ברוך שפטרנו-אבאמא

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

ברוך שפטרנו-אבאמא

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 6:02 pm

יא מארגן וועל מיר ענדליך פטור ווערן פונעם אבאמא. אויב זענט איר אן אבאמא פען, פילייכט האט איר נישט וואס צו זוכען אין דעם אשכול, אבער פאר מיר ולדכוותי לאזט אונז אביסל פייערן אז מיר ווערן ענדליך פטור פון דעם קרעץ.

אביסל איבער מיין היסטאריע מיט אבאמא.

קודם לאמיך מגלה זיין א סוד, אז אנדערש ווי אסך אנדערע דא, האב איך פאקטיש געגעליכן אבאמא די ערשטע עטליכע יאר פון זיין פרעזידענסי, ער האט זיך נאך געהאלטען גאנץ פיין אין די ראמען און איך האב נישט געהאט אויף אים קיין גרויסע טענות,מען האט נאכנישט געזען דעמאלס די שלעכטע קאנסוקווענצען פון זיין אפיזמענט מהלך.

ביסודי איך בין נישט קיין אידאלאגישער קאנסארווטיוו, און פארשידענע סאציאלע זאכן ווי העלפען פאר די ארעמערע אין נישט זיין פארקויפט פאר ביג ביזנעס בין איך נענטער צו די רעפאבליקאנער.

המשך יבוא

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1111
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 6:24 pm

Creepy headline

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 6:25 pm

דעם ערשטען מאל וואס איך האב אנגעהויבן איינזען אז עפעס איז דא ערענסט ראנג מיט דעם אבאמא איז גווען ביי די עגיפטען רעוואלוציע.

מובאראק איז גווען אן עכטער נאענטער פריינט מיט אמעריקא, ער האט געפייט אל קאידא, בראדערהוד, און טעראר. מובאראק איז בכלל נישט גווען קיין סאדיסט און בליט זויגער פון זיינע אייגענע מענטשען, רוב יארן האבן אים זיינע מענטשען שטארק געגליכן. אנדערע לענדער אין מיטל מזרח ובכללם מדינת ישראל האבן געהאלטען אז עס איז בעסער פאר עגיפטען, מיטל מזרח, און די וועלט אז מובאראק בלייבט יא ביי די מאכט.

אבער נישט אבאמא, ער האט זיך צוגעכאפט ווי א שטיקל געבראטענס, מיט קענטליכע פרייד איז ער געגאנגען אויף טערלעוויזיע און געשטאכן א מעסער אין רוקן פאר מובאראק. פון דא האט זיך דער רעדל גענומען דרייען מיט א שנעלקייט.

שטיצן די טעראריסטען פון מאסלעם בראטערהוד.

פאטשקענען אין סיריע און גארנישט אויפטוען מיט רויטע ליניע.

ווערען נענטער מיט איראן און נאכגעבן רוב זאכן פאר זיי אבי צובאקומען א דיעל.

איגנארירען אייסיס פאר 2 יאר. JV TEAM.

ביטרעיען אמעריקאס פריינט אין מיטל מזרח, אן מאכן א דיעל מיט איראן קעגן זייער ווילן

יעדעס מאל א שווארצער איז געהרגעט געווארן האט ער גלייך געוויסט אז עס איז ראסע

ועוד ועוד

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 6:27 pm

גא"מ
כשמ"ו כן הוא

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 6:31 pm

גא"מ; אבער כ'וויל זיך נישט פריצייטיג פרייען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 6:36 pm

@היימישער מזל טוב.... דערמאן דיר נאר די אלטע צייטן.... זאג נאר, האסטע געחלומט אז די קאשמאר גייט זיך אמאל ענדיגן.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 6:45 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:האב איך פאקטיש געגעליכן אבאמא די ערשטע עטליכע יאר פון זיין פרעזידענסי, ער האט זיך נאך געהאלטען גאנץ פיין אין די ראמען

אויף דעם האט דאך איינער אמאל געזאגט This is my last election. After my election I have more flexibility

לענייננו
מזל טוב אמעריקע!

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 7:20 pm

און דערפאר, ווייל היימישער אינגערמאן איז אזא ערנסטער בכובד ראש אחריות'דיגער מענטש, וואס קען נישט צוקוקן ווי אבאמא מיט זיינע אומפאראנטווארטליכע פאליסי'ס מאכט שלום מיט אמעריקע'ס שונאים, און ווארפט איבערן דראנג אמעריקע'ס אליאירטע, איז ער זייער פרייליך צו זעהן אבאמא גיין און טראמפ אריין קומען. טראמפ כידוע, טוט דאך דאס פארקערטע.

ווייל אבאמא איז א געפערליך לייכטזיניגער מענטש, וואס טוט זאכן אן זיך דורכרעדן מיט היימישער, איז ער פרייליך אז אבאמא גייט און יעצט קומט אריין א אחריות'דיגער דורכגעטראכטער פירער, וואס נעמט נישט קיין שריט, מ'הערט גארנישט פון אים ווי לאנג ער האט עס נישט דורכגעטראכט און דורכגעזיפט בי"ג נפה, איבערגעשמועסט מיט אלע ראטגעבער פון אלע זייטן פונעם פאליטישן ספעקטרום. דאס איז שוין אויסער דעם וואס דער נייער פרעזידענט איז אליין טיף באהאוונט אין די גאנצע קאמפליצירטע אויסערן פאליטישע מאפע.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 7:54 pm

איך כאפ נישט די ״נייעס״ נקודה פון די אשכול..

