די זונטאג אשכול

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

די זונטאג אשכול

תגובהדורך קרעמער » זונטאג פאברואר 18, 2007 7:46 pm

די זונטאג'דיגע טאג איז געגאנגען צום בית דין של מעלה מיט א שטארקע טענה: היתכן, ערב שבת קודש פארמאגט א באזונדערע אשכול צום גריסן א גוט שבת, אפילו די פאר ליל ששי שעות האבן זיך לעצטענס פארשאפט א באזונדערן אשכול מיט א גאנצע קאנפערענץ רוף סיסטעם, און איך - דער ערשטער טאג פון די וואך, די טאג פון וועלט באשאפונג, בין געבליבן איינזאם אליין...

בית דין האט געענטפערט: ערב שבת, א פרייליכע און מונטערע טאג, ליל ששי, א נאכט צום געדענקן, קומט זיך זיי אן אשכול, אבער דו! ביסט דאך סתם א 'זונטאג'... דער עולם איז פארכמורעט, פאר'זונטאג'ט, כ'מיין מ'שטיינס געזאגט: דיר קומט קיין אשכול!

האבן די איבריגע טעג פון די וואך געפרעגט: אבער פון וואנעט וועלן די מענטשן אין קרעטשמע וויסן אז "זונטאג" ברויך טאקע נישט קיין אשכול בפני עצמו?

האב איך זיך אנגערופן: עלי ועל צוארי, איך וועל דאס שוין מעלדן אזוי בין גברא לגברא, בין תנור לכירים, בשעה שאינו לא זונטאג ולא מאנטאג.

האט מיר אלע א העפטיגן זונטאג!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג פאברואר 18, 2007 8:02 pm

אוודאי, אז ער איז געגאנגען צום בית דין של מעלה, איז ער ארויסגעקומען מיט אזא פסק קעגן אים.
וואלט ער ווען געקומען צום ביד"צ שע"י היימישע קרעטשמע, וואלט די פסק געווען מער גינסטיג פאר'ן זונטאג.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג פאברואר 18, 2007 8:43 pm

קרעמער, זייער גוט.

מאשקע, לכאורה גערעכט.

אוועטאר
ירא שמים
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2007 1:32 am
לאקאציע: פה ק"ק פישפיקלאדיין

תגובהדורך ירא שמים » זונטאג פאברואר 18, 2007 9:13 pm

בס"ד

קרעמער פין ווי ווייסטו וואס טוט זיך אויבען הא זאג דעם אמת די ביזט שוין דארט ? אדער די ביזט נאך דא
הא ווי ביסטו ? וואס זיכסטו דארט אויבען . עניוועי אויב ביסטו דא ,פין ווי ווייסטו וואס טוט זיך דארט, אין אויב די ביסט דארט,
וואס זיכסטו דא אין די קרעטשמע ,דאס איז נאר געמאכט פאר'ן עולם העשי-ה ,
אבער באמת איז א גיטע זאך צי האבען דא איינעם פין דארט אזוי האבען מיר א קרעספאדאנט פין דארטען וואס זאל קענען פארטרעטען אינדזערע אינטערעסען
רב ואב"ד ק"ק פישפיקלאדיין והגלילות

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג פאברואר 18, 2007 11:02 pm

בסייעתא דשמיא מיט הילף פון הימל
מאכט דער ירא שמים דא א טומל
עס דאכט זיך אים עפעס אויס
אז א בת קול איז פון הימל ארויס
וואלט ער דא לענגער געזעצן
און אדורכגעליינט די געזעצן
וואלט ער זיך אביסל מער באקאנט
מיט די מנהגים פון דעם אונטערלאנד
דא קען מען שרייבן דמיונות
הוילע פאנטאזיעס און לגיונות
קיינער פרעגט נישט אפ דעם פשט'ל
מען ליינט מען טרונקט און פאררייכערט א ציגארעטל
וועסטו מיינען אז איך בין פון די יעניגע
די רויכערער די ווידערשפעניגע
וויל איך דיר זאגן וואס האט פאסירט
די ונהפוך הוא לופט האב איך דערשפירט

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג פאברואר 19, 2007 2:04 pm

שוין ברוך השם קרעמער פארנעמט שוין א ציגרעטל.

כאב עטליכע פושקעס פאר דיר אויב ברויכסטו.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג פאברואר 19, 2007 2:15 pm

איך קום שוין אריבער צו דיר מיט מיין אויטא
איך דארף זיך נאר צוערשט אנטרינקן מיט וואדקא

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג פאברואר 19, 2007 2:17 pm

WOW אזויפיל חידושים אויפיינמאל? ער דרייווט שוין אויך.?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג פאברואר 19, 2007 2:21 pm

א שאד דו כאפסט נישט דעם עומק התגובה

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג פאברואר 19, 2007 2:22 pm

מאן יימר לך אז כאב נישט געכאפט? ווייל כאב זיך נישט באצויגן? כ'מיין כ'מוז זיך אלעמאל וויסענדיג מאכן פון דיר?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג פאברואר 19, 2007 2:24 pm

א שאד אז דו האסט נישט אויסגעפירט די לעצטע שאלה דיינע אינעם פארלאפענעם מאמענט

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג פאברואר 19, 2007 2:30 pm

ביניך נישט געווען אינטערסירט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג פאברואר 19, 2007 2:41 pm

לויט ווי איך האב עס פארשטאנען, איז די חידוש געווען נישט בלויז אז ער דרייווט, נאר אז ער דרייווט נאכ'ן טרינקען.
קרעמער, איוואר?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3848
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » מאנטאג פאברואר 19, 2007 2:49 pm

איוואר,
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג פאברואר 19, 2007 3:37 pm

אבי וויאזוי האסטו זיך אריינגעקלעבט אהער?

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3848
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » מאנטאג פאברואר 19, 2007 3:39 pm

וואסי די פראגע? כ'פארשטיי נישט, זייזשע מיר ביטע מסביר, אויב מעגליך מיט א משל,
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג פאברואר 19, 2007 3:45 pm

די משל גייט צוריק צו די אידן אין מצרים, כ'האב נישט קיין צייט צוריקצופארן אזש ביז מצרים.

אלזא כעל דיר עס מסביר זיין אנע משל.

די פראגע גייט אזוי צי.

דו ענפערסט מאשקען א פראגע וואס קרעמער דארף ענפערן.

אהה איצט פרעג איך אזוי.

ווער האט דיר געבעטן ענפערן?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג פאברואר 19, 2007 3:47 pm

אבי מ'לעבט:
א משל דארפסטו? דא האסטו א משל.
עס איזט געווען איינמאל א קעניג, וואס זיין גרויסקייט איז געווען אומבאשרייבליך. ער האט געוועלטיגט אויף 500 מדינות, און ער האט גרויס כבוד בעקומען פון אלע זיינע אינטערטאנען.
דער קעניג האט געהאט א זון, דער קרוין-פרינץ, וועלכער איז געווען אנגעברייט איבערצונעמען די מלוכה פונעם טאטן.
האט זיך אבער געמאכט, אז דער זון האט זיך פארזינדיגט פאר'ן פאטער מיט א הארבע עבירה, און די שרים האבן געראטן דעם קעניג דאס ער זאל אינען זון פערטרייבן פון פאלאץ.
האט דער פאטער אבער רחמנות געהאט אויפ'ן קינד, און אים געזאגט בלשון רכה: קינד מיינס, פרינץ מיינער. הער זיך גוט איין צו די ווערטער וואס דיין טאטע טוט צו דיר שפרעכן. וויסן זאלסטו, אז ווען ס'וועט קומען די צייט און איך וועל זיך דארפן שיידן פון די וועלט, וועסטו דארפן דאס גאנצע קעניגרייך און רייכטום איבערנעמען. טא וויאזוי קען דאס געמאלט זיין אז א קינד מיט אזא אויפפירונג זאל דער קעניג אויף אזויפיל לענדער ווערן? דערפאר איז דיין פליכט אצינד, זיך פארצונעמען פון די טיפענישן פון דיין הארץ, אז דו וועסט פארבעסערן דיינע וועגן און מער נישט אפנויגן פונעם וועג וואס אונזער קעניגליכע פאמיליע האט אויסגעטרעטן פאר דיר.
ע"כ המשל. גענומען מיט רשות פון "דיזע ערצעהלונג".
והנמשל מובן מאליו וכו'.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3848
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » מאנטאג פאברואר 19, 2007 3:48 pm

יעצט געב א דריי מיטן פינגער משא"כ מאשקע? קומט יא דא אריין. כא גוט פארשטאנען?
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3848
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » מאנטאג פאברואר 19, 2007 3:50 pm

שכח מאשקע , זייער א שרעקוודיקע משל, אבער כא נישט געכאפט די נמשל וואס איז מובן מאליו. :cry:
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג פאברואר 19, 2007 3:58 pm

אז דו ווארטסט אויפ'ן משל, ווארט זיצנדיג. אדער ליגנדיג.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3848
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » מאנטאג פאברואר 19, 2007 4:01 pm

ניין קוק איבער מיין תגובה וואס כא נישט פארשטאנען, אויסדריקליך די נמשל.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג פאברואר 19, 2007 4:02 pm

אנשטאט עורך צו זיין מיין תגובה, וועל איך איבערשרייבן וואס איך האב באמת געוואלט אויבן שרייבן:
אז דו ווארטסט אויפ'ן נמשל, ווארט זיצנדיג. אדער ליגנדיג.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3848
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » מאנטאג פאברואר 19, 2007 4:03 pm

חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג פאברואר 19, 2007 11:01 pm

מאשקע האט געשריבן:ן די שרים האבן געראטן דעם קעניג דאס ער זאל אינען זון פערטרייבן פון פאלאץ.


איך האב מיר געקאטשקעט פאר געלעכטער לעזנדיג אינען תגובה.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט