שאלות צו ניקס

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 5:19 pm

פראגעלעך געוואנדן צו דעם זאפטיגן שרייבער "שמעלקא זאפטיגער":

1. וויאזוי באשלוסטו וועלכע טעמע צו נעמען פאר די וועכנטליכע באשרייבונג?


עס איז נישט לייכט, מ'איז יעדע וואך דן בכובד ראש און מען זוכט בעיקר עפעס וואס דער ציבור איז ווייניגער באקאנט.

2. וואו מאכסטו דיינע פארשונגען, וועלכע ספרים / אנליין?


מ'הייבט אן מיט זכרון, מ'קוקט אין ליקוטים, יעדע נושא קומט פון א צווייטע פלאץ. די היינטיגע ארטיקל "ארויף לעבעדיג אין הימל" קומט פון די משנה אין מס' דרך ארץ זוטא און פון זכרון איבער יעדעם'ס היסטאריע.

3. ווילאנג געדויערט צוזאמצושטעלן אזא ארטיקל?


ווענדט זיך וועלכע, די פון די וואך האט גענומען א שעה מיט 45 מינוט בערך.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 8:02 pm

יישר כח פאר די אויפריכטיגע ענטפערס.

לאמיך פרובירן צו גיין ווייטער, און אויב איך טרעט צו שטארק אויף דיין הינעראויג, געב מיך א ציפ.

4. דו שרייבסט דאס פאר א געוויסע אויסגאבע לשם תשלומין?

5. אויב יא, ערלויבן זיי דאס ארויסצושטעלן ברבים?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
פאקטען
שר חמש מאות
תגובות: 943
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 8:44 pm

לכאורה ליין דא עס וועט דיר צו ניץ קומען פארן אינטערוויו
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5827
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 10:23 pm

ער שרייבט עס פאר א גליון

(עפ"י רוב)
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » פרייטאג ינואר 06, 2017 7:37 am

4. דו שרייבסט דאס פאר א געוויסע אויסגאבע לשם תשלומין?

פון וואס רעדסטו? די ידיעות וואס גייען ארויף וועכנטליך?

אה, דאס ווערט געשריבן עקסלוסיוו פאר די מערסט אויפגעכאפטער שבת'דיגער גליון אין לאנדאן, עס הייסט "שבת בשבתו". די אנדערע ארטיקלען איז מער ווייניגער בלויז פאר איוועלט, אדער פון מיינע ארכיוון, פון מקומות וואס עקזיסטירן שוין נישט וכדומה.

5. אויב יא, ערלויבן זיי דאס ארויסצושטעלן ברבים?

יא, עס איז א חידוש, אבער בואו ונחזיק טיבותא פארן מו"ל פון שבת בשבתו, וואס האט נישט קיין פראבלעם אז אידן פון איבער די גארער וועלט האבן הנאה, און אז די וואס זענען נישט לאנדאניסטאנע זאלן אויך קענען האבן צוטריט פון א זאפטיגע ארטיקל. דער מו"ל בעצם איז זייער א חשוב'ער אינגערמאן, און א פוטער הארץ, איך האלט אז זיין חלק החסד שפילט א גרויסער ראלע אין די הצלחה פונעם אויסגאבע, וואס ווערט מער און מער אויפגעכאפט פון וואך צו וואך.

וואלטן ווען אלע געווען אזוי, וואלט דער ניק שמעלקא זאפטיגער מסתמא יעצט געהאלטן ביי איבער 3,500 תגובות...

אנדערע ארטיקלען ארטיקלען וואס איך שרייב לשם תשלומין ווי דו רופסט עס, האבן נישט קיין מקום אויף דעם וועלטל, אבער אין אלגעמיין שרייב איך ארום 6 - 7 אינטערעסאנטע ארטיקלען וועכנטחיך, צוזייט און צושפרייט אין אויסגאבעס, צייטונגען, זשוראנלן און מאגאזינען.

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » פרייטאג ינואר 06, 2017 10:31 am

איך זעה אז דער עולם פרעגט דא שאלות, וועל איך זיך אויך צושטעלן!

איך פלעג אויך אמאל שרייבן לאנגע ארטיקלען אין צייטונגען און אין גליונות, אבער איך האב שוין אויפגעהערט ווייל עס האט מיר געדויערט צו לאנג, די עיקר וואס האט גענומען צייט איז די הכנות אנצוגרייטן די אינפארמאציע, די שרייבן האט גענומען א פערטל דערפון (איך פלעג מיר אנגרייטן בערך 4 שעה, און שרייבן בערך א שעה אדער ווייניגער), איך וויל וויסן טאמער דויערט עס אזוי לאנג ביי יעדע שרייבער, אדער איז דאס א תוצאה פון מיין פראפעקשעניזים אז איך קען נישט ארויס לאזן עפעס וואס איז נישט הונדערט און איין פראצענט?

וויאזוי שרייבסטו? דו גרייטסט זיך קודם אן די פונקטליכע ווערטער און דו שרייבסט עס אפ, אדער טראכסטו פונעם געדאנק און שפעטער בשעת'ן שרייבן מאכסטו די לשון?

אלס געניטע שרייבער וועסטו זיכער פארשטיין וואס איך פרעג, עס איז דא די אלטע פראבלעם וואס שרייבער'ס האבן, דאס איז וויאזוי מען פירט אריין די ארטיקל, מען דארף קענען נוצן די ריכטיגע ווערטער אז די גאנצע ארטיקל זאל באקומען א חן און די אריינפיר זאל מאכן געשמאק דאס ארטיקל, וויאזוי גיסטו זיך אן עצה דערמיט?

נאכן ענטפערן אויף די קשיות וועט נאכפאלגן די צווייטע סעריע!
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » פרייטאג ינואר 06, 2017 10:36 am

וויאזוי שרייבסטו? דו גרייטסט זיך קודם אן די פונקטליכע ווערטער און דו שרייבסט עס אפ, אדער טראכסטו פונעם געדאנק און שפעטער בשעת'ן שרייבן מאכסטו די לשון?

די שרייבן אליין נעמט כמעט נישט, איך גרייט מיר נישט צו פארדעם גארנישט, איך זוך נישט געקינצלטע מליצות און אויסערגעווענליכע פראזן, אלעס גליטשט זיך נאטורליך ארויס פון די פענע\ קיבארד.

די שווערע ארבעט איז אהערצושטעלן דעם חומר, אנגעהויבן פון אבירברענגען א טאפיק, דערנאך פעסטשטעלן די מקורות, און איינמאל מ'האט דעם בלו - פרינט זעצט מען זיך שרייבן ביז די ארטיקל איז גרייט צום דרוק.

מ'לויפט עס איינמאל איבער צו פאררעכטן די טעותי הדפום און אויב א לשון איז אזוי אומבאמערקט איבער'גע'חזרט געווארן, און היידע, צום רעדאקטאר'ס אימעיל...

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » פרייטאג ינואר 06, 2017 10:52 am

וואס איז מיט די אנדערע שאלות?
דויערט דיר אזוי לאנג צו אנגרייטן די ארטיקל (מיר האט עס גענומען בערך 4 שעה)
וויאזוי גיסטו זיך אן עצה מיט א אריין פיר אויף א נושא וואס קומט נישט אריין דא?

און יעצט צו די צווייטע סעריע
ווען איז דו בעסטע צייט אין טאג צו שרייבן? פארטאגס ווען די קאפ איז קלאר, ביינאכט ווען די קאפ איז פיבערהאפטיג, אדער פונקט אינמיטן טאג?

כדי צו שרייבן דארף מען קענען אריין פירן דעם ציבור אז דער ליינער זאל מיטשפירן די מעשה, דו וועסט טוהן אויסטערלישע פעולות אז דו זאלסט עס קענען באווייזן (לדוגמה, אז דו וועסט ווילן באשרייבן א קאלטע נאכט וועסטו זיך ארויסזעצן אין די פארשנייטע פארטש, אדער צו באשרייבן א אנגעצויגענע מענטש וועסטו עס שרייבן אין א ווינטער'דיגע פרייטאג), אדער וועסטו פרובירן דיין בעסט אן זיך אריין לייגן אליין אין די מצב?

איינע פון די די גרעסטע סודות פון שרייבעריי איז מען דארף האבן א שטארקע כח הדמיון, ווען איז די בעסטע צייט צו דמיונען? (דאס הייסט נאכדעם וואס דו האסט שוין דעם געדאנק צו דמיונ'ען די מעשה אדער ארטיקל כאילו עס געשעהט לייוו), ביינאכט אין בעט, שפאצירעדיג אויפן גאס, אדער בשעת'ן שרייבן?

איך קען נישט שרייבן מער ווי 3 שאלות אין א סעריע ווייל איך אליין ווער צומישט, איך האב נאך אסאך צו פרעגן, איך וועל קיין צוביסלעך דריי אויף אמאל!
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » פרייטאג ינואר 06, 2017 11:11 am

דויערט דיר אזוי לאנג צו אנגרייטן די ארטיקל?

המממ... איינער האט שוין זאס געפרעגט ווי לאנג ס'נעמט, און איך האב געשריבן דערויף:

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:3. ווילאנג געדויערט צוזאמצושטעלן אזא ארטיקל?


ווענדט זיך וועלכע, די פון די וואך האט גענומען א שעה מיט 45 מינוט בערך.


וויאזוי גיסטו זיך אן עצה מיט א אריין פיר אויף א נושא וואס קומט נישט אריין דא?

דאס איז א חוש און א מתנה פון השי"ת, עס ווערט געווענליך נולד אדער בשעת'ן זוכן די חומר, אדער ביים אנהייבן שרייבן. עס איז נישט אזוי שווער פאר א געשולטער שריפטשטעלער צו שרייבן די אריין ארויס פונעם ארטיקל.

ווען איז דו בעסטע צייט אין טאג צו שרייבן? פארטאגס ווען די קאפ איז קלאר, ביינאכט ווען די קאפ איז פיבערהאפטיג, אדער פונקט אינמיטן טאג?

די פרעגסט כאילו איך האב די פריוועליגיע זיך אויסצוועלן... די חומר זוך איך געווענליך פארטאג'ס, די קאפ איז קלאר און אפן, און די שרייב ארבעט ווערט געמאכט משכ'ן טאג.

ביינאכט ווען מ'איז שוין מיד איז די בעסטע צו שרייבן הומאר, ווייל דעמאלט איז די קאפ אנגעלייגט מיט געדאנקען און מ'איז היבש פארנעפלט, אזוי אז ס'גייט א רויעך ווען מ'שרייבט שטותים והבלים...

כדי צו שרייבן דארף מען קענען אריין פירן דעם ציבור אז דער ליינער זאל מיטשפירן די מעשה, דו וועסט טוהן אויסטערלישע פעולות אז דו זאלסט עס קענען באווייזן (לדוגמה, אז דו וועסט ווילן באשרייבן א קאלטע נאכט וועסטו זיך ארויסזעצן אין די פארשנייטע פארטש, אדער צו באשרייבן א אנגעצויגענע מענטש וועסטו עס שרייבן אין א ווינטער'דיגע פרייטאג), אדער וועסטו פרובירן דיין בעסט אן זיך אריין לייגן אליין אין די מצב?

דא גייסטו אריבער צו גאנץ א צווייטע נושא, שרייבן מעשיות און שילדערונגען, וואס איז אנדערש פון מיינע ארטיקלען דא אויפן וועלטל וואס איך שרייב ידיעות, און ביי דעם דארף מען אינגאנצן נישט נוצן דעם טערמין.

אבער, איך שרייב אויך אסאך געשיכטע און פיקציע, וואס איך האב נישט די יכולת דא ארויפצושטעלן, איז די מעשה דארט איז אזוי, איך בין בטבע א שטיקל בעל דמיון, ווען איך שרייב פון א גאס זע איך אז עס איז שמאל, און די טויבן וואס צופליען זיך פון שרעק ווען דער ברייטער איוואן מיט די ריזיגע ווילד באוואקסענע האר און קליינע שטעכעדיגע אויגן הייבט אויף זיין באסאווע שטימע, איז א פאקטישער חלק פון די מעשה...

איך דארף נישט טון קיין שום אויסטערלישע פעולות, איך שרייב בלויז אראפ וואס איך פיקטשער זיך אויס פאר מיינע אויגן, עס איז זייער א גרינגער שטיקל ארבעט, די שווערע חלק דערפון איז נישט איבערטרייבן... איך שטרענג מיר נישט אן און איך שרייב נאטורליך, נישט 'פרוביר די בעסטע' נאר איך 'שרייב די בעסטע', מיט א נאטורליכקייט.

איינע פון די די גרעסטע סודות פון שרייבעריי איז מען דארף האבן א שטארקע כח הדמיון, ווען איז די בעסטע צייט צו דמיונען? (דאס הייסט נאכדעם וואס דו האסט שוין דעם געדאנק צו דמיונ'ען די מעשה אדער ארטיקל כאילו עס געשעהט לייוו), ביינאכט אין בעט, שפאצירעדיג אויפן גאס, אדער בשעת'ן שרייבן?

איך שרייב פאר איינעם א געשיכטע אין פארזעצונגען, געבעקסן וואס דו וועסט לאכן און וויינען, ציטערן און מיטליידן, שרייען און עפלאדירן, (איך האלט אז כ'קען מיר רואיג פארמעסטן מיט אב זקן און איש החסד...) און די סדר ביי מיר גייט אז איך האב די "אויספיר" פון די מעשה, למשל אז בערל די ישיבה בחור איז דער זעלבער ווי העראלד דער דייטשער מאפיאנער, און די פעקל אויף וואס סיי כאמאס און סיי די מוסד און סיי די סי איי עי און די דובאי שפיאנאזש לויפן נאך איז נישט מער ווי א ... וכו', און איינמאל די פאנטש ליין איז רעדי, הייבט זיך אן די געשיכטע צו וועבן, וואס עס פאלט מיר ביי שרייב איך בשעת מעשה.

נאך עפעס איז שווער?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג ינואר 06, 2017 12:01 pm

יישר כח שמעלקא זאפטיגער פארן עפענען א פענסטערל צו דיין טאלאנט
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » פרייטאג ינואר 06, 2017 1:33 pm

שאלות צו ניקס:

א) לכאורה: וואס האסטו זיך יעצט דערמאנט צו פרעגן, און מיט וואס ביסטו יעצט קלוגער געווארן?

ב) טשולענט: פארוואס א-ל-ע-מ-א-ל געשעהן דעי פאני מעשיות צו דיר?

ג) איש החסד: וואו זענען דיינע פארזעצונגען פארשוואונדן?

ד) רבי'ש: פארוואס לערנסטו שוין נישט פאר ספרי חסידות?

ה) טריסקער: וואס איז געווען די מעשה מיט דיין נסיעה?

ו) מומחה עצום: אפשר דערציילסטו אונז פון הינטער די קוליסן ביים פארמעסט?

ז) מיסטריעז: וואו איז דָוִי?

ח) עללער: דו גראמסט נאר אויף אייוועלט?

ט) יהודי: וואס איז עפעס נייעס?

י) וואוילע שעפעלע: ווען איז דיר בייגעפאלן צו מאכן פד"ף ארטיקלען?!
לעצט פאראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום פרייטאג ינואר 06, 2017 2:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5827
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » פרייטאג ינואר 06, 2017 1:54 pm

שמעלקא, זיי נאך נישט אזוי בא'גדול'ט..
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תגובהדורך פארוואס נישט » פרייטאג ינואר 06, 2017 2:00 pm

וואוילע שעפעלע איך האב א שאלה צו דיר זאל איך עס פרעגן ברבים?

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » פרייטאג ינואר 06, 2017 2:01 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:שמעלקא, זיי נאך נישט אזוי בא'גדול'ט..


צום קעפל: שעפעלע וואס דרוקט דיר?

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » פרייטאג ינואר 06, 2017 2:29 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:שמעלקא, זיי נאך נישט אזוי בא'גדול'ט..


צום קעפל: שעפעלע וואס דרוקט דיר?

וואס דרוקט מיר???
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג ינואר 08, 2017 2:04 pm

אקעי כ'זעה אז די עולם איז שטיל ! נו במקום שאין איש .... וועל כ'פרובירען צו ענטפערן וואס כ'מיין
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:שאלות צו ניקס:

א) לכאורה: וואס האסטו זיך יעצט דערמאנט צו פרעגן, און מיט וואס ביסטו יעצט קלוגער געווארן?
ער האט געשפירט אז אפשר גייסטו ווערן פארשוואונדען האט ער געוואלט אריין כאפן צו פרעגן.
ב) טשולענט: פארוואס א-ל-ע-מ-א-ל געשעהן דעי פאני מעשיות צו דיר?
ווייל נאך א טשולענט קען אלעס געשעהן
ג) איש החסד: וואו זענען דיינע פארזעצונגען פארשוואונדן?
ער ווייסט נאכנישט ווי אזוי צו גיין ווייטער קענסט אים העלפן....
ד) רבי'ש: פארוואס לערנסטו שוין נישט פאר ספרי חסידות?
אויף א רביש קינד פרעגט מען נישט קיין קשיא
ה) טריסקער: וואס איז געווען די מעשה מיט דיין נסיעה?
מ'האלט נאך ביי די הכנות (?)
ו) מומחה עצום: אפשר דערציילסטו אונז פון הינטער די קוליסן ביים פארמעסט?
כ'ווארט אויך צו הערן
ז) מיסטריעז: וואו איז דָוִי?
(?)
ח) עללער: דו גראמסט נאר אויף אייוועלט?
ניין
ט) יהודי: וואס איז עפעס נייעס?
ער פאסט וואס ווילסטו פון אים יעצט ?
י) וואוילע שעפעלע: ווען איז דיר בייגעפאלן צו מאכן פד"ף ארטיקלען?!
לכבוד זיין 1000 תגובה האט ער געוואלט טוען א טובת הכלל
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6796
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג ינואר 08, 2017 9:21 pm

עגרי אז צום שרייבן הומער געמישט מיט הוידל בוידל פעלט זיך אויס צו זיין נאך א לאנגע טאג, געווענדליך ווען איר זעט עפעס א גוטס פון מיר, איז דאס געשריבן געווארן שפעט ביינאכט אדער כמעט טאג, איך קען דאס נישט פלאנירן, עס קומט פון זיך אליינס
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5827
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג ינואר 08, 2017 9:25 pm

שוין לאנג נישט געזעהן אזאנס אויסי

מיר זיצן מיט אנגעשפיצטע אויערן כמיין אויגן
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6796
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג ינואר 08, 2017 9:29 pm

זע די לעצטע 5 ווערטער....

עס האט שוין לאנג נישט פאסירט
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » זונטאג ינואר 08, 2017 9:45 pm

נע... פוסטע תירוצים, אויסי אויסי, מיר ווארטן שוין אלע, וואס איז דאס אז דו שרייבסט שוין מער נישט?
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג ינואר 17, 2017 12:45 pm

טשולי, אז דו ביסט שוין דא לאמיר דיר פרעגן עפעס...

טשאלענט האט געשריבן:
איך פלעג אויך אמאל שרייבן לאנגע ארטיקלען אין צייטונגען און אין גליונות, אבער איך האב שוין אויפגעהערט ווייל עס האט מיר געדויערט צו לאנג, די עיקר וואס האט גענומען צייט איז די הכנות אנצוגרייטן די אינפארמאציע, די שרייבן האט גענומען א פערטל דערפון (איך פלעג מיר אנגרייטן בערך 4 שעה, און שרייבן בערך א שעה אדער ווייניגער), איך וויל וויסן טאמער דויערט עס אזוי לאנג ביי יעדע שרייבער, אדער איז דאס א תוצאה פון מיין פראפעקשעניזים אז איך קען נישט ארויס לאזן עפעס וואס איז נישט הונדערט און איין פראצענט?


בינעך נייגעריג געווארן, אפשר וועסטו טון א טובה און מיר ענטפערן???

1) וויפיל ארטיקלען פלעגט טשולענט שרייבן א וואך?

2) וועלכע סטייל ארטיקלען?

3) ווי לאנג סהאט מיר געדויערט

4) האסט אמאל נאכגעהערט דערפון‎ עפעס פון מענטשן?

5) קריטיק איז געווען א זאך וואס דו האסט גענומען?

6) עס איז דא א פלאץ ווי דו טוט אננעמען קאמענטארן?

7) פון וואו נעמסטו דיינע מאסיווע מאדנע איידיעס?


8) מ'מעג פרעגן קשיות? (קרעדיט: יהודי)

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דינסטאג ינואר 17, 2017 1:11 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:טשולי, אז דו ביסט שוין דא לאמיר דיר פרעגן עפעס...

wow אזא זכיה? דער געלונגענע שרייבער שמעלקא אליין פרעגט מיר שאלות...........
טשאלענט האט געשריבן:
איך פלעג אויך אמאל שרייבן לאנגע ארטיקלען אין צייטונגען און אין גליונות, אבער איך האב שוין אויפגעהערט ווייל עס האט מיר געדויערט צו לאנג, די עיקר וואס האט גענומען צייט איז די הכנות אנצוגרייטן די אינפארמאציע, די שרייבן האט גענומען א פערטל דערפון (איך פלעג מיר אנגרייטן בערך 4 שעה, און שרייבן בערך א שעה אדער ווייניגער), איך וויל וויסן טאמער דויערט עס אזוי לאנג ביי יעדע שרייבער, אדער איז דאס א תוצאה פון מיין פראפעקשעניזים אז איך קען נישט ארויס לאזן עפעס וואס איז נישט הונדערט און איין פראצענט?


בינעך נייגעריג געווארן, אפשר וועסטו טון א טובה און מיר ענטפערן???

אוודאי וועל איך ענטפערן!

1) וויפיל ארטיקלען פלעגט טשולענט שרייבן א וואך?

סטעדי פלעג איך שרייבן צוויי, איינס א לאנגע, און איינס אביסל קורצער, און איינמאל א חודש האב איך געשריבן גאר א לאנגע
חוץ פון דעם פלעג איך אמאל באקומען ארדער'ס דא און דארט וואס איך האב אסאך מאל אנגענומען און זייער אסאך מאל נישט......


2) וועלכע סטייל ארטיקלען?

אלע סטיילס
בעיקר זענען מיינע סטעדי געווען געבויעט אויף טיפע מחשבה-התבוננות, השקפה, און היסטאריע
הומאר איז קיינמאל נישט געווען מיין ליין, באט אין די ארטיקלען פלעגן זיין אסאך מאמרים הומאריסטיש געשטימט


3) ווי לאנג האט עס געדויערט

א גוטע קשיא!
וואו דו זעהסט אויבן האט עס געדויערט היבש לאנג, צו באקומען די אינפארמאציע אליינס האט מיר גענומען היבש לאנג, און דערנאך אויסצושטעלן אין די ראמען פון אן ארטיקל האט אויך גענומען לאנג (ווארשיינליך צוליב מיין פראפעשעניזם)
די שרייבן אליינס פלעגט נישט נעמען לאנג, אבער איך האב עס קיינמאל נישט געקענט דערליידן, עס איז מיר אלס געווען זייער באררינג
(איך מיין אז דאס איז די ריכטיגע סיבה פארוואס איך האב אויפגעהערט שרייבן)


4) האסט אמאל נאכגעהערט דערפון‎ עפעס פון מענטשן?

אין די רעדאקציעס פלעגן מענטשן זייער אפט איבער לאזן קאמענטארן, און איך פלעג עס אלס אויסהערן

5) קריטיק איז געווען א זאך וואס דו האסט גענומען?

אוודאי אזוי!!
דאס איז אלס געווען מיין יסוד פון זיך בויען (נישט נאר אין שרייבעריי, נאר אויך אין ביזנעס) אז איך האב געמאכט א טעות האב איך זיך זייער געפרייט נאכצוהערן דערפון פשוט צו וויסן וואס צו טוהן נעקסט טיים
אבער א צווייטע זאך אויך, איך האב עס גענומען פאר א קאמפלימענט אז דער עולם ליינט מיינע זאכן.......


6) עס איז דא א פלאץ ווי דו טוט אננעמען קאמענטארן?

היינט שרייב איך שוין כמעט נישט, איין פלאץ ווי איך שרייב סטעדי (דאס מיינט ווען איך האב צייט) איז דא אויפן וועלטל, און דא האב איך א אישי קעסטל, און איך פריי זיך צו יעדן'ס קאמענט, ברבים אדער באישי, סיי קריטיק, און סיי אנדערע זאכן

7) פון וואו נעמסטו דיינע מאסיווע מאדנע איידיעס?

היסטאריע פלעג איך געווענליך שרייבן מעניני דיומא, וואס דאס איז געווענליך נישט אזוי שווער צו טרעפן
השקפה פלעג איך זיך היבש מוטשענען, און איך האב געהאט עטליכע וואס פלעגן מיר העלפן

איך שרייב קיינמאל נישט קיין מעשיות ארויס פון פינגער, ווייל איך האב נישט אזא גוטע כח הדמיון...
ווען איך שרייב היסטאריע, לייג איך זיך אריין אינגאנצן אין די היסטאריע וואס איך וויל שרייבן, און איך שריב מיר אראפ די קורצע נאטיצן, און איך זיך אייביג עפעס אינטרעסאנט וואס זאל מאכן ציענדיג די מעשה
און אזוי אלע אנדערע זאכן

דא אויפן וועלטל האב איך זיך גענומען א צווייטע סטייל פון שרייבן, אבער די אלע מעשיות וואס איך שרייב, סיי אין בויך וויי, און סיי אנדערע זענען אמת'ע מעשיות, נישט אלע האב פאסירט ממש מיט מיר, אבער איך האב עס מיטגעהאלטן.
ווען איך וויל באשרייבן עפעס מיט א טעם מוז איך זיך אינגאנצן אריין לייגן דערינען, ווען איך וויל באשרייבן א חנוכה פארטי מוז איך אנצינדן א חנוכה סידי, און קוקן פיקטשער'ס פון א מנורה, און שמעקן שמן זית און דאונאטס......

מיינע איידיעס קומען געווענליך ווען איך זעה א מעשה אדער א געדאנק און איך צושפרייט עס שטארק, און איך באפעפער עס


8) מ'מעג פרעגן קשיות? (קרעדיט: יהודי)

אוודאי מעג מען, איך בין גרייט צו ענטפערן, און נאך פאר אזא געלונגענע שרייבער ווי דיר
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » זונטאג ינואר 29, 2017 12:13 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:וויכי, ווען קומט שוין פאר די לאנג ערווארטעטע 'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה'?? מיר ווארטן שוין אזוי לאנג!!...


נאך שבת אי"ה...


איך גרייט מיר שוין פאר עטליכע יאר.
ווען גייט עס זיין??
...

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » זונטאג ינואר 29, 2017 1:12 pm

עין טובה, דיין אונטערשריפט האט עפעס א טיפערע באדייט?
אייוועלט בתפארתה!
הק' איש ימיני

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » זונטאג ינואר 29, 2017 1:33 pm

צוביסלעך קומען מיר צו דערצו... לאמיר האפן ס'זאל זיין ווי שנעלער... און מיר זאלן טאקע זעהן 'אייוועלט בתפארתה'

מיט דיין אפוועזנהייט איז עס אביסל שווערער..
...


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט