בלאט 1 פון 87

די 'מיטוואך' אשכול

געשריבן: דינסטאג מארטש 27, 2007 9:11 pm
דורך Anonymous
האט איר שוין א מאל אריינגעטראכט, אין די מאדענע נאמען פון די פערדע טאג פין די וואך??????

אדרבה, לאמיר צינעמען די ענין,אין אריינטראכטען אין די נושא, קיין איינע פין די אנדערע זעקס טעג פין די וואך, ענדיגען זיך נישט מיט די ווארט ''וואך''

דא האט איר די נעמען {פאר די וואס ווייסען עס נישט}- זינטאג, מאנטאג, דינסטאג, דאנארשטאג, פרייטאג, - ווי איר קענט זען, אז אלע טעג ענדיגען זיך מיט די ווארט ''טאג''
דאס איז טייטש אז די אלע טעג האבן א נאמען, וואס באציעט זיך אויפן טאג זעלבסט, נאר מיטוואך איז ארויסגעפאלן, אין עס ענדיגט זיך מיט ''וואך''
נישט ''טאג''!!!! דאס איז דאך מאדענע!!!!! דאס דארף הסבר!!!!!! ווי זענטץ עטץ געווען ביז היינט?? פארווס איז עס נישט אליינס בייגעפאלן???!!!

נאך מער!!! די גוישע וואכען טאג האט די די פערדע טאג פין די וואך די זעלבע נאמען ווי אלע אנדערע טעג!!
{פאר די וואס קענענן נישט קיין ענגליש, עס הייסט ''ווענסדעי'', ''דעי'', מיינט טאג,} נאר ביי די אידן איז עס אנדערש???!!!!!!!!!!!!

כאב געטראכט אין געטראכט, אין נאכאמעל געטראכט, זייער אסאך געטראכט, ביז איך בין אויפגעקימען מיט א הפלאה'דיגע המצאה
איך בין זיכער אז אלמלא אפילו ווען ביי די גוים, וואלט די פערדע טאג געהייסן מיטוויק, נישט ווענסדעי, אפילו דאן, וואלט איינשטיין נישט בייגעפאלן
די דאזיגע המצאה, איך גיי דא אין קאמפעטישען מיט מיר אליין, קיינעם קיינעם, וואלט די טיפע המצאה נישט געקענט בייפאלן

איז לאז מיר עס אייך מסביר זיין, אז איר וועט צי לייגען קאפ אין מוח, אין אז איר וועט נעמען א קאלקעלעטער {אדער די פינגערס פין די פיס, ווענט זיך וועלכע עס איז גרינעגער}
וועט איר זען אז, די פערדע טאג פין די וואך, איז פינקט אינמיטען פין די וואך!!!!!!!! יא רעכנטס עס אליינס אויז פאר די פערדע טאג איז דא דריי טעג,
זינטאג, מאנטאג, אין דינסטאג, נאך די פערדער טאג איז דא, דארנשטאג, פרייטאג אין שבת, קימט אויס אז מיטוואך איז פינקט, אויפן האר אינמיטען,
מיט א אטעמישע פינקטליכקייט, ווי א שווייצע זייגער, {איר קענט עס אליינס אויסרעכענן, די וואך האט זיבן טעג, זיבן ציטיילט אין צוויי איז דריי א האלב דריי א האלב,
יעטץ נעמטץ אראפ די האלבע פין דא אין די האלבע פין דא, ווערט דריי-דריי, אין איינס, לייגטס די איינס אינמיטען וועט עס זיין פינקט צווישן די צוויי דרייערס, ודו"ק}

יעצט איז עס שוין אלעס זייער פיין פארענפערט! עס הייסט מיטוואך, ווייל עס איז פינקט אינמיטען פין די וואך!!!!! מיט-וואך, אינמיטען פין די וואך!!! WOW

יעצט אויב אזוי אז מיטוואך איז א חשוב'ע טאג עס איז נקודה העמצעוית די מיטען פין די וואך, עס הייסט אפילו 'וואך''
וועט דאך יעדער מסכים זיין, אין יעדער וועט באשטיין אז עס מיז זיכער האבען א עקסטערע אשכול!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
עס איז דאך מיטוואך!!!!!!!!!! די גאנצע וואך דרייט זיך דאך ארום די טאג!!!!

שרייט אלע, די אשכול ער גייט ער גייט ער גייט, גוט שבת גוט שבת {בנוסך הידוע, ווען דער עולם דרימעלט נאך די חתונות}


--------------------------------------------------

ווי באלד מיטוואך איז אזא חשוב' ע טאג האט די אשכול האט אפאר מעלות {טייל פין די מעלות איז דא ביי אנדערע אשכולות אויך}

} די אשכול באציעט זיך נאכען טאג, מיטוואך- א מעלה וואס איר וועט אין ערגעץ נישט טרעפן

}די אשכול גייט מען יעצט שטעלן אין שפוץ פין אלע אשכולות עס גייט זיין די ערשטע, דהיינו אפילו עס איז דא אנדערע, עלטערע גרעסערע אשכולות
גייט די אשכול זיין אין שפיץ, נאך מער, ווי נאר איינער גייט דא שרייבען א תגובה, גייט די אשכול גלייך ארויפשפרינגען, אפילו, בלא בלא

} עס גייט זיין אין קאנטראל פין די ראשי קהלה אין גבאים, וידי זרים, וועלן נישט האבן קיין שום שליטה דא

} אין נאך, אין נאך, אין נאך

געשריבן: דינסטאג מארטש 27, 2007 10:10 pm
דורך יאנאש
און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס ביי די גוים הייסט עס נישט 'מיטוויק' ווייל ביי זיי איז מיט הערשט מאנטיג די ערשטע טאג פון די וואך, קומט אויס אז דאנערשטיג איז פונקט אין דערמיט.

געשריבן: דינסטאג מארטש 27, 2007 10:25 pm
דורך שוועמל
אלעס פיין און וואויל, אבעהר היינט איז נישט מיטוואך.

געשריבן: דינסטאג מארטש 27, 2007 10:26 pm
דורך שוועמל
תיקון טעות:
אויף ענגליש הייסט עס 'וועדנסדעי', נישט ווענסדעי. ואידך זיל גמור.

געשריבן: דינסטאג מארטש 27, 2007 11:09 pm
דורך מאשקע
ענגליש ארויף, ענגליש אראפ. שמערל, דו ביזט ריזיג! האסט אראפגעלייגט אזאנס און אזעלכס!
(איך ווארט נאך אויף א דאנערשטאג אשכול, ועוד חזון ישיעה-ו)

געשריבן: דינסטאג מארטש 27, 2007 11:24 pm
דורך Anonymous
שוועמל האט געשריבן:אלעס פיין און וואויל, אבעהר היינט איז נישט מיטוואך.


וואס???

געשריבן: דינסטאג מארטש 27, 2007 11:48 pm
דורך קרעמער
עס איז יא מיטוואך, און עס איז טאקע אקוראט אינמיטן די וואך (כ'האב עס אקורשט איבערגערעכנט...), און ועל הכל (ויש אומרים ועל כולם) גייט טאקע די אשכול יעצט ארויפשפרינגן צום אויבערפלאך, ווי אויל אויף אייער (אוי א פייער!).

מאשקע;

חזון ישעיהו, נישט ישיעהו.

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2007 12:40 am
דורך איך_הער
שמערל שמערל, מיין רבי אין חדר פלעגט אין אזא צייט נאך מער שמייסן, ווייל אז דו קענסט יא קענען וכו'.

עניוועי, זייער שיין, און פונקט ווי די אנדערע, איך ווארט שוין אויפן דאנערשטאג אשכול, מ'האט אפגעמאכט אז ווער ס'מאכט אויף די מיטוואך'דיגע, וועט באקומען די דאנארשטאג'דיגע פאר ביליגער.

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2007 12:58 am
דורך שוועמל
שמערל האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:אלעס פיין און וואויל, אבעהר היינט איז נישט מיטוואך.


וואס???


איך אין דיינע הויזן וואלט געענטפערט בעסער:
שוועמל; כ'על רעדן צו דיר מארגן .. ...

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2007 1:00 am
דורך איך_הער
שוועמל צוויי פאר הויזן איז דיר שוין נישט גענוג, אז דו דארפסט שוין צוקומען צו שמערל'ס?

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2007 1:03 am
דורך שוועמל
האב איך דען צוויי פאר?

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2007 1:04 am
דורך איך_הער
איינס וואס יעדער פון זיי האט אן, און איך בין זיכער אז דו האסט עטליסט נאך איינס פאר יעדן, זאג מיר נישט אז זיי גייען די זעלבע הויזן פונעם ערשטן טאג וואס זיי טאנצן דא.

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2007 9:27 am
דורך צייטליך
שמערל, סידאך דעוואלדיג,
כאבעס איבערגערעכנט און ס'שטומט אויפן האר, ממש חשבנא דדין כחשבנא דדין,

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2007 10:35 am
דורך איך_הער
צייטליך האט געשריבן: ממש חשבנא דדין כחשבנא דדין,


צייטליך, איך האב דאס איבער גערעכנט, און געס וואט, ס'שטימט אויף די האר.

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2007 11:28 am
דורך Anonymous
יאנאש האט געשריבן:און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס ביי די גוים הייסט עס נישט 'מיטוויק' ווייל ביי זיי איז מיט הערשט מאנטיג די ערשטע טאג פון די וואך, קומט אויס אז דאנערשטיג איז פונקט אין דערמיט.


נע, דארף ווען דארנשטאג הייסן מיטוויק, אין מיטוואך טערסדעי, אלאי מאי כנ"ל אז.............



איך דענק שוין נישט

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2007 12:49 pm
דורך abimlaibt
איך בין אויך איינשטימיג כאמעך נישט געפויעלט אין אויסגערעכנט נישט געגאנגען ס'ערשטע מאל האבעך פרובירט אן אנדער וועג אין כאב געדרייט אין געדרייט (כאב אנגעדרייט א וועלט)ביזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזז עס האט שוין געשטימט ווי א שווייציגערער זייגער ממש עס איז הפלא ולעפעלע, ווי אויך חלילים חלילים, שכח שמערל, ={'}

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2007 1:31 pm
דורך סאכדעס
שמערל, כאב נאך היינט נישט אזוי געלייכט געלאכט, עניוועי די קאפ טוט מיר שוין וויי פון אזויפיל טראכטן, און רעכנען.

באמת אריין להבדיל די קריסן האבן דאך אנהויבן געהאלטן שבת, ביז דער בעל נשמת כל חי, האט זיי פארדרייעט דעם קאפ. (אגב, ער איז אויך ביי זיי פארהייליגט זיי רופן איהם סאנט פיטער.) אקיצער מסתמא האט עס ביי זיי אויך געהייסן מיטוויק, אבער לבסוף האבן זיי דאך געטוישט, האבן זיך די חכמים למיניהם געזעצט אויספיגערן וואסערע נאמען צו געבן. איז געווען דארט איינער ואוס האט נישט געקענט פינאנצן א גימל, נאר געזאגט אנשטאט א דלת, האט ער געפרעגט פארווואס טוישן? האט מען איהם נישט געוואלט מסביר זיין, האט מען געזאגט וועגן, פרעגט ער וועדן? וואס איז דאס.. אקיצער על שמו געט מען וועדנסדעי

יעדער זאגט יעי.

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2007 1:51 pm
דורך איך_הער
יעדער איז פונקט נישט דא, איכעל זאגן אנשטאט, יעי, פאר סאכדעס.

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2007 7:27 pm
דורך מאשקע
סאכדעס האט געשריבן:איז געווען דארט איינער ואוס האט נישט געקענט פינאנצן א גימל

העט ער ווען געברויכט נעמען א גמ"ח.

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2007 7:31 pm
דורך קרעזי
אויף א גימל, שוין א גמ"ח? וואס איז? א גמ"ח נוצט מען אויף גרעסערס ווי דעם.

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2007 7:39 pm
דורך מאשקע
אז מ'קען עס נישט פינאנצן, ברויך מען נעמען א גמ"ח. נישט אזוי?

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2007 9:34 pm
דורך סאכדעס
חחחחחחחחחחח, ערשט איצט האביך געכאפט, אז ס'גוט אז ס'גוט.

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 29, 2007 12:47 am
דורך איך_הער
מאשקע, דיין וויץ שטימט מיטן פיקטשער דיינעם.

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 29, 2007 1:21 am
דורך מאשקע
נאך א מזל כ'האב היינט פונקט געטוישט בילד. שטעל דיך פאר ווען נישט.

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 29, 2007 10:00 am
דורך איך_הער
טאקן טאקן, ביידאוועי, איז דאס די מיטוואך אשכול, אבער שוין די דאנארשטאג'דיגע, האט נאך שמערל נישט געעפענט, וועל איך דיר פארגעבן.