מוצשב"ק ניטל, וואס איך גיי טון

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

מוצשב"ק ניטל, וואס איך גיי טון

תגובהדורך יגרסהדותא » פרייטאג ינואר 05, 2007 9:21 am

נאך הבדלה, שפילן מיט די קליינע CANDY LAND

דערנאך מיט די גרויסע (די מיט די שירצל מינע..) "מנאפעלי".

אגוט שבת

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » פרייטאג ינואר 05, 2007 9:48 am

דאס וואס איטלעכע וואך,

נישט לערנען,

ליידער.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6413
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » פרייטאג ינואר 05, 2007 10:33 am

וואס איז מעסטערמיינד דיין חבר האט דיר נישט געזאגט אז די זאלסט נישט קימען דע וואך ?
איך האב מורה אז די וועסט עס נישט אויסהאלטען פרעג א דיין
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג ינואר 05, 2007 11:37 am

איך וועל מסתמא שפילן אויפן פידל ביז איך ווער נמאס.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג ינואר 05, 2007 11:38 am

איך רעדט שוין נישט פון דעם אז די וואך מוצש"ק גיי איך גיין לאנגווייליג, ווייל איך גיי נישט קענען עפענען קיין אידיש ספר,
גייט מען נאך אהיים קומען פריער פון ביהמ"ד, ווייל די רבי גייט נישט זאגען קיין של"ש תורה, סידאך ניטול.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » פרייטאג ינואר 05, 2007 11:38 am

סהייסט וואס? מיר האבן דאך א קרעטשמע! פינטל.

איך פלאן מערצעשעם, ניטל צו נאכטס, גרינטליך זיך מעמיק צו זיין אין די 'רעיונות' פונעם הויכראנגיקן ראשקאל יר"ה. ווי אויך פלאן איך אביסל אריינצוקריכן אין ר' היטשע'ס מוח, וואס נוגט אזוי אויס אונזער הער סעקרעטאר, וועלכער פארמאגט אין זיך הלל'ס געדולד'ן. אויך איז אין פלאן דאן צו ליינען די ניי ערשינענע ארטיקל פון אונזער חשובן מיטגלידער, שוועמל יר"ה. הקיצור ס'דא א שטאק מיט ארבעט, כ'האב מורא אז ס'וועט מיר נישט זיין גענוג איין ניטל, און דו פרעגסט נאך וואס כ'על טוהן?

יא, וואס איז ביי מיר/דיר דער חילוק פון ניטל נאכט ביז אלע נאכט?
---------------------
לעצט פאראכטן דורך זארעכפעפער אום פרייטאג ינואר 05, 2007 11:41 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג ינואר 05, 2007 11:39 am

קרעמער, קען מען קומען צו דיר צום סעודת דוד מלכא משיחא?
An article a day keeps the babies away

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » פרייטאג ינואר 05, 2007 11:43 am

מאשקע, אויב ער וועט דיר ענטפערן אז יא, וועסטו מיר קענען מיט נעמען?

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6413
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » פרייטאג ינואר 05, 2007 11:45 am

אויב עס בלייבט איבער אסאך זאכען פון שבת'דיגע סעודות קענסטו קימען צי מיר
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » פרייטאג ינואר 05, 2007 11:52 am

מען גייט בלייבן אין שטוב עסן א גרויסארטיגן מלוה מלכה כדי צו פראוון פארן בני בית אז איטליכע וואך גייט מען לערנען.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג ינואר 05, 2007 11:56 am

יאנאש!..
--

ווער עס וויל, קען ארויפקומען צו לאווע דעמאלקע. נישט נאר די וואך, נאר אלע וואך.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג ינואר 05, 2007 12:00 pm

קרעמער, איך קום. בתנאי אז דו וועסט שפילן מיט'ן פידל.
טריאו, קענסט מיטקומען.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג ינואר 05, 2007 12:55 pm

כ'האב נאך נישט קיין אנונג, וואס כ'וועל טוהן, ביי מיר גייט דורך די נאכט כעוף פורח, ווען אימער כאב זיך נאר פארגעברייט וואס צו טוהן, האביך סייווי נישט געהאט קיין צייט.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מוצ"ש ינואר 06, 2007 8:37 pm

איך ווייס נישט וואס עטץ גייטס טוהן, אבער דערווייל זעט אויס עטץ זענטץ גוט פארנומען.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש ינואר 06, 2007 8:40 pm

איר האט דאך סייווי נישט וואס צוטאן... צוערשט ליינט אפ די היינטיגע נייעס פון ק.נ.א. (יעצט פארשטייט איר שוין פארוואס איך לייג דאס נישט ארויף יעדע נאכט? ס'פשוט ביטול תורה..)

מוצאי שבת קודש פרשת ויחי
נייעס פון מיטל מזרח
פאלעסטינער פרעזידענט מאכמוד אבאס האט היינט דערקלערט אז די 6,000 באוואפענטע כאמאס מיליטאנטן זענען אן "אומלעגאל" מיליצע, און מוזן זיך איינגלידערן אין די געווענליכע פאלעסטינער זיכערהייטס קרעפטן, וואס באשטייט פון מערסטנס "פאטאך" קעמפער.
עטליכע שעה דערויף האט די כאמאס פארטיי געמאלדן אז זיי וועלן גאר פארדאפלן די צאל באוואפענטע זעלנער וואס זיי פארמאגן, צו 12,000, און וועלן זיך ווייטער פארמעסטן מיט די קעגנערישע פאטאך.
דעם פארגאנגענעם פרייטאג איז פארגעקומען די ערשטע מיטינג אין 2 חדשים צווישן איסמאעל האניע – דער כאמאס פרעמיער מיניסטער – מיטן פאטאך פרעזידענט מאכמוד אבאס, וואו זיי האבן פרובירט איינצושטילן די ציווילע קריג וואס הערשט צווישן די צוויי פראקציעס.
אויך איז באקאנט געווארן אז אמעריקע פלאנט צוצושטעלן 84 מיליאן דאלער פאר די זיכערהייט קרעפטן וואס זענען געטריי צו מאכמוד אבאס, זיי ארויסצוהעלפן אינעם קאמף אקעגן כאמאס.
**
וועלטליכע נייעס
די איראקער ארמיי האט דעם שבת אומגעברענגט 30 מיליטאנטן און ארעסטירט צענדליגער אנדערע, אריינגערעכנט עטליכע סודאנעזער בירגער, אין א שלאכט וואס צייכנט אפ א פרישע קאמפיין אקעגן טעראר אין באגדאד.
דער איראקער פרעמיער מיניסטער על-מאליקי האט פארשפראכן צו נעמען שריט אקעגן אלע אומלעגאלע באוואפענטע גרופעס.
היינט זענען 71 קערפער, ווארשיינליך די קרבנות פון עטנישע געוואלדטאטן, געפונען געווארן אויף א פארשטופטן ארט אין באגדאד.
א קאר באמבע האט היינט אויפגעריסן נעבן א גאז סטאנציע אינעם "דאורא" דיסטריקט פון באגדאד, אומברענגענדיג 2 מענטשן.
אין אן אנדערן אינצידענט האט א קאר באמבע אויפגעריסן נעבן די מאטארקאדע פון א הויכראנגיקן פאליציי הויפט, יענער האט איבערגעלעבט די אטאקע, אבער א צווייטער דורכגייער איז אומגעקומען.
**
הונדערטער סאמאליער האבן היינט פראטעסטירט אינעם הויפטשטאט מאגאדישו, זייענדיג אויפגעברויזט אויף די אנוועזנהייט פון עטיאפיער טרופן, וועלכע האבן ארויסגעהאלפן די סאמאליער טרופן צו פארטרייבן די איסלאמישע קרעפטן.
זיכערהייטס קרעפטן האבן אויסגעשאסן אין די לופט, מיטן ציהל צו פארשפרייטן די פארזאמעלטע פראטעסטירער, וועלכע האבן פארברענט רעדער און געווארפן שטיינער, שרייענדיג אז די עטיאפיער טרופן זאלן זיך צוריק אהיימגיין.
**
ווייניגסטענס 40 מענטשן זענען אומגעקומען אין בענגלאדעש, ווען א באס אנגעפולט מיט פאסאזשירן איז אראפגעפלויגן פונעם ראוד און אריינגעקראכט אין א דערנעבנדיגע וואנט.
די גאז טאנק פונעם באס האט אויפגעריסן אין פלאמען אלץ רעזולטאט פונעם קראך, בלויז 7 מענטשן האבן איבערגעלעבט די קראך און דעם פייער.
**
א גרופע אמעריקאנער אויספארשער זענען היינט אנגעקומען קיין אינדאנעזיע, ארויסצוהעלפן מיט די זוכענישן פאר אן עראפלאן מיט 102 פאסאזשירן וועלכע איז פארשווינדען געווארן אן קיין שפורן דעם פארגאנגענעם מאנטאג.
צווישן די גרופע פון 6 עקספערטן, געפונען זיך 2 באאמטע פון די "בלאואינג" פירמע, וועלכע האבן פאבריצירט דעם פארשוואונדענעם עראפלאן.
גלייכצייטיג, גייען נאך אן זוכענישן אין אינדאנעזיע נאך איבערלעבער פונעם געזינקענעם פערי שיף, וועלכע האט זיך איבערגעדרייט מיט א וואך צוריק אין די ארטיגע וואסערן.
דערווייל זענען 230 איבערלעבער געפונען געווארן, אבער צוויי מאל אזויפיל מענטשן פעלן נאך.
דער ארטיגער פרעזידענט האט פארארדענט אז די זוכענישן זאלן ווייטער אנגיין, זאגנדיג אז ביים צונאמי האבן זיך מענטשן געהאלטן ביים לעבן אויף העלצער אינעם וואסער ביז 3 וואכן שפעטער.
**
ראיאטן האבן היינט אויסגעבראכן צווישן קעגנערישע גענג גרופעס אין א שווער-באוואכטע טורמע אין על-סאלוואדאר, ארעסטאנטן האבן זיך געשלאגן מיט היימיש-פאבריצירטע וואפן, איבערלאזנדיג 17 טויטע.
**
אמעריקאנע נייעס
א מאסיווע שניי שטורעם, די דריטע אין לויף פון די לעצטע פאר וואכן, האט ווידער באטראפן קאלאראדא, פאראורזאכנדיג אן "עוועלענדזש", וואס האט באדעקט א ריזיגן ראוד נעבן דענווער, באגראבנדיג אלע קארן וואס האבן זיך געפונען דערויף.
