לייג איך אוועק מיין מקוה האנטוך?

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

וואס טוה איך מיט מיין מקוה האנטוך נאכן נוצן?

איך לייג יעדן טאג מיין מקוה האנטוך אין די ספעציעלע קאסטן נאכן נוצן
51
45%
איך לאז די האנטוך אויפן פלאץ
7
6%
איך לייג אוועק מיין האנטוך נאר ווען איך געדענק
13
11%
איך לייג די האנטוך אונטער מיין פוס נאכן זיך אפווישן
29
25%
איך לייג נישט די האנטוך אונטער די פוס
14
12%
 
סך הכול שטימען: 114

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

לייג איך אוועק מיין מקוה האנטוך?

תגובהדורך טשאלענט » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 10:50 am

גייענדיג היינט אין מקוה האב איך אויפגעכאפט אן אינטרעסאנטע זאך...

איך האב זיך אומגעקוקט אויף די שמוציגע האנטוכער אויף די ערד, און געקלערט אז די זעלבע אידן וואס לאזן די האנטוכער אויפן פלאר קומען נאכדעם און רעדן זיך אפ אז די האנטוכער זענען שמוציג און אויסגעדינט.

בכלל די גאנצע פרשה ארום די האנטוכער איז א זאך וואס מען דארף צונעמען אויף קליין געלט...

אנגעהויבן ביי די מקוואות וואס געבן א אויסוואל פון אלע מיני האנטוכער וואס יעדער קען זיך אויוועלן לויט זיין עידש\ משפחה\ גערוך\ פערסענאליטי\ הייעך\ בארד\ רעקל א. א. וו.

מען קען דארטן טרעפן אן אויסוואל פון קאלירן און פארומס, געלע גרינע בלויע ווייסע און שווארצע, גאנצע\ צוריסענע\ באקסעדיגע\ טרייענגל\ המן טאשן\ מצה טאשן\ טרעקטארס און נאך און עס קומט ארויס יעדן טאג נייע ווערזשענס...

עס זענען דא וואס קומט מיט האר אינווייניג אדער אן האר...

ווידער אום זענען דא מקוואות (געווענליך די 'בעסערע' מקוואות) וואס נעמען שוין פון יענע נייע קאמפאני וואס פארדינגט האנטוכער, זיי ברענגען און פיקן אויף, זיי וואשן עס אויס, א. א. וו.

אבער הצד השוה פון אלע מיני האנטוכער איז אז 50% ווישט אפ נאכן זיך אפווישן אויך די זייף, און 90% לייגט אראפ אויפן ערד די האנטוך און מען טרעט ארויף דערויף לקיים מה שנאמר ככה יעשה להאנטוך... (אויסער אין די קאנטריס ווי די מקוה שטעלט נישט צו קיין האנטוכער, דעמאלטס ברענגט מען מיט אייגענע, און דו וועסט כמעט נישט זעהן איינער וואס טרעט ארויף דערויף, טאמער יא ביטע פאר דיין טובה וועגן גיי זיי בודק טאמער ער האט נישט אפגעצויגען מיט קיין צווייטענס ווייל מארגן קען ער נעמען דיינס...).

באמת קען איך נישט קיין טענות האבן ווייל איך טוה אויך די זעלבע, (איך האב לעצטענס געזאגט פארן משמש ביי אונז אין ביהמ"ד אז טאמער וויל ער אז דו האנטוכער זאלן זיך האלטן לענגער זאל ער ביטע זיכער מאכן אז די ערד זאל נישט זיין שמוציג...) אבער נאכדעם לאזן רובא דרובא אידן די האנטוכער אויפן פלאר, און עס ווערט צוטרעטן פון אנדערע אידן...

אויף דעם איז שוין נישט דא די תירוץ אז די פלאר איז שמוציג... אפשר קען מען ענטפערן אז ישראל קדושים און זיי יאגן זיך זייער שטארק ארויס פון מקוה, אבער למעשה זעה איך וואו ער מאכט זיך נאך די פייקעס, און ער שיקט נאך א טעקס.

ממילא סתם פאר אינטרעסאנטקייט וויל איך דא זעהן וויפיל פראצענט פון די אידן לייגן די האנטוכער אין די ספעציעלע מיסט קאסטענעס...

ביטע גיבט אפ אייער שטומע, און דערנאך לאזט דא הערן אייער מיינונג...
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 10:53 am

וואסערע שייכות האט די אוועקלייגן די האנטוך מיטן יא אדער נישט לייגן די האנטוך אונטערן פיס?

איך קען נישט שטימען, ווייל מיין אפציע איז נישטא דא!

איך לייג די האנטוך אונטער מיין פוס נאכן זיך אפווישן, אבער נאכן זיך אנטון לייג איך די האנטוך אין די ספעציעלע קאסטן

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 10:57 am

איש חמודות האט געשריבן:וואסערע שייכות האט די אוועקלייגן די האנטוך מיטן יא אדער נישט לייגן די האנטוך אונטערן פיס?

איך קען נישט שטימען, ווייל מיין אפציע איז נישטא דא!

איך לייג די האנטוך אונטער מיין פוס נאכן זיך אפווישן, אבער נאכן זיך אנטון לייג איך די האנטוך אין די ספעציעלע קאסטן

דו קענסט שטימען אויף 2 אפציעס!
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 11:09 am

וואף... דער טשאלנט האצעך אויפגעריסן... חברה, ס'קומט גוטע צייטן!!

איך האב געשטימט יא אוועקלייגן -נישט אונטער פיס
ער [פרעזידענט טראמפ] קומט אריין ביי מיר אלס א פערזאן פון מער ווי עוורידזש אינטעליגענט ~ געוועזענער עף בי איי דירעקטאר דזשעימס קאומי

אוועטאר
יאצמעך
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 11:12 am

אנדערע מיינען אז דאס איז זייער פערזענדליכע טאש טיכעל..

די פראבלעם פון די האנטעך אויף דער ערד איז נישט נאר די שאדן פון די האנטעך נאר די אויב קומט די אינשורענס קאמפעני אראפ פאר א אינספעקשאן (מעשה שהיה) און ס'פליען האנטעכער אויף דער ערד, גייט די פרימיום זייער שטארק ארויף.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 11:18 am

טשאלענט, א שפראך ;l;p-

געשטימט: אוועקלייגן ס'האנטעך, און מאכן מיט דעם א ככה יעשה...

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 11:19 am

טריסקער האט געשריבן:טשאלענט, א שפראך ;l;p-

געשטימט: אוועקלייגן ס'האנטעך, און מאכן מיט דעם א ככה יעשה...

פאר דיר קומטזיך אן עקסטערן שכח...
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 11:22 am

טשאלענט האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:טשאלענט, א שפראך ;l;p-

געשטימט: אוועקלייגן ס'האנטעך, און מאכן מיט דעם א ככה יעשה...

פאר דיר קומטזיך אן עקסטערן שכח...

אז ס'גייט זיך גיסן אזעלכע סחורה פון דיר אפט, דאן אדרבה! דיר דארף מען דא!!

קעניינעהארע
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 11:29 am

תגובהדורך קעניינעהארע » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 11:24 am

איך האב יעצט געשטימט, איך לייג אייביג די האנטוך אונטער מיין פוס, און איך לייג עס אוועק נאר ווען איך געדענק,
אפשר יעצט נאך טשאלענט'ס אויפוואכונג וועל איך מער געדענקען עס אוועק צולייגן
זייטיגע נאטיץ
איך מיין אז מען דארף מאכן אנקעטע ווער עס האט ליב טשאלענט'ס תגובות (איך מיין אז עס איז בעסער ווי א פליישיגע זאפטיגע טשאלענט)
:lol: :lol: :lol:

יאנקעל פעדראטשיק
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 4:01 pm

אז מרעדט שוין פון די נושא, נעכטן (פערצופאל) זיץ איך אויפן באנק אין מקוה קומט אריין א יונגערמאן ער גייט צו צום באנק סיז געליגן דארט צוויי געניצטע האנטוכער סיז געווען א עק סאו 5 אינטשעס פון אים איז געווען א ליידיגע קען אריינצולייגען די געניצטע האנטוכער, ער כאפט אן ביידע האנטוכער מיט די הענט און טראסקעט עס אראפ אויף דער ערד נעבן מיר, איי מין אביסל מענטשליכקייט!! מילא ער עקלצעך וואלט איך פארשטאנען, ער האט עס אבער אנגעכאפט מיט די גאנצע הענט!! גיי פארשטיי..

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 5:00 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:אז מרעדט שוין פון די נושא, נעכטן (פערצופאל) זיץ איך אויפן באנק אין מקוה קומט אריין א יונגערמאן ער גייט צו צום באנק סיז געליגן דארט צוויי געניצטע האנטוכער סיז געווען א עק סאו 5 אינטשעס פון אים איז געווען א ליידיגע קען אריינצולייגען די געניצטע האנטוכער, ער כאפט אן ביידע האנטוכער מיט די הענט און טראסקעט עס אראפ אויף דער ערד נעבן מיר, איי מין אביסל מענטשליכקייט!! מילא ער עקלצעך וואלט איך פארשטאנען, ער האט עס אבער אנגעכאפט מיט די גאנצע הענט!! גיי פארשטיי..

דאס מיינט אביסל התבוננות...
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 5:04 pm

למעשה זעה איך אז דו וואל אויסגאנג איז אביסל אנדערש ווי געראכטן

דער גרעסטער טייל פונעם ציבור האט געשטימט אז זיי לייגן יעדן טאג אוועק די האנטוכער...

אין מיין מקוה קוקט נישט אויס אזוי, אבער אפשר ווייל דארטן דרייען זיך בעיקר מענטשן וואס שטייען אויף פרי, אפשר האבן זיי פשוט נישט קיין צייט דא אהער צו קומען אפגעבן זייער שטימע.

(האסט נישט געוואוסט אז ווען דו זעסט א מענטש אויפשטיין פרי מוז זיין אז ער איז ביזי א גאנצן טאג? גראדע קען איך א איד וואס איז שוין אנעפלוימענט 6 א האלב יאר ל"ע און ער שטייט אויף יעדן טאג 5 אזייגער, ער דאווענט מיט די ערשטע מנין, און ער יאגט אייביג די בעל תפילה, און ער שרייט אז טיים איז מאני...
למעשה מאכט עס א גוטע רושם, און מענטשן וואס קענען אים נישט מיינען אז ער איז באמת א פארנומענע מענטש...)
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 7:50 pm

איך לייג נישט אוועק די האנטוך, און איך לייג עס אויף די ערד. מקוה געלט צאל איך פאר א סיבה.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6270
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 8:20 pm

פאר וועלכע?
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 8:27 pm

סעררוויס

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4547
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 9:36 pm

מה פתאום??? האט געשריבן:סעררוויס

טאקע?
איך האב געמיינט אז פאר זייף און פאר די ארבעט פון קלינען יעדען טאג די בור, מאכן טעגלעך די השקה, איינמאל אין א שטיק צייט קלינען די בור מי גשמים,
וואשען די האנטיכער, צאם לייגן די האנטיכער,
אז דו ווילסט אויך דעי סערוועס פון אויפהייבן פון די פלאר נאו פראבלעם באט עס מיינט נאך איין גוי, עס קומט אויס בערך נאך 25 סענט א מקוה,, פער יאר נאך ארום 80 טאלער
סאדאם בן באראק חוסעין

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 9:42 pm

די זייף האב איך אייגענע. ער קען בעטן וויפול ער האלט אז ס'איז ריכטיג, איך באצאל פאר סערוויס וואס דאס רעכנט אריין אויך אויפהייבן די האנטוכער. נאך א גוי? פארלאנג מער (מ'טוט עס שוין מסתמא, עפעס א בודשעט איז דא).

והיינו טעמא דספרים פאקער, א מין פאנני זאך דאס אז א באצאלטע ארבעטער זאל בעטן אדער זאגאר פארלאנגען פונעם ציבור צו "טוהן זיין ארבעט", די ארבעט אויף וואס ער ווערט באצאלט. איי לא תרדה בו בפרך? נו אפשר גייסטוצו די גאלדען פלאו פעקטארי און דו נעמסט דיין פלאש מילך? ווי קענסטו לאזן דעם טראק דרייווער ארבעטן?

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4547
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 9:49 pm

מה פתאום??? האט געשריבן:די זייף האב איך אייגענע. ער קען בעטן וויפול ער האלט אז ס'איז ריכטיג, איך באצאל פאר סערוויס וואס דאס רעכנט אריין אויך אויפהייבן די האנטוכער. נאך א גוי? פארלאנג מער (מ'טוט עס שוין מסתמא, עפעס א בודשעט איז דא).

והיינו טעמא דספרים פאקער, א מין פאנני זאך דאס אז א באצאלטע ארבעטער זאל בעטן אדער זאגאר פארלאנגען פונעם ציבור צו "טוהן זיין ארבעט", די ארבעט אויף וואס ער ווערט באצאלט. איי לא תרדה בו בפרך? נו אפשר גייסטוצו די גאלדען פלאו פעקטארי און דו נעמסט דיין פלאש מילך? ווי קענסטו לאזן דעם טראק דרייווער ארבעטן?


ווען איינער נעמט פריוואט אויף א פאקער בוסטו גערעכט די פראבלעם איז נאר אז דו ווילסט אז די ציבור זאל עס צאלן, אמת די לא תרדה בו בפרך איז נישט די ריכטיגע פסוק, אבער עס איז קהל'ס געלט און עס איז מענטשלעך צו אליין אוועק פאקען די ספרים, און ווער עס איז נישט קיין מעמבער און די קהילה איז עס אפשר גניבה,
שריי ניש איך האב נאר געזאגט אפשר!!!
סאדאם בן באראק חוסעין

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 9:51 pm

איך שריי נישט...

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4547
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 9:53 pm

מה פתאום??? האט געשריבן:איך שריי נישט...

שוגנער, וואס שרייסטו נישט אין א גרינעם דינסטאג ביטס עפעס א נאנאח.
סאדאם בן באראק חוסעין

באגלייבט
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2015 12:10 am

תגובהדורך באגלייבט » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 12:31 am

מה פתאום טייערע, טראכט אביסל פון די מענטשן וואס קומען נאך דיר אין מקוה, קומט זיך זיי נישט קיין קלינע פלאר/פלאץ? איז דען אזוי שווער אריינציווארפען די האנטוך אין די קען?

דעי מין עטיטוד אז אלעס קומט זיך מיר און איך טאר גארנישט אליין טוהן, קומט געווענטליך נישט פון די בעסטע מידות (איך מיין נישט דיר).

לגבי ספרים פאקן. קהל בעט זייער שיין ״ביטע פאקט אוועק אייערע ספרים נאכן לערנען״. סיי אז ווער עס קומט נאך דיר זאל טרעפן די ספר וואס ער זיכט, און סיי אז די טישן זאלן זיין ליידיג און באקוועם צום לערנען. איי פארוואס צאלט מען פאר א פאקער? פאר אזאלעכע מענטשן ווי דיר.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6749
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 3:57 am

איך זע אז דער גרעסערע עולם האט געשטומט אויף יא אוועקלייגן די האנטוכער, איי די מציאות אין מקוה ווייזט אנדערש... שוין איך פרעג נישט.

אבער ווען עס איז געקומען צום וואוטן בין איך געווען אין א פארלעגענהייט, זאל איך אויך שפילען די שפיל פון "נארמאלע מענטש" אדער פארציילן די אמת, למעשה האב איך דיסייד אז קיינער קען מיר סיי ווי נישט דא, און אפילו יא האב איך מיר נישט פארוועם צו געפעלן ווען איך פלאן נאך נישט צן אויסהערן קיין שדוכים פאר מיין זון איז פולע 18 (לאנג וועי טו גאו), ממילא האב איך געוואוט אז איך לייג די האנטוך אונטער די פיס ממש יעדען טאג און עס אוועקלייגן ווענצעך צו איך געדענק.

ס'איז בישות... הא..? איך פייף ענק אן...

איך טריי צו פיגערן וואס אנדערע האבן געטראכט פארן שטומען.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4547
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 10:00 am

אויסגערעכנט האט געשריבן:איך זע אז דער גרעסערע עולם האט געשטומט אויף יא אוועקלייגן די האנטוכער, איי די מציאות אין מקוה ווייזט אנדערש... שוין איך פרעג נישט.
שוין זעסטו שוין וויפיל אידען גייען טעגליך אין מקוה ב"ה, אז די האנטיכער וואס אונז זעהן מיר אויפן פלאר זענען גאר די מועט
אבער ווען עס איז געקומען צום וואוטן בין איך געווען אין א פארלעגענהייט, זאל איך אויך שפילען די שפיל פון "נארמאלע מענטש" אדער פארציילן די אמת, למעשה האב איך דיסייד אז קיינער קען מיר סיי ווי נישט דא, און אפילו יא האב איך מיר נישט פארוועם צו געפעלן ווען איך פלאן נאך נישט צן אויסהערן קיין שדוכים פאר מיין זון איז פולע 18 (לאנג וועי טו גאו), ממילא האב איך געוואוט אז איך לייג די האנטוך אונטער די פיס ממש יעדען טאג און עס אוועקלייגן ווענצעך צו איך געדענק.
יעדער לייגט אוועק נאר אויב מען געדענקט די שאלה איז נאר אויב מען געדעקט געווענליך אדער נישט.....

ס'איז בישות... הא..? איך פייף ענק אן...
יאפס די רבי האט געהייסען פייפן, [בפרט ביי על אחת כמה וכמה]

איך טריי צו פיגערן איך האף אז דו טרייסט נישט צו פייגערן אבער אויב יא איז דא די וואשינגטען בריטש נעקסט צו ווילי וואס אנדערע האבן געטראכט פארן שטומען. אנדערע הייבן בכלל נישט אן צו שטימען אפגערעדט פון טראכטען בכלל,
סאדאם בן באראק חוסעין

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 10:26 am

אויסגערעכנט האט געשריבן:איך זע אז דער גרעסערע עולם האט געשטומט אויף יא אוועקלייגן די האנטוכער, איי די מציאות אין מקוה ווייזט אנדערש... שוין איך פרעג נישט.

איך מיין אז דער גרעסערע עולם האט זיך געשעמט אויסצוזאגן די אמת...

(טאמער האבן זיי זיך פארגענומען אז פון היינט און ווייטער גייען זיי עס אוועק לייגן, מיין איך אז עס הייסט נישט קיין ליגענט)
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 10:29 am

און איך טרייסט מיך נאך אז כ'בין ביי ביידע פון די מערהייט...


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בא שבת בא מנוחה און 8 געסט