בלאט 412 פון 462

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 11:35 am
דורך ניס קראכער
אינטערגעהערטע שמועס צווישן קונה אין געשעפטסמאן
קונה: איר האט ספענדזשעס מיט סטיק גלאו?
געשעפטסמאן: יא דארט ליגט עס
קונה: וויפיל קום איך אייך?
געשעפטסמאן: פינעוו טאלער מיט דריי אין פיפציג צענט ($5.53)
קונה: איך האב א %20 אףף קיופאן פון מיין שול!!!

אין איך שטיי מיט מיין צונג אינדרויסן
ווי האלטן די מענטשן זייער סכל?...

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 11:41 am
דורך יש בו
ניס קראכער האט געשריבן:אינטערגעהערטע שמועס צווישן קונה אין געשעפטסמאן
קונה: איר האט ספענדזשעס מיט סטיק גלאו?
געשעפטסמאן: יא דארט ליגט עס
קונה: וויפיל קום איך אייך?
געשעפטסמאן: פינעוו טאלער מיט דריי אין פיפציג צענט ($5.53)
קונה: איך האב א %20 אףף קיופאן פון מיין שול!!!

אין איך שטיי מיט מיין צונג אינדרויסן
ווי האלטן די מענטשן זייער סכל?...

קומט אין דעם אשכול

געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2019 4:39 pm
דורך הודו להשם
צ/ק
די אקטיוועטעטן אינעם אבזערוואציע טורעם פון .". אויף .". (דאס זענען ראשי תיבות) האט זיך פילפאכיג פארמערט.

#כ'מיין_כ'אב

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 18, 2019 3:17 am
דורך אויפגעפרישט
חושב מחשבות... האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:חושב פארברענגט געשמאק.

נאכדעם העט ער מיר זאגן אז ער האט נישט קיין צייט... :roll:

:roll:



איך זוך אנצוקומען צו שר אלפיים...

געמאכט

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2019 9:21 pm
דורך יהודי
צק
אז כהאב שוין לאנג נישט געשריבן אין דעם אשכול

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2019 9:38 pm
דורך יאצמעך
יו אר פאר ריעל?

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2019 10:30 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
יהודי האט געשריבן:צק
אז כהאב שוין לאנג נישט געשריבן אין דעם אשכול


זייער גוט, ווייל אין דעם אשכול שרייבט מען נישט, מ׳זאגט נאר.

געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2019 5:07 pm
דורך נישט פשוט
כ'הער זאגן..!

געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2019 5:15 pm
דורך אסדר לסעודתא
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
יהודי האט געשריבן:צק
אז כהאב שוין לאנג נישט געשריבן אין דעם אשכול


זייער גוט, ווייל אין דעם אשכול שרייבט מען נישט, מ׳זאגט נאר.

מ'שרייבט וואס מ'האט נאר געוואלט זאגן.

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2019 2:20 pm
דורך SPUSMN
אז וועם עס האט געבאדערט אז אייוועלט איז דאון 3 שעה פארשטייט שוין וואס דער חשיבות פון דער פלאץ איז.

אייוועלט איז "דער" פלאץ פאר ערליכע אידען וואס ווילען האבען ווי צו ליינען און שרייבען.

געשריבן: זונטאג מאי 05, 2019 9:25 pm
דורך נשמה
א Tool ארבעטס קאר.

די סיטן זענען נישט פאר 'מענטשן', זיי זענען דא צו האלטן Tools. די גאנצע קאר איז איין שטיק Tool. ס'איז געווידמעט פאר Tools. די ארבעטס געצייג ערלויבן דעם מענטש אריינצוקומען, נישט פארקערט אז דער מענטש ערלויבט די ארבעטס געצייג. די שיפטער, די שיפטער איז א שטארקע זאך אין אזא קאר...

געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2019 5:23 pm
דורך קאכעדיגע
האט איר שוין זיך שוין באגעגענט מיט די פראבלעם פון געבן א טשעק פאר איינעם וויא למשל צדקה, און 7 חדשים שפעטער ווערט עס הערשט דעפאזיט, כנהוג בכלל ישראל אז עס דארף קודם איבערגיין צען הענט ביז עס קומט אהן אל המנוחה ואל הנחלה, און פארשטייט זיך שוין לאנג פארגעסן פונם טשעק, און קראך...(פארשטייט זיך מיט די יוי נאכדעם, כמבואר בבוידעם'ס אונטערשריפט...)
וועל איך אייך זאגן וואס איך טוה דערצו, אויב שרייב איך היינט א טשעק למשל, דעיט איך עס אויף Jun/1/2018, און איך ווייז עס פאר יענעם, וועט ער עס דיפאזיטן אין די נעקסטע 3 וואכן איז גוט, און אז נישט איז אסאאאך בעסער...

געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2019 2:40 pm
דורך נישט פשוט
צק
אנשטאד דארפן זוכן אשכולת וואס איז אינטערסאנט און איז נישט צופאטשקעט, געב איל איך א קליק אויף זיך ניק תגבות, פון געוויסע ניקלעך, און אזוי דארף איך נישט נכשל ווערן מיט בורר.

געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2019 3:08 pm
דורך צייט שטיפער
צ"ק
אז ר' ישעי'לע זי"ע פלעגט מאכן ראבאקאל'ס, ודו"ק
(איך מיין מען מעג שוין צוריק עפענען דעם ראבאקאל אשכול)

געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2019 8:45 pm
דורך shimon7323
נישט פשוט האט געשריבן:צק
אנשטאד דארפן זוכן אשכולת וואס איז אינטערסאנט און איז נישט צופאטשקעט, געב איל איך א קליק אויף זיך ניק תגבות, פון געוויסע ניקלעך, און אזוי דארף איך נישט נכשל ווערן מיט בורר.



יאך אויך, האב אפאר ליקנס פון ניקים וואס אזוי קום איך אריין און ליין אפ וואס סטוט זיך.

אפאר פון די לינקס זענען שוין ליידיג ,יעצט ווערט נאך איינס ליידיג.

:x

געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2019 10:59 pm
דורך nmi
קאכעדיגע האט געשריבן:האט איר שוין זיך שוין באגעגענט מיט די פראבלעם פון געבן א טשעק פאר איינעם וויא למשל צדקה, און 7 חדשים שפעטער ווערט עס הערשט דעפאזיט, כנהוג בכלל ישראל אז עס דארף קודם איבערגיין צען הענט ביז עס קומט אהן אל המנוחה ואל הנחלה, און פארשטייט זיך שוין לאנג פארגעסן פונם טשעק, און קראך...(פארשטייט זיך מיט די יוי נאכדעם, כמבואר בבוידעם'ס אונטערשריפט...)
וועל איך אייך זאגן וואס איך טוה דערצו, אויב שרייב איך היינט א טשעק למשל, דעיט איך עס אויף Jun/1/2018, און איך ווייז עס פאר יענעם, וועט ער עס דיפאזיטן אין די נעקסטע 3 וואכן איז גוט, און אז נישט איז אסאאאך בעסער...

;l;p- איך פלאג מיר אויך מיט דעם פראבלעם. נישט לאנג צוריק האט מיר א טשעקל געפלאצט וואס איך האב שוין כמעט פארגעסן דערפון. ווי תורא...

געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2019 11:17 pm
דורך הענדימען
איך פארמאג נישט קיין טשעקס און פערטיג

געשריבן: דאנארשטאג מאי 09, 2019 12:14 am
דורך מים שלנו
גא"מ מיטן נישט האבן קיין טשעקס, בלית ברירה לייגט מען אריין די אינפארמאציע פאר טשעיס אין טשעיס שיקט א טשעק אויף די פאסט פארן באטרעפנדער, וואס דאן גייט די אמאונט גלייך ארויס פון מיר.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 09, 2019 8:46 am
דורך הענדימען
מים שלנו האט געשריבן:גא"מ מיטן נישט האבן קיין טשעקס, בלית ברירה לייגט מען אריין די אינפארמאציע פאר טשעיס אין טשעיס שיקט א טשעק אויף די פאסט פארן באטרעפנדער, וואס דאן גייט די אמאונט גלייך ארויס פון מיר.

איך האב שוין געהאט 3 מאל וואס די טשעק איז נישט אנגעקומען. די געלט איז ארויס פון מיין אקאונט פאר 3 חדשים ביז זיי האבן עס ריפאנדעד

געשריבן: דאנארשטאג מאי 09, 2019 9:54 am
דורך הודו להשם
קעפל: מיין אבזערוואציע ווינקל
צ/ק
וויכטיג!
געדענקט צו פארצייכענען! טייל פונעם גלאררייכן היסטאריע פון כלל ישראל:

123.PNG
123.PNG (129.04 KiB) געזעהן 1648 מאל

געשריבן: דאנארשטאג מאי 09, 2019 4:54 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
צום קעפל:

זיצענדיג דארט א איינזאמער ווארטענדיג מ׳זאל אויסרופן מיין טיקעט נומער אז מיין קאר איז פארטיג, בין איך ארויף נישטערן אויף קול מבשר׳ס אינהאלט קנעפל צו זעהן אויב איז פארהאן עפעס וואס וואלט געווען אינטערסאנט אויסצוהערן. זאגט ער דארט אז ביים ר׳ אליעזר קרויס קעסטל איז דא א פרישע שמועס, ״א עקספאדיציע (דיקשענערי; אופס, די זוך האט געפונען 0 רעזולטאטן) איבער די ארכעלאגישע געפינסן פון סדום ועמורה״.

איבערבלייבענישן פון סדום!?.. פשיהא, אזא שמועס וואלט טאקע געווען אינטערסאנט אויסצוהערן. הגם איך האב נאך ביז יעצט נישט אויסגעהערט קיין שמועס אויף יענע קעסטל, דער קעפל פונעם שמועס האט אבער געצויגן נייגער, ספעציעל יעצט ווען כ׳זיץ אין א פארצימער ווי מ׳קען אדער שלאפן, הערן קול מבשר, אדער ביידע צוזאמען.

ס׳איז מיר גראדע אינטערסאנט געווען אז ר׳ אליעזר געבט א שמועס אין אזא נושא, בעת וואס ער איז מער פארנומען מיט דברים העומדים על הפרק. [אדער זענען די דבהעה״פ פארנומען מיט ר׳ אליעזר?.. עכ״פ איינס פון די צוויי זיכער], און פארדעם ווערט טאקע זיין קעסטל גערופן ״אקטועלע אנאליזן״. איז ווי קומט דארט אזא סארט נושא?. שוין, א קשיא אויף א מעשה.

ביים אנקומען צום קעסטל, הערנדיג אז אונזער שמועס איז נומבער 100, האב איך פארשטאנען אז דאס קען אפשר זיין די סיבה פארוואס ער האט באשלאסן צו געבן צווייטע סארט שמועס. הונדערט אנאליזן איז א דערגרייכונג פאר אים, פאר זיינע צוהערער, און אפילו פאר אייוועלט. למעשה, אזוי 2 מינוט אריין אינעם ״עקספאדיציע״ - וואס ער האט מיר שוין ערקלערט אז דאס איז טייטש א ״אויספלוג״, האב איך אים שיין געבעטן אויב כ׳קען אפשטייגן דא אינטערוועגענס. קודם כל האסטו מיר פארפירט, און מיין קאר איז שוין סייווי פארטיג געווארן.

א גוטן טאג.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 09, 2019 5:33 pm
דורך פאראינטערסירט
צופּ קעמל:
טשאדעלע איז דא געווען פאר א וויזשיט אדער גאר פאר אן עקספאדיציע..
מ'דארף מאכן זיכער אז ער זאל גיין אפטער צום מעקעניק...!

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 1:51 pm
דורך קאכעדיגע
איך בין היינט געוואר געווארן!!!

ווען איר קויפט געז און קעש פרייז איז ביליגער וויא קרעדיט קארד פרייז, קענט איר ניצן א דעביט קארד און עס ווערט גערעכנט וויא קעש!!

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 1:54 pm
דורך קאכעדיגע
עם! וואס נאך האב איך געוואלט?

אה! יא! דער יעניגער וואס האט צוגעגאנבעט מיין שיינע הויכע TOTES שירעם פון שול, און האט מיר געלאזט נאס ווערן אין רעגן (תרתי משמע..) זאל וויסן אז ער איז א מטורף און באלאנגט אין JUNGLE, שטיי ווייט פון מיר ווייל מיין קפידא שאדט אויפן פלאץ...הנקרא אינסטענט

שוין, ברוך השם! כ'האב מיך שוין אויסגעגעבן

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 2:07 pm
דורך יאצמעך
קאכעדיגע האט געשריבן:איך בין היינט געוואר געווארן!!!

ווען איר קויפט געז און קעש פרייז איז ביליגער וויא קרעדיט קארד פרייז, קענט איר ניצן א דעביט קארד און עס ווערט גערעכנט וויא קעש!!

איך מיין אבער אז ס'איז דא א סערטשארדש פאר דעביט. יצא שכרו בהפסדו...