ציילט איר נאך ספירה מיט א ברכה?

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

ציילט איר נאך ספירה מיט א ברכה?

49
77%
15
23%
 
סך הכול שטימען: 64

טעכניש
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2007 4:11 pm

ציילט איר נאך ספירה מיט א ברכה?

תגובהדורך טעכניש » מאנטאג מאי 14, 2007 10:17 pm

יא אדער ניין? ביטע גיבט אפ אייער שטימע.

אויב נישט ווען האט איר פארגעסן צו ציילען?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מאי 14, 2007 10:27 pm

ברוך השם. אזוי ווי אלע יארן.

אגב, גראדע פסק'נט הגה"צ ר' משה ארי' פריינד זצ"ל אין ספר מרא דשמעתתא אז אפילו אויב מען פארגעסט צו ציילן איין טאג, מעג מען ווייטער ציילן מיט א ברכה.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מאי 14, 2007 10:54 pm

ברוך השם, און ער זאל העלפן אויף ווייטער אויך.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מאי 15, 2007 10:17 am

איך האב געשטימט אויף ניין.
נישט ווייל איך בין דער איינציגסטער וואס ציילט שוין נישט מיט א ברכה, נאר דער ווייל איך בין דער איינציגסטער וואס האט די גאטס דאס צו עדמיטען.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג מאי 15, 2007 12:46 pm

מאשקע, זעהר שיין פון דיר, אבער ווען דו רופסט ווען באלד אן דעם דאיען, העסטו ווען נאך געציילט מיט א ברכה.

שערקויעך קרעמער פאר דעם מראה מקום. מיר ווייסן אויך אזוי.

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » דינסטאג מאי 15, 2007 12:49 pm

איהר פרעגט מיר ווען דעם פראגע אין איינע פון די פארגאנגענע יארן, וואלט איך זיכער געוועלט ניין. אבער איך ווייס נישט פארוואס, אבער פאר א מיסטעריעזע אורזאך, צייל איך נאך די יאר מיט א ברכה. אינטערעסאנט. לאמיר זעהן צו איך וועל עס קענען אנציען ביז די בלינצעס.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מאי 15, 2007 12:51 pm

קרעמער און סאכדעס;
די גאנצע וועלט לעבט אין א טעות?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג מאי 15, 2007 12:55 pm

מאשקע, דאס איז א תורה'דיגער דיון, אז דו ווילסט וועל מיר דאס דורכטוהן אין ס'מעדרעש.

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » דינסטאג מאי 15, 2007 12:58 pm

קרעמער, קען זיין אז ער נעמט עס פונעם קאמארנע וואס האלט אויך אזוי.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג מאי 15, 2007 12:59 pm

ס'איז נישט פונקט, אבער ווי אויבנדערמאנט, דא איז נישט ס'פלאץ.

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » דינסטאג מאי 15, 2007 1:01 pm

שוין געשריבן דארט?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג מאי 15, 2007 1:22 pm

גראדע איך צייל שוין נישט מיט א ברכה,
אבער ס'איז באקאנט, און כ'אב עס שוין געזעהן געשריבן, ווי מ'ברענגט נאך פון הייליגען דברי חיים, דער צאנזער רב, אז ער האט גע'פסק'נט אז אפילו מ'פארגעסט איין טאג, קען מען ווייטער ציילן מיט א ברכה, די סיבה פארוואס איך פיר זיך נישט אזוי, איז ווייל דאס אז מ'מאכט 'נישט' קיין ברכה, איז אן הלכה וואס שטייט קלאר אין שלחן ערוך, און די פסק פון צאנזער רב, איז א זאך וואס מ'ברענגט נאך, איך ווייס נישט ווי ווייט מ'קען זיך פארלאזן דעראויף.

איי וויל בי מאר דען העפי ווען איינער וועט ברענגען א גוטער מקור דערפאר.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

באפיצטער
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 9:26 pm

תגובהדורך באפיצטער » דינסטאג מאי 15, 2007 1:28 pm

ניין, זייט יענע וואך

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » דינסטאג מאי 15, 2007 2:45 pm

צייטליך,

וואס הייסט מען ברענגט נאך? עס שטייט נישט אין דברי חיים?

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2548
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דינסטאג מאי 15, 2007 5:54 pm

באכאשעם יא. איין טאג האבעך כמעט פארגעסן, אבער מ'האט זיך דערמאנט בעצייטענס.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג מאי 15, 2007 6:36 pm

קרעזי האט געשריבן:צייטליך,

וואס הייסט מען ברענגט נאך? עס שטייט נישט אין דברי חיים?


איך ווייס נישט, כ'האב קיינמאל נישט נאכגעקוקט, איך האב עס געזעהן אין א שבת'דיגע ליפלעט, (איינע פון די צענדליגע וואס ווערן אויסגעטיילט יעדן שבת ביינאכט)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » דינסטאג מאי 15, 2007 8:00 pm

יא

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג מאי 15, 2007 11:49 pm

לחיים ולברכה האט געשריבן:באכאשעם יא. איין טאג האבעך כמעט פארגעסן, אבער מ'האט זיך דערמאנט בעצייטענס.


מסתם ביסטו יענעם טאג נישט געווען אין קרעטשמע, און אויב יא, און די קרעטשמע האט דאס דיר דערמאנט, וואלסטו ווען זיך געדארפט באדאנקען כאטש.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך מאי 16, 2007 11:00 am

אה יאכער האט ערווענט דאס וואס כ'האב געוואלט שרייבן. א קרעטשמע מיטגלידער, איז כמעט אומעגליך אז ער זאל פארגעסן צו ציילן ספירה, אז נישט ביינאכט נאך מעריב, לייענט ער כאטשיג אינמיטן טאג.

אויבן אן איז דא אנעשקויל וואס דערממאנט ס'ציבור פון ספירה. און אפילו די וואס קומען נישט זונטאג, מוצש"ק איז דאך יעדער אין שוהל ביי מעריב, שבת, אויך. אלזא, ווען קען מען דען פארגעסן.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך מאי 16, 2007 11:06 am

סאכדעס, ביסט טאקע וויאויל גערעכט, כ'האב טאקע נישט פארגעסן צו ציילן ביז כ'בין אוועק געפארן עטליכע טעג פון קרעטשמע, וואס דאן האט עס פאסירט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מאי 16, 2007 11:51 am

אין מרא דשמעתתא (להגרמ"א פריינד) ברענגט ער טאקע צו פונעם דברי חיים.

טעכניש
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2007 4:11 pm

תגובהדורך טעכניש » מיטוואך מאי 16, 2007 7:14 pm

מיר זאגט איינער אז ער קען נישט גלייבן אז אויבן אין הימל זאל מען שמייסען פאר'ן מאכן א ברכה, במילא ווען ער ציילט ספירה מאכט ער א ברכה.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך מאי 16, 2007 11:49 pm

דאס איז שוין נאריש, נו אפשר מעג מען מאכן א ברכה לבטלה, ווייל יענער גלייבט נישט אז מ'וועט אים שמייסן פארן מאכן א ברכה?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מאי 17, 2007 12:53 am

גם אני מצטרך לדברי איך-הער, אזעלכע ווערטער שמעקן נישט גוט.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג מאי 17, 2007 12:11 pm

טעכניש, טעכניש ביסטו וואויל גערעכט, אבער גאט האט אנאנדער סיסטעם ווי דו פילסט.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט