שאלות צו ניקס

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
צל עובר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5916
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך יולי 18, 2018 5:22 pm

לכאורה מיינט מען מיר, איך פלעג כאפן און איך כאפ נאך יעצט, פעטש פארן קוואויטן

איי וועסטו ענטפערן אז עס ווענדט זיך צו מען גייט ארויף אויף די לעצטע תגובה, איז די תירוץ אז רוב מאל האקט פשוט איינער אריין.

און רוב פון די איבעריגע איז עס די לעצטע פון א פעידזש, און איך האב נישט באמערקט אז עס איז דא נאך א פעידזש.

אמאל פלעג איך כמעט אלעמאל קוואויטן
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

תגובהדורך אוי וויי טאטע » מיטוואך יולי 18, 2018 5:59 pm

צל עובר האט געשריבן:לכאורה מיינט מען מיר, איך פלעג כאפן און איך כאפ נאך יעצט, פעטש פארן קוואויטן

איי וועסטו ענטפערן אז עס ווענדט זיך צו מען גייט ארויף אויף די לעצטע תגובה, איז די תירוץ אז רוב מאל האקט פשוט איינער אריין.

און רוב פון די איבעריגע איז עס די לעצטע פון א פעידזש, און איך האב נישט באמערקט אז עס איז דא נאך א פעידזש.

אמאל פלעג איך כמעט אלעמאל קוואויטן


קוואוטן איז א מיטל צו ציען א שמועס, אז די באציסט זיך ספעציפיש צו איינעם וועט יענער פילן א דראנג צוריקצוענטפערן,
אז נישט קען דיין תגובה דורכגיין אומגעשטערט אן ציען איינעם'ס אינטערעסע.

(איך האב פארראכטן מיין תגובה, דיר צו קוואטן)
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3583
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג יולי 19, 2018 2:23 pm

@.. ....

דיין עקסקיאז איז עקסעפטעט
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג יולי 19, 2018 2:59 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:@.. ....

דיין עקסקיאז איז עקסעפטעט

ווער ביסטו האסט געפרעגט יעדער צו מ'נעמט עס אן
(נאר א וויץ)
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

בארואיגט-אייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דאנארשטאג יולי 19, 2018 3:19 pm

איך וויל פרעגן א קשיא צו מיין ניק, אין זאל ענטפערן:
אזוי ווי איך מאנגל אין זעלבט קאנטראל אין ווי אויך האב איך א שפע פון OCD', וואלט איך געוואלט פרעגן,
איינער באמערק עס?
מיין אלטע מענדזעשר פלעגט אלץ שרייען אויף מיר אז איך לייד פון OCD.....

מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm
לאקאציע: איך געפין זיך? דער עולם געפינט זיך ביי מיר.

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג יולי 19, 2018 6:44 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:איך וויל פרעגן א קשיא צו מיין ניק, אין זאל ענטפערן:
אזוי ווי איך מאנגל אין זעלבט קאנטראל אין ווי אויך האב איך א שפע פון OCD', וואלט איך געוואלט פרעגן,
איינער באמערק עס?
מיין אלטע מענדזעשר פלעגט אלץ שרייען אויף מיר אז איך לייד פון OCD.....

איך וואלט געזאגט מער ב.פ.ד., וואס שרייסטו אויף "יענעם" ער זאל זיך בארואיגן ווען "דו" ביזט דער אנגעצויגענער דא.
ס'איז ביידע, איך זיץ ביים 'מחשב', אבער איך פרוביר אביסעלע צו ניצן דעם קאפ אויכעט...

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג יולי 19, 2018 6:49 pm

מחשב האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:איך וויל פרעגן א קשיא צו מיין ניק, אין זאל ענטפערן:
אזוי ווי איך מאנגל אין זעלבט קאנטראל אין ווי אויך האב איך א שפע פון OCD', וואלט איך געוואלט פרעגן,
איינער באמערק עס?
מיין אלטע מענדזעשר פלעגט אלץ שרייען אויף מיר אז איך לייד פון OCD.....

איך וואלט געזאגט מער ב.פ.ד., וואס שרייסטו אויף "יענעם" ער זאל זיך בארואיגן ווען "דו" ביזט דער אנגעצויגענער דא.

:grin:

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג יולי 23, 2018 10:12 pm

משה כהן האט געשריבן:
כא כא כא האט געשריבן:איך האב שוין לאנג געטראכט צי מאכן אן אנקעטע, ווי שטארק מאכט דיר אויס די אוועטער זיך פארצישטעלן וויאזוי יענער קוקט אויס?...
למשל נאכן קוקן מיין אוועטער האלסטו אז איך בין טאקע א ציגעלע????

ניין, אבער מ'זעהט אז איר זענט א צעלאזטער באשעפעניש......

דאס קען מען שוין זעהן ביים קוקן זיין ניק
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
הודו להשם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » דינסטאג יולי 24, 2018 3:49 pm

פארוואס הערסטו נישט אויף?
---
אפענע בריוו צו כבוד הניק ...... ... . שיחי'
איך בין נישט קיין גרויסע שרייבער דא אינעם קרעטשמע, און נאך ווייניגער אין די פאליטישע אשכולות, אבער א גרויסע ליינער בין איך יא, ממילא זאל דיר נישט זיין שווער פארוואס איך שרייב דאס. פשוט, ס'שטערט מיר גאר שטארק.

ערשטנס:
אין די קרעטשמע קאנסטיטוציע שטייט אזוי: 'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן.

און איך וועל צוגיין גלייך צום פוינט:
אין די פאליטישע אשכולות זענען דא פילע שרייבער וואס געבן צו פארום, יעדער אויף זיין אייגנארטיגן וועג, ווי לדוגמא, צל עובר, טשאלעדע באדעלע, טינק און טענק, כאפצעם, שפוזמן, אבעג, הכל הבל, וויכטיג מאכער, יואל שרייבער, נאך פונדערהיים, פאליק, הצדיק, שמאטע, יש ברירה, פעיק נוז, און נאך פילע, כל אחד בניק הטוב יבורך. יעדער פון דיע טוען ביישטייערן צום שיינקייט פונעם פארום, מ'שרייבט צום זאך, מ'פרעגט און מ'פרעגט אפ, מ'טענה'עט און מ'ענטפערט, און אמאל אז מ'פילט אז מ'וויל זיך אביסל מער אויסגעבן אויף א געוויסע ענין - וואס ס'איז לאו דוקא נוגע צום עצם נייעס - עפנט מען א פרישע אשכול אינעם דעזיגנירטן פארום "פארברענגען", אזוי אז ס'איז א געשמאק צו ליינען.

אבער דא קאקא, אז ס'געשעהט אזא מעשה:
א ניק סיינט אריין אין אייוועלט, און תיכף ווען ער זעהט א תגובה וואס שמעקט אים נישט הייבן זיינע פינגערס אן צו לויפן אויפן קיבארד און שרייבט א תגובה בזה הלשון:
העי! דו נאַר וואס דו ביזט! כא כא! דו לעבסט אין דמיון! דו ווייסט נישט אז איך האלט אנדערש ווי דיר???? אונאו!, אפפססס... אויש... דו זאגסט אויך "אונאו", אקעי, איך זאג אָיעֶ!
עכ"ל.

יעצט צו דיר כבוד הניק:
דו שרייבסט טאקע נישט די ווערטער, אבער דיינע געווארפענע צוויי-דריי-ווערטערדיגע תגובות אנטהאלטן אין זיך די זעלבע תוכן.

ס'וועט זיין כדאי נאכצוברענגען וואס אחראי האט געשריבן דא אינעם נאטיצן פון אחראי טישל

אחראי » זונטאג פאברואר 05, 2017 11:20 pm

... האט געשריבן:
עס כאפט א שרעק וואספארא טרעיד דיעלס אמעריקע האט געהאט ביז יעצט און אויך די וואס זענען געווען אויף די וועג


די תגובה איז א קלאסישער ביישפיל פון א תגובה וואס האט זילטש צוגעגעבן צום נושא, ניטאמאהל מסביר געווען פארוואס ער האלט אז ס'איז א שרעק, און פון אזוינע תגובות ווערן אונזערע ליינער מיעד, און מיר בעטן זייער די שרייבערס שיחיו נישט צו באמוטשענען מיט אזוינע סארט תגובות.

מיט פארשטענדעניש


און צום יעצטיגן ענין: פילע פון דיינע תגובות האבן אין זיך אסאך ווייניגער ווי די %0.05 תוכן וואס ליגט אין די תגובה וואאס אחראי ברענגט דא. אויב פילסטו אז דו קענסט נאר שרייבן אזאלכע תגובות איז דא צוגעשטעלט א פארברענגן אפטיילונג ווואס איז מער געאייגנט דערפאר, אדער קענסטו טוהן ווי אסאך טוען (וגם אני בתוכם): מ'שרייבט נישט. און אדרבה, סיי ווען דו האסט א אינהאלטסרייכע תוכנ'דיגע תגובה וועט יעדער הנאה האבן עס צו ליינען.

און צום לעצט וועל איך דיר צוציייכענען עטליכע וויכטיגע אשכולות וואס איז רעקאמענדירט צו זעהן איידער מ'הייבט אן צו שרייבן דא אויפן פארום:
~~~תקנות הקרעטשמע - עצה טובה~~~
תקנות גדולות/קבועות שנו כאן



---
יישר כח פארן ליינען ביז אהער.
אויב האט איר הנאה פון די תגובה אדער איר האט קריטיק, ביטע לאזט אייך הערן דא אדער אין אישי. יישר כח

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דינסטאג יולי 24, 2018 4:52 pm

אגרי מיט יעדעס ווארט צו דעם ניק (כ'האף נאר אז דו מיינסט נישט מיר....), כ'העט שוין ווען לאנג געשריבן דאס, נאר עך קעניש ארויס קומען אזוי נארמאל, רואיג, און קלאר.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20022
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יולי 24, 2018 5:42 pm

צום קעפל:
פארוואס שרייבסטו אזוי אז מ'פארשטייט קיין מילה אחת?

עצה טובה קמ"ל, פרוביר איבערליינען איידערן דרוקן די "שיק" קנעפל, אויב דו קענסט עס שווער ליינען כ"ש אז דער אומשילדיגער ליינער וועט עס נישט קענען ליינען.

אנטשולדיגט פארן אויפמערקזאם מאכן, זייטס געזונט און שטארק.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מיטוואך יולי 25, 2018 2:05 pm

farshlufen האט געשריבן:צום קעפל:
פארוואס שרייבסטו אזוי אז מ'פארשטייט קיין מילה אחת?

עצה טובה קמ"ל, פרוביר איבערליינען איידערן דרוקן די "שיק" קנעפל, אויב דו קענסט עס שווער ליינען כ"ש אז דער אומשילדיגער ליינער וועט עס נישט קענען ליינען.

אנטשולדיגט פארן אויפמערקזאם מאכן, זייטס געזונט און שטארק.

עס וואלט געווען א גוטע זאך
עס זאל זיין איינער וואס מ'קען שיקען צו פאר רעכטן ספעלינגס
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1595
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג יולי 26, 2018 4:17 pm

אז מ'רעדט שוין וויל איך בעטן די חשובע חבירים: ביטע נישט קוואטן לאנגע לאנגע פאראגראפן, און ביטע נישט לייגן א פאראינטערסירטע הודעה וכדו' מער ווי איינמאל [און פארשידענע אשכולות], ייש"כ
אייוועלט שרייבעריי

על התורה ועל העבודה ועל הפורקן, ועעעל פליטת בית סופריהם, בנאות דעיששששששששעעעעעעעעעע ירביצנו, בראותם יחד תכלת וארגמן, און פערפל וואל...

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » דאנארשטאג יולי 26, 2018 5:26 pm

ניס קראכער האט געשריבן:נו ודאי מען דארף וויסן צו וועם אין ווי אזוי מען ענפערט יענעם
מאנכע נערווירט עס אין מאנכע רעגן זיך אויב מען קוואט נישט


ווען דו קוואוטסט איינעם וואס האט שוין איינעם געקוואוט און דו רעדסט צום ערשטן און נישט צום צווייטן קענסטו אראפנעמען איין אות פון זיין נאמען ביים שרייבן די תגובה אזוי וועט ער נישט באקומען קיין נעטיפיקאציע.
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג יולי 26, 2018 5:30 pm

פערדס מיניסטער האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:נו ודאי מען דארף וויסן צו וועם אין ווי אזוי מען ענפערט יענעם
מאנכע נערווירט עס אין מאנכע רעגן זיך אויב מען קוואט נישט


ווען דו קוואוטסט איינעם וואס האט שוין איינעם געקוואוט און דו רעדסט צום ערשטן און נישט צום צווייטן קענסטו אראפנעמען איין אות פון זיין נאמען ביים שרייבן די תגובה אזוי וועט ער נישט באקומען קיין נעטיפיקאציע.

נו פארוואס האסטעס נישט געטוען יעצט?

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דינסטאג יולי 31, 2018 6:56 pm

קען מיר איינער בארגן א ניק פאר א טאג צוויי?

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » דינסטאג יולי 31, 2018 6:58 pm

פארוואס נישט?

(איך רעד נישט פון פאסווארד, איך ווייס עס נישט)
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג יולי 31, 2018 7:13 pm

Haklal האט געשריבן:קען מיר איינער בארגן א ניק פאר א טאג צוויי?

וואס איז? ווילסט שרייבן אין די בפ"ד אשכול?...

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1595
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג יולי 31, 2018 7:43 pm

Haklal האט געשריבן:קען מיר איינער בארגן א ניק פאר א טאג צוויי?

יא, קאנטעק מיר אין אישי
אייוועלט שרייבעריי

על התורה ועל העבודה ועל הפורקן, ועעעל פליטת בית סופריהם, בנאות דעיששששששששעעעעעעעעעע ירביצנו, בראותם יחד תכלת וארגמן, און פערפל וואל...

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך אוגוסט 01, 2018 1:30 pm

farshlufen האט געשריבן:צום קעפל:
פארוואס שרייבסטו אזוי אז מ'פארשטייט קיין מילה אחת?

עצה טובה קמ"ל, פרוביר איבערליינען איידערן דרוקן די "שיק" קנעפל, אויב דו קענסט עס שווער ליינען כ"ש אז דער אומשילדיגער ליינער וועט עס נישט קענען ליינען.

אנטשולדיגט פארן אויפמערקזאם מאכן, זייטס געזונט און שטארק.

גא"מ לבקשות הרב
ס'איז לעצטנס געפערלעך דא מען קען נישט ליינען קיין גראדן תגובה (פון עטליכע)
ביטע ביטע. געבט א בליק איבער אייער תגובה פארן דריקן שלח. צו עטליסט %80 איז אין גיטן אויסלאגע

יש"כ
ניסעלע דער קראכער

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12542
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך אוגוסט 01, 2018 1:43 pm

farshlufen האט געשריבן:צום קעפל:
פארוואס שרייבסטו אזוי אז מ'פארשטייט קיין מילה אחת? וכ' .

איינער וואס האט נישט א קעפל ווייסט דאך נישט אז די מיינסט אים
און ווייטער קלאפען אויפען KEYBOARD אבי געקלאפט

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » מיטוואך אוגוסט 01, 2018 2:11 pm

קוקנדיג אין די פריערדיגע בלעטער דא זעה איך אז דער אשכול איז בעצם געווידמעט ווען מ'וויל עפעס פרעגן פון א ניק, זאכן וואס מ'קען פרעגן ברבים, און אזוי איז דער סדר אז מ'שרייבט "צו דער און דער, פארוואס וגו'", אבער אין די לעצטע בלאט צוויי האט זיך אנגעהויבן א מערונג פון פראגעס וואס זענען געווידמעט צו געוויסע ניקס, אבער משום איזה סיבה, איז אנשטאט צו שרייבן אין אישי צו יענעם ער זאל טאקע וויסן אז מ'מיינט איהם, שרייבט מען דא ברבים, אן קיין נעמען צו וועם מ'אדרעסירט די פראגע.

אויב האסטו עפעס צו אויסזעצן קעגן א ניק וואס מ'קען נישט שרייבן ברבים, שרייב איהם אין אישי, אויב דו מיינסט עכט תועלת.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מיטוואך אוגוסט 01, 2018 2:21 pm

מ'פראבירט קודם דא
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm
לאקאציע: איך געפין זיך? דער עולם געפינט זיך ביי מיר.

תגובהדורך מחשב » מיטוואך אוגוסט 01, 2018 2:22 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:צום קעפל:
פארוואס שרייבסטו אזוי אז מ'פארשטייט קיין מילה אחת?

עצה טובה קמ"ל, פרוביר איבערליינען איידערן דרוקן די "שיק" קנעפל, אויב דו קענסט עס שווער ליינען כ"ש אז דער אומשילדיגער ליינער וועט עס נישט קענען ליינען.

אנטשולדיגט פארן אויפמערקזאם מאכן, זייטס געזונט און שטארק.

גא"מ לבקשות הרב
ס'איז לעצטנס געפערלעך דא מען קען נישט ליינען קיין גראדן תגובה (פון עטליכע)
ביטע ביטע. געבט א בליק איבער אייער תגובה פארן דריקן שלח. צו עטליסט %80 איז אין גיטן אויסלאגע

יש"כ
ניסעלע דער קראכער


עפ"ר איז דער פראבלעם מיטן שרייבער'ס דיסלעקציע וכדו', נישט מיטן נישט קוקן ווי אזוי מ'שרייבט.
ס'איז ביידע, איך זיץ ביים 'מחשב', אבער איך פרוביר אביסעלע צו ניצן דעם קאפ אויכעט...

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 2:59 pm

על מעלות כבוד הניקים החשיבים
(שוין נאך א בקשה?..)
ביטע שעינע שרייבט אין אידיש. דא דרייען זיך מיינסטנס אידן וואס ליינען גרינגער אידיש ווי אנדערע שפראכן
פארוואשע זאלט איר שרייבן ענגליש אין פארשווערן דאס ליינען (תרתי משמע רוב ענגלישע שרייבער שרייבן נישטאמאל א גיטן ענגליש...)
איך האף אז איר פארשטייט אידיש אין געקאנט אפליינען דעם תגובה...

החותם ניסעלע


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט