בלאט 2 פון 300

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 6:00 pm
דורך יגרסהדותא
יא קנישעס, צו דיר האט מען גערעדט, און יישר כח פאר דיינע ערשטע צוויי תגובות.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 6:02 pm
דורך יגרסהדותא
איך וויל וויסן, וויאזוי מאכט מען א גרינגן דאלער?

בילד

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 6:03 pm
דורך איך_הער
מיט א פרינטער .

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 7:32 pm
דורך קנישעס
אנבעליוועבל, מען רעדט דא טאקע צו מיר?...
דשאסט קידינג.
עניוועיס יגר, די פראגע וויאזוי מען מאכט א גרינגען דאלאר, זאלסטו פרעגן די "בוירא אוו ענגרעיווינג ענד פרינטינג", דארט ווי מען דרוקט די גרינע (און קאלירטע) דאלארן אין וואשינגטאן, אדער און אין פארט ווארט, טעקסאס...
עס קאסט זיי דורכשניטליך גאנצע 6 צענט צו פרינטן פער באנקנאט! נישט קיין חילוק צי די $100 אדער די $1.
דער בילד דא :arrow: ווייזט ווי איך פלאטער א "סינגעל" דאלאר באנקנאט, מיט אזא "עקסייטמענט", אז איך האב כאטש דאס אייגן ביסל אויסגעהארעוועטע געלט...

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 8:22 am
דורך טאגליכט
יגר איך האב נישט ליב קיין גרינג געלט, אז סאיז גרינג, בלאזט עס די ווינט צו שנעל אוועק.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 11:01 am
דורך סאכדעס
די וועלט זאגט גרינג געלט גייט גרינג אוועק.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:01 pm
דורך סאכדעס
אגב קנישעס טאמס אפ פאר דיין מיקום, כאב שיער נישט געלאכט איצט.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:06 pm
דורך איך_הער
איך האב שוין איינמאל דיך געפרעגט עפעס ענליך , און דארט האט זיך עס נישט אזוי גוט אויסגעלאזט , אבער איך גיי נאכאמאל פראבירן ,

סאכדעס האט געשריבן: כאב שיער נישט געלאכט איצט.

און צום סוף ?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:18 pm
דורך סאכדעס
כאב זיך איינגעהאלטן

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:22 pm
דורך איך_הער
איצטערט האב איך הנאה דאפעלט , איינס אז דו האסט זיך איינגעהאלטן , און צווייטענס אז דו האסט געענפערט נארמאל .

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:31 pm
דורך סאכדעס
אפשר געסטו מיר אלע לינקים פון די תגובות וואס איך ענפער נישט נארמאל?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:38 pm
דורך יגרסהדותא
דאס איז א "בילד". נישט קיין קליפ. באטראכט עס גוט, פרינט עס אפילו ארויס, און וועסט נאך אלטס זעהן ווי דאס שאקלעט זיך.

אינטערעסאנט

בילד

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:39 pm
דורך איך_הער
איך בין נישט אזוי באהאווענט אין ברענגען לינקים , איך מיין אבער בעיקר די דאזיגע אשכול ,
http://yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?p=2398#2398

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:40 pm
דורך איך_הער
יגר , פארפאלן ס'איז מעכטיג .

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 04, 2006 10:47 am
דורך יגרסהדותא
אין די סידורים וואס דינט לחול ולשבת:
פארוואס הייבט זיך אן די שבת'דיגע דאווענען ביי הודו?
עס דארף זיך אנהייבן ביי "למנצח מזמור לדוד", און אויב שוין דארט ווי מ'טוט אן די טלית אויפן קאפ, פארוואס נישט ביי "ידיד נפש"?

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 4:15 pm
דורך abimlaibt
פארוואס אלף בית ווערט גערופן אלץ בית און נאמבער'ס וועט אנגערופן נאמבערס און נישט איינס צוויי?

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 4:17 pm
דורך abimlaibt
פארוואס ווערן אלע צענדליגער נאמבערס געענדיגט מיט ציג, ווי למשל צוואנציג פערציג א.א.וו. אבער דרייסיג ענדיגט זיך מיט סיג?

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 26, 2006 3:11 pm
דורך סאכדעס
פארוואס אין רוסיש איז צען: דעציט, צוואנציג: דוואצעט, דרייסיג: דריצעט, פערציג: סאראק, פופציג: פיעטדעסאט, זעכציג: שעסטדעסאט????

געשריבן: מיטוואך ינואר 24, 2007 4:31 pm
דורך abimlaibt
נעכטן האב איך געוואלט אנצינדען לעכט אין די בעסמעדריש ווי איך דאווען, צוויי לעכט פאר צוויי יארצייטן, איז וואס טוט מען ? מ'נעמט איין ליכט מ'לייגט אים צו צי א ברענעדיגן ליכט, יא? אין אזוי צינד זיך אן די ערשטע ליכט. דא ווערט שווער מיין קשיא, ווי אזוי גייט מען ווייטער? איך האב יעצט א ברענעדיגע ליכט אין מיין רעכטע האנט, זאל איך צולייגען די ברענעדיגע צו די נישט ברענעדיגע? (אזוי ווי חנוכה שבת אד"ג) אדער טוישן די צוויי לעכט אין מיין הענט אין אנצינדען אזוי ווי די ערשטע? ד.מ. צובייגען די נישט ברענעדיגע צו די ברענעדיגע.
נ.ב. איך מיין ס'אברענעדיגע קשיא.

געשריבן: מיטוואך ינואר 24, 2007 4:34 pm
דורך מאשקע
וואס איז די חילוק פאר די עקאנאמיע צווישן די צוויי?

געשריבן: מיטוואך ינואר 24, 2007 4:36 pm
דורך abimlaibt
ווי כאפט די נפקה מינה פארן תירוץ?

געשריבן: מיטוואך ינואר 24, 2007 4:40 pm
דורך מאשקע
פרעגסט דאך דאס אייגענע וואס איך האב געפרעגט.

געשריבן: מיטוואך ינואר 24, 2007 9:40 pm
דורך 3x0
אבימעלעבט,

איך האב הנאה געהאט ליינענדיג דיין קשיא, און אויך פון די דריי תגובות דערנאך.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 25, 2007 11:57 am
דורך abimlaibt
אין ס'דא א תירץ אויך ?
ס'יז לכאורה נישט קיין חק בלי..... וויזוי הייסט עס..

געשריבן: מאנטאג ינואר 29, 2007 4:04 pm
דורך סאכדעס
אז דו פרעגסט יא, וואלט איך אנגענומען די לעצטע אופציע.