גאר וויכטיגע מעלדונג איבערן מופן!!

פארוואלטונג מעלדונגען, און טעכנישע הילף אויפן זייטל

אחראי: אחראי

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » מאנטאג יולי 28, 2008 10:55 am

מאשקע האט געשריבן:רבותי, איך זוך א דזשאב אויף היינט נאכט... איינער האט עפעס?

נו שטעל דיך אין די רייע ביים טיר, אין נעם קעיר ווער עס זאל אריינגיין די ערטשע אהין, אייסטעך עס העט זיין דארט א שווערער אנלויף... עפעס נאר ביי 'איי פאון' [ווען עס איז ארויס געקומען די ערשטע מאל] איז מען געשטאנעון א נאכט בעפאר אין די ליין?

מאטשקע יאאאטג אהין... כ'ציטער אז מיללער אדער זארעך האט דיר שוין אויסגעכאפט... (אויב דערקענסטו נישט מיללער - זאג איך דיר אז ער האט זיין פידל כאלאטל).

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » מאנטאג יולי 28, 2008 11:13 am

איך האב שוין געזאגט חמשה חומשי תורה, ווער וויל קומען זאגן ויהי נועם?...

רבותי, נישט פארגעסן צו געבן א טיפ פאר די מופערס...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 28, 2008 11:20 am

היינט קומען די אינגעלך אהיים פאר ענגליש, די מיידלעך האבן בכלל נישט קיין סקול, די מלמדים האבן נאר א האלבע טאג און די באס דרייווער זענען אויף אנדערהאלבן טאג וויקאציע, די קעכער קאכט נישט, בקיצור, אלעס גייט וויקאציע, קיינער ארבייט נישט.

גאר אנדערש איז אבער די מענעדזשער. ער איז איבערגעארבייט ביז איבער די הויזן-טראגער, שוין וואכן וואס זיינע ארבייטער אינטער אום זענען פארנומען יעדע איבעריגער צייט צו פאקן די באקסעס. דער מענעדזשער מיט פענסיל אויף די אויער און די ריזיגער רינגעל שליסלען, ברייטע הויזן טראגער און צוגאב צו זיין גרויסן לעדערנער פאסיק מיט דאבל-לעכער איז פארנימען מיט א גרויסן קליפ-באורד אין זיין האנט, דארט איז פארצייכענט די אלע זאכן וואס ווערן נישט באניצט אין א געוונליכען טאג, די זאכן קען שוין געפאקט ווערן א וואך פון פאראויס, סתם א שאד, מ'קען עס שוין איינפאקן און אפאנגען אריבער צו טראגן אונעם ניייעם לאקאציע.

אויפן אינטערשטען בלאט פונעם קליפ-באורד איז פארצייכענט די זאכן וואס ווערן באניצט ביז די לעצטע מינוט ווען מ'וועט דאס אפשפארן, די זאכן קען מען נישט רורן פון ארט ביז אלע חברה, אינגע בחורים, אלטע בחורים, אינגעלייט און זאגאר אפילו די עלטערע אידן ווי ר' שמחה וועלן זיך ארויסזעהן פון קרעטשמע , הערשט דאן וועלן זיינע ארבייטער אנפאנגען צו ארבייטן פיבערהאפטיג זעקס און דרייסיג שעה רינדע דעם זייגער צו פארענדיגן די לעצטע און נויטיגע זאכן אז די נייע קרעטשמע זאל אויסשטאפירט ווערן מיט אלץ און אלעמען פונקט ווי פריער.

פאר די וואס דרייען זיך דא די לעצטע עטליכע טעג האבן זיכער באמערקט די גרויסע שילדן וואס הענגן ביים הויפט אריינגאנג ווואס זאגן אן די בשורה טובה ומרנינה (וועא"מ) איבער דער נייער ישוב ווי מיר גייען זיך אהינציען. שטארק מערקבאר זענען די גרויסע "באטדזשעט" טראק'ס וואס זענען פארקירט לענגאויס די קרעטשמע אנגעפאנגען ביים ערשטען אריינגאנג ביים 'ברוכים הבאים' לענגאויס די גאנצע קרעטשמע ביזן לעצטן אריינגאנג ביים 'ספארט' אפטיילונג.