עני הסבר?

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5595
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 8:01 pm

מי חכם, עס מיז זיין דו באקומסט באצאלט פארען שרייבען דא, מיט דיר האט יעדע זאך נאך א מטבע.

(עס געפעהלט מיר)
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 8:09 pm

מי חכם cute as always.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 8:53 pm

עבאמא איז טאקע דורכגעטראכט אבער אויפגעקלערט אנטי אמעריקאנע אידייען, טראמפ איז אינסטינקטיוו אן אמעריקאנער פאטריאט, אן טראכטן וויל ער אמעריקאנע הצלחה.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 9:08 pm

און זיינע פאטריאטישע אינסטינקטן קומען צום שטערקסטן אויסדרוק ווען עס איז די רעדע פון אונזער גוטער פריינט רוסלאנד, און אונזערע שונאים פון נאט"א.
לעצט פאראכטן דורך מי חכם אום דאנארשטאג ינואר 19, 2017 9:13 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 9:10 pm

רעיגען גארבאטשאוו און בוש יעלצין איז אויך געווען אומפאטריאטיש הייסט

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 9:11 pm

מי חכם האט געשריבן:און זיינע פאטריאטישע אינסטינקטן קומען צום שטערקסטן אויסדרוק ווען עס איז די רעדע פון אונזער גוטער פריינט רוסלאנד, און אונזערע שונאים פון נאט"א.


שונאים פון נאטא שוין איינמאל.
# בויקאט פרענטש ריי

Just_do_it
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 8:33 pm

תגובהדורך Just_do_it » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 10:41 pm

ענגלאנד וואלט ראויג געקענט קומען און צוריק נעמען אמערעקע און דער אבאמא וועט זאגען לאמיר זיך נישט קריגען און געבען ענגלאנד וואס זיי ווילן.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 10:46 pm

אבאמא כשלעצמו מאכט נישט א שלעכטע רושם. עס איז מערמווי זיינע שיטות זענען געפערליך קרום און נאריש, און האטמזיך אויפגעפירט שרעקליך פיפיג און ראדיקאל און קוראפטירט קעגן זיינע שונאים.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » פרייטאג ינואר 20, 2017 12:08 am

איך נעם א חלק אין די סעלעבראציע...
הק' איש ימיני

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

תגובהדורך מאכט סענס? » פרייטאג ינואר 20, 2017 2:06 am

גערעכטער האט געשריבן:איך נעם א חלק אין די סעלעבראציע...

יעך טוה נישט נעמען קיין חלק דערינען...
מיטן פולסטן כבוד, אבער יעך טוה מיינען אז אבאמא איז בכלל נישט געווען אזוי שרעקליך ווי מען לייגט אים דא אראפ.
עניוועי כ'האב גארנישט געזאגט. ביטע כ'האב נישט קיין כח צו מסביר'ן דא די לינקע און ליבעראלע ווירדן. כ'האב בלויז געווילט זאגן אז איך בין מחולק
איך פארשטיי פארוואס מען איז אויפגערעגט אויף אים. אבער ער איז דאך נישט אזוי געפירלעך.
אזוי צו אזוי, וועל איך ווארטן ביז פיר יאר ארום צו הערן וואס מען האט צו זאגן אויף אונזער טייערע טראמפעלע.

חברה! עס קומט נאך גוטע צייטן!... ווארט נאר ווארט... :wink:

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » פרייטאג ינואר 20, 2017 3:07 am

גם במדעך מלך אל תקלל ובחדרי משכבך אל תקלל עשיר כי עוף השמים יוליך את הקול ובעל כנפים יגיד דבר

וד"ל
שויתי השם לנגדי תמיד

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג ינואר 20, 2017 5:49 am

שויתי'ניק האט געשריבן:גם במדעך מלך אל תקלל ובחדרי משכבך אל תקלל עשיר כי עוף השמים יוליך את הקול ובעל כנפים יגיד דבר

וד"ל

ובפרט אז דא איז שוין גארנישט בחדרי משכבך, מיר זענען דא אין א ריכטיגע רשות הרבים!

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » פרייטאג ינואר 20, 2017 5:51 am

שויתי'ניק האט געשריבן:גם במדעך מלך אל תקלל ובחדרי משכבך אל תקלל עשיר כי עוף השמים יוליך את הקול ובעל כנפים יגיד דבר

וד"ל

אויב די באציסט זיך אויף די ראסיסטישע תגובה פון איינעם וואס מען האט אויסגעמעקט איז יענע תגובה טאקע געווען א פראבלעם
אבער מלך און עשיר קומט נישט אריין דא היינט ווערט מען פטור פון אים

מעקל
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 2:09 pm

תגובהדורך מעקל » פרייטאג ינואר 20, 2017 7:28 am

מעקל האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:.


די אבאמא וויינסט אז די גייסט, אונז וויינען ווייל די ביסט דא געווען.... ברוך שפטרני!!!

ha ha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

תגובהדורך ha ha » פרייטאג ינואר 20, 2017 7:50 am

ווי זאגט גערעכטער....איך נעם א חלק אין די סעלעבראציע...

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג ינואר 20, 2017 10:23 am

בלעטל האט געשריבן:עבאמא איז טאקע דורכגעטראכט אבער אויפגעקלערט אנטי אמעריקאנע אידייען, טראמפ איז אינסטינקטיוו אן אמעריקאנער פאטריאט, אן טראכטן וויל ער אמעריקאנע הצלחה.

אין איין שורה אלעס געזאגט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט