וואס דרוקט מיר???

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

וואס דרוקט מיר???

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 6:47 pm

אסאך מאל רעגן מיר זאכן אויף...
מיין איך אז דער אשכול וועט זיין ספעציעל געמאכט פאר דעם.
למשל וואס ס'דרוקט מיר:
פארוואס???
אה?
קענסט מיר נישט ענטפערן ווי א נארמאלער מענטש?
פארוואס איז נאכנישט געווען אזא אשכול ביז היינט???
עכהער נישט?!
א חוצפה!!!

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 6:56 pm

שוין ווייטער רעגסטו מיר אויף???
האלט דיר דאס מויל פאר א שווארץ קאפל!!!

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 7:00 pm

איינער קען מיר זאגן וואס מ'וויל פון די אומשולדיגע בחורים?
וואספארא קנעכטשאפט איז דאס?

בחור'ל! יא! דו דארטן! שלעפ מיר אריין דעם באקס סעלצער...
זיי אזוי גוט! ברענג מיר א קאווע! שטארק הייס! צוויי קאצקא...
טוה א טובה שפרייט אויס אויף די אלע טישן די צעטלעך...
איך וויל דיר נישט מטריח זיין אבער גיב א טראג ארויף די בעג צום דריטן שטאק...
האלא! דו! האלט מיר דעם טלית, כ'קום שוין ארויס...


ולאידך גיסא:
בחורים נישט ערלויבט צו קומען צום דינער...
א בחור האט נישט קיין דריסת הרגל צום מלוה דמלכה...
דו דארטן! טרעט נישט אריין אין קאך! נאר טאטעס מעגן...
בחורים קענען נישט זיצן דא, גייטס אויף די פארענטשעס....
דו רוקסט אפ פון דאנעט, דו קליינער חצוף...
בחורים האבן נישט קיין פלאץ, פוץ אפ דו זכר...
דו יונג! דו עזות פנים! כ'וועל זאגן דיין פאטער זאל דיך אויפפאטשן...


מורי ורבותי, מיר זענען טרויעריגע עדות צו א ביטערן מציאות. די חשוב'ע טייערע בחורים, וועלכע זיצן און לערנען, הארעווען אינעם אויבערשטנס תורה, צוקונפטיגער לגיון של מלך מלכי המלכים אויפבויענדיג בתים נאמנים בישראל, זענען טאג-טעגליך מינוט-מינוטליך אויסגעשטעלט פארוואנדלט צו ווערן צו א פולשטענדיגע שקלאף, צו דינען און אויספירן די מאדנסטע קאפריזן פון סיי וועמען מיר וועלן נאר אנטרעפן אין גאס, ביהמ"ד, ביים טיש, און ווי נישט...

ווער עס פארמאגט נאר שבת א שטריימל אויפן קאפ, האט שוין די אויסשליסליכע רעכטן אויף א יעדן בחור וואס קומט אים צווישן די הענט. ווען דא וואלט זיך געענדיגט די מעשה וואלט גוט געווען, די פראבלעם איז נאר אז יעדער יונגערמאנטשיקל אין ביהמ"ד פון די שבע ברכות ולמעלין בקודש, און ווי עלטער אלס געזונטער און האסטיגער, פילט זיך גאר באקוועם אן די מינדעסטע געוויסנביסן, צו נעמען א יעדן פארבייגייענדן אומשולדיגן צענערלינג, און אים פשוט טראנספארמירן אין זיין פערזענליכן חפצא, טוה מיר, גיי מיר, ברענג מיר, טראג מיר, שיק מיר און קער דיר איבער, און אלעס גייט נאך מיט אזא "האלא דו דארטן" אדער טיילמאל מיט "איך וויל דיר נישט מטריח זיין" אבער טאנץ אראפ פון דאך... אהובי ידידי אפשר ווילסטו אים יא מטריח זיין און דו לאזט אים אפ? ווער האט באשלאסן אז א ישיבה בחור איז אן עבד עברי צו א יעדן מיטליעריגן איד?! ווי שטייט דאס?! און ווער איז דאס מתיר?!

און פון די אנדערע זייט ווערן בחורים אראפגעמאלן ווי אומגעפארטיגטע פראדוקטן און אומצוויליזירטע ברואים. די פינסטערע בליק אין די אויגן ביי אלע ווען א בחור גייט אדורך, ווי צו זאגן נעם שוין און גיי שוין, אבער גיי!! די זלזול'דיגע פארוואורפן פאר די בחורים, וואס הערן זיך כסדר ווי ווען און וויאזוי אימער, אומאיינטריט ביי מעמדים און כינוסיים, דאס איז עפעס מן הנימוס? דאס שטאמט פון מענטשליכע אינסטינקטן? פון איבעראל שטויסט מען זיי ארויס ווי נבילות סרוחות, אבער ווען מער דארף זיי האבן ניצט מען זיי אויס ביז צום לעצטן טראפן בלוט.

זענען זיי דען באשאפן געווארן צו זיין עבדים כנענים, גענצליכע שקלאפן מיט איבערמענטשליכע כוחות אן די מינימאלסטע באדינגונגען [עפ"ל] אז ווען א זיידע טראכט פון האבן א קאווע, אדער קלערט פון גיבן א באקס (פאנטש בלע"ז) אדער האט אינזין צו דערלאנגען א שטויס פאר איימיצן, זאל זיין גלייך איינער פאר דעם געברויך, און ער מעג ווייל ער קען זיין טאטעס ערשטע נאמען, כא! כא! ער איז נאך געווען זיין רבי! במילא וועגן דעם פירט איר זיך אזוי אויף? אביסל בושה! איר פארשעמט די זקני העדה איר דארפט ווען זיין א מוסטער פון אשרי זקנותינו שלא בייישה את ילדותינו, און נישט זיין פארנומען ארומצוגיין געבן זעצעס פאר אלע יונגווארג.

כ'וועל נישט לייקענען, בחורים ווייסן זייער גוט וויאזוי אנצוקומען פונקט ווען מ'ברויך זיי נישט, און רואיג שפאצירן אויף די נערוון און קריכן אויף די געהירן אז ס'ממש א פחד. הונדערט פראצענט אמת, אבער צו איז דען די חתונה זאל א שפיטאל? דער חתן רבי א פסיכילאג? און די כוס וויין אינעם יחוד שטיבל א מעדעצין? כ'מיין וואס?

און ווער קען נישט הונדערטער נארמאלע באזעסענע בחורים, וועלכע זענען מקדש שם שמים מסוף העולם ועד סופו מיט זייער איידעלע באנעמונג און ערליכע התנהגות אשר כל רואיהם יכירו וידעו כי זרע ברך ה' המה, במילא האט נישט קיין שום פשט אראפצוגעבן דעם 'בחור' ווי א אוממענטש, ווייל עס האט מיט די יארן נישט קיין שייכות, ווער ס'נעבעך אזוי בלייבט אזוי נאך די חתונה אויך! חוץ פארשטייט זיך אויב מ'גייט פאר העלפ.


איז אלע חשוב'ע אידן, אנערקענטע מרביצי תורה און אהערגעשטעלטע בעלי בתים און וויכטיג מאכערישע עסקנים:

לאזט דעם בחורישן עלעמענט לעבן!!

ער האט אייך קיינמאל קיין שלעכטס געטאן, ניטאמאל געקרומט מיט די נאז אויף אייך (און אויב יא ביטע רעכנט אייך אפ פערזענליך מיט אים און טשעפעט נישט צוליב דעם יעדן בחור וואס איר טרעפט). ער איז נישט קיין בהמה, ער איז דירעקט נישט דא אייך צו באדינען, און ער איז נישט אינטערעסירט אין אייערע הויכע קאמפלימענטן רויט-מאכנדיג זיין אומשולדיגן געזיכט, ער וויל לעבן זיין לעבן אן קיינע אינצידענטן, און אויב ווילט איר אים שטארק מחנך זיין ער זאל זיין א בעל דרך ארץ און זיך אויסלערנען אז מ'דארף זיך אויפפירן איידל צו עלטערע אידן, זייט אזוי גוט און מענטשלט אייך אויס, אויטאמאטיש גייען די יונגע זען נארמאלע עלטערע מענטשן, וועלן זיי זיך אפלערנען פון אייך און אויך רעספעקטירן נארמאלקייט און אנשטענדיגקייט.

און אויב ווילט איר פשוט מזכה זיין מיט א מצוה אנצוגרייטן טועמי', קידוש, אא"וו, איז דער בחור נישט די איינציגסטע אפציע. נעמט אויכעט אייערע חברים, יונגעלייט מיין איך זענען זייער אחריות'דיג און פאראנטווארטליך און וועלן גערן טון די טובה פאר אייך פאר שיין באצאלט!!

אה, איר זוכט אומזיסטע ארבעטער! דאן קענט איר נעמען אייערע קינדער. בחורים זענען נישט קיין גמ"ח וואס ווען מ'וויל נעמט מען זיי ארויס און ווען נישט לאזט מען זיי דארט. זיי זענען ערנסטע באשעפענישן מיט א ציל, האבן פונקט אזוי הוצאות, אויך געבוקט מיט א סקעזשועל, האבן אויך נישט איבריג צייט און זענען אויך ביזי! פרובירט איינמאל צו נעמען יונגעלייט פאר א מנין ביים ציון זאגן צען קאפיטלעך תהלים, משניות, א קדיש, און דערנאך א... קלינגעדיגע שכח, און קוקט די רעאקציעס! פארוואס פארשטייט מען פשוט אז א בחור איז פאר אייערע אינטערעסן און מוז זיך צושטעלן צו אייך?

אין קורצן: העכסט צייט אז די גמ"ח בחורים זאל ווערן אפגעשפארט!! געענדיגט מיט די טעראריזם, דיסקרימינאציע, אויספיינונגען, דערנידעריי.

לעבן זאלן די מענטשליכע געפילן, לעבן זאל גלייכבארעכטיגונג, יוסטיץ און דעמאקראטיע!!!

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2850
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 7:09 pm

צום קעפל
די רעכטע זייט פון מיין גארטל
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 7:12 pm

וואס בחור'סטו מיר ארום דא??? הא??

פארגעסן צוצולייגן צום ליסטע "בחורים נישט ערלויבט צו שרייבן אויף אייוועלט"
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 7:47 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:איינער קען מיר זאגן וואס מ'וויל פון די אומשולדיגע בחורים?



בחור'ל!
אפשר גייסטו צוריק אין ישיבה???

גיי זעץ דיך לערנען......
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
פאקטען
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 9:30 pm

צום קעפל:
פונעם העמד די אויבערשטע קנעפל
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 9:34 pm

צום קעפל:
וואו איז דאס געווען ביז היינט???

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » פרייטאג דעצמבער 09, 2016 4:54 am

שמעלקא
מיינסט אפצורייסן די אלע וואס האבן זיך געוואונדערט אןיף די פופצען יעריגע שרייבערס?

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » פרייטאג דעצמבער 09, 2016 7:56 am

פטיש האט געשריבן:שמעלקא
מיינסט אפצורייסן די אלע וואס האבן זיך געוואונדערט אןיף די פופצען יעריגע שרייבערס?


איך מיין גארנישט.
איך זע דיר אויס ווי א פופצן יעריגער ?
קאם אן!
נאר וואס, אפילו זיי זענען בחורים, מעג מען זיי נישט צוטרעטן!

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: אויפ'ן וועג צום רבי'ן

תגובהדורך בערל קראקאווער » פרייטאג דעצמבער 09, 2016 11:54 am

צום קעפל.
די פאסיג
ראש הקהל
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » פרייטאג דעצמבער 09, 2016 1:26 pm

צום קעפל:
מיינע נייע שיך!

(כ'האף ס'וועט נישט צוברענגען צו גילוי ח"ו...)

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » פרייטאג דעצמבער 09, 2016 1:37 pm

שמעלקא איז אלץ פארנומען מיט בחורים.... עיי ערך "גליונות" "בלויז" פון בחורים
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » פרייטאג דעצמבער 09, 2016 1:38 pm

נודה לך האט געשריבן:שמעלקא איז אלץ פארנומען מיט בחורים.... עיי ערך "גליונות" "בלויז" פון בחורים


אלץ???
דו ווייסט וויפיל ארטיקלען כ'האב שוין דא געשריבן?
וויפיל פון זיי האט מיט בחורים, הא?

עס דרוקט מיר אז עס דרוקט דיר אז איך נעם זיך אהן אויף מענטשן רעכטן פארלעצונגען!

24/7
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 01, 2016 3:47 pm

תגובהדורך 24/7 » מוצ"ש דעצמבער 10, 2016 2:42 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:איינער קען מיר זאגן וואס מ'וויל פון די אומשולדיגע בחורים?
וואספארא קנעכטשאפט איז דאס?

בחור'ל! יא! דו דארטן! שלעפ מיר אריין דעם באקס סעלצער...
זיי אזוי גוט! ברענג מיר א קאווע! שטארק הייס! צוויי קאצקא...
טוה א טובה שפרייט אויס אויף די אלע טישן די צעטלעך...
איך וויל דיר נישט מטריח זיין אבער גיב א טראג ארויף די בעג צום דריטן שטאק...
האלא! דו! האלט מיר דעם טלית, כ'קום שוין ארויס...


ולאידך גיסא:
בחורים נישט ערלויבט צו קומען צום דינער...
א בחור האט נישט קיין דריסת הרגל צום מלוה דמלכה...
דו דארטן! טרעט נישט אריין אין קאך! נאר טאטעס מעגן...
בחורים קענען נישט זיצן דא, גייטס אויף די פארענטשעס....
דו רוקסט אפ פון דאנעט, דו קליינער חצוף...
בחורים האבן נישט קיין פלאץ, פוץ אפ דו זכר...
דו יונג! דו עזות פנים! כ'וועל זאגן דיין פאטער זאל דיך אויפפאטשן...


מורי ורבותי, מיר זענען טרויעריגע עדות צו א ביטערן מציאות. די חשוב'ע טייערע בחורים, וועלכע זיצן און לערנען, הארעווען אינעם אויבערשטנס תורה, צוקונפטיגער לגיון של מלך מלכי המלכים אויפבויענדיג בתים נאמנים בישראל, זענען טאג-טעגליך מינוט-מינוטליך אויסגעשטעלט פארוואנדלט צו ווערן צו א פולשטענדיגע שקלאף, צו דינען און אויספירן די מאדנסטע קאפריזן פון סיי וועמען מיר וועלן נאר אנטרעפן אין גאס, ביהמ"ד, ביים טיש, און ווי נישט...

ווער עס פארמאגט נאר שבת א שטריימל אויפן קאפ, האט שוין די אויסשליסליכע רעכטן אויף א יעדן בחור וואס קומט אים צווישן די הענט. ווען דא וואלט זיך געענדיגט די מעשה וואלט גוט געווען, די פראבלעם איז נאר אז יעדער יונגערמאנטשיקל אין ביהמ"ד פון די שבע ברכות ולמעלין בקודש, און ווי עלטער אלס געזונטער און האסטיגער, פילט זיך גאר באקוועם אן די מינדעסטע געוויסנביסן, צו נעמען א יעדן פארבייגייענדן אומשולדיגן צענערלינג, און אים פשוט טראנספארמירן אין זיין פערזענליכן חפצא, טוה מיר, גיי מיר, ברענג מיר, טראג מיר, שיק מיר און קער דיר איבער, און אלעס גייט נאך מיט אזא "האלא דו דארטן" אדער טיילמאל מיט "איך וויל דיר נישט מטריח זיין" אבער טאנץ אראפ פון דאך... אהובי ידידי אפשר ווילסטו אים יא מטריח זיין און דו לאזט אים אפ? ווער האט באשלאסן אז א ישיבה בחור איז אן עבד עברי צו א יעדן מיטליעריגן איד?! ווי שטייט דאס?! און ווער איז דאס מתיר?!

און פון די אנדערע זייט ווערן בחורים אראפגעמאלן ווי אומגעפארטיגטע פראדוקטן און אומצוויליזירטע ברואים. די פינסטערע בליק אין די אויגן ביי אלע ווען א בחור גייט אדורך, ווי צו זאגן נעם שוין און גיי שוין, אבער גיי!! די זלזול'דיגע פארוואורפן פאר די בחורים, וואס הערן זיך כסדר ווי ווען און וויאזוי אימער, אומאיינטריט ביי מעמדים און כינוסיים, דאס איז עפעס מן הנימוס? דאס שטאמט פון מענטשליכע אינסטינקטן? פון איבעראל שטויסט מען זיי ארויס ווי נבילות סרוחות, אבער ווען מער דארף זיי האבן ניצט מען זיי אויס ביז צום לעצטן טראפן בלוט.