אויך אויף די מנהלים קען מען באמערקן א שטארקע אויסמיטשעניש, אלע פון זיי, אפילו די אחרים זענען אויך אנגעשפאנט אין די ארבייט, יעדער האט באקומען צוגעטיילט פאר זיך א דזשאב. די מענדזשער - פארשטייט זיך איבער אלע - איז פארנימען מיטן איינטיילן די ארבייט.

א אימעל און טעקסט מעסעדזש איז ארויסגעפארן פאר די אלע וואס זענען אויפגעסיינט אויף די" קרעטשמע אנ"ש סיסטעם" אז עסקנים ווערן געזיכט זייער וויכטיג, ס'איז דא זייער אסאך לעצט-מינוטיגע ארבייט ואס זענען נאכנישט געטון געווארן און מ'בעט די אלע וואס די קרעטשמע איז ביי זיי הייליג און טיייער אז זיי זאלן אריבערקומען און העלפן והקב"ה ישלם שכרם.

א ספעציעלע מסיבת לחיים ווערט פארגעברייט אונעם גרויסן לאחבי פונעם קרעטשמע, אלס אן אפצייכענונג און "מעמד צתכם לשלום". ספעציעלע "תפלת הדרך'לך" אין א קליינעם פארמאט וואס זענען ערשינען לכבוד דעם מעמד וועלן פארטיילט ווערן פאר אלע באטייליגטע. אבער ווי יעדער פארשטייט. די קרעטשמע איז שוין מער ווייניגער אויסגעליידיגט פון משקה, די טישן און בענק וועלן נאך דא פארבלייבן ביז די לעצטע מינוט, אבער קיין טרינקען און עסן איז שוין נישטא, אלע קעיסעס האט מען שוין נעכטן נאכט און מוצ"ש אריבער געטראגן, לאור זה ווערט יעדער געבעטן צו קומען מיט זיין אייגענע משקה און געטראנגען און דאס מיטטייילן מיטן ציבור.

די מודעה איבער די באסעס וואס וועלן אריבערפירן דעם עולם וועט אי"ה נאכפלגן, ווארט מיט אינטערעסטע.


כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך.
ואומר ג"פ: ויעקב הלך לדרכו ויפגעו בו מלאכי אלהים: ויאמר יעקב כאשר ראם מחנה אלקים זה ויקרא שם המקום ההוא מחנים.
ואומר ג"פ: לישועתך קויתי השם.
ואומר ג"פ: הנה אנכי שלח מלאך לפניך לשמרך בדרך ולהביאך אל המקום אשר הכינותי.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג יולי 28, 2008 11:23 am

צייטליך; גאר זיס, מערסטע איז מיר געפאלן די ווערטער: און מ'בעט די אלע וואס די קרעטשמע איז ביי זיי הייליג און טיייער..

גוט גוט

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג יולי 28, 2008 11:29 am

נישט פארגעסן: די פרייז פון א באס מיט פעקלעך אויפן טראק ווענדט זיך וויפיל ניקס מען פארמאגט, עס זענען בלויז צוגעשטעלט געווארן צוויי ניקס פאר א זיץ, ווער עס טראגט מיט מער ווי דעם, וועט דארפן צוצאלן א עקסטערע פיה (מקנה).

אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

תגובהדורך אבאמא09 » מאנטאג יולי 28, 2008 11:29 am

צייטליך: סופער!
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג יולי 28, 2008 11:49 am

צייטליך: עי וואן!
the SCY is the limit

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג יולי 28, 2008 11:51 am

צייטליך, מייסטערהאפטיג! טרענסאנט אינאר א'איכ'א נישט באקומען קיין רוף...
עהה... בעסער אזוי. האלט איך דען ביים צולייגן א פלייצע? איך בין דאך א פוילער רוח.
גוט, גוט. פארט געזונטערהייט.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 28, 2008 12:00 pm

זארעכפעפער האט געשריבן:גוט, גוט. פארט געזונטערהייט.


זאג נאר, די קומסט נישט מיט? עעממממ.. איך ווארן דיך.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » מאנטאג יולי 28, 2008 12:06 pm

וואס הייסט דאס מ'קומט יא מ'קומט נישט, מ'דארף עפעס טוהן יא צו קומען אדער נישט צו קומען ס'גייט טאמאטיש, ניין?

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג יולי 28, 2008 12:11 pm

צייטי, סופער דופער.

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » מאנטאג יולי 28, 2008 12:24 pm

ואומר ג"פ: צייטי - טאטמבס אטפ! צייטי - טאטמבס אטפ! צייטי - טאטמבס אטפ!

א געשמאקער עפיזאד אונז אפגעוועבט דא ערב מופן...

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג יולי 28, 2008 1:48 pm

צייטליך, הערליך.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג יולי 28, 2008 1:58 pm

עטץ זענטס אלע גוט, און צייטליך נאך בעסער. יישר כח.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 28, 2008 2:03 pm

צייטליך, איך בין אביסל ביזי מיטן מופן אבער דא שיס איך דיר אריבער א שכוח, כאפ עס, האסטעס?.. קעי, שיק מיר עס צוריק מיט הענרי ביי די נעקסטע טריפ...., איך בלייב דא אין אוצר אבאכט געבן אויף קדושת הספרים, די גוים מאכן דא א חורבן זיי נעמען די לינקס פון די שעלווס און לייגן עס אין אייער-באקסעס.... חחחחח משוגעים וואס זיי זענען.....

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19638
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 28, 2008 2:08 pm

צייטליך, געוואלדיג!

מיללער, איך האב "18 סטרעטש רעפ ,דארפסט?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6419
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג יולי 28, 2008 2:16 pm

או ביסטו צייטליך
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 28, 2008 2:28 pm

מיללער, גוט, כאבעס געכאפט, שכויעך. נאר נעקסטיים ווארף עס מער רינדעכיג, וויייס וואס כ'מיין, א ליין דרייוו, אט אזוי! (קוק, ער מיר שוין ספארט'ס אויך)

אבער גיב א קוק, זיי האבן געלייגט די שס'ן פון אויבן און פון אינטן די מסילת ישרים'לעך, איי איי איי, ס'ווערט דאך אינגאנצן צודריקט, ס'איז א חורבן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג יולי 28, 2008 2:41 pm

די שס'ן זענען גרעסער וויא די מסילת ישרים'לעך. איין ריר און דאס גאנצע פאלט איין, ..און מעוועט זאגען אז ער ווארפט זיך מיט ש"ס ופוסקים
the SCY is the limit

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 28, 2008 3:02 pm

scy4851 האט געשריבן: ..און מעוועט זאגען אז ער ווארפט זיך מיט ש"ס ופוסקים


שמחה, א אייזערנער געדאנק!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג יולי 28, 2008 3:06 pm

חחחחחח

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 28, 2008 3:22 pm

פארשלאפן,
שמייס אהער די סטרעטש-רעפ, אויך מיר רעפ, נייע סטייל אזוי ווי דער מתתי' דער רעפער.

ר' שמחה,
ווארף אהער די שטריק (יו געדענקסט נאך ווען מ'האט געמופט פון קרוינהייטס, די פינגערס האבן געציפט פון טייטענען די ברוינע שטריק) מהעט נאך זאגן, דער 'שטריק' האלט אין זיך ש"ס ופוסקים...

צייטליך,
ברענג סענדוויטשעס פאר די גוים, זיי שטעלטן ווי טאוסטערס אז מהאט זיי צוגעזאגט, איך ברויך נישט זיי זאלן מיך יעצט איבערלאזן.

ארענדאר,
וואסי די וועטער דארט אין די נייע קרעטשמע? איך דארף מיין סוועטער?.....

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6419
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג יולי 28, 2008 3:27 pm

מיללער די זאגסט דיך צי שטארק, איך זאג דיר אז עס איז גיט דארט, און אויב נישט וועסטו זיך ציגעוויינען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19638
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 28, 2008 3:35 pm

מיללער, גיב אכט אויף די טייערע אנטיק ספרים יקרי המציאות, אזא כתר ארם צובא איז נישט גרינג צו געפונען, ר' שמחה האט זיך דערויף שווער געמוטשעט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מרן אדמו"ר
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 22, 2006 12:40 pm

תגובהדורך מרן אדמו"ר » מאנטאג יולי 28, 2008 3:39 pm

דאס איז טאקע אינזער ארבער יעצט , מיר פארקען נישט סתם אזוי נאר מיר פאקען די טייערע ספרים


צוריק צו “הילף - און וויכטיגע מודעות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט