

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 07, 2017 9:44 pm
דורך איש האשכולות
יהודי האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:די פראבע גייט זיין פון 9 - 11 ביינאכט ווען ס'קומט אריין די ריזאלטס....

:lol:

מ'זאל נישט זאגן אז כ'האב נישט געווארענט... :o

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 07, 2017 10:07 pm
דורך וואוילע שעפעלע
עין טובה האט געשריבן:קאפטשאַטי, האו אבאוט נוצן דיין * ניק?

..



וויאזוי האט דער הייליגער ראפשיצער רב געזאגט? 'פארוואס קען נישט דיין חבר אליינס קומען און זאגן אז ער קומט בשם זיין חבר?...'


וד"ל

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 07, 2017 10:25 pm
דורך מים שלנו
יעצט נישט גיט

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Camp 2017, private, tech yid, Yahoo [Bot], yid101, yoel2124441100, איש האשכולות, באגלייבט, בר דעת, גאפל, דגל יהודה, הערשקא, וועלט'ס פארזארגער, חיים סולומון, יודל קליין, יש ברירה, כאפצעם, מה שמו, מים שלנו, ערליכע בחור, פארקלערטער, קאפ און אקסל, רה''ק דקהל פורים, שטייגען, תן חיוך און 126 געסט

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 07, 2017 10:27 pm
דורך טראבל מעיקער
איך דריי מיך דא אויך
יעדער וויל וויסן וואס טוט זיך מיט יעגער

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 07, 2017 10:53 pm
דורך יוראפ
395 חברה און פאר מיר איז נישטא קיין פלאצעניש?

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 07, 2017 10:58 pm
דורך ארום די זייגער
Oops

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 07, 2017 11:04 pm
דורך רה''ק דקהל פורים
יעדע תגובה אין דעם אשכול (יא, מיינס אויך) אין אזא ביזי צייט גיבט צו צום קעפל...

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 07, 2017 11:25 pm
דורך טראבל מעיקער
שטעל דיך פאר אויב ס'איז נישט דא ווען קיין סערווער אישוס...

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 07, 2017 11:43 pm
דורך זאכליך
וויאזוי קען זיין אז ס'איז אמאל געווען 495 אויפאיינמאל? ס'איז געווען א בעסערע סערווער?

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 07, 2017 11:50 pm
דורך עין טובה
לכאורה צוליב וואס די נייע PHPBB האט נאך זאכן -נאטיפיקאציעס- וואס "עסט"