אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך jkup50 » מאנטאג מארטש 05, 2012 10:52 pm

א שטארק רעכטע גרופע האט זיך איינגעבראכן און די טיפע קעלערן פון קרעטשמע און געטראפן דארט צענדליגע ניקס טייל פון זיי אן קיין צייכן פון לעבען און טייל פון זיי אן רשות כתיבה, אזוי אויך האבן זיי געטרפן דארט הונדרעטער תגובת באגראבען אונטער פארשפארטע טירן וואס מקען אריינגיין נאר מיט אזא רויטע שמאטע אויפן קאפ

אזוי אויך האבן זיי געטראפן און איינער פון די צימערן א גאנצע באנטש פון רויטע מיט גרינע חברה מיט גרויסע שווארצע גלעזער פון קאווע און פראבירן צי דערגיין די איידענטעטי פון יעדע ניק וואס קומט אריין ביי זיי און קרעטשמע.

זיי פאלאגען באלדיגע אויספארשינג אויף ביידע. זיי זאגען אז עדאלטס דארפן נישט האבן אזא שטרענגע צענזור און מקען נישט אראפ פירן יעדע תגובה וואס מוויל נאר סמיז ווערן אנגעגעבן א פונקליכע סיבה פארדעם, כאטש זאל מען מאכען א מיסט קאסטען פון ווי מזאל קען אנקומען צי די שמוץ זאגען זיי!

און אזוי אויך זאגען זיי איז דאס א אומדעהערטע חוצפה אז די רויטע חברה זענען א גאנצע טאג פארנומען מיט דערגיין ווער די ניקס זענען דאס מאכט מיר זייער אומבאקוואם צי שרייבן מיינע שטותים זאגט א פראמענטירע רעכט געשטימטע שרייבער

זיי פארלאנגען א באלדיגע ענטפער פון די פיררעשאפט פון קרעטשמע אז נישט וועט מען מיזן טרעפן א צווייטע פלאץ ווי צי טרינקען קאווע!!
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג מארטש 05, 2012 11:06 pm

חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח

איך קען קוים ווארטן עס זאל זיך אנרוקן צום קאווע טרינקן אפאר צוהיצטע חברה, און מען וועט דארפן מעקן און נישט קענען ארויסשרייבן פארוואס עס איז געמעקט געווארן, אפשר דאן וועלן די יעניקע פארשטיין פשט אין די געשמאקע צענזור...

(איך זאג נישט, עס קען צומאל שטארק וויי טון ווען עס ווערט פארמעקט גוטע מיט שלעכטע צוזאם, בבחינת הגוי גם צדיק תהרג, אבער וואס קען מען דען פארלאנגן פון 'מענטשן' וואס ארבעטן ארום די זייגער, פאר נישט באצאלט...)

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 884
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » מאנטאג מארטש 05, 2012 11:44 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:איך קען קוים ווארטן עס זאל זיך אנרוקן צום קאווע טרינקן אפאר צוהיצטע חברה, און מען וועט דארפן מעקן און נישט קענען ארויסשרייבן פארוואס עס איז געמעקט געווארן)


דארף שוין נישט ווארטן... ס'האט שוין פאסירט און טאקע ביי מיר זעלבסט בדידי הוה עובדא. כ'האב אפגעשריבן א קליינע תגובה'לע וואס איניש געפאלן פאר די רויטע דארט ווי דער רופט דאס. און ס'איז טראגיש גענצליך פארשווינדן געווארן אן קיין שום סיבה. כ'האב אויף דעם א עד וואס האט מיר אויפגעמערקט אויף דעם פאל (כ'האב עס תחילה נישט אליינס געמערקט)

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » דינסטאג מארטש 06, 2012 12:20 am

היימיש, ביסט גערעכט, מיר האט מען שוין אויך געמעקט עפעס א שטיקל, ס'איז אבער דא א עצה דערצו, מ'קען צולייגן א אומאיידעלן לינק, דעמאלט ווערט עס קיינמאל נישט אינגאנצן אפגעמעקט, נאר עס גייט אריין אין די ארכיוון און דארט ווערט עס אייביג אפגעהיטן בכבוד הראוי.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אוועטאר
גבריאל
שר חמש מאות
תגובות: 984
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » דינסטאג מארטש 06, 2012 12:47 am

עס דארף נישט דווקא זיין אן אומאיידעלע לינק, עס קען אויך זיין אויב עס איז כופר'ישע דיון, דעמאלטס וועט עס ווערן אפגעהוטן מיט כבוד אין די מיסט...

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15119
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג מארטש 06, 2012 11:16 am

היימיש און דאט, וואס האט מען אייך געמעקט? עפעס אינטערעסאנטס?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15119
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג מארטש 06, 2012 11:48 am

עס קוקט אויס ווי היידפארק האט אהין געמופט...
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 884
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » דינסטאג מארטש 06, 2012 11:54 am

שנאפס האט געשריבן:היימיש און דאט, וואס האט מען אייך געמעקט? עפעס אינטערעסאנטס?

כ'האב געשריבן אז ס'קוקט נישט אויס ווי ס'דא צו וועם צו רעדן. (כלומר מ'נעמט נישט אויף ערענסט קיין קריטיק קייגן די אדמינאסטראציע)

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג מארטש 06, 2012 12:47 pm

שנאפס האט געשריבן:עס קוקט אויס ווי היידפארק האט אהין געמופט...

you hit it on the button!
the SCY is the limit

אוועטאר
גבריאל
שר חמש מאות
תגובות: 984
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » דינסטאג מארטש 06, 2012 1:40 pm

scy4851 האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:עס קוקט אויס ווי היידפארק האט אהין געמופט...

you hit it on the button!


;l;p-

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11644
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג מארטש 06, 2012 1:42 pm

 
און איך שטיי אין די זייט און שמייכל, אויף די ראטע וואס זיי גייען וועט ביז אפאר וואכן די פלאץ זיין אדער א מקום וואו אלע... אקעי איך רעד נישט ווייטער, אבער איינער וואס האט מיטגעהאלטן די לעצטע צוויי טאג וואס דארט איז פארגעגאנגען פארשטייט וואס איך מיין.
וואס איך נעם אבער יא ארויס פון דארט איז איין זאך. אידן זענען אנגעווייטאגט. מענטשען שפירן אז ס'איז נישטא מיט וועם צו רעדן דא, אנדערע אנגעווייטאגטע נשמות זענען געגאנגען ווייטער און גאר באשולדיגט אז די הנהלה איז נאר דא צו דערגיין די אידענטיטעטן פון די ניקס. פאר די אידן אז קיין סך הילף נישט דא, זיי דרייען זיך לכאורה זייער גאנץ לעבן מיט די זעלבע מחשבות, זיי בלאזן לכאורה אויף די גאנצע וועלט און אייביג האבן זיי וועמען צו באשולדיגן, א געלערענטע דאקטאר וועט זיי אפשר קענען פארבעסערן זייער מצב און צו זיי איז בכלל נישט שייך צו רעדן. אבער צו די אנדערע וואס רעדן זיך אפ אויף די צענזור אונזערע און זיי שרייען אז מ'לאזט נישט דא זיך אויסדרוקן פרייערהייט וואס מ'וויל, צו די אידן איז שייך צו רעדן.
יעדע נארמאלע מענטש פארשטייט אז צענזור איז וויכטיג און אנאדעם קען מען קיין פארום נישט האבן, פאר די וואס דארפן נאך ראי'ס זאלן ביטע אריבער גיין אין פאליש און קוקן וויאזוי די זאך פארט דארט. אלזא, יעדער האלט אז דאס איז וויכטיג. די שאלה איז איין זאך וואס דאס באדערט פאר אסאך אידן, און דאס איז אז ווען מען מעקט אדער מ'פאריכט עפעס זאגט מען נישט אייביג פאר די באטרעפענדן אז מ'האט דיר געמעקט פאר די און די סיבה. און דער שרייבער וואס האט אריין געלייגט צומאל שעות ארבעט און זיין ארטיקל צו תגובה וועט ניטאמאל וויסן די סיבה. וואס דאס טוט איז, אז דאס נעמט אוועק די אפעטיט צו שרייבן ווייטער. און די גרעסטע פראבלעם איז נאך אז די הנהלה באשטייט פון א פאר מענטשען און מ'ווייסט צומאל נישט צו וועם מען דארף גיין און ווען מען גייט שוין יא קען מען באקומען די ענטפער "נישט איך". און דאס איז וואס שטערט זייער אסאך אידן.
וואלט איך געוואלט פארשלאגן פאר די הנהלה א פלאן, אפשר נעמט מען אויף איינעם א ניק וואס יעדער קען (אפשר גאר זאל זיין וואלן דעראויף) און ער זאל זיין די "קאסטומער סערוויס" מענטש צווישן די הנהלה און די מעמבערס. דאס הייסט די הנהלה זאל ווייטער טון וויאזוי זיי פארשטיין און ווי מ'זעהט פארשטיין זיי גוט וואס זיי טוען, אבער די ניקס זאלן האבן איינעם צו וועם מ'זאל קענען גיין און איך אפרעדן אדער פרעגן סיי וואס אנבלאנגט די הנהלה'ס  דיסיזיעס. אזוי וועלן די מנהלים מער נישט דארפן זיין פארנומען מיט קלייניגקייטן און די אלע זאכן זאלן געפירט ווערן דורך דעם איינעם. די איידיע איז נישט מיינס דאס איז יתרו'ס.
וואס זאגט דער עולם צו אזא פלאן?
 
 

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג מארטש 06, 2012 1:59 pm

געלעגער האט געשריבן: 
אזוי וועלן די מנהלים מער נישט דארפן זיין פארנומען מיט קלייניגקייטן און די אלע זאכן זאלן געפירט ווערן דורך דעם איינעם. די איידיע איז נישט מיינס דאס איז יתרו'ס.

 

איך דארף דיר נישט דערמאנען וואס דער סוף איז געווען נאכדעם וואס יתרו האט געגעבען דער עצה....וישלח משה את חותנו..... :wink:
the SCY is the limit

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15119
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג מארטש 06, 2012 2:32 pm

נישט פארדעם איז וויכי דא?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג מארטש 06, 2012 3:14 pm

scy4851 האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן: 
אזוי וועלן די מנהלים מער נישט דארפן זיין פארנומען מיט קלייניגקייטן און די אלע זאכן זאלן געפירט ווערן דורך דעם איינעם. די איידיע איז נישט מיינס דאס איז יתרו'ס.

 

איך דארף דיר נישט דערמאנען וואס דער סוף איז געווען נאכדעם וואס יתרו האט געגעבען דער עצה....וישלח משה את חותנו..... :wink:

געלעגער! שנעל גיס אריין דא אלע דיינע סחורה פאר מען שפארט אפ דיין ניק...

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג מארטש 06, 2012 3:17 pm

איך האב שוין מער ווי איינמאל אויפגעברענגט דעם געדאנק, אז עס זאל אויטאמאטיש געשיקט ווערן א אישי/אימעיל צו אינעם וואס זיינס א תגובה ווערט נעלם/עדיטעד. אז דער אחראי זאל קענען צושרייבן דארט א סיבה אויך.

עטליעסט קען מען רעפלייען צום אימעיל און אויסשמועסן וכו'.

אוועטאר
על דא ועל הא
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 12:28 pm

תגובהדורך על דא ועל הא » דינסטאג מארטש 06, 2012 3:46 pm

איך בין נישט צו לאנג דא, און איך האב נאכנישט געשפירט דעם צענזור-שטעקן אויף די אייגענע הויט. איך בין מסכים אז צענזור איז וויכטיג, אבער די שאלה איז ווען. ווי איך הער ווערן תגובות דא אפט פארשווינדען, און מען ס'קרעטשט זיך די קאפ מיט וואונדער "מה פשעי ומה חטאתי, וואס האב איך שוין געקענט שרייבן אז ס'זאל ארויסברענגן בייז-בלוט ביי די מנהל(ים)?". ווינקל און געלעגער זאגן פיינע געדאנקען, אבער דאס דערמאנט מיר די משל מיטן שפיטאל וואס מען האט געבויעט אין כעלם הארט נעבן דעם צובראכענעם בריק.

למעלה משבעים האט געשריבן "איך זאג נישט, עס קען צומאל שטארק וויי טון ווען עס ווערט פארמעקט גוטע מיט שלעכטע צוזאם, בבחינת הגוי גם צדיק תהרג, אבער וואס קען מען דען פארלאנגן פון 'מענטשן' וואס ארבעטן ארום די זייגער, פאר נישט באצאלט...". וואס הייסט וואס מען קען פארלאנגען?! איר מאכט דאס סאונדען, עז איף די תגובות ווערן פארשווינדען אויטאמאטיש און די מנהלים ארבייטן ארום די זייגער צוריקצוהאלטען תגובות פון פארשווינדען ווערן. איפכא מסתברא! יעדעס מאל עפעס ווערט פארמעקט איז געווען עפעס א "גרינער" צו א "רויטער" וואס האט בדחילו ורחימי א דרוק געטאן אויפן "פארמעק" קנעפל! פארוואס זאל דאס פאסירן ביי גוטע תגובות אין וועלכע יענעמס שווייס און בלוט איז אריין?

אונזער קרעטשמע איז א פיינער פלאץ. אבער כמאמר החכם "אהוב סוקראט, אהוב אפלטון, אבל האמת אהוב יותר". מ'האמיר זייער הנאה פון דעם מקום. אבער למען האמת מוז מען ארויסברענגען אז די צענזור דא איז איבער די מאס. און אז עס יאווענען זיך אפאר אינגעלייט און עפענען אן אלטערנאטיווע, מעג מען זיי געבן א שאנסע, און הנאה האבן אויב זיי זענען מצליח.
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת (שבת נה, א)

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11644
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג מארטש 06, 2012 4:16 pm

ווינקל, די געדאנק פון שיקן אן אויטאמאטישע אימעיל איז שוין צענדליגע מאל אויסגעשמועסט געווארן. די מציאות איז אז ס'איז דא צענדליגע זאכן וואס זאל מאכן אז א זאך זאל געמעקט ווערן. ווען די אחראי מאכט אפ צו מעקן דארף ער צומאל זיין גרייט אויף א שעה צייט א שמועס אהין און צוריק מסביר זיין די סיבות. אויב ווייסט מען אז ס'איז דא א באזונדערע מענטש וואס איז גרייט זיך אפצוגעבן מיט די אימעיל'ס וואס גייען קומען אהין און צוריק וועט עס אסאך קאפ וויי פארשפארן פאר די הנהלה.

על דא, דרייט אייך דא מער און דערנאך וועלן מיר רעדן.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11644
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג מארטש 06, 2012 4:17 pm

די עיקר גלייך איך דיינע ווערטער "די צענזור איז איבער די מאס" ווען א מינוט צוריק שרייבסטו אז דו האסט עס נאך נישט געשפירט.

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 884
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » דינסטאג מארטש 06, 2012 4:25 pm

על דא ועל הא האט געשריבן:און אז עס יאווענען זיך אפאר אינגעלייט און עפענען אן אלטערנאטיווע, מעג מען זיי געבן א שאנסע, און הנאה האבן אויב זיי זענען מצליח.

כ'האב אויך אזוי געמיינט אנהויב. דערווייל שטעלט זיך ארויס אז ס'איז בכלל נישט קיין קאמפעטישן צו אונז נאר צו היידפארק. טא וואס פארא הנאה האביך אז ס'דא נאך א היידפארק?! הלוואי זאלן זיך ביידע אפשליסן.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6088
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: וואו דער מח איז

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג מארטש 06, 2012 4:27 pm

כבוד על דא, ועל הא:

1) די רעד-לייט גרין-לייטס ארבעטן רונדע דעם אוהר, צו האלטן ריין דעם מקום, הבנת? און יא, דאס ריינקייט פון פלאץ נעמט צימאל פריאריטעט צו זיך רעכענען מיט׳ן די ניקים, פארגעסס נישט, דאס פלאטץ האט בעלים, עס איז נישט קיין דזשאנק יארד, ווען איינער מאכט שמוץ אין מיין בית המדרש ביי מיר אין בעיסמענט, רייניג איך אפ אפילו איינעם שמעקט עס נישט.

2) ביטע ערקלער וויאזוי עס האט דיר דערמאנט דעם משל מיט׳ן בריק, לא ירדתי לעומקה. דער בריק (כלשונך) דאהי איז ווייט נישט צעבראכן, נאר מען האט שוין לאנג נישט געצאלט פאר די דזשענעטארן...

3) דער ציבור דא גיבט א טשאנס פאר יעדן ״פארק״ שטיבל״ און זאגאר, ״וועלט״. און אפילו ווען דיע זאלען דאס אוועקשטעלן אויף אופן געצילט דירעקט צו קאנקורירן מיט אייוועלט. גראדע דער פון וואס דו רעדסט פארט אין ריכטונג צו פארלירן אט דעם טשאנס.

4) ערקלער, וואס איז יא די מאס פון צענזור? איך האב יא געשפיערט דעם שארפן מעסער פון צענזור, און טראץ די ווייטאג זאג איך בפה מלא, איך וויל טאקע אט דאס.

בתקוה להבנה.
(הנלע״ד כתבתי)
זאג מיר: סי-נארמאל!? (בנעימת מונח רביע, באקצענט ירושלמי)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מארטש 06, 2012 4:52 pm

האט מען מיך נאך קיינמאל נישט געמעקט? אדער ווייסעך פשוט נישט!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17499
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג מארטש 06, 2012 4:54 pm

ווינקל, איך בין נישט קיין מנהל, סאו איך קעניש רעדן מטעם די הנהלה, אבער מטעם טעקניקל חלק איז נישטא קיין אפשן ס'זאל זיך שיקן אוטאמאטיש.

געלעגער, זאגסט א גוטע געדאנק! אבער...

דו ווייסט וויפיל צייט אזא זאך נעמט? דו ווייסט אז אויזער די מעקן חלק זענען די מנהלים ביזי שעות בלויז באקוועמער צו מאכן דאס פלאץ פארן עולם? סיי כלליות'דיגע זאכן, און סיי פרטיות. איך קען דיר גיבן א ליסטע מיט ניקס וואס מ'האט זיי געהאלפן, געספענדט שעות זיי צו העלפן! (איינע פון די ניקס שפייט אין פנים...)

און דאן איז דא די פאררעכטן חלק, דו ווייסט וויפיל תגובה ס'ווערן פארראכטן א טאג? אויסער די חלק פון מעקן... גיב א קוק די תגובה וואס דו האסט געשריבן אין "פליגל"ס אשכול, (איבער די פיפטע שלחן ערוך) דו געדענקסט אפשר וויזוי ס'איז ארויף? איך געדענק, ווייסט פארוואס? ווייל איך האב עס גע'ספענדט א האלבע שעה עס צו פיקסן. (פאר די רעקארד, איך האב עס געפיקסט איין מאל פון אפרע מיני, און ביים שיקן איזעס נישט דורכגעגאנגן, האב איך עס געדארפט איבערמאכן...) האסט בכלל געוויסט דערפון?

דו ווייסט אז ס'דא אחראים וואס זעצן זיך אריין יעדע פאר טאג פאר 2-3 שעה און גייען דורך געוויסע אשכולות און פאררעכטן ספעלונג מיסטעיקס און ספעיסינג?

עכ"פ מעקן תגובות פון אומאויסגעהאלטענע אינהאלט איז בלויז א קליינע טייל פון די דזשאב וואס די אחראים און מנהלים טוהן.

און טאקע פארדעם האט מען לעצטענס אויפגענומען נאך אן אחראי... ווייל מ'קומט נישט נאך די ארבייט!

סאו דו ווילסט אז מ'זאל צולייגן נאך ארבייט? ווייל אפילו אויב א פרישע מענטש גייט טוהן די קאסטעמער סערוויס ארבייט, גייט דער מעקער מוזן ענטפערן פארן קאסטומער סערוויס מענטש וואס מ'האט געמעקט, און פארוואס...

אגב, ס'דא געוויסע מעקערס וואס שרייבן א אישית, אבער נישט אלעמאל איז דא צייט, און נישט אלעמאל עגריט יענער מיט די דעסיזשן, און ס'הייבצעך אן א דין ודברים...

אין קורצן, דיין פארשלאג איז זייער גוט, אבער איך זעה נישט אז דאס זאל קענען ווערן אויסגעפיהרט למעשה.

איין עצה האבעך, אז דו ווילסט ווערן אן אחראי, און דו וועסט הענדלען די קאסטומער סערוויס דיפארטמענט איז מעגליך אז זאכן וועלן זיין בעסער.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג מארטש 06, 2012 5:00 pm

יישר כח פארן נעמען צייט מסביר צו זיין.

עס איז היינט נישט אקסעפטעבל דער אנטווארט אז ס'איז נישט מעגליך טעקניקלי, מעגליך דער פראגראם שטעלט דאס נישט צו, און מען מוז דאס צובויען. עס איז דא אסאך פיינע דעוועלאפערס (עיין ערך פראגראמערס) און מען קען בעטן איינער זאל דאס מאכן.

און ווען איך זאג א אימעיל מיינט דאס סטריקטלי אויטאמאטיש.

---
לאמיר גיין איבערליינען געלעגערס תגובה...

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג מארטש 06, 2012 5:07 pm

געלעגער האט געשריבן:די עיקר גלייך איך דיינע ווערטער "די צענזור איז איבער די מאס" ווען א מינוט צוריק שרייבסטו אז דו האסט עס נאך נישט געשפירט.

;l;p-
the SCY is the limit

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17499
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג מארטש 06, 2012 5:08 pm

וואס וועסטו האבן אז דו וועסט באקומען א אימעיל אז מ'האט געמעקט דיין תגובה?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot] און 12 געסט