בילדער פון קערעסטיר ג' אייר און א גאנץ יאר

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 10, 2017 12:10 pm

נאכדעם וואס די "קערעסטירער ער"ח קבוצה" איז אהיים געפארען האט מען זיך גענומען צוגרייטען פאר די אורחים וואס קומען אויף שב"ק, ווען אין דעם הייליגען קערעסטירער קאך שטייט הרה"צ שמואל גרויס שליט"א, און אומנת אבותיו בידיו, צוצושטעלן די מאכלי שב"ק פאר די אלע אורחים וואס קומען צום הייליגען הויז אויף שבת מברכים.
צוגעלייגטע
image051.jpg
image051.jpg (39.01 KiB) געזעהן 1223 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 10, 2017 12:12 pm

באישון לילה איז אנגעקומען אן אייגנארטיגע גרופע, פון "גאלדערס-גרין, לאנדאן" זיי האבן געדאווענט מעריב אין קוויטל שטוב.
צוגעלייגטע
image053.jpg
image053.jpg (26.63 KiB) געזעהן 1222 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 10, 2017 12:12 pm

.
צוגעלייגטע
image052.jpg
image052.jpg (27.62 KiB) געזעהן 1218 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 10, 2017 12:14 pm

עש"ק:

צופרי איז געוועהן א מנין שחרית אין קוויטל שטוב.

פארמיטאג האט מען אויפגענומען מיט כבוד הרה"צ ר' ישראל לאנדא שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר נחלת דן מ'מאדזיץ זצ"ל וואס איז געקומען לשבות בצל הקודש.



שב"ק:

עס איז געפראוועט געווארען גאר א הערליכע שבת בצוותא חדא אינעם הייליגן הויז, ווי אלע צוגעהערן און אכסניא צימערן זענען געווען צוגעשטעלט אויפן שענסטן פארנעם. ר"ח געבענטשט האט הרה"צ ר' ישראל לאנדא שליט"א הנ"ל און ווי אויך משמיע געווען דברי תורה ביי של"ס.
צוגעלייגטע
image054.jpg
image054.jpg (28.83 KiB) געזעהן 1216 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 10, 2017 12:15 pm

מוצש"ק:

עס איז פארגעקומען א שיינע מלוה מלכה מיט דעם עולם וואס האט געוויילט אויף שב"ק בבית רבינו והגלילות. הרה"צ שמואל גרויס שליט"א האט פארציילט מעשיות פון הייליגען זיידען ר' ישעי'לע זי"ע.

עס איז באשטעלט געווארען פון פריער א ברייטע מלוה מלכה דורך הרה"ח ר' פנחס קליין הי"ו ראש הקהל וויזשניץ מאנסי אבער צוליב די פליצלינגע חולשת גופו הטהור פון כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ-מאנסי שליט"א לרפו"ש, האט זיך ר' פנחס הי"ו מיט זיינע קינדער, וואס האבן געוויילט אויף שב"ק אין טערצאל יצ"ו צוריקגעאיילט אהיים קיין ניו יארק גלייך נאכ'ן זמן און נישט צוריקגעקומען קיין קערעסטיר. און הרה"צ שמואל גרויס שליט"א נכד רבינו, איז מוצש"ק ארויף לציון הק' און מזכיר געוועהן מרן רבינו מרדכי בן מרגליא לרפו"ש.
צוגעלייגטע
image058.jpg
image058.jpg (32.88 KiB) געזעהן 1214 מאל

Felso ut
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 12:18 pm

פרישע איינרוכטונגען

תגובהדורך Felso ut » זונטאג דעצמבער 10, 2017 12:23 pm

א קאנטעינאר מיט נייע מאטראצען ווערט געשיקט די טעג צום הכנסת אורחים ד׳קערעסטיר ע׳י ר׳ ישעי׳לעס גאסט הויז""
צו זיין די נדבן פון א מאטראץ פארבינד אייך מיט ר׳ משה יוסל.
צוגעלייגטע
IMG-20171208-WA0015.jpg
IMG-20171208-WA0015.jpg (157.22 KiB) געזעהן 1200 מאל

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:34 pm

אורחים בורחים דורכים האט געשריבן:.

די חבורה ביים עסן צו די זעט אין גאסט הויז.
צוגעלייגטע
065A289C-2766-48BC-B59E-8C12AD03BABB.jpeg
065A289C-2766-48BC-B59E-8C12AD03BABB.jpeg (183.03 KiB) געזעהן 1186 מאל
D1D42AC0-E476-485D-9BE1-C747659ABFBC.jpeg
D1D42AC0-E476-485D-9BE1-C747659ABFBC.jpeg (171.8 KiB) געזעהן 1186 מאל
סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:38 pm

אורחים בורחים דורכים האט געשריבן:מוצש"ק:

עס איז פארגעקומען א שיינע מלוה מלכה מיט דעם עולם וואס האט געוויילט אויף שב"ק בבית רבינו והגלילות. הרה"צ שמואל גרויס שליט"א האט פארציילט מעשיות פון הייליגען זיידען ר' ישעי'לע זי"ע.

עס איז באשטעלט געווארען פון פריער א ברייטע מלוה מלכה דורך הרה"ח ר' פנחס קליין הי"ו ראש הקהל וויזשניץ מאנסי אבער צוליב די פליצלינגע חולשת גופו הטהור פון כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ-מאנסי שליט"א לרפו"ש, האט זיך ר' פנחס הי"ו מיט זיינע קינדער, וואס האבן געוויילט אויף שב"ק אין טערצאל יצ"ו צוריקגעאיילט אהיים קיין ניו יארק גלייך נאכ'ן זמן און נישט צוריקגעקומען קיין קערעסטיר. און הרה"צ שמואל גרויס שליט"א נכד רבינו, איז מוצש"ק ארויף לציון הק' און מזכיר געוועהן מרן רבינו מרדכי בן מרגליא לרפו"ש.
צוגעלייגטע
08CE26EF-28CE-46C8-9166-62F6211DB709.jpeg
הנגיד ר׳ פנחס קליין מיט הרב גראס נכד רבינו ביים זיך מחיה זיין אין גאסט הויז.
08CE26EF-28CE-46C8-9166-62F6211DB709.jpeg (124.66 KiB) געזעהן 1184 מאל
סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

Felso ut
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 12:18 pm

ספעלט חלה

תגובהדורך Felso ut » זונטאג דעצמבער 10, 2017 6:47 pm

פריש געבאקענע ספעלט חלה דורך ר׳ ישעי׳לעס גאסט הויז
צוגעלייגטע
IMG-20171206-WA0041.jpg
IMG-20171206-WA0041.jpg (169.01 KiB) געזעהן 1156 מאל

Felso ut
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 12:18 pm

תגובהדורך Felso ut » זונטאג דעצמבער 10, 2017 11:17 pm

קינדערליך אין קערסטיר
צוגעלייגטע
Screenshot_2017-12-10-23-14-46-360x640.png
Screenshot_2017-12-10-23-14-46-360x640.png (384.68 KiB) געזעהן 1105 מאל

Felso ut
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 12:18 pm

⬆⬆⬆⬆⬆⬆⬆⬆⬆

תגובהדורך Felso ut » זונטאג דעצמבער 10, 2017 11:18 pm

אגב, נכד רבינו זצ"ל

Felso ut
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 12:18 pm

לעשות רצון צדיק

תגובהדורך Felso ut » זונטאג דעצמבער 10, 2017 11:28 pm

ווי זוי האט זיך רבינו אויסגעדריקט קודם פטירתו לאחד מבני ביתו

" אז וועט מען טיילן עסן אזוי ווי ביי מיר און שטוב וועלן די ישיעות אנהאלטען"
צוגעלייגטע
IMG-20171124-WA0008.jpg
IMG-20171124-WA0008.jpg (312.01 KiB) געזעהן 1032 מאל
IMG-20171124-WA0009.jpg
IMG-20171124-WA0009.jpg (186.99 KiB) געזעהן 1032 מאל

Felso ut
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 12:18 pm

נרות חנוכה בר׳ ישעי׳לעס גאסט הויז

תגובהדורך Felso ut » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 3:35 pm

נכד רבינו הרב גראס ~ תושב קערעסטיר מדליק
צוגעלייגטע
IMG-20171212-WA0053.jpg
נכד רבינו הרב גראס מדליק
IMG-20171212-WA0053.jpg (286.33 KiB) געזעהן 973 מאל

Felso ut
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 12:18 pm

לכבוד חנוכה

תגובהדורך Felso ut » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 3:39 pm

.
צוגעלייגטע
IMG-20171212-WA0056.jpg
IMG-20171212-WA0056.jpg (173.67 KiB) געזעהן 969 מאל

Felso ut
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 12:18 pm

יום א ויגש תשע׳ח

תגובהדורך Felso ut » זונטאג דעצמבער 17, 2017 8:37 am

מנין שחרית און דאווענען שטוב ביי ר׳ ישעי׳לעס גאסט הויז חנוכה תשע׳ח
צוגעלייגטע
IMG-20171217-WA0000.jpg
דאווענען שטוב ביי רבינו גאסט הויז
IMG-20171217-WA0000.jpg (95.16 KiB) געזעהן 833 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 17, 2017 12:52 pm

השלמה פון די פארגאנגענע אימעיל, פר' תולדות


זונטאג:


באישון לילה האט מען מיט כבוד אויפגענומען עטליכע קינדער פון הגה"צ ר' אליעזר הורוויץ זצ"ל מ'מעליץ, ה"ה, הרה"ג ר' יהושע שליט"א אב"ד מעליץ-ב"פ, הרה"ג ר' יצחק דוד שליט"א אב"ד ראצפערט - בראזיל, און הרה"ג ר' יהודה שליט"א אב"ד טורנא-פלעטבוש, וועלעכע זענען געוועהן על ציון הק' און נאכדעם אראפגעקומען אין הייליגען הויז ווי זיי האבען סועד געוועהן און זיך דערקוויקט דאס הארץ און פארברענגט מיט סיפורי צדיקים, און דערנאך זיך געזעגנט פון דעם חצר מיטנעמענדיג השפעות טובות, רפואות, ישועות וכל טוב, אמן.



פר' ויצא



זונטאג-ר"ח כסליו:

צופרי איז געוועהן א מנין שחרית-הלל-מוסף אין קוויטל שטוב נאכפאלגענדיג מיט א גרויסע פת שחרית-סעודת ר"ח.

נאכמיטאג האט מען אויפגענומען ביותרת הכבוד כ"ק אדמו"ר מ'דעעש שליט"א על ישראל הדרתו בעיר ב"ב, ואתו עמו בני המשפחה ובתוכם אחיו האדמורי"ם הצדיקים שליט"א און מיט זיי זענען געווען 70 אידן מכל קצוי תבל, ווי זיי האבען געפראוועט א געהויבענע היסטארישע שב"ק העעל"ט אין די שטאט דעעש יצ"ו,
צוגעלייגטע
image007.jpg
image007.jpg (27.72 KiB) געזעהן 795 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 17, 2017 12:54 pm

דער רבי שליט"א מיט די גאנצע קבוצה זענען צום ערשט אריין דאווענען מנחה אין דעם קוויטל שטוב, און נאכדעם זיך געוואשן צו א רייכע ר"ח סעודה ווי עס האבען זיך באטייליגט פון צווישען די דעעש'ע אייניקלעך עטליכע אייניקלעך פון רבי ישעי'לע זצוקלה"ה, ה"ה הרב יוסף גרינפעלד שליט"א, הרב שלום יחזקאל פאנעט שליט"א, הרב יהודה ראטטענבערג שליט"א. ביי די סעודה האט דער רבי שליט"א מכבד געוועהן הרב ר' יוסף שליט"א הנ"ל מיט ברכת המזון .
צוגעלייגטע
image015.jpg
image015.jpg (38.49 KiB) געזעהן 795 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 17, 2017 12:54 pm

.
צוגעלייגטע
image016.jpg
image016.jpg (39.4 KiB) געזעהן 796 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 17, 2017 12:55 pm

דערנאך האט דער רבי שליט"א באזוכט די קאך און אויסגעדריקט געוואלדיגע התפעלות פון דעם פאקט, אז דער כח פון די הייליגע עבודה בימים ההם, איז משפיע אז דער הייליגער קאך פיבערט נאך בזמן הזה 24 שעה אהן א אפשטעל. נאכדעם האט מען געדאווענט מעריב.
צוגעלייגטע
image013.jpg
image013.jpg (42.34 KiB) געזעהן 794 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 17, 2017 12:57 pm

דאן איז דער רבי שליט"א ארויף מיט די גאנצע קבוצה על ציון הק' ווי מען האט מתפלל געוועהן בהתעוררות רב, און געפויעלט אלעס גוטס, אהיימטראגענדיג ישועות ורפואות פאר כלל ישראל.
צוגעלייגטע
image009.jpg
image009.jpg (45.01 KiB) געזעהן 795 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 17, 2017 12:57 pm

.
צוגעלייגטע
image011.jpg
image011.jpg (43.64 KiB) געזעהן 795 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 17, 2017 12:58 pm

מאנטאג:

פארמיטאג איז געוועהן עטליכע קבוצות פון א"י און פון לאנדאן. עס זענען געווען מערערע מנינים למנחה ולמעריב.

פארנאכטס האט מען אויפגענומען מיט כבוד דעם באקאנטען מגיד מישרים הרה"ג ר' יוסף חיים גרינואלד שליט"א ומשפחתו, צוערשט האבן זיי געדאווענט מעריב ,דאן האט מען פאר זיי ספעציעל צוגעגרייט נאכטמאל אין איינע פון די צימערען, דערנאך זענען זיי אריין אין קוויטל שטוב און פארברענגט מיט תפלות, שירות ותשבחות בהשתפכות הנפש.

ביינאכט איז געקומען הרב ר' יואל פאגעל שליט"א מנהל כולל אברכים ד'סאטמאר אנטווערפען ומשפחתו, וואס נאכ'ן סועד זיין און זיך דערקוויקען דאס הארץ, איז מען געבליבען אויף לינת לילה אין דעם בנין הכנסת אורחים.

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 17, 2017 1:00 pm

דינסטאג:

צופרי איז געוועהן א מנין שחרית און עס האט זיך שוין אנגעהויבען אנצוזעהן אסאך אייניקלעך פון הייליגען מנוחת אשר זי"ע מנו"כ אין טשענגער. נאך שחרית איז געווען א שיינע מסיבת לחיים ווי הרה"ג ר' יוסף חיים שליט"א האט דערווארעמט דעם עולם מיט סיפורי צדיקים פון די קדושים אשר בארץ המה, און בפרט פון הייליגען רבי ר' ישעי'לע זי"ע ומ"מ רביה"ק ר' אברהם'לע ורביה"ק ר' מאיר יוסף זי"ע.
צוגעלייגטע
image018.jpg
image018.jpg (27.91 KiB) געזעהן 813 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 17, 2017 1:03 pm

במשך פונעם טאג האט זיך נישט אפגעשטעלט די אנגייענדיגע שטראם, בתוכם האט זיך אנגעזעהן הרב ר' שמשון בן הרב שמואל גרויס שליט"א נכד רבינו זי"ע וועלכע האט נישט געקענט אפשטעלען זיין וואונדער פון די מאסיווע הכנסת אורחים אפעראט, זאגענדיג אז עס איז גענוי ווי זיין באבע הרבנית הצדיקת מרת מלכה ע"ה בת הרה"צ ר' אברהם'לע זי"ע פלעגט איבער פארציילען.

פאר מעריב האט מען אויפגענומען הרה"ג ר' ישי ליעברמאן שליט"א, חתן הגה"צ אב"ד דושינסקי וומסב"ג שליט"א, ראה"כ דושינסקי, ויו"ר וועד הכשרות שע"י קיט"ל סאטמאר וומסב"ג, וואס איז געקומען אין באגלייטונג פון עטליכע בני המשפחה. נאכ'ן סועד זיין האבן זיי גענעכטיגט אין די הערליכע בנין שע"י הכנסת אורחים ד'קערעסטיר.

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג דעצמבער 17, 2017 1:26 pm

מיטוואך:

צופרי איז געווען א מנין שחרית ובתוכם הרה"ג ר' אלישע יונגרייז שליט"א אב"ד טעפליק - ירושלים, דערנאך איז געווען א סעודת לחיים ופת שחרית ווי מען האט דערציילט סיפורי צדיקים.

איבערן טאג איז געוועהן א שטארקע שטראם פון אידן, אייניקלעך, פון הרה"ק מנוחת אשר זי"ע. זייענדיג אויפן וועג פוקד צו זיין דעם ציון הקדוש אין טשענגער ביומדה"ל, האבן זיי זיך אפגעשטעלט אין קערעסטיר מתפלל זיין ביים ציון הקדוש, ווי אויך אין קוויטל שטוב בביתו נאווה קודש, און זיך דערקוויקט דאס הארץ פון די כסדר צוגעשטעלטע פרישע איבערבייס. עס זענען געווען עטליכע מנינים צו מנחה און מעריב.

אין די מיטאג שטונדען האט מען אפגעשיקט קיין טשענגער די מאכלים ומזונות לכבוד די הילולא פון בעל מנוחת אשר זי"ע וואס איז צוגעשטעלט געווארען דורך כ"ק אדמו"ר מ'גארליץ ב"פ שליט"א נכד להרה"ק מ'טשענגער זי"ע, וואס האט אפגעקויפט און איבערגעפרישט דעם בית החיים אין טשענגער, און אויפגעשטעלט אויף'ן פלאץ א בנין הכנסת אורחים פאר די אלע וואס קומען על ציון קדשו פון הייליגען מנוחת אשר זי"ע, און פון הכנסת אורחים ד'קערעסטיר שע"י נכדי רבינו זי"ע האט מען אפגעשיקט דאס עסן מיט אלע צוגעהערן וואס איז געווארען געקאכט אין די ארגינעלע קערעסטירער קאך אין ר' ישעי'לעס הויז.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט