מיין פ' וארא דרשה

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
ירא שמים
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2007 1:32 am
לאקאציע: פה ק"ק פישפיקלאדיין

מיין פ' וארא דרשה

תגובהדורך ירא שמים » מיטוואך ינואר 02, 2008 5:11 am

בס"ד

שא, שא, זאל זיין שטיל
מאך צי די ערקאנדישען, עס מאכט גערודער ,
נו מאך פלאץ פאר יעדען , די עולם זאל זיך זעצען, די עולם זאל טועם זיין ,
אנצינדען די מייק,
איינס , איינס ., יא ס'ארבעט,

מורי ורבותי , קודם כל שלום עליכם , שוין לאנג זיך נישט געזעהן ,
אבער אזוי ווי איך בין געווען אין געגענט האב איך געטראכט אריינציקומען דא אינעם קרעטשמע ,
זיך טרעפען מיט מיינע אלטע קרעטשמע זיצער'ס , אין אביסעל מעורר זיין דעם עולם בדברים העומדים על הפרק,
מ'טרעף מיר די וואך אין די סדרה אז די באשעפער אז גא-ט האט געזאגט פאר משה רבינו אז ער האט געהערט די געשריי פין יודישע קינדערלעך, ווי זיי שרייען אינטער די גרויזאמע מצרישע הענט, אין גיי זאג זיי אז איך גיי זיי אויסלייזען אין כ'גיי זיי ארויסנעמען פין אינטער די מצרישע הענט ,
דארף מען פארשטיין וואס האט עס ציטוהן מיט די געשריי פין די יודישע קינדערלעך , די באשעפער האט דאך שוין געהאט ציגעזאגט פאר די אבות הקדושים אז ער וועט אויסלייזען זייערע קינדער אין געבען דאס הייליג לאנד,
אין וואס איז דא די טעם וואס די תורה זאגט "וגם אני שמעתי את נאקת בני ישרא-ל" אין ווען די יודען שרייען ווען נישט וואלט די באשעפער זיי סייווי געדארפט אויסלייזען אזוי ווי ער האט געשוואוירען פאר די אבות,
נאר וואזשע דען טייערע יודען , אין די ענין פין קץ איז דא צוויי זמנים , איינס די צייט וואס מען דארף שוין אויסלייזען מצד הדין , אין די צווייטע איז די זמן וואס קומט מצד מדת הרחמים אז מען איז מעורר רחמים מ'שרייט צים אייבערשטען
דאן ווערט א פריערדיגע זמן א זמן פין מדת הרחמים וואס מצד הדין איז טאקע נאך נישט די זמן נאר מצד מדת הרחמים האט די באשעפער רחמנות אין איז מקדים דעם קץ,
האבען די יודען געשריגען צים אייבערשטען אין גלות מצרים ,די יודען האבען נעבעך געקרעכטצט אין געוויינט אינטער די מצרישע יאך , טאג איין טאג אויס האבען זיי געדארפט ארבעטען די שווערסטע ארבעט אינטער די שרעקליכסטע אימשטענדען וואס ס'לאזט זיך גארנישט זאגען, אין פרעה טוט זיך באדען אין יודיש בלוט , אין די יודעלעך קוקען דאס אלעס צי אין קענען זיך נישט העלפען, נישטאמאל האבען זיי צייט צי וויינען , ווייל מען לויפט זיין נאך אויף טריט אין שריט
אין מ'געבט זיי נישטאמאל קיין צייט צי אטעמען ,
פאסירט אז דער רינדעכיגער פרעה פייגערט אפ , אין לכבוד דעם דארף מען נישט ארבעטען א טאג ,
מיטאמאל האט מען א מינוט צייט צי טראכטען , די גאנצע צער וואס איז געווען אנגעלייגט אויף די יודישע הערצעלעך
רינט מיטאמאל אריין אינעם הארץ אריין , אין די טרערען הייבען אן פליסען פין די אויגעלעך אן אפהאלט
פין די טיפענישען פין די הארץ שרייט מען צים טאטען אין הימל , עד מתי ווילאנג נאך ... ווילאנג נאך...
טייכען יודישע טרערען ווערען פארגאסען , די פארמאכטע שערי רחמים ווערען צישפאלטען אין ציעפענט
די גאנצע פמליא של מעלה וויינט מיט אין בעט זיך ביי כביכול ער זאל שוין רחמנות האבען אויף זיינע ליבע קינדער די בני אברהם יצחק אין יעקב, אין דער באשעפער שטעלט זיך אויף פינעם כסא דין אין זעצט זיך ארויף אויפען כסא רחמים
אין זאגט גענוג מיינע קינדער האבען שוין גענוג געליטען , עס איז שוין צייט זיי צי העלפען ,
עס איז שוין צייט צי באשטראפען זייערע באצווינגער,
אין גא-ט שיקט משה רבינו זאל גיין צי פרעה'ן אין עים זאגען ער זאל ארויס שיקען די יודען

טייערע יודען , יעצט זעמער ליידער אויך אין א שווערע גלות ,יודען ליידען זיך אן אזוי פיהל בגשמיות אין נאך מער ברחניות
ווילאנג נאך קען ווארטען אויף די גאולה , וויפעל נאך קען מען אויסהאלטען , די יצר פארדרייט דאך א קאפ מיט אזוי פיהל
טרדות אין דאגות אז מען האט נישט קיין צייט זיך צי ווענדען צים אייבערשטען אין זיך אויסוויינען
מען האט נישט קיין צייט צי שפירען דעם ביטערען גלות די חושים זענען פארטעמט ,מען ווייס נישטאמאל וואס עס פעלט אונז , מען שפירט נישטאמאל וואס מ'האמער פארלוירען , אלץ איז מען ביזי אין פאריאגט ,
טייערע יודען ,שטעלטס ענק אפ , טראכטס אריין וויפעל יודישע קינדער מאכען מיט וויפעל ישועות מען דארף וויפעל רפואות מען דארף , אין ברחניות ווי פארשטאפט די הארץ איז , ווי ווייט מיר זענען פינעם הייליגען באשעפער ,
אין נאכדערצו אין די יעצטיגע ימי השובבי"ם וואס עס איז זמנים וואס דער יצר פארלייגט זיך צי מחטיא זיין יודען
עס איז נידריגע טעג ,(אין וועגען דעם איז עס א צייט פין תיקונים ווייל אז מען הייליגט זיך אין די טעג איז די תיקון אסאך שטערקער) דארף מען דאך בעטען אין שרייען צים טאטען אין הימל ער זאל אונז שוין אויסלייזען פינעם כוח היצר אין שוין שיינען זיין גרויסע לעכטיקייט אויף אונדזערע נשמות , ס'זאל שוין לעכטיג ווערען פאר יודישע קינדערלעך,
ער זאל שוין פריילעך מאכען יודישע הערצער וואס זענען שוין אדורך אזא ביטערען לאנגען גלות ,
לאמיר וויינען אין בעטען צום הייליגען באשעפער אז די קץ זאל שוין נענטער ווערען ער זאל זיך שוין אנעמען פאר זיין הייליגען נאמען וואס איז מחולל בין הגוים , אין אז עס זאל זיין א קץ פינעם מדת הרחמים ,אין אונז זאל מיר אויסגעלייזט ווערען מיט ניסים ונפלאות אזוי ווי עס שטייט כימי צאתך מארץ מצרים אראך נפלאות במהרה בימינו , אמן
רב ואב"ד ק"ק פישפיקלאדיין והגלילות

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך ינואר 02, 2008 9:15 am

אמן!

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך ינואר 02, 2008 10:06 am

אאאאמממממןןןןןן!!!!!

ווי וואנט מאאר.

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » מיטוואך ינואר 02, 2008 10:21 am

אאמן!!!!!!!! שככככחח!! זיך דערקוויקט דאס הארץ אביסל, א שאד פאר די אידישע קינדער וואס קענען נישט אפליינען די דרשה...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך ינואר 02, 2008 1:23 pm

כמים קרים על נפש עייפה! אמן ואמן!

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2548
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מיטוואך ינואר 02, 2008 1:49 pm

אמן אמן אמן נצח סלה ועד!

א גרויסן יישר כח פאר'ן ראזוואדובער רב שליט"א.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך ינואר 02, 2008 6:21 pm

גם אני באמני.

אמן, שכוח.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך ינואר 02, 2008 7:24 pm

שכוח פון מיר אויך, פאר די ווארימע דברי ווערטער וועלכע זענען מלא יראת שמים.

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » מיטוואך ינואר 02, 2008 9:50 pm

גא"מ לכל חברי הנ"ל,
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך ינואר 02, 2008 10:31 pm

ירא שמים, יפה דברת ובזמנו דברת, דיינע רייד זענען אזוי געגאסן צו די פרשיות, די קריאה וואס איז מעורר די זמן, די ימי השובבים, דיינע מליצה ישרות מיט דיינע דברי כיבושין לעורר לבות בני ישראל, און צו מעורר זיין די מדת הרחמים, זאל דער פון אויבן העלפן, עס זאל גיין גראד ביזן כסא הכבוד, און מלאכי רחמים זאלן דאס ארומנעמען און ארויפטראגן, און מ'זאלמיר שוין ארויס פונעם גלות המר והנמהר. נצח ישראל מצרותנו גאלינו.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג ינואר 03, 2008 12:29 am

... אמן

.. אוי ידיד נפש.... אב הרחמן......... אוי איך קען נישט קוקן, אזוי לעכטיג דא...........
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6413
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג ינואר 03, 2008 2:03 pm

אזא שובבי"ם תורה שוין לאנג נישט געהערט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

תגובהדורך יענטאאש » דאנארשטאג ינואר 03, 2008 2:08 pm

שכח ראזוואדובער רב, א גרויסן יישר כח.

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » מאנטאג ינואר 08, 2018 1:39 am

עניני דיומא


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יישר כח און 7 געסט