בלאט 1 פון 2

בשורה טובה - נייע מנהל

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 2:25 pm
דורך קרעטשמער
בס"ד

טייערע חברים! ב"ה מיר בלייבן נישט שטיין, און מען האלט אין איין מטכס עצה זיין וויאזוי צו פארבעסערן אונזער/אייער באליבטע פארום.

אין איינע פון די לעצטערע שריט האבן מיר באשלאסן צו העכערן אין ראנק איינעם פון די טייערע אחראים, א ניק וואס יעדער קען אלס פיינער און בא'טעמ'טער אינגערמאן וואס איז גרייט כסדר צו העלפן יעדן שרייבער מיט וואס מען ברויך נאר.

אין זיין נייע פאזיציע אלס מנהל וועט ער האבן מער מעגליכקייטן צו אויספירן פארשידענע פונקציעס, אריינגערעכנט די וויכטיגע אויפגאבע פון "אננעמען פרישע ניקס", וואס ליידער איז דאס לעצטנס שטארק נאכגעלאזט געווארן צוליב מאנגל אין צייט און איבערפלוס פון פרישע איינגעשריבענע.

גלייכצייטיג ווילן מיר באטאנען, אז אויב האט איר זיך איינגעשריבן לעצטנס אינעם פארום און אייער ניק נאמען איז נאכנישט אנגענומען געווארן, מעלדט אייך ביטע צו איינעם פון די אחראים אדער מנהלים (טייל האבן ארויסגעשטעלט זייער אימעיל אדרעסע / הענגאוט וכדומה וואו מען קען זיך פארשטענדיגן) און מען וועט אייך אי"ה ארויסהעלפן דערמיט.

בברכת עלה והצלח!

קרעטשמער בשם מנהלים
וויכי בשם די אדמין

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 3:35 pm
דורך geek
מזל טוב! ווער איז דאס?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 4:04 pm
דורך איש האשכולות

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 4:11 pm
דורך Horizontal
מזל טוב הצלחה רבה

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 4:23 pm
דורך קלאפער
איך וואלט ענדערש רעקאמענדירט אפאר קלינינג ארבעטער ווי איידער פרישע ניק באשטעטיגער

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 4:24 pm
דורך Haklal
איש האשכולות האט געשריבן:ער


ער איז שוין לאנג גרין

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 4:28 pm
דורך יש בו
Haklal האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:ער


ער איז שוין לאנג גרין

היצט איזער רויט געווארן

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 4:32 pm
דורך יש בו
קלאפער האט געשריבן:איך וואלט ענדערש רעקאמענדירט אפאר קלינינג ארבעטער ווי איידער פרישע ניק באשטעטיגער

ווי מער ניק באשטעטיגער, אלץ מער רייניגער דארף מען,
איך וואלט ליבערשט אויפגענומען אן אפשאצער פאר נייע ניק פארלאנגער

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 4:33 pm
דורך מה ידידות
וויזאזוי ווילסטו אים שאצן אויב ער האט נאך נישט א ניק?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 4:42 pm
דורך יש בו
ביסט גערעכט,
כ'מיין צו זאגן אז ס'דארף א גרויס תיקון אין דעם ענין,

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 5:22 pm
דורך שטאלצער יוד
WOW
לאז געמאכט האט אנגנומען די כיבוד מיט אזא איידלקייט, ער בלאשט...

(ער פלעגט זיין גרין).

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 5:27 pm
דורך הלשון
זאל ער האבן אסאך סייעתא דשמיא והצלחה!

אגב: א ריזן דאנק פאר די נייע מנהל, וחברי ההנהלה, פאר'ן אוועקגעבן זייער צייט און כח פאר אונזער טובה וועגן!

איטס עפריציטעיטעד!!! (מיס-ספעילד? ס'גוט! "לאז געמאכט"!)

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 5:32 pm
דורך בבל
מזל־טוב ישר כוח פאר ענקער שווערע ארבעט שלא על מנת לקבל פרס
ידידך בלתי מכירך
בבל

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 5:46 pm
דורך viola
wow

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 6:23 pm
דורך פרעזידענט
מזל טוב

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 6:28 pm
דורך מחשב
יישר כח פארן חשובע'ן מנהל החדש לרגל התמנותו, און יישר כח פאר די אלטע מנהלים פאר אויפנעמען אזוי איינע ווי מרן לאז שליט"א.

קלאפער האט געשריבן:איך וואלט ענדערש רעקאמענדירט אפאר קלינינג ארבעטער ווי איידער פרישע ניק באשטעטיגער



האלט עך נישט אזוי, איך וויס נישט פונקטליך פון וועם די האסט א פראבלעם, בכל אופן, אסאך א גרעסערע פראבלעם איז דאס מאנגל אין גוטע ניקים. כנלענ"ד הקטנה והזולה.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 6:34 pm
דורך שרייזשע
מחשב האט געשריבן:יישר כח פארן חשובע'ן מנהל החדש לרגל התמנותו, און יישר כח פאר די אלטע מנהלים פאר אויפנעמען אזוי איינע ווי מרן לאז שליט"א.

קלאפער האט געשריבן:איך וואלט ענדערש רעקאמענדירט אפאר קלינינג ארבעטער ווי איידער פרישע ניק באשטעטיגער



האלט עך נישט אזוי, איך וויס נישט פונקטליך פון וועם די האסט א פראבלעם, בכל אופן, אסאך א גרעסערע פראבלעם איז דאס מאנגל אין גוטע ניקים. כנלענ"ד הקטנה והזולה.

עגרי..

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 7:11 pm
דורך טיכטיגער
מחשב האט געשריבן:יישר כח פארן חשובע'ן מנהל החדש לרגל התמנותו, און יישר כח פאר די אלטע מנהלים פאר אויפנעמען אזוי איינע ווי מרן לאז שליט"א.

קלאפער האט געשריבן:איך וואלט ענדערש רעקאמענדירט אפאר קלינינג ארבעטער ווי איידער פרישע ניק באשטעטיגער



האלט עך נישט אזוי, איך וויס נישט פונקטליך פון וועם די האסט א פראבלעם, בכל אופן, אסאך א גרעסערע פראבלעם איז דאס מאנגל אין גוטע ניקים. כנלענ"ד הקטנה והזולה.

ער מיינט מסתם צו זאגן מעקן אומנוצבארע\געדאפלטע אשכולות, אדער קשיות וואס האבן נישט קיין תשובות...

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 7:13 pm
דורך טיכטיגער
שרייזשע האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:יישר כח פארן חשובע'ן מנהל החדש לרגל התמנותו, און יישר כח פאר די אלטע מנהלים פאר אויפנעמען אזוי איינע ווי מרן לאז שליט"א.

קלאפער האט געשריבן:איך וואלט ענדערש רעקאמענדירט אפאר קלינינג ארבעטער ווי איידער פרישע ניק באשטעטיגער



האלט עך נישט אזוי, איך וויס נישט פונקטליך פון וועם די האסט א פראבלעם, בכל אופן, אסאך א גרעסערע פראבלעם איז דאס מאנגל אין גוטע ניקים. כנלענ"ד הקטנה והזולה.

עגרי..

אויך ריכטיג!
לעצטנס קען מען כמעט נישט באקומען גוטע ידיעות דא.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 7:58 pm
דורך איינפאכער איד
ברכת צלח רכב פאר'ן נייעם מנהל הרב "לאז געמאכט" שליט"א, מיט אסאך הצלחה פאר'ן וואוילזיין פון "אונזער גאנצע וועלט".
א דאנק פאר די הנהלה ובראשם מרן הנשיא הרב "קרעטשמער" שליט"א פאר'ן אריינברענגען פרישע כוחות אין די הנהגת ה"עולם".

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 8:03 pm
דורך זייער קלוג
טיכטיגער האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:יישר כח פארן חשובע'ן מנהל החדש לרגל התמנותו, און יישר כח פאר די אלטע מנהלים פאר אויפנעמען אזוי איינע ווי מרן לאז שליט"א.

קלאפער האט געשריבן:איך וואלט ענדערש רעקאמענדירט אפאר קלינינג ארבעטער ווי איידער פרישע ניק באשטעטיגער



האלט עך נישט אזוי, איך וויס נישט פונקטליך פון וועם די האסט א פראבלעם, בכל אופן, אסאך א גרעסערע פראבלעם איז דאס מאנגל אין גוטע ניקים. כנלענ"ד הקטנה והזולה.

עגרי..

אויך ריכטיג!
לעצטנס קען מען כמעט נישט באקומען גוטע ידיעות דא.

#........... האקט

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 8:10 pm
דורך farshlufen
איינער קען אים דא דער?

איז ער א שטרענגער ביים פארהער?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 8:14 pm
דורך שרייזשע
זייער קלוג האט געשריבן:#........... האקט

קוק צוריק צו די אלטע אביסעלע
היינט איז אויך זייער פיין און געשמאק אבער אמאל איז געווען מער קוואליטעט

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 8:35 pm
דורך אהער און אהין
ברוכים הבאים, זאל דיין ארבעט געקרוינט ווערן מיט ערפאלג.
-
אבער וואס זענען דיינע מיינונגען אויף די אישוס? איבערהויפט איבער די ברענענדיגע טעגלאש טעמע? גייסטו מיט די איני מכיר שיטה? אדער ביסטו מער ליבעראל?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 8:47 pm
דורך געריבענער סוחר
אהער און אהין האט געשריבן:ברוכים הבאים, זאל דיין ארבעט געקרוינט ווערן מיט ערפאלג.
-
אבער וואס זענען דיינע מיינונגען אויף די אישוס? איבערהויפט איבער די ברענענדיגע טעגלאש טעמע? גייסטו מיט די איני מכיר שיטה? אדער ביסטו מער ליבעראל?

ביטע לאז געמאכט!!!
און שכח פארן אנעמען די פאסטן.