בלאט 1 פון 80

די "דינסטאג" אשכול

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2007 12:31 pm
דורך Anonymous
ס'איז נישטא וואס צו רעדן, מיטן דערפענען דעם אשכול ווערט זונטאג אויפגערעגט, דער פרייטאג גייט זיך שפירן היבש אראפגעקלאפט, און דער ליל ששי קאנפרענץ גייט היבש חוזק מאכן דערפון, אבער פארפאלן, היינט איז דינסטאג, און מ'דארף קענען פארברענגן, כ'מיין ווייל מ'קריכט אויף לייטער'ס צו ווייל מ'מאיז מחזק שיעורים אין קרעטשמע דארף מען נישט היינט א גלעזלע לחיים צוטרינקן?

וואס איז דאס?

ס'איז היינט דינסטאג אויף דער וועלט, דער בורא עולם האט זיכער נישט באשאפן דעם טאג צו זיצן און גולם'ן.. דאס גאנצע מערכת השמים און די י"ב כוכבים דרייען זיך ארום ארום דעם טאג, וה'דינסטאג' ידום?

וואס שייך מסביר צו זיין דאס גרויסקייט פון דעם טאג, ער ברויך עס נישט, אבער פארט אזוי מקצת שבחו בפניו, וועלן מיר עס דערמאנען.

איינס דער נוסח יום ג' שנכפל בו "כי טוב", איז וואויל באקאנט., והשנית ער איז דאך פונקט אינמיטן, שבת זונטאג מאנטיג, אויף איין זייט, מיטוואך דאנערשטאג פרייטאג איז אויף די צווייטע, ואלו לאלו מרחשים: יעמוד יעמוד יעעעעמוד, "דינסטאג" זאל קומען איבערנעמען דאס טענצל ביי אונז אין קרעטשמע... יעעעעעעעעעעעעעעעעעמוד

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2007 12:44 pm
דורך איך_הער
באני, איז דער וואס ס'טאנצט אויבן אויף די רעכטע זייט ביי דיין תגובה, טאקע דינסטאג? ער האט זיך שוין גענומען טאנצן?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2007 1:06 pm
דורך קרעמער
ברוך שכיוונתי. היינט צופרי ביים זאגן כדרכי (יעדן טאג) היום יום שלישי... האב איך געטראכט: מען ברויך עפענען א דינסטאג אשכול!

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2007 1:09 pm
דורך איך_הער
קרעמער האט געשריבן:היינט צופרי ביים זאגן כדרכי (יעדן טאג) היום יום שלישי...


דו זאגסט יעדן טאג היום יום שלישי?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2007 1:13 pm
דורך קרעמער
יא. האסט פארגעסן? איך האב עס שוין ערגעץ וואו געשריבן, אז מיין "דיפאולט" יום איז היום יום שלישי... הערשט דאן הייב איך אן טראכטן "וואס איז ווירקליך היינט"?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2007 1:14 pm
דורך איך_הער
יא, זעט אויס אזוי.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2007 1:18 pm
דורך צייטליך
באני, וועלקאם בעק,
זייער גוט האסטו געשריבן,

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2007 1:24 pm
דורך סאכדעס
קרעמער האט געשריבן:ברוך שכיוונתי. היינט צופרי ביים זאגן כדרכי (יעדן טאג) היום יום שלישי... האב איך געטראכט: מען ברויך עפענען א דינסטאג אשכול!


גאנץ גוט, האסט מכווין געווען צו א טיפע באני רעביט קאפ.

הגם כאב נישט געוואלט דא שרייבן, אבער רבו עלי חבירי.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2007 3:29 pm
דורך יגרסהדותא
באני, יו ביסטו מיר גוט, געוואלדיג.

סאכדעס, וואס זאגסטו? האסט נישט געוואלט דא שרייבן אים דינסטאג נאר אים מיטוואך אדער מאנטיג? כ'מיין, רעד, ביסט ברוגז אויפן אשכול? סתם אזוי נישט מיר נישט נישט דיר נישט האט דאך נישט קיין פשט... שטייט א גאנצע ליין מיט חברים ביי דיין טיר לענגאויס די גאנצע גאס, די טרעפיק איז גרויס, קארן פייפן באסעס קומען נישט אן צייטליך און חדר נאר ווייל דו ווילסט נישט דא שרייבן.. איז דאס יושר?

מיין תגובה ווארט פאר א תשובה

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2007 5:03 pm
דורך סאכדעס
ווען נישט דו שרייבסט קלאר "מיין תגובה ווארט פאר א תשובה" וואלט איך זעך זיכער נישט געמיהט דיר צו ענפערן.

כ'בין ברוגז אויף באני. נקודה.

כ'וויל איהם נישט זעהן מער דא אין קרעטשמע. נקודה.

ווען כ'זעה איהם ווער איך ברוגז. נקודה.

מ'האט אפגעמאכט אין אנאנדער אשכול אז מ'זאל נישט שרייבן אין דעם אשכול. נקודה.

יאך האב צוגעשטימט צו מאשקע'ס ווענדונג צום ציבור. נקודה.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2007 5:16 pm
דורך יגרסהדותא
סאכדעס האט געשריבן:מ'האט אפגעמאכט אין אנאנדער אשכול אז מ'זאל נישט שרייבן אין דעם אשכול. נקודה.

יאך האב צוגעשטימט צו מאשקע'ס ווענדונג צום ציבור. נקודה.


ווי האט מען דאס אפגעמאכט?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2007 5:26 pm
דורך סאכדעס
מאשקע קום העלף מיר דא אויך ארויס.

איי וויל פרישיעט יו.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2007 5:27 pm
דורך מאשקע

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2007 5:28 pm
דורך סאכדעס
טענקס א לאוט, כ'וועל דיר בעזרעס האשעם באצאלן.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2007 5:29 pm
דורך מאשקע
שולדיגט, אבער כ'נעם נישט קיין פוד-סטעמפס.
(הרב לעווין לאזט נישט...)

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2007 5:58 pm
דורך איך_הער
איך פראביר מיך פארצושטעלן ווי אזוי די אשכול וואלט אויסגעקוקט, אויב מאשקע וואלט יא געלאזט ענטפערן דא.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2007 5:59 pm
דורך סאכדעס
פוד סטעמפס? מאן דכר שמיה? בענעפיט קארטל.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 27, 2007 9:44 am
דורך Anonymous
גוט מארגן אידעלעך

געשריבן: דינסטאג פאברואר 27, 2007 11:17 am
דורך קרעמער
העי באני, וואס מאכסטו? העפי טוסדעי!

געשריבן: דינסטאג פאברואר 27, 2007 12:12 pm
דורך מאשקע
היינט איז דינסטאג, מארגן איז אויס.
שרייבטס א תגובה, און גייטס אייך ארויס!
(בניגון היינט איז פורים...)

געשריבן: דינסטאג פאברואר 27, 2007 12:31 pm
דורך איך_הער
מאשקע, וואס שרייבסטו? גייטס אייך ארויס? איך מיין, די פילסט זיך שוין דא גענוג גרויס אז דו קענסט שוין הייסן? איך וויל דא בלייבן טוה מיר עפעס, אקעי, יעצט איינמאל גיי איך ארויס, אבער נעקסטיים טייל מיר נישט איין.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 27, 2007 12:32 pm
דורך סאכדעס
באני איז דינסטאגער?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 27, 2007 12:34 pm
דורך מאשקע
איכער: דזשאסט טשעקינג. ביזט נאך דא?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 27, 2007 12:35 pm
דורך איך_הער
דערווייל.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 27, 2007 2:45 pm
דורך צייטליך
אהה, היינט איז דינסטאג, אקעי, היינט דארף מען דא שרייבן, העמער באלד זעהן, איך האב נאכנישט קיין צייט, אבער עפעס וועל איך מיזן שרייבן, גראדע היינט האב איך אויך וואס צו שרייבן, אבער ס'קוקט נישט אויס אז כ'וועל עס שרייבן, פשוט, אזוי ווי איך האב שוין פריער געזאגט אז איך האב נישט קיין צייט, דער אמת איז, אז יעצט זיץ איך אזוי, און איך טראכט צו מיר, אז דאס אלעס וואס כ'האב יעצט געשריבן קען שוין ווערן אריינגערעכנט אין די געשרייבעכצער פארן היינטיגען דינסטאג'דיגען טאג, קען טאקע זיין, כ'דארף מיר נאך נאכפרעגן, אבער איך בין רוב זיכער אז יא, העמער ווארטן. .....שלח