איך בין געווען ביי א קידוש שבת צופריה

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

איך בין געווען ביי א קידוש שבת צופריה

תגובהדורך גרויזאמער » זונטאג נובעמבער 04, 2007 1:24 pm

וועם גייט אן אז איך בין געווען ביי פארוואס שרייב איך דאס? ווייל איך וויל אז יעדער זאל וויסן דערפון, יעדע זאל זיך אפלערנען דערפון, און יעדער זאל דאס געדענקן!

איך קום אריין צום קידוש, די טישן זענען געווען באדעקט מיט הערליכע שניי ווייסע טישטוכער, פילע טעצער קעיק, ברוינפן און גרעיפ דזשוס. והעיקר, די הערינג! עפעס נישט נארמאל! ומאטיאש הערינג רב כיד המלך... גענוג פאר פינף סעודת-שלמה-בשעתו'לעך. און אייער קיכלעך מאן דכר שמיה, עפעס אזא רחבות! נישט צום באשרייבן!

געווען איז דאס ווען די זיבעטע צוויבל פונעם צענטן הערינג האט זיך ארויפגעדראפעט קוים מיט צרות אויפן צוועלפטן אייער קיכל און די אויל איז גערינען צו אלע זייטן... שפיר איך פלוצים ווי אלעמענס אויגן זענען געווענדעט צו מיר! נעמליך? דער מייסד הקרעטשמע האט זיך אראפגעזעצט הארט נעבן גרויזאמער! נישט נאר דאס... ער כאפט אזא פריינטליכע שמועס אזש מען האט געקענט מיינען אז נישט ער איז דער מייסד הקרעטשמע... וואס זוכט ער נעבן מיר? און ביי די וועג, וואס זוכט ער דא בכלל?

און אויב מיינט איר די מעשה איז פארטיג... נע! ווייט פון פארטיג!

מיט די לינקע אויגן ברעמען העכער די שיעור פיאות ווייזט ער מיר אזוי ווינקענדיג אויף א ספעציפישן טיש... זעסט דארט? - יא, וואס איז דארט? - נו? דו פארשטייסט נישט? - ניין - קוק בעסער!

או מיי! וואס עהעל ווילן זיי פון מיר די חברה, די גאנצע קרעטשמע איז געקומען קוקן וויאזוי גרויזאמער עסט הערינג? איין טאג א וואך פארגינט עטץ מיר נישט די מנוחה?

ווען נישט איך וואלט מיך געשעמט וואלט איך צוזאמענגערופן א אידעלע, אבי-מ'לעבט, לחיים ולברכה, צייטליך, שוועמל, פענסטער, ישראל הלוי, דיפלאמאט, איוואן, בן הרחמן, און זיך ארויסגעלאזט אין א "חיי ה'" רקידהלע. נארוואזשע דען? דער דענס אין די קרעטשמע איז פארשפארט שבת!, פלאס, די דענס אין די קרעטשמע נעמט נאר די קאפ פונעם קאסטומער אריין אינעם רקידה'לע, און דא האב איך דייקא געוואלט אז די גאנצע 'שישו מעי' מיט די פילפארביגע הערינג פיש טענקס זאלן זיך מיטפרייען.

נאכן אנוואונטשן מזל טוב פאר דעם בעל שמחה - א נאטנע חבר מיינע- האב איך פארשעמטערהייט פארלאזט דעם זאל.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2550
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » זונטאג נובעמבער 04, 2007 1:58 pm

חחחחחחחחחחחחחח
אזוינס האבעך געלאכט......
ווען מיר ווייסן ווען אז די אלע זענען געווען דארט, וואלטן מיר זיך לענגער אויפגעהאלטן איבער די שמאלציגע הערינג, נישט אזוי?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג נובעמבער 04, 2007 2:08 pm

איינער פון די אנוועזנדע (גראדע א גאסט פון די מרחקים) האט נאר געוואלט וויסן אויב "גרויזאמער" איז דארט באותו מעמד... איך בין געווען אין א פארלעגנהייט וואס צו ענטפערן, ווייל יואלי גרויזאמער איז געשטאנען צוויי טישן אוועק פון אונזער געשפרעך און איך האב נישט געוואלט ער זאל זיך נעמען ארומקוקן מי ומי הגרויזאמים... האב איך זיך ארויסגעדרייט אז ער איז געקומען, אבער מיט זיין אנדערע ניק.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11568
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג נובעמבער 04, 2007 2:11 pm

קרעזי גוגל טאלק חתימה:

סטוט זיך א מייסע מיט א בת תחילה, סימן יפה וכילע. הייסט עס אז אויב האנדלט מען איין א בענאק, האט מען גענוג קאפוויי ביזן ענדע יאר אז עס פעלט נישט אויס נאך א קנאק?

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2550
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » זונטאג נובעמבער 04, 2007 3:01 pm

אוי קרעמער, האסטמעך אויסגעכאפט..... אזוי צונישט מאכסטו דיינס א גוטן ווערטל???
כאגעפלאנט צו מאכן דערפון א געמויזאכטס דא אין קרעטשמע, האסטו פארפאטשקעט...
עמיר ווארטן ביז יענער וועט צוריקקומען צו די מרחקים, אפשר וועט ערעס באשרייבן.

יעדנפאלס, ס'איז געווען אזא גוטס, מיר האבן זיך צולאכט הויעך אויפ'ן קול...

ביי דע וועי, ווען גרויזאמער האט געפינישד מיט זיין דרייצענטע אייער קיכל און זיך געגרייט ארויסצוגיין, איז ער דורכגעגאנגן אונזער ווינקל. ס'איז אבער יענעם נישט פייגעבאלן אז דאס איז יואלי....
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2550
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » זונטאג נובעמבער 04, 2007 3:05 pm

גרויזאמער, האסט אויסגעלאזט איינעם. נישט איינער פון קרעטשמע, אבער איינער וואס וואלט געמעגט זיין אין קרעטשמע...

ווער געדענקט ווען דער "אייזנבאך" האט אנגעוואונטשן בקול אדיר וחזק "זאלסט מגדל זיין לבעל תורה ולחופה ולמעשים טובים"....... הא? האלסט אז ער באלאנגט נישט אין קרעטשמע???
גראדע איזעס געוועזן פונקט אינמיטן די "הויעכע" קידוש.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג נובעמבער 04, 2007 3:08 pm

איינעם האב איך געזעהן דארטן קוקן אויף מיר, ער האט געהאט א גוטן סימן: א שטריימל

ווער ס'יז געווען זאל זיך מעלדען
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג נובעמבער 04, 2007 7:50 pm

אוי, איך זעה אז איך האב פארפאסט... ווען איז די נעקסטע קידוש?...
An article a day keeps the babies away

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2550
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » זונטאג נובעמבער 04, 2007 7:51 pm

סוף יאר תשס"ח לפ"ק. כמאמר קאנוי (דאכטסעך).
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג נובעמבער 05, 2007 12:28 am

קידוש ווייסעך נישט, אבער די נעקסטע הבדלה איז מוצאי שבת הבעל"ט אין רבי'נס שטעטל.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג נובעמבער 05, 2007 7:50 am

מיר קוקן ארויס בכליון עינים.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

תגובהדורך Jewboy » מאנטאג נובעמבער 05, 2007 8:46 am

מאשקע: פון ווי?
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2550
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מאנטאג נובעמבער 05, 2007 9:39 am

קרעמער האט געשריבן:קידוש ווייסעך נישט, אבער די נעקסטע הבדלה איז מוצאי שבת הבעל"ט אין רבי'נס שטעטל.