עס איז געלונגען פאר רעטונג ארבייטער ארויסצושלעפן אלע פאסאזשירן לעבעדיגערהייט, בלויז איין מענטש איז פארוואונדעט געווארן דערפון.
אן עוועלענדזש (מאסיווע שניי-פאל) פאסירט ווען א ריזיגע שטיק שניי רייסט זיך אפ פון פלאץ, און פליט אראפ, צודעקנדיג אלעס וואס שטייט איר אין וועג.
די יעצטיגע עוועלענדזש איז געווען 200 פיס ברייט און 15 פיס טיעף, עס האט צוגעדעקט אלע 3 לעינס אויפן ראוד, אראפשטופענדיג קארס אויף די זייט פונעם ראוד.
**
די אמעריקאנע ארמיי האט ארויסגעשיקט איבער 5,000 בריוולעך פאר סאלדאטן וועלכע האבן לעצטנס פארלאזט די ארמיי, בעטנדיג אז זיי זאלן זיך אומקערן צו אקטיווע דינסט אין איראק.
די בריוולעך זענען אבער בטעות אויך אנגעקומען צו די פאמיליעס פון 75 מיליטערלייט וועלכע זענען געשטארבן אין איראק, און 200 אנדערע וואס זענען פארוואונדעט געווארן ביי די דארטיגע שלאכטן.
די ארמיי האט זיך אנטשולדיגט פאר זייערע פאמיליעס פארן טראגישן טעות.
**
שטייענדיג עטליכע טעג בעפאר פרעזידענט בוש איז ערווארטעט צו מעלדן זיין נייע סטראטעגיע אין איראק, האבן דעמאקראטישע פירער פארלאנגט פונעם פרעזידענט, ער זאל נישט העכערן די צאל טרופן אין איראק.
פרייטאג האבן די דעמאקראטישע פירער "ריעד" און "פאלאוסי", די נייע פירער פון קאנגרעס און סענאט, געשריבן אין א בריוו צום פרעזידענט, אז אמעריקע וועט גארנישט פארדינען דורך העכערן די צאל טרופן אין איראק.
**
לאקאלע נייעס
א כלמו-"היץ כוואליע" האט היינט באטראפן ניו יארק... גייענדיג אין שוהל דעם שבת נאכמיטאג, האט זיך געשפירט ווי מען גייט צו "פרק" פארלערנען..
די רעקארד ווארימע וועטער האט אינמיטן טאג דערגרייכט צו זיבעציג דעגרי, ברעכנדיג דעם רעקארד וואס איז געשאפן געווארן מיט איבער 50 יאר צוריק.
היינט איז געווען די 28'סטע טאג נאכאנאנד מיט אבנארמאלע וועטערס. אין א געווענליכע יאר וואלט די "גראד" היינט געווען אין די הויכע 20'ער אדער נידריגע 30'ער.
א קילערע וועטער ווערט שוין ערווארטעט אויף היינט נאכט, אבער מארגן זונטאג וועט די טעמפעראטור נאך זיין אין די מיטעלע 50'ער, ביז מיטוואך, ווען די וועטער זענען ערווארטעט צוריק צוגיין צו נארמאל.
**
גאווערנאר ספיצער האט געהעכערט דעם וועידזש פאר "עליאט סאנדער", דער נייער הויפט פון די MTA, וועמען ער האט אריינגעשטעלט אין אמט, מיט 40 טויזענט דאלער.
סאנדער וועט אלעס אינאיינעם פארדינען 340 טויזענט דאלער א יאר, אבער וועט אויך האבן מער אויפגאבעס און וועט שפילן א גרעסערע ראלע אין די ווירטשאפט פונעם אגענטור.
**
א 15 יעריגער יוגנטליכער איז נעכטן נאכט דערשאסן געווארן צום טויט אויף לעקסינגטאן עוועניו אין די בעדפארד-סטייוועסענט געגנט פון ברוקלין, די פאליציי זוכן דעם שיסער.
**
פאליציי אין לאנג איילאנד האבן געהאלטן אינמיטן שפאצירן אויפן גאס, ווען זיי האבן באמערקט א פייער אין איינע פון די דערנעבנדיגע הייזער, זיי האבן א כאפ געטאן א "שלויך" פונעם שכן'ס גארטן און מיט דעם אויסגעלאשן די פייער, פארשפארנדיג אסאך שאדן פארן הויז.
**
אויספארשונגען גייען אן אינעם טויט פון א 13 יעריגער יוגענטליכער, וועלכער איז פרייטאג נאכמיטאג אראפגעקלאפט געווארן דורך די לאנג איילענד רעילראוד באן אין פארעסט-הילס קווינס.
לויט טייל עדות, איז דער יוגענטליכער געשטאנען אויף די שינעס און אנגעשפריצט די באנען מיט "גראפיטי".
**
אין אנדערע נייעס
אויב נישט שניי אליין, כאטש א מעשה וועגן שניי..
איינוואוינער אין א שטעטל אין אלאסקא זענען אויפגעברויזט אויף די 2 שטאקיגע שניי-מענטש וואס איינער האט אויפגעשטעלט אין צענטער פונעם שטאט, זאגנדיג אז דאס פאראורזאכט א שווערע טרעפיק, ווען מענטשן שטעלן אפ זייערע קארס און גייען ארויס כאפן א בילד און באטראכטן דעם שניי מענטש וואס איז 22 פיס הויך.
**
ביזנעס נייעס
סטאקס האבן פרייטאג געליטן די ערשטע פארלוסטן אינעם גוי'אישן יאר.
די דאו דזשאונס האט פארלוירן 82 פונקטן, די נעסדעק 19, און די עס. און פי. 8.
**

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מוצ"ש ינואר 06, 2007 8:45 pm

שוין געליינט, יישר כח, און וואס נעקסט?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש ינואר 06, 2007 9:06 pm

ליין די "רעיונות" אשכול.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש ינואר 06, 2007 9:07 pm

יעצט שפיל אביסל דאס:
http://www.springfrog.com/games/othello/othello.htm?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש ינואר 06, 2007 9:07 pm

ווען דו ביסט פארטיג, שפיל אביסל דאס:
http://www.premiumkids.com/pacman.swf

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מוצ"ש ינואר 06, 2007 10:56 pm

אלעס גענדיגט, נקעסט פליז.

BTW די קאמפיוטער וואס איך בין יעצט האט נישט קיין SOUND, ס'טראכט לאנג ביז ער ברענגט ארויף א בלעטל, העטן ווען די חז"ל דאס צוגעזען מיט זייערע אויגן, העטן זיי געמאכט אויף "ניטל" א ספיקא דיומא...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מוצ"ש ינואר 06, 2007 10:58 pm

איך קען דיר בארגן געלט פאר דיין מאנאפאלי, איך טראכט אבער אז איך וועל דערלייגן דערויף, ווייל דו וועסט ווייטער אנטלויפן פון דא.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מוצ"ש ינואר 06, 2007 10:59 pm

איכער, נישט ריכטיג.

יעדעס פעני וואס איך באקום גייט גראד פאר מיין רביצין...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מוצ"ש ינואר 06, 2007 11:01 pm

איך כאפ נאך נישט, וואס איז נישט ריכטיג, דאס אז אויב איך בארג דיר איז עס פאר די מאנאפאלי? אדער דאס אז דו וועסט אנטלויפן?

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מוצ"ש ינואר 06, 2007 11:03 pm

שיין דערלעבט, איך דארף מסביר זיין מיין דזשוק

הכוונה היתה:
נישט ריכטיג אז איך גיי אנטלויפן, ווייל וואס איך באקום גייט פאר איר, בלייב איך ווייטער דער זעלבער אפגעשליסענער ארימאן וואס קען נישט קויפן קיין פרישע ריעל עסטעט וכו' וכו'

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מוצ"ש ינואר 06, 2007 11:05 pm

די וועלט זאגט אז מ'לעבט דערלעבט מען.

אפשר קען מען שפילן מאנאפאלי אנליין? ס'איז דא אזא זאך?


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider] און 2 געסט