בלאט 1 פון 2

וועלכע 'אייוועלט אשכול' האט דיר געצויגען צו 'אייוועלט'?

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 8:17 am
דורך moishy56
שרייבט דא
וועלכע 'אייוועלט אשכול' האט דיר געצויגען דיין ערשטע מאל צו 'אייוועלט'?

שרייב די נאמען פונם אשכול, אדער לייג א 'לינק' צו יענער אשכול.
--

אמאל איז עס זייער אינטערסאנט..

למשל א יוד זאגט מיר,
ער איז ערשט געצויגן געווארן צו אייוועלט, דורך די אשכול איבער די היסטאריע פון די אמאליגע וויליאמסבורג..
אבער, די לעצטע 4 יאר אקערט ער נאר די ''היכל הנגינה'' אשקולות.

איז לאמיר הערן..
מיט וועלכע אשקול, האט זיך אנגעהויבן דיין 'אייוועלט היסטאריע' ?

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 8:22 am
דורך ארעלע
היכל הנגינה - קליפס פון זינגערס

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 8:26 am
דורך ר' יום טוב
נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל. גוטע צייטן געווען. (מיט מיין אלטע ניק)

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 8:37 am
דורך יהודי
פרא טראמפ אשכול

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 8:46 am
דורך נא_שכל
קאמפיוטער און פראגרעמינג

פאר איבער אכט יאר צוריק, נישט מער געדאכט...

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 9:32 am
דורך טריסקער
איך קען נישט אנצייגן אויף א ספעציפישן אשכול אבער מיר האט גאר שטארק צוגעצויגן צוויי פארומ'ס:
זכור ימות עולם
על הצדיקים ועל החסידים

וועלכע אשכול ס'איז מיר געווען די ערשטע אריינצוברענגן דא, און דורכצואקערן איז:
ולוים בדוכנם: רבנים ממשפחת הלוים 'סג"ל-לאנדא'

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 9:58 am
דורך סאדאם חוסעין
וועלכע נישט?

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 10:29 am
דורך אויסגערעכנט
בעיקר די קרעטשמע פארום

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 12:37 pm
דורך יאנקעלע קליגער
גראדער'ס מדרש ארטיקלען

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 2:21 pm
דורך ארום די זייגער
בלומינגבורג אשכול

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 3:28 pm
דורך חושב מחשבות...
שמואל שפיטצערס אינטערוויו - גראפיקס

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 3:31 pm
דורך אויסגערעכנט
איך האב עס דעמאלס שוין געליינט, א חבר האט עס מיר ארויסגעפרינט, אן אז עס קומט פון אייוועלט.

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 3:35 pm
דורך eller
אנגעקומען ביי מיסטעיק נאכן אריין לייגען ביי GOOGLE די ליסטע פון קול מבשר אינטערוויאס
געקומען צום טעם ביי די פריימערי און קען שוין נישט טרעפן די וועג ארויס פארפאלן !

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 7:17 pm
דורך רבי משה
חושב מחשבות... האט געשריבן:שמואל שפיטצערס אינטערוויו - גראפיקס


גא"מ

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 9:51 pm
דורך נגיד
די "איין תגובה טאר נישט האבן מיט די צווייטע" אשכול...

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 10:18 pm
דורך זאכליך
אנגעהויבן האב איך אין די קאמפיוטער הילף פארום, און ספעציפיש אין די הילף אין עקסעל אשכול, פרובירענדיג צו העלפן אנדערע.

צום סוף בין איך סטאק געווארן אין די נייעס פארום, און ווי עללער זאגט "כ'טרעף נישט דעם וועג ארויס"...

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 10:33 am
דורך בן נון
אויסגערעכנט האט געשריבן:בעיקר די קרעטשמע פארום

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 12:34 pm
דורך טשאלענט
א חבר האט מיר אמאל דערציילט איבער די סייט און איך האב עס באזוכט און גאר שטארק הנאה געהאט, איך פלעג זיך דא דרייען יארן לאנג און עס איז מיר ניטאמאל בייגעפאלן זיך איינצושרייבן, ביז איך האב אמאל געשיקט א באשרייבונג צו איינעם, יענער האט מיר דאן גאר שטארק צוגעשטופט אז איך זאל עס ארויף לייגן דא אויפן וועלטל, האב איך זיך געפענט א ניק נאר לכבוד דעם, למעשה האב איך שוין אפגעמאכט צו בלייבן איינגעשריבן, גיי ווייס פארוואס?

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 14, 2016 11:23 pm
דורך בוחר בשירי זמרה
היכל הנגינה

ווי מיין ניק ערקלערט

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:16 am
דורך פטיש
יהודי האט געשריבן:פרא טראמפ אשכול


געווען בין איך מיט פאליק לכל אורך הדרך אבער געשוויגן

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 6:05 am
דורך מטעמים
איינער האט מיר געשיקט א לינק צו יענטאאש חנוכה פארטי אשכול.

איך לאך נאך יעצט.

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 11:34 am
דורך 24/7
א חבר מיינע האט מיר אסאך דערציילט דערוועגען האב איך מחליט געווען איך וויל עס אויסשטעקען

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 2:50 pm
דורך eller
מטעמים האט געשריבן:איינער האט מיר געשיקט א לינק צו יענטאאש חנוכה פארטי אשכול.

איך לאך נאך יעצט.

אלע זיינע ארטיקלען זענען א יקר המציאות !

מי מנוחות

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 2:52 pm
דורך eller
דאכט זיך מיר אז מי מנוחות איז ארויסגעקומען אז מער מענטשען זאלן געוואר ווערן פונעם אידישע וועלטעל ! אבער ביז דערווייל האט נאך קיינער נישט געזאגט אז ער דא צוליב דעם !!!!

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 2:55 pm
דורך טשאלענט
eller האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז מי מנוחות איז ארויסגעקומען אז מער מענטשען זאלן געוואר ווערן פונעם אידישע וועלטעל ! אבער ביז דערווייל האט נאך קיינער נישט געזאגט אז ער דא צוליב דעם !!!!

גערעכט!!!!!!!!!

איך ווייס טאקע פון א שיינע פאר ניקים דא וואס זענען אהער געקומען לכבוד די מי מנוחות.......