זענען זיי דען באשאפן געווארן צו זיין עבדים כנענים, גענצליכע שקלאפן מיט איבערמענטשליכע כוחות אן די מינימאלסטע באדינגונגען [עפ"ל] אז ווען א זיידע טראכט פון האבן א קאווע, אדער קלערט פון גיבן א באקס (פאנטש בלע"ז) אדער האט אינזין צו דערלאנגען א שטויס פאר איימיצן, זאל זיין גלייך איינער פאר דעם געברויך, און ער מעג ווייל ער קען זיין טאטעס ערשטע נאמען, כא! כא! ער איז נאך געווען זיין רבי! במילא וועגן דעם פירט איר זיך אזוי אויף? אביסל בושה! איר פארשעמט די זקני העדה איר דארפט ווען זיין א מוסטער פון אשרי זקנותינו שלא בייישה את ילדותינו, און נישט זיין פארנומען ארומצוגיין געבן זעצעס פאר אלע יונגווארג.

כ'וועל נישט לייקענען, בחורים ווייסן זייער גוט וויאזוי אנצוקומען פונקט ווען מ'ברויך זיי נישט, און רואיג שפאצירן אויף די נערוון און קריכן אויף די געהירן אז ס'ממש א פחד. הונדערט פראצענט אמת, אבער צו איז דען די חתונה זאל א שפיטאל? דער חתן רבי א פסיכילאג? און די כוס וויין אינעם יחוד שטיבל א מעדעצין? כ'מיין וואס?

און ווער קען נישט הונדערטער נארמאלע באזעסענע בחורים, וועלכע זענען מקדש שם שמים מסוף העולם ועד סופו מיט זייער איידעלע באנעמונג און ערליכע התנהגות אשר כל רואיהם יכירו וידעו כי זרע ברך ה' המה, במילא האט נישט קיין שום פשט אראפצוגעבן דעם 'בחור' ווי א אוממענטש, ווייל עס האט מיט די יארן נישט קיין שייכות, ווער ס'נעבעך אזוי בלייבט אזוי נאך די חתונה אויך! חוץ פארשטייט זיך אויב מ'גייט פאר העלפ.


איז אלע חשוב'ע אידן, אנערקענטע מרביצי תורה און אהערגעשטעלטע בעלי בתים און וויכטיג מאכערישע עסקנים:

לאזט דעם בחורישן עלעמענט לעבן!!

ער האט אייך קיינמאל קיין שלעכטס געטאן, ניטאמאל געקרומט מיט די נאז אויף אייך (און אויב יא ביטע רעכנט אייך אפ פערזענליך מיט אים און טשעפעט נישט צוליב דעם יעדן בחור וואס איר טרעפט). ער איז נישט קיין בהמה, ער איז דירעקט נישט דא אייך צו באדינען, און ער איז נישט אינטערעסירט אין אייערע הויכע קאמפלימענטן רויט-מאכנדיג זיין אומשולדיגן געזיכט, ער וויל לעבן זיין לעבן אן קיינע אינצידענטן, און אויב ווילט איר אים שטארק מחנך זיין ער זאל זיין א בעל דרך ארץ און זיך אויסלערנען אז מ'דארף זיך אויפפירן איידל צו עלטערע אידן, זייט אזוי גוט און מענטשלט אייך אויס, אויטאמאטיש גייען די יונגע זען נארמאלע עלטערע מענטשן, וועלן זיי זיך אפלערנען פון אייך און אויך רעספעקטירן נארמאלקייט און אנשטענדיגקייט.

און אויב ווילט איר פשוט מזכה זיין מיט א מצוה אנצוגרייטן טועמי', קידוש, אא"וו, איז דער בחור נישט די איינציגסטע אפציע. נעמט אויכעט אייערע חברים, יונגעלייט מיין איך זענען זייער אחריות'דיג און פאראנטווארטליך און וועלן גערן טון די טובה פאר אייך פאר שיין באצאלט!!

אה, איר זוכט אומזיסטע ארבעטער! דאן קענט איר נעמען אייערע קינדער. בחורים זענען נישט קיין גמ"ח וואס ווען מ'וויל נעמט מען זיי ארויס און ווען נישט לאזט מען זיי דארט. זיי זענען ערנסטע באשעפענישן מיט א ציל, האבן פונקט אזוי הוצאות, אויך געבוקט מיט א סקעזשועל, האבן אויך נישט איבריג צייט און זענען אויך ביזי! פרובירט איינמאל צו נעמען יונגעלייט פאר א מנין ביים ציון זאגן צען קאפיטלעך תהלים, משניות, א קדיש, און דערנאך א... קלינגעדיגע שכח, און קוקט די רעאקציעס! פארוואס פארשטייט מען פשוט אז א בחור איז פאר אייערע אינטערעסן און מוז זיך צושטעלן צו אייך?

אין קורצן: העכסט צייט אז די גמ"ח בחורים זאל ווערן אפגעשפארט!! געענדיגט מיט די טעראריזם, דיסקרימינאציע, אויספיינונגען, דערנידעריי.

לעבן זאלן די מענטשליכע געפילן, לעבן זאל גלייכבארעכטיגונג, יוסטיץ און דעמאקראטיע!!!

ביזט גאר גערעכט

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מוצ"ש דעצמבער 10, 2016 9:37 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:איינער קען מיר זאגן וואס מ'וויל פון די אומשולדיגע בחורים?
וואספארא קנעכטשאפט איז דאס?

בחור'ל! יא! דו דארטן! שלעפ מיר אריין דעם באקס סעלצער...
זיי אזוי גוט! ברענג מיר א קאווע! שטארק הייס! צוויי קאצקא...
טוה א טובה שפרייט אויס אויף די אלע טישן די צעטלעך...
איך וויל דיר נישט מטריח זיין אבער גיב א טראג ארויף די בעג צום דריטן שטאק...
האלא! דו! האלט מיר דעם טלית, כ'קום שוין ארויס...


ולאידך גיסא:
בחורים נישט ערלויבט צו קומען צום דינער...
א בחור האט נישט קיין דריסת הרגל צום מלוה דמלכה...
דו דארטן! טרעט נישט אריין אין קאך! נאר טאטעס מעגן...
בחורים קענען נישט זיצן דא, גייטס אויף די פארענטשעס....
דו רוקסט אפ פון דאנעט, דו קליינער חצוף...
בחורים האבן נישט קיין פלאץ, פוץ אפ דו זכר...
דו יונג! דו עזות פנים! כ'וועל זאגן דיין פאטער זאל דיך אויפפאטשן...



לאזט דעם בחורישן עלעמענט לעבן!!


אין קורצן: העכסט צייט אז די גמ"ח בחורים זאל ווערן אפגעשפארט!! געענדיגט מיט די טעראריזם, דיסקרימינאציע, אויספיינונגען, דערנידעריי.

לעבן זאלן די מענטשליכע געפילן, לעבן זאל גלייכבארעכטיגונג, יוסטיץ און דעמאקראטיע!!!

יא יא זייער שטארק!
אבער פארגעסן די בזיון פארן ספר תורה ווען מען געט אזא שריי
בחור'ל גיי גלילה!
כאילו גלילה איז עפעס א בזיון און פאסט נישט פארן הויעכגעשעצטער יונגערמאן, א בזיון התורה און א בזיון פאר די חשובה בחורים וואס הארעווען על התורה ועבודה!
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג דעצמבער 11, 2016 3:54 am

איך הער דיין וויטאג אבער זאלסט מיר מוחל זיין אז איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן אז מענטשען זאלען אויסניצען בחורים פאר סתם און א ודאי נישט וויאזוי דו לייגסט עס דא אראפ.

געשריבען האסטו אבער גאר פיין.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג דעצמבער 11, 2016 8:23 am

מטעמים האט געשריבן:איך הער דיין וויטאג אבער זאלסט מיר מוחל זיין אז איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן אז מענטשען זאלען אויסניצען בחורים פאר סתם און א ודאי נישט וויאזוי דו לייגסט עס דא אראפ.

געשריבען האסטו אבער גאר פיין.


דאנק דעם אייבערשטן.
דא וואו איך וואוין איז ליידער דער דיסקרימינאציע אויפן העכסטן.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6796
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג דעצמבער 11, 2016 11:30 am

זאפטיגער דיין תגובה איז עפראוועד אלס זאפטיג.

אז מעןמאעדמשוין יא, האב איך געזען אמאל באשריבן א געדאנק.

א בחור חלילה טאר נישט שטיין ביי די טאטישע שמועסן, און אויב א בחור שטייט דארט, גיט מען אזא שלעפ די טלית ביז די פנים פונעם קעגן איבערדיגען אינגערמאן כדי דער בחור זאל נישט הערן.

קען זיך אמאל מאכן אז א 19 יעריג אינגערמאן זאל אזוי שלעפן די טלית כדי א 23 יעריגע בחור זאל נישט הערן די ״טאטישע״ שמועסן.

דאס איז שוין געהעריג דיסקרימנאציע, ווייל ער האט נאך נישט געטראפן זיין פאר און האט נאך נישט קיין טלית צו שלעפן דארף ער ווערן אזוי צוקוועטש?

איז יענער אויף געקומען מיט א געדאנק, אז מען זאל איינפירן אז יעדע בחור העכער די 20 זאל אנהייבן גיין מיט א שטריימעל און א טלית, אזוי אז זיי וועלן הייסן נאאמאלע מענטשן און דער 19 יעריגע שנוקל וועט זיך נישט קענען גרויסען איבער דעם בחור וואס וואלט ווען געקענט זיין זיין פעטער.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

24/7
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 01, 2016 3:47 pm

תגובהדורך 24/7 » זונטאג דעצמבער 11, 2016 4:33 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:זאפטיגער דיין תגובה איז עפראוועד אלס זאפטיג.

אז מעןמאעדמשוין יא, האב איך געזען אמאל באשריבן א געדאנק.

א בחור חלילה טאר נישט שטיין ביי די טאטישע שמועסן, און אויב א בחור שטייט דארט, גיט מען אזא שלעפ די טלית ביז די פנים פונעם קעגן איבערדיגען אינגערמאן כדי דער בחור זאל נישט הערן.

קען זיך אמאל מאכן אז א 19 יעריג אינגערמאן זאל אזוי שלעפן די טלית כדי א 23 יעריגע בחור זאל נישט הערן די ״טאטישע״ שמועסן.

דאס איז שוין געהעריג דיסקרימנאציע, ווייל ער האט נאך נישט געטראפן זיין פאר און האט נאך נישט קיין טלית צו שלעפן דארף ער ווערן אזוי צוקוועטש?

איז יענער אויף געקומען מיט א געדאנק, אז מען זאל איינפירן אז יעדע בחור העכער די 20 זאל אנהייבן גיין מיט א שטריימעל און א טלית, אזוי אז זיי וועלן הייסן נאאמאלע מענטשן און דער 19 יעריגע שנוקל וועט זיך נישט קענען גרויסען איבער דעם בחור וואס וואלט ווען געקענט זיין זיין פעטער.

די דערמאנסט מיר דער ווארט אז ווען נישט די פראבלעם פין שטריימעל וכ'ו וואלטען אסאך בחורים נישט חתונה געהאט.....

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2016 7:41 am

אויב געדענק איך גוט האט דער וועד ארבע ארצות געוואלט איינפירן מ'זאל ביי די 20 יאר אנטוען א טלית, אפגעזען צו מ'איז פארהייראט אדער נישט.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4831
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2016 9:23 am

צום קעפל:מיין פאסיק פון מיין הויזן.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2016 12:31 pm

בערל קראקאווער האט געשריבן:צום קעפל.
די פאסיג
סאדאם חוסעין האט געשריבן:צום קעפל:מיין פאסיק פון מיין הויזן.

די זעלבע ניק אדער ביידע האבן פונקט היינט געגעסן אסאך?
:roll: :roll:

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4831
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2016 5:14 pm

ער האט געגעסען אסאך 12/9 איך האב געגעסען אסאך 12/15 בכלל נישט קיין סתירה
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2016 5:18 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:ער האט געגעסען אסאך 12/9 איך האב געגעסען אסאך 12/15 בכלל נישט קיין סתירה

:lol: :lol: :lol:


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בשבילי נברא און 15 געסט