בלאט 1 פון 2

איך טריי צו פרינטן סגייט נישט

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 07, 2006 5:43 pm
דורך יעקב אלי בראך
קען מען פרינטן א גאנצן אשכול?
כהאב פרובירט און סאיז אפפגעהאקט די לינקע זייט
כהאב שוין געטרייט די מארדזשענס און סהאקט זיך נאך אלטס אפ

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 07, 2006 7:05 pm
דורך קרעמער
קאפיר אריין די ווערטער אין א ווארט פייל וכדומה.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 07, 2006 8:18 pm
דורך מעסטערמיינד
קרעמער האט געשריבן:קאפיר אריין די ווערטער אין א ווארט פייל וכדומה.


uugy gx tuhl bhay trcgyi' sgruuhhk vtc thl btl bhay dgpubgi ehhi auo uugd uuh tzuh thl ztk gpgx truhx prhbyi pui sh ergyang' fwvt; tz thl uugk btl gpgx tuhxphdgri ceruc gpgx' uuhhk gx ntfy nhl auhi bgruughz

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 07, 2006 8:50 pm
דורך יאנאש
מעסטער;

פון וואו האסטו געוואוסט פונקליך וואס איך וויל זאגן?

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 07, 2006 11:12 pm
דורך מעסטערמיינד
כ'וועל דיר זאגן, כ'האב מיך גענומען טייפן און היות איך מוז ליידער קוקן אויפן קיבארד בשעת'ן טייפען, נעמליך ווייל איך קען נישט אויסענווייניג דער אויסלייג פון די אותיות, הערשט בשעת'ן קוועטשן אויפן שלח תגובה קנעפל, האב איך באמערקט אז אלעס איז געשריבען אויף ענגליש, אבער איך בין געווען אין גרויס איילעניש אוועק צו גיין האב איך עס געלאזט אזוי , אפי' איצט האף איך נאר אז איך שרייב אידיש, איין מינוט לאיר געבן א בליק, יא ס'איז אידיש, אקעי שלח תגובה

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 07, 2006 11:38 pm
דורך מאשקע
מעסטערמיינד האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:קאפיר אריין די ווערטער אין א ווארט פייל וכדומה.


uugy gx tuhl bhay trcgyi' sgruuhhk vtc thl btl bhay dgpubgi ehhi auo uugd uuh tzuh thl ztk gpgx truhx prhbyi pui sh ergyang' fwvt; tz thl uugk btl gpgx tuhxphdgri ceruc gpgx' uuhhk gx ntfy nhl auhi bgruughz


מעסטער מיינד האט געוואלט שרייבן אזוי
וועט עס אויך נישט ארבעטן, דערווייל האב איך נאך נישט געפונען קיין שום וועג ווי אזוי איך זאל עפעס ארויס פרינטן פון די קרעטשמע, כ'האף אז איך וועל נאך עפעס אויספיגערן בקרוב עפעס, ווייל עס מאכט מיך שוין נערוועיז
מעסטערמיינד, זאג מיר כאטש א שכוח פאר'ן איבערטייטשן.

געשריבן: פרייטאג דעצמבער 08, 2006 12:06 am
דורך מעסטערמיינד
קליינער,

יו עסקט פאר איט, יו געט איט



יישר כח

געשריבן: פרייטאג דעצמבער 08, 2006 9:47 am
דורך 3x0
דריקט Ctrl+A אדער סעלעקט נאר דאס וואס די וויסט פרינטען, און דריק Ctrl+P, און ביי Page Range אונטן אויף די לינקע זייט דריק Selection און נאכדעם דריקט Enter אדער Print וויאזוי איר ווילט, און נעמט עס ארויס פונעם פרינטער אין ליינט עס מיט הנאה.

געשריבן: פרייטאג דעצמבער 08, 2006 10:37 am
דורך פענסטער
איך האב נישט דעם פראבלעם, איך דרוק פרינט און ס'קומט ארויס די גאנצע פעידזש.

איך נוץ אינטערנעט עקספלארער סעווען, אפשר וועגן דעם.

געשריבן: פרייטאג דעצמבער 08, 2006 11:43 am
דורך סאכדעס
טריאו ביי מיר איז אפילו אין אזא פאל דא די זעלבע פראבלעם וואס יעקב אלי' זז"ג האט.

געשריבן: פרייטאג דעצמבער 08, 2006 11:53 am
דורך 3x0
ביי מיר גייט עס אזויווי ביי פענסטערן, סתם מיטן דריקן פרינט, איך האב נאר געטרייט צו העלפן, אס עס גייט נישט וועל איך געבן די געלעגנהייט ארויס צו העפן יודן פאר א צווייטן.

געשריבן: מוצ"ש דעצמבער 09, 2006 7:33 pm
דורך מאשקע
יעקב אלי', מעגליך אז דיין סקרין רעזאלוציע איז אביסל צו גרויס, צ.ב.ש. 640X480. פרוביר עס צו מאכן אויף 800X600, אדער 1024X768. אדער עפעס אזוי.
די סעטינגס זענען אין קאנטראל פענעל, דיספלעי, סעטינגס.

געשריבן: דינסטאג ינואר 16, 2007 10:25 am
דורך יגרסהדותא
איך זעה אז דער פראבלעם איז שוין פארראכטן. ס'פרינט געהעריג.

מיר חידוש'ט זיך נאר וויאזוי די מנהלים זיצן און פאררעכטן פראבלעמען, פארוואס מעלדן זיי נישט איין אז ס'איז פארראכטן.

יישר כח פאר די אלע עוסקי במלאכת הקודש.

געשריבן: דינסטאג ינואר 16, 2007 10:33 am
דורך קרעמער
איך וועל פרובירן דן זיין די מנהלים לכף זכות: זיי רעדן נישט צו קיין געשטארבענע... (אין אונזער פאל: יעקב אלי' בראך, דער בעל הפראבלעם, איז דאך שוין נישט צווישן אונז..)

געשריבן: דינסטאג ינואר 16, 2007 10:37 am
דורך מאשקע
יעקב אלי'ן האב איך גראדע געזען דא היינט אויף א באזוך.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 08, 2007 10:08 pm
דורך סאכדעס
ביי מיר איז עס נאך אלץ נישט גוט, קען מיר עמיציר ארויסהעלפן?

געשריבן: פרייטאג פאברואר 09, 2007 9:51 am
דורך יגרסהדותא
ילכו מחיל אל חיל.

קען מען ארויספרינטן א גאנצע אשכול פון 4-5 זייטן מיט איין קנעפל?

געשריבן: זונטאג פאברואר 25, 2007 11:08 am
דורך שמעק_טאביק
דאס איז איינע פון די מעלות אויף אינטערנעט עקספלארער 7 - ווי איך האב שוין באשריבן אין יענעם אשכול. אין IE6 איז אלץ געווען דער דאזיגער פראבלעם. ווער עס האט נאך נישט IE7 איז מכובד דאס היינט דאונצולאודן פון מייקראסאפט'ס וועבסייט. גיבט נאר אכטונג אז איר האט א לעגאלע קאפי פון ווינדאוס, ווייל מייקראסאפט טשעקט דאס אויס בשעת איר אינסטולירט דעם IE7. אז איר ווילט, קענט איר אנשטאט אינסטולירן פייערפאקס, וואס וועט אייך אויך העלפן אויף דעם פראבלעם. בכל אופן: IE6 באלאנגט שוין אין מיסטקאסטן!

געשריבן: דאנארשטאג יוני 11, 2009 1:58 pm
דורך יגרסהדותא
אמאמ, אקעי, היינט צוטאג, ווען ס'איז דא א געשמאקע קנעפל אז מ'קען פרינטן דעם בלעטל הערליך און שיין, ווילט זיך פרעגן:

קען מען אים אויך הייסן "פרינטן ס'גאנצע אשכול" אפי' ס'האט דריי בלעטער? [מ'זאל נישט דארפן הייסן פרינטן יעדע בלעטל עקסטער?]

איך און מיין ידיד נאמן וידיד כל בית ישרא... אפסס איך פארפאר... א יונגערמאן אין ביהמ"ד האט זיך מיר אפגערעדט, אז ער וויל פרינטן א אשכול, און ער מוז נעבעך סעלעקטן יעדעס בלעטל עקסטער.

זאל איך אים טרייסטן אז אמאל איז דאס אויך נישט געווען?

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 5:10 pm
דורך יגרסהדותא
איך פרעג עס נאכאמאל: קען מען?

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 5:13 pm
דורך 3x0
ניין.

iVelt Print Page Version

געשריבן: דאנארשטאג יולי 23, 2009 5:28 pm
דורך קאמענטאטאר
כ'ווינדער זיך פארוואס די מנהלים האבן נאך נישט געמאכט אזא אפציע. למשל היינט האב איך געוואלט אהיים טראגן פאר מיין אידענע די 6 (so far) זייטן איבער די FBI ארעסטן, נאר גיי הייב אן אריינקאפיען אין ווארד...

ווי ס'שיינט איז נישטא דא א מאנגל אין טאלאנטפולע יונגעלייט אין דעם פעלד, און כ'וואלט שטארק רעקאמענדירט די אדמיניסטראציע צו צולייגן אזא אפציע, א שטייגער ווי אלע מעדזשאר נייעס און וויקי זייטלעך.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 23, 2009 5:37 pm
דורך יהיה כן
גם אני מצטרף לבקשת קאם אן טאטערל

געשריבן: דאנארשטאג יולי 23, 2009 6:19 pm
דורך farshlufen
רבותי, די אפציע עקזיסטירט, קוקטס גוט אדורך די אויבירשטע אפציעס אויף יעדע בלאט.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 23, 2009 6:23 pm
דורך וויכטיג מאכער
פארשלאפן, איך האב אויך אזוי געדענקט, אבער אז צוויי יודן פרעגן, האב איך געמיינט אז איך געדענק נישט גוט..