אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2523
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » זונטאג דעצמבער 17, 2017 3:04 pm

וויכטיג מאכער גוט געזאגט!!
יישר כח פאר אלעמען!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג דעצמבער 17, 2017 3:06 pm

נודה לך האט געשריבן:וויכטיג מאכער גוט געזאגט!!
יישר כח פאר אלעמען!!

Mbasar
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2016 12:46 am
לאקאציע: not on my android

תגובהדורך Mbasar » זונטאג דעצמבער 17, 2017 3:08 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איי געסס אז דו פארשטייסט נישט וואס א "קאנצעפט" איז...

איי געס די ווייסט נישט ווער הרב שטיינמאן איז
ס'דא נאך יודן אינדרויסן פון וויליאמסבורג

חוץ פון דעם
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

תגובהדורך חוץ פון דעם » זונטאג דעצמבער 17, 2017 3:19 pm

tech yid האט געשריבן:טאקע א צושטעל צו ר יצחק ראזענבערג
הרב שטיינמאן האט געהאט איבער א האלבע מיליאן בײ זיין לוי'
אויכעט מיר א צושטעל

ווער עס האט געליינט 'דער בלאט' די וואך איז בכלל נישט שווער די קשיא!

כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (קרעדיט יואלי לעבעוויטש פון די סמך'ס)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19034
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג דעצמבער 17, 2017 3:28 pm

איך ווייס יא, און איך האב גאר אסאך קאנטאקט מיט אידן אינדרויסן פון ווילי...

און סיניש שייך זיך צו טענהן, איך פארשטיי די מענטשן וואס ביי זיי איזער געווען די בעסטע און שענסטע וואס כלל ישראל האט געהאט, די פראבלעם איז אבער אז נישט יעדער קען טראכטן אז סיז דא נאך מענטשן... יעדער שרייט א יענער לעבט אין א באקס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג דעצמבער 17, 2017 3:29 pm

tech yid האט געשריבן:טאקע א צושטעל צו ר יצחק ראזענבערג
הרב שטיינמאן האט געהאט איבער א האלבע מיליאן בײ זיין לוי'
אויכעט מיר א צושטעל

געציילט א האלבע מיליאן, אדער געשאצט ווי ביי די פראטעסטן אין מאנהעטן?

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג דעצמבער 17, 2017 3:29 pm

Mbasar האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:איי געסס אז דו פארשטייסט נישט וואס א "קאנצעפט" איז...

איי געס די ווייסט נישט ווער הרב שטיינמאן איז
ס'דא נאך יודן אינדרויסן פון וויליאמסבורג

און ס'דא נאך סייטס אויסער אייוועלט.

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

תגובהדורך אויבער-חכם » זונטאג דעצמבער 17, 2017 3:35 pm

ס׳דערמאנט מיר א מעשה פין דערהיים, געווען אמאל צוויי ברודערס ביידע גרויסע רבי׳ס פין חסידים, אבער מ׳האט זיך נישט געלעבט דארט בשלום, איין ברודער איז אמאל געפארן קיין ווארשע, איז געווען דארט א רב וואס האט געזאגט אז ער מישט זיך נישט אריין אין מחלוקת ער גייט צום טיש פינעם רבי׳ן, אפאר וואכן שפעטער איז די ברודער אנגעקומען קיין ווארשע, האט די זעלבע רב געזאגט פאר זיינע מענטשען, אז ער נישט זיך מישט אריין אין פאליטיק ער גייט נישט צום טיש פארוואס זיך מישן אין יענעם מחלוקת….
אזא פנים האט עס דא, צענדליגער אשכולות פין גיוס, געפילען נאכן כינוס, וכו׳ אבער ווען ס׳קומט צו א גדול וואס האלט אנדערש ווי מיין רבי׳ס שיטה, איז געווען א מיטינג מיט אלע מנהלים אין מ׳איז געקומען צו די החלטה אז מ׳גייט זיך נישט מישן…
זאג די זעהסט נישט אליין אז יעדער פין ספעציפישע קרייז באזונגט די צענזור בדברי שיר ושבח אין אלע פין אנדערע קריייזן שטערט עס..
נאר וואס דען, נודה האט פיין געשריבן, ס׳איז א זייטל נאר פאר תורה טרייע אידן אשר לא כרעי לבעל אין יעדער וואס שרייבט נישט וויאזוי אונז געפעלט וועט געמעקט ווערן…
קום נאר נישט מיט די כשר פיסל ווי כאילו מ׳האט זיך געזארגט אז יעדער זאל זיין צופרידן..
וזה סיימתי בנושא זו
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

Mbasar
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2016 12:46 am
לאקאציע: not on my android

תגובהדורך Mbasar » זונטאג דעצמבער 17, 2017 3:45 pm

אויבער כ'בין מיט דיר
ס'נישט מיין זייטל, סא כקען גארנישט פאדערן (און @קלאצקאפ ניין ס'נישטא נאך סייט'ס ווי היימישע יודן קענען כאפן א שפאציר) אבער רעדט קיינעם נישט איין אז אייוועלט איז נייטראל

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » זונטאג דעצמבער 17, 2017 4:49 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
Mbasar האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:איי געסס אז דו פארשטייסט נישט וואס א "קאנצעפט" איז...

איי געס די ווייסט נישט ווער הרב שטיינמאן איז
ס'דא נאך יודן אינדרויסן פון וויליאמסבורג

און ס'דא נאך סייטס אויסער אייוועלט.

גראדע איז נישטא נאך א כשרע סייט עכ"פ אויף אידיש
The best thing about a Boolean is even if you are wrong, you are only off by a bit

אוועטאר
מים שלנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

תגובהדורך מים שלנו » זונטאג דעצמבער 17, 2017 4:52 pm

ווער עס מיינט אַז מען וואלט געקענט שמועסן דברי הערכה ושבח אן פראבלעמען מיינעך אז ער האט א טעות.
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג דעצמבער 17, 2017 4:58 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:גראדע זיין לעצטע טענה איז א שטארקע טענה וואס אפילו אויב אלע דא וואלטען געווען סאטמערע אידען
אז גדולים וקדושים מלאכי מעלה ווערן גערופען מיט'ן בלויזען נאמען אבער עס איז דא א אשכול מיט די קעפל
כ"א כסלו יום ההצלה של הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

נארישקייטן,
עס ווענדט זיך עפ"ר וויאזוי די פותח האשכול האט געשריבן אינעם קעפל.
געווענליך וויל מען שרייבן אויף די אמאליגע צדיקים זייער נעמען כדי די וואס זענען נישט באקאנט זאלן וויסן,
ווען איינער וועט עפענען אן אשכול איבערן חפץ חיים און שרייבן הגאון מרן החפץ חיים וועט מען עס נישט טוישן.

בכלל נישט, ווען דער עפענער שקייבט טיטלען, טוט עס די הנהלה אראפ נעמן, און אזוי אז די רבי פון לובלין און די חתם סופר זי"ע ווערן גערופן מיט'ן פשוט'ען טיטעל וואס ר' בעריש פעפערקארן (פיקטיוו) ווערט אנגערופען...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג דעצמבער 17, 2017 5:09 pm

אזוי אויך רבי שמעון בן יוחאי און אליהו הנביא

פון גדול מרבן שמו האט איר שוין געהערט?

גראדע די "מרן מהר"י ט"ב" אשכול האט געגרינדעט א באיאנער חסיד דאכט זיך...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג דעצמבער 17, 2017 5:13 pm

אויבן האט איינער געפרעגט א שאלה פארוואס ביי ר' יואל מארגענשטערן ע"ה
האט די הנהלה נישט גענומען די זעלבע ליניע נאר ליבערשט געמעקט אין געחתמ'ט עטליכע ניקס
דאס האט נישט באקומען קיין תשובה
ס'האט מיר אויך געבאדערט דאס

דיסקלעמער מיר אינטרעסירט נישט צו מען דעקט יא אדער נישט רב שטיינמאן
דער בלאט אייגנטליך האט אויך געדעקט נאר די פרטי הלוי
על פי צוואתו.....
סאו זע איך נישט פארוואס די הנהלה דא זאל נישט פאלגן די צוואה....

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג דעצמבער 17, 2017 5:17 pm

דאכט זיך אז עמיצער האט יא געענטפערט דערויף, נאר דער גאנצער שמועס איז פארמעקט געווארן.

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג דעצמבער 17, 2017 5:21 pm

נו בין איך אפשר בארעכטיגט אויף א תשובה ?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג דעצמבער 17, 2017 5:25 pm

דו האסט דאך אליינס גענפערט: צוואה...

אפשר ביסטו מסביר פונקטליך דיין שאלה, ווייל איך פארשטיי נישט אויף וואס דו ווילסט א תשובה. דו ווילסט וויסן די סיבה פארוואס דא האבן די חברי הנהלה געוואלט אזוי און פארוואס דא אזוי, על טעם וריח, דא האבן זיי געוואלט שווערער ארבעטן, און דא נישט. כ'שטעל זיך פאר דו מיינסט עפעס אנדערש, עקספלעין.

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג דעצמבער 17, 2017 5:29 pm

איך האב זייער קלאר ארויסגעשריבן מיין שאלה

בעצם די תירוץ די הנהלה האט יא געוועלט ארבייטן שווער אין יעצט נישט איז א נארישע תירוץ

סאכדעס איך מיין אז דא וואלט איך ליבערשט געוואלט א תשובה פון וויכי...
לעצט פאראכטן דורך ניס קראכער אום זונטאג דעצמבער 17, 2017 5:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג דעצמבער 17, 2017 5:30 pm

לכאורה האט געשריבן:אזוי אויך רבי שמעון בן יוחאי און אליהו הנביא

פון גדול מרבן שמו האט איר שוין געהערט?

גראדע די "מרן מהר"י ט"ב" אשכול האט געגרינדעט א באיאנער חסיד דאכט זיך...

גדול מרבן שמו שטייט אויף תנאים, ווען איך זיי א אשכול מיטן קעפל רבי משה סופר אדער רבי יעקב יצחק הורוויץ זצ"ל, ברעך איך, איך האב געדארפט רייבן די אויגען צי זעהן אז דאס איז טאקע ריכטיג, די גרעסטע ליטוואק וועט נישט שרייבען אזוי טריקען אויף א מלאך אלוקים צבקות, בלויז רבי, און איך ווייס אז דאס איז די פאליסי, ווער עס שרייבט אנדערש ווערט עס געטוישט, נאר ביי הרה"ק מסאטמאר זי"ע איז די פאליסי נישט גילטיג.

גראדע ביי בד"ה אשכולות איז די פאליסי נישטא, און דער פותח קען שרייבען וואס ער וויל.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג דעצמבער 17, 2017 6:15 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:נודה, וואס פאלטער ביי אז די מנהלים באהאלטן אז די סייט פיהרט זיך מער ווייניגער אויף די סאטמארע שיטה? העכער די אשכול איז דא א לינק צו די פארום תקנות, דארט שטייט קלאר סיעף ב' אז היות א גרויסער עולם איז פונעם אנטי ציוניסטישן לאגער גייט די סייט אויף די מהלך...


די תקנה שטייט אז עס טאר נישט זיין קיין ציאניסטישע מיינונגען ה"י, צוליב רוב ניק'ס זענן סאטמאר, כאילו נאר סאטמאר זענען קעגן ציונית, און כאילו נאר דאס איז די סיבה, כאילו ס'זאל שטיין הית רוב ניק'ס זענען ארטאדאקסען, טאר נישט זיין קיין רעפארמע דיעות...

עני וועי, הרב שטיינמאן איז געווען א אטני ציוני, און א אשכול אויף איהם האט מט ציונית נישט קיין שייכות.

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
די פאקט איז אבער אז נישט אלע מנהלים זענען סאטמארע! אין פאקט איז צווישן די מנהלים וואס אקטיוו טעגליך איז נאר דא איין מנהל וואס זיינע קינדער לערנען אין איינע פון די צוויי סאטמארע מוסדות!


שוין געשריבן אז פון די על הצדיקים פארום זעהט מען קלאר די ווינט...

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
אידער וועי, ווי געזאגט איז רב שטיינמאן געווען א קאנטרעווערשל מענטש, און כ'וועלדער זאגן נאך מער...


נישט יעדער מענטש, וואס נאר מענטשן וואס האבן איהם קיינמאל נישט געזעהן רעדן אויף איהם זאכן וואס איז נישט געשטויגען און נישט געפלויעגן ווערט קאנטערווערסיאל...

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
ווען איך האב געהערט אז ס'איז דא מנין ביי רב שטיינמאן האבעך אנגעפרעגט ביי די מנהלים וואס אייוועלט'ס אפעציעלע פאלעסי איז, מ'האט מיר געשיקט א לינק צו א שמועס איבער די נושא און מ'האט אפגעמאכט אז ס'גייט זיין אן עקסטערע אשכול, איין אשכול און אלעס וואס מ'זעהט קרעטשמער האט געשריבן...

.

ווען איך האב געהערט אז ס'דא מנין האב איך געזאגט א קאפיטל תהלים, און נישט געווען פארנומען מיט...

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3603
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » זונטאג דעצמבער 17, 2017 6:27 pm

אסאך וואס שרייבן דא, וגם אני בתוכם, נוצן אייוועלט אלס א פלאטפארמע צו אנקומען צו א גרעסערע ציבור אידן. איך קוק אן אייוועלט אלס די פלאץ, בה"ה הידוע, די פלאץ וואו אנשי שלומי אמוני ישראל וואס רעדן אידיש באקומען זייער אינפארמאציע, אדער עכ"פ, אזא מעמד ווי כ"א כסלו איז עפעס וואס מוז ווערן געקאווערט דא, פשוט פאר כלל ישראל צו זעהן און מיטהאלטן.. יעצט, א קאנטראווערסאל נושא, א שטייגער ווי גיוס, רב שטיינמן וכדו, מוזן די חברי הנהלה באשטימען וויאזוי צו צוגיין דערצו, פשוט אז אייוועלט זאל בלייבן א פלאץ ווי ס'איז אנגענעם זיך צו דרייען. אז די הנהלה האט אזוי באשלאסן דארף מען זיך צושטעלן דערצו.. אזויווי מיין חתימה פיגורט.

און יא, איך שפור אויף אז ס'איז געשטימט מער סאטמאר ווי סיי וועלכע אנדערע פארטיי.
איך פלעג מיינען אז איך פארשטיי אלעס, אין זייט איך דריי מיר דא הייב איך טאקע אן אלעס פארשטיין.
קרעדיט פאר דוקא

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » זונטאג דעצמבער 17, 2017 7:10 pm

עין טובה האט געשריבן:אסאך וואס שרייבן דא, וגם אני בתוכם, נוצן אייוועלט אלס א פלאטפארמע צו אנקומען צו א גרעסערע ציבור אידן. איך קוק אן אייוועלט אלס די פלאץ, בה"ה הידוע, די פלאץ וואו אנשי שלומי אמוני ישראל וואס רעדן אידיש באקומען זייער אינפארמאציע, אדער עכ"פ, אזא מעמד ווי כ"א כסלו איז עפעס וואס מוז ווערן געקאווערט דא, פשוט פאר כלל ישראל צו זעהן און מיטהאלטן.. יעצט, א קאנטראווערסאל נושא, א שטייגער ווי גיוס, רב שטיינמן וכדו, מוזן די חברי הנהלה באשטימען וויאזוי צו צוגיין דערצו, פשוט אז אייוועלט זאל בלייבן א פלאץ ווי ס'איז אנגענעם זיך צו דרייען. אז די הנהלה האט אזוי באשלאסן דארף מען זיך צושטעלן דערצו.. אזויווי מיין חתימה פיגורט.

און יא, איך שפור אויף אז ס'איז געשטימט מער סאטמאר ווי סיי וועלכע אנדערע פארטיי.

;l;p- ;l;p-
הק' איש ימיני

אוועטאר
שכל הישר
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2014 1:28 pm

תגובהדורך שכל הישר » זונטאג דעצמבער 17, 2017 7:50 pm

ניס קראכער האט געשריבן:אויבן האט איינער געפרעגט א שאלה פארוואס ביי ר' יואל מארגענשטערן ע"ה
האט די הנהלה נישט גענומען די זעלבע ליניע נאר ליבערשט געמעקט אין געחתמ'ט עטליכע ניקס
דאס האט נישט באקומען קיין תשובה
ס'האט מיר אויך געבאדערט דאס
..


מהאט שוין גערעדט דערפון און מהאט גלייך געמעקט
למה הדבר דומה?
א מענטש מיט א שמיציגער פנים וואס קוקט זיך אין שפיגעל און ווערט גערעגט צו זעהן זיין שמיציגקייט און מרוב כעסו צוברעכט ער די שפיגעל
... די חברה דא העלן ענדערש מעקן די פראגע וואו איידער זיך צו קוקען אין שפיגעל

אוועטאר
שכל הישר
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2014 1:28 pm

תגובהדורך שכל הישר » זונטאג דעצמבער 17, 2017 8:03 pm

נודה לך האט געשריבן:
גארגארפיק האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:


און די אלע וואס האבן טענות גלייב איך שטארק אז זיי וועלן זיין דיסעפוינטעד ווען מזאל ווען מאכן וואלן וועלן זיי זיך איבערצייגן און זיין שאקט צו זעהן אז רוב פון די עולם דא זענען (נעבעך...) סאטמארע. ביטע האט רעספעקט צו די פלאץ און בעט נישט דעם עולם זיך צו טוישן צו אייער וועג ווי איר זענט אויפגעצויגן.
..


לשיטתך וואלט נישט געווען מער וואו יושר אז מען זאל עס רופן ״סאטמערע וועלט״ אנשטאט ״אידישע וועלט״ און אזוי ארום קיינעם נישט אפנארן
יא - איך מיט נאך פילע פילן וואו מען האט אונז פערזענליך דערשטיקט מיטן בלויזן סיבה פון ״ איך פייפ דיך אן - איך בין בעה״ב ״
ווילסט נישט לאזן רעדן וועגן זיין שיטה איבער עניני צבא
ניט קיין פראבלעם
אבער פארוואס מעג מען נישט שרייבן אביסעל איבער זיין רייכע היסטוריע??

נאך איין שאלה :
אויב מיינט איר עס טאקע אזוי ערענסט
דאן פארוואס האט מען יא געמעגט שרייבן איבער זיין באזיך אין שווייץ מיטן סאטמערער רבי. ??

הא? יעצט לויפט און מעקט אלעס איבער שווייץ...
לעצט פאראכטן דורך שכל הישר אום זונטאג דעצמבער 17, 2017 8:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2523
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » זונטאג דעצמבער 17, 2017 8:07 pm

זיי גייען עס נישט מעקן האב נישט מורא.
זיי זשע ביטע מוחל עפענט אייך א אייגענע נישט סאטמערע סייט ושלום על ישראל.
סתם אראפרייסן א פלאץ וואס די בעל אכסניא איז אייך גארנישט שולדיג איז זייער נישט שיין.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider] און 8 געסט