מיינסט אודאי מלוה מלכא, הא? הבדלה עסטו מאכן מערצאשעם ביי מיר אין קאר....
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12472
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג נובעמבער 05, 2007 10:15 am

און ווי א נער ביניך שוין אנגעקימען דארט נאך אלעם, (איך רעדט נישט פון די הערינג קיכלעך אדער אייער מאטיאש) אריינקימענדיג האביך שוין געהאט די זכיה צו הערן פון א גאנצע ליסטע חברים וואס אקורשט פארלאזט דעם זאל/שול,

דער עיקר איז אז די ברכות וואס כ'האב באקימען פונעם בעל שמחה שליט"א (נאכן דארט זיין קומט אום שוין די טיטל..) איז געווען פיל מער וואס איך האב אום געגעבן, און פארדעם אליין האט זיך עס שוין געלוינט,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג נובעמבער 05, 2007 10:39 am

שוין, וואס זאל איך זאגן, איך קען דאך נישט קיינעם פון די גאנצע קעדאטשקע עניוועי.

דער עיקר גרויזאמער, סיז געווען וואס צו לאכן.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מאנטאג נובעמבער 05, 2007 11:20 am

אז איך ווייס נישט, רעד איך נישט... :shock:

כאטש געשמייכעלט אומוואוסנדיג, אויך געזונט... זאל עס זיין צו מצוה...

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20836
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג נובעמבער 06, 2007 12:25 am

כאלי, באותו מקום ובאותו זמן? רעדסט יא אדער נישט??? :wink:

גרויזאמער, ביי דיר שמייכלט מען אלעמאל.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6448
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג נובעמבער 06, 2007 1:30 pm

גרויזאמער איך וועל דיר זאגען דעם אמת איך האב בכלל נישט דיר געמיינט איך האב געמיינט די הערינג. אין די מיניט וואס די האסט אפגעצויגען פון דארט האב איך מיר אראפ געזעצט אויף דיין פלאץ און פארענדיגט די גאנצע טעלער
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

גבאי
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 23, 2006 11:04 am
לאקאציע: נעבן וועם איך דארף באדינען

תגובהדורך גבאי » מיטוואך נובעמבער 07, 2007 3:28 pm

איך בין אויך געווען ביים קידוש
איך בין נישט געווען אלס א ניק נאר אלס חבר

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך נובעמבער 07, 2007 5:11 pm

א שטיקל קוגל האסטו כאטש געהאט, גבאי?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20836
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך נובעמבער 07, 2007 11:20 pm

כ'גלויב אויב דער רבי האט געטיילט שיריים, האט דער גבאי זיכער באקומען א שטיקל.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך נובעמבער 07, 2007 11:27 pm

די פערצנטע אני מאמין.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20836
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך נובעמבער 07, 2007 11:48 pm

פארוואס די פערצענטע, כ'אלט שוין ביי א חשבון פון פינף און פערציג.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » זונטאג נובעמבער 11, 2007 6:28 pm

איך האב טאקע נישט פערזענדליך אנטייל גענומען אין דעם קידוש, אבער זאפארט ווי איך האב זיך דערוואוסט פון וואס עס האנדעלט זיך, האב איך זיך אויסגעמשלט כאילו איך האב זיך איינגעהאנדעלט א שאכטל מאטיאש; א פושקע קידוש-בונדלעך; א זעקל אייער-קוכן און עטליכע טאץ טורטן, זיי אלע איבערגעצויגן מיט איין טוך, און דערויף פארקלעבט די אייגעלעך שעפשענדיג דערביי א הייסע תפלה, אז יהי רצון כאילו דער מאטיאש-שמאלץ, געמישט מיט די אייער-קוכן ברעקלעך, וואלט גערינען איבער מיינע באקן. און אזוי זייענדיג אונטערן זעטן רושם, האב איך דערביי צוגעוואונטשן פארן בעל שמחה א ברכה פון מיין טיף הארץ (הערצער שפירן זיך...): שיה"ר שיזכה לגדלה לבעל תורה לחופה ולמעשים טובים, לתפארת בית אבותיה, אמן!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג נובעמבער 11, 2007 11:53 pm

ברוך תהיה!


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט