עסט איר ראקאט-קראמפלי? - אנקעטע

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

עסט איר ראקאט קראמפלי?

קיינמאל
17
33%
אמאל אמאל
14
27%
אפט
6
12%
גאר אפט
5
10%
נאר די קארטאפל
2
4%
נאר די סמייטע
4
8%
נאר די אייער
4
8%
 
סך הכול שטימען: 52

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3275
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » מיטוואך ינואר 25, 2012 3:27 pm

Let's go for it
----

בסך הכל האבן 20 ליידיגייערס געשטימט פאר די ר"ק
אנבעליוועבל :lol:

בילד
לעצט פאראכטן דורך מר. פאטאשאפ אום מיטוואך ינואר 25, 2012 3:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך ינואר 25, 2012 3:34 pm

לכבוד ראש חודש דארף מען דאך עסן א ספעציעלע מאכל
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » מיטוואך ינואר 25, 2012 4:29 pm

ביינאונז אין שטוב פלעגט מען לערנען די קינדער אזא מימרא פון זיידן זכרונו לברכה:

קינדערלעך עסט געזונטערהייט וואס/וויפיל עס שמעקט אייך, אבער רעדטס נישט דערפון... עס איז נישט שיין...!!
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3275
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » מיטוואך ינואר 25, 2012 4:32 pm

קארלסבורגער רב (כהנא) פלעגט זאגן פאר די בחורים אין ישיבה
א בחור מעג זיך אמאל ערלויבן צו עסן פאטעטא טשיפ, אבער אויסלעקן דעם בעק, דאס נישט!

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6110
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: וואו דער מח איז

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך ינואר 25, 2012 4:33 pm

ראקאט קראמפלי שאני... ס׳אידאך פון דער אלטער היים....
זאג מיר: סי-נארמאל!? (בנעימת מונח רביע, באקצענט ירושלמי)

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג יוני 14, 2012 5:45 pm

מר. פאטאשאפ האט געשריבן:• פאמידזשאן (עגפלענט)

וויניטע.
ועמך כולם צדיקים

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג יוני 14, 2012 5:48 pm

ביקסאד האט געשריבן:אבער מאמעליגע [פוליסקא]

הוא הדין, טאָקאַן.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

תגובהדורך שלומי אמוני ישראל » דאנארשטאג יוני 14, 2012 10:11 pm

איינער קען ארויפלייגן א בילד פון די ראקט קראמפלי?

קודם האב איך געשטימט פאר אמאל אמאל, ווייל איך מיין אז איך ווייס וואס עס איז!
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2013 9:02 am

איינער קען אפשר דיסקרייבירן וואס ראקאט קראמפלי באדייט?

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » פרייטאג אוקטובער 11, 2013 1:15 am

ס'איז א געמיש פון געקאכטע קארטאפל מיט אייער, סי גייט בערך אזוי: (גענומען פון א גוגל רעסעפי)
מען שטעלט צו קאכן אומגעשיילטע קארטאפל פאר צוואנציג מינוט און איבערגעדעקטע וואסער, סיז כדאי צו זאלצן די וואסער סלייטלי. נאך 20 מינוט שווענקט מען עס אפ מיט קאלטע וואסער צו קענען שיילן.
מען סאטעיט דין געשניטן סלייסעס צוויבעל אין וועדזשטעבאל אויל, נאר צו ווערן געטענדערט, נישט פארברענט.
מען קאכט אייער, אזוי ווי מען קאכט אייער פאר פת שחרית פאר 10 מינוט, קודם ברענגען צו קאכן אויף א שטארקע פלאם, דערנאך פארמינערן אויף א שוואכערן.
מען שיילט אראפ די שאלאכטס פון די קארטאפל, און מען מאכט סלייסעס.
מען שיילט אפ די אייער און מען מאכט אביסל דיקליכערע סלייס.
מען נעמט א שמאלעך בעקעלע, אינווייניג קאודט מען עס מיט אומגעזאלצענע פוטער
מען לייגט אויס א שיכט פון די געסלייסטע קארטאפל, און דערויף די סאטעיט צוויבל, און דערויף לייגט מען די סלייסט אייער, מען סיזענט ארויף אויף זיי זאלץ און פעפער, מען קען אויך שפריצן אביסל פאפריקא, דערנאך שמירט מען ארויף סמעטענע, דאן לייגט מען אויס די איבעריגע סלייסעס קארטאפל, צוויבל, אייער, פעפער, זאלץ, מען באשמירט עס נאכאמאל מיט סמעטענע, און מען באקט דאס פאר בערך 3/4 שעה און 350 היץ, ויאכלו ענוים וישבעו.
על מי מנוחות ינהלנו

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מוצ"ש אוקטובער 12, 2013 11:29 pm

איז פארהאן א געשעפט וואס פארקויפט עס רעדי?

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » זונטאג אוקטובער 13, 2013 12:38 am

אין קר"י קאן מען קויפן ביי פריעדמאן פיש סטאר/אפעטייזונג.
על מי מנוחות ינהלנו

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דאנארשטאג יוני 14, 2018 10:37 pm

;a-1;
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

צימישעניש
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2018 11:05 pm

תגובהדורך צימישעניש » דאנארשטאג יוני 14, 2018 11:31 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:;a-1;

haha...יא די מאכל איך דערמאן זיך נאך מיין חתונה מיין שוויגער האט עס גיסערווט און א יומא דפגרא מיין שווער האט עס זייער ליב מיר האט עס געקעלט אזש איך האב קיינמאל בעפאר געהערט פון דעם אוצר וואס מיין שווער באלעקט זיך אזוי...
maybe one day it will be a style ...

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » פרייטאג יוני 15, 2018 12:25 am

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:;a-1;


וואס האסטו געשטימט אין די אנקעטע?

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » פרייטאג יוני 15, 2018 4:41 am

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:;a-1;



איך עס נישט קיין תגובות איך באלעק מיך מיט דעם


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט