בלאט 1 פון 2

האסט מורא פון א הונט?

געשריבן: זונטאג מארטש 21, 2010 7:33 pm
דורך שוועמל
- יוי יוי.. טאטי מאמי א דאגי ... עשו'ס דאגי... יוי.. כליפ כליפ..
שעפעלע לויף נישט! כאפ אן טאטי און האב נישט מורא, ס'קען אפילו נישט בייסן.
דאס איז נאך בחסד.

ווען די מאמע גייט אויך מיט האט דער טאטע דאפלט ארבעט; צו בארואגין דאס קינד און צו בארואיגן דעם מאמע..
און אויך דער טאטע מורמעלט זיך טיילמאל אונטער ולכל בני ישראל לא יחרץ כלב לשונו..

קען מיר איינער באמת זאגן פארוואס מען האט מורא פון א דאגי?
איך געדענק נישט אין היסטאריע אז א הינט האט געביסן א מענטש, חוץ איין מאל געדענק איך אין לאנדאן עפעס א בחור בערעלע שאפירא, און אויך נאר ווייל ס'יז געווען א K9 דאגי נאכדעם וואס בערעלע האט געגנב'ט ציגארעטלעך.

טא וואס איז דער מורא? ס'יז גארנישט אזוי גרויזאם.

געשריבן: זונטאג מארטש 21, 2010 11:37 pm
דורך שטארק זיך
שוועמל, פרעגסט דאך זייער גוט;

דער אמת איז אז ס'האט זיך שוין געמאכט אזאנס אז א הונט זאל בייסן, אבער דאס איז נאך אלס נישט קיין סיבה צו פחד'נען, שהרי ס'פאסירט פיל אפטער אז א מענטש בייסט (יא יא) ווי א הונט בייסט און איך זעה נישט מען זאל מורא האבן דערפון...

איי לכאורה פארוואס האבן מענטשן אזוי מורא פון די כלבים, עטליכע השערות:

1. עס מאכט שרעקעוודיגע באנומענע קולות, כפתגם העם: א הונט וואס בילט בייסט נישט, ומדהצרכו לפרש משמע שלא פשיטא לן.

2. פחד גייט בירושה, ד.ה. און אזוי ווי אין אונזער סאסייעטי לעבט מען נישט אינאיינעם מיט די שטוב באשעפענישן זענען מיר מחונך מורא צו האבן פון די חברה , ויש להאריך בזה טובא.

א שטיקעלע עצה:
נישט מו אנטלויפן, צו אריבער לויפן די אנדערע זייט גאס וכדו', וייל ווען נען אנטלויפט שטארקט זיך דער פחד; דאגעגן ווען מען גייט ווייטער פאמעליך שטארקט מען זיך אויפ'ן פחד. וכן הדבר בכל הפחדים למיניהם.

געשריבן: מאנטאג מארטש 22, 2010 11:15 am
דורך חושים בן דן
איך האב אמאל געזעהן א הונט בייסן איינעם, ס'נישט געווען אזוי פאטאל ס'געווען ביים עק פונעם האנט, געווען איז די מעשה ווען איך בין געווען 16 יאר אלט, איך האב שפאצירט מיט מיין חבר אין היינט ניי-וויליאמסבורג, יענע מינוט איז ער געווען א צווי טריט פאר מיר, און ס'האט אים געדאכט אז הונט האט צו שטארק געקוקט אויף אים, האט ער געטוען די ארגסטע שריט, נעמליך לויפן, פארשטייט זיך דאס הונטל איז שנעלער געלאפן ווי אים, ער האט אים א ביס געטוען אין דאס איז עס.

ווי באקאנט איז לויפן די ארגסטע מאוו, ווייל אז דו לויפסט ווייזטו אז מעדארף דיך נאכלויפן און דער נאטור פונעם הונט וועט עס טוען, אויסערדעם איז ווי שטארק האט געזאגט, יו גאטא פעיס יור פעירס, דאס איז דו בעסטער אפראוטש.

געשריבן: מאנטאג מארטש 22, 2010 2:13 pm
דורך סתם_אזוי
איך האב שוין אויך געהערט פון איינעם אז א הונטל האט אים געביסן.
און דאס איז געווען א קליינע פָּאפִּי, מיט א בעה"ב.

געשריבן: מאנטאג מארטש 22, 2010 9:01 pm
דורך צום זאך
וואסי טאקע די פחד שוועמל? ס'א חידה סתומה.

נעקסטע מאל כ'באגעגן זעך מיט א כלב עלעך זעך פרובירן דערמאנען פון אט דעם אשכול און אלעס וועט זיין מסודר בעז"ה.

געשריבן: מאנטאג מארטש 22, 2010 9:47 pm
דורך געלעגער
פארוואס מ'אנטלויפט פון א מייז פארשטייסטו שוין אז די גייסט צו הינט?

געשריבן: מאנטאג מארטש 22, 2010 10:57 pm
דורך שוועמל
די סיבה פארוואס איך אנטלויף איז נישט צוליב מורא נאר פשוט ווייל איך עקל מיך.
שוין געהאט אז א הינטל האט זיך ארויפגעווארפן אויף מיר און באלעקט מיינע בגדים, וועךךך..
ס'יז מער ווייניגער א בחינה פון לא מעוקצך ולא מדובשך, בייס נישט און לעק נישט.


ס'האט מיר אפגעקאסט א קלינערס דעמאלטס.

געשריבן: דינסטאג מארטש 23, 2010 7:18 am
דורך שטארק זיך
נו אדו פארשטייסט יא וואס פרעגסו?

געשריבן: דינסטאג מארטש 23, 2010 8:18 am
דורך וויכטיג מאכער
זייענדיג אין האללאנד מיט א חבר, זעמער געגאנגען אויף א שפאציר, פלוצלונג הער מער א "פאפי" בילט, שמערנישווייניגער, א פאפי, נישט אזא קליינע, לויפט אונז נאך, די בעה"ב שטייט אין די זייט און קוקט...

ווען די פאפי איז געווען נישט מער א 3 פיס אוועק, האצעך מיין חבר אויסגעדרייט, און דערלאנגט א שטויסט פאר די פאפי אין פיסקל, די פאפי האצעך גענומען מאכן קולות... סאטעם גוט וויי געטוהן, די בעה"ב איז געקומען צו לויפן, היתכון מ'האט געשלאגן זיין פאפי... היות ער האט נישט געקענט מיין שפראך, און איך נישט זיין שפראך, זעמער געבליבן ביי דעם.

געשריבן: דינסטאג מארטש 23, 2010 8:30 am
דורך האניג
פרובירענדיג צוריק צו קוקן צו מיינע קינדערישע יארן (נישט צו לאנג צוריק) און זיך דערמאנען דעם סיבה דערפאר, מיין איך אז שטארק זיך איז גערעכט, די מאוימ'דיגע קולות וברקים וואס דער הינט גיבט ארויס פון זיך נאר פון א ברום קען אוועקבלאזן ס'גאנצע הארץ פון א קליינטשיק קינד וואס איז נישט צוגעוואונט דערצו. פשוט, א קינד אנטלויפט פון קולות.

געשריבן: דינסטאג מארטש 23, 2010 9:25 am
דורך שטארק זיך
וויכי דער הונטל האט גווט פארשטאנען דיין חבר'ס שפראך; נישט אזוי ווייט דער שפראך ווי דאס מסביר זיין...

אגב, שוועמל, טויש ביטע דעם קעפל אז מען זאל פארשטיין אז מען רעדט דא פון פחד פון הונט.

געשריבן: פרייטאג מארטש 26, 2010 12:37 am
דורך שוועמל
אין אנדערע נייעס האט א שופט אין טשאטאנוגא-טענעסי, באשטראפט א הונט פארן צע'מזיקן א פאליציי קאר.

דער הונט הרב החריף "ווינסטאן" שליט"א האט מיט זיינע שארפע צאן צעביסן צוויי רעדלעך און די באמפער פון א קאר, ביז מען האט אים געכאפט און געברענגט פארן געריכט, דער אורטייל לויטעט אז ער וועט מוזן דורכגיין שטרענגע טרענירונג אין א ספעציעלע שעלטער און אויך מוז ער טראגן אויף זיך א טעוועלע וואס ליינט זיך "איך בין מסוכן".

אויב די קורסן ווערן ריכטיג דורכגעפירט וועט דער אייגנטומער נישט אנגעקלאגט ווערן אויף באזיצן אן מסוכנדיגער כלב, זאגט דער שופט.


די הויפט פון די הונטן רעכט גרופע, אליינס א הונט, האט פארדאמט דעם אורטייל און דעם טעוועלע, "דאס איז א דערנידערונג פאר די הונט, און א שאנד פלעק פאר אונזער סאסייטעטי. די גרעסטע די-דאגייזעשאן פון ווען אימער" האט ער געבילדט מיט אויפברויז.

א שאד די הונט פארמאגן נישט קיין אייגענע ריכטער.

געשריבן: פרייטאג מארטש 26, 2010 8:17 am
דורך שטארק זיך
שוועמל, ויפלוץ פלוץ פלצותינו מפילץ...

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 08, 2010 12:36 pm
דורך קרעמער
האמת אגיד אז איך פלעג ציטערן פאר הינט, אבער נאכן וואוינען 2 מיט א האלב יארע אין בעד-סטיי איז דער פחד שוין היבש נאכגעלאזט.

אויב דער הונט האט א בעל הבית, וועל איך מאכן אויגן-קאנטאקט מיט אים, ווי צו זאגען: דו ציה אויף רעכטס און איך וועל גיין לינקס (אדער פארקערט).

אויב נישט - רעד נישט דערפון. דאס איז פון מיינע גרעסטע פחדים.

געשריבן: זונטאג אפריל 11, 2010 12:00 pm
דורך טהור-עיניים
דו רעדסט נאך פון הונט, צוויי וואכן צוריק שבת גיי איך אין גאס, און פארנט פון מיר האט געוואקט אן עלטערער בחור, אזוי א זיבעצן אכצן יאר, און פלוצלינג גיט ער זיך א האסטיגן שטעל אפ אין פראנט פון מיר, אזש כ'אב כמעט אריין געקראכט אין עם, גיב איך א קוק זע איך אז א צוואנציג פוס ווייטער שפילן זיך צוויי קעצעלעך אויף די גאס, און דעם בחור האט געכאפט דאס קדחות, ווילאנג איך האב נישט אוועק געשיצט די קעצלעך פון דארט איז דער בחור נעבעך געשטאנען דארט אינגאנצן דערשראקן......

געשריבן: מאנטאג אפריל 12, 2010 8:37 am
דורך האניג
לויט ווי איך זע פון דיין בילד, האט ער געהאט א קאץ פון אונטען זיך אויך. אוי געוואלד!...

געשריבן: מאנטאג אפריל 12, 2010 10:12 am
דורך עס עפעס
וויילנדיג אמאל אין "פליישמאנס" אויף א שבת, וואס דארטן זענען דא אסאך אנטיסעמיטן, האב איך מיר געהאט מיינע תשעה קבין שרעק פון א הונט, יא, א הונט, נישט א הינטעלע, נאר א גרויסע שווארצע!

עס איז געווען שפעט פרייטאג צונאכטס און איך האב זיך שפאנצירט אויף וועגן און שטעגן צו מיין מאטעל, ווען פלוצלינג איז א הונטל ארויסגעשפרינגען און גענומען לויפן אין מיין ריכטונג מיט באנומענע קולות, כ'האב באמערקט ווי דער אייגענטומער פונעם הונט זיצט זיך אויף זיין טאראסע און קייקלט זיך פאר געלעכטער!

נאך א מינוט, וואס איך האב זיך שוין שיער געטראפן מיט מיינע עלטער זיידעס, האט דער גוי געגעבן עפעס א שריי וחמת ההונטל שככה.

אוי איז דאס געווען א שרעקעדיגער עקספיריענס!

געשריבן: מאנטאג אפריל 12, 2010 10:17 am
דורך קהת
קולמעוואסער האט געמאלדען אז די וואך שבת האט א הינט געביסען א יונגל און בארא פארק אויף 38 און 15.......

ווייסט איינער צו סאיז געוועהן א מעשה דארט אדער סתם אזוי....

איך וויל וויסען צו איך זאל אנהייבען מורה האבען פון א הינט פון היינט און ווייטער????

געשריבן: מאנטאג אפריל 12, 2010 11:33 am
דורך מאנאגרעמס
משה ;l;p-

געשריבן: מאנטאג אפריל 12, 2010 12:15 pm
דורך קהת
משה כעל דיך לאזען וויסען!!!!!!!!!!!

געשריבן: דינסטאג אפריל 13, 2010 8:09 pm
דורך הערשעלע
א באנדע פחדנים!!!

איי דאנט בעליוו איט! כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט אז עס איז דא אזעלעכע גרויסע "טאטעס" וואס האבן מורא פון דאגיס!!!

כהייב שוין אן צו טראכטן צו עפעס איז נישט ראנג מיט מיר, אז איך האב נישט מורא...

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 29, 2010 11:26 pm
דורך וויינשטאק
איך האב נישט מורא באט איך עקל מיך...

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 06, 2014 7:51 pm
דורך מומחה עצום
געוואלדענע אשכול - ארויפגעברענגט.

געשריבן: זונטאג פאברואר 09, 2014 2:21 pm
דורך סביב העולם
כ'האב געזעהן היינט מיין חבר'ס הונט פאר זיין פעססוארד כ'קען ענק נישט זאגן ווי שטארק כ'האב מיך דערשראקן

געשריבן: זונטאג פאברואר 09, 2014 7:55 pm
דורך להגדיל שמו
איך דערמאן זיך א זיסע מעשה, וואס איז געשען אין עיר ה... מאנסי, 10-15 יאר צוריק, אז א גרויסע הינט האט זיך געשלאגען הענט און פיס מיט ר' ח.א. בראנסדארפער, ביז ער האט אים בייגעקימען.
קוים אטעמענדיג איז ער אריין געקימען אין שינווא ביהמ"ד, און דערציילט די נס.