דברי תורה אלערט (דת"א - ד"ת - ת)

פארוואלטונג מעלדונגען, און טעכנישע הילף אויפן זייטל

אחראי: אחראי

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5883
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

דברי תורה אלערט (דת"א - ד"ת - ת)

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 9:26 pm

אן אריין גיין אין די פרטים... אין געוויסע מצבים ווען מען ליינט דא אויפן וועלטל איז מען אויף א מקום ווי מען מעג נישט לערנען אדער טראכטן פון דברי תורה

איך האב שוין דא צוזאם געלערענט א געוואלד... ביז מען כאפט זיך האלט מען שוין נאך צוויי הלכות...

איך וואלט געוואלט פארשלאגען אז מען זאל איינפירן א סימן וואס זאל צייגן אז די תגובה אנטהאלט דברי תורה, און אז איינער איז אין די "הויז פון עהרע" זאל ער גלייך וויסן איבערצוהיפן יענע תגובה

די סי' קען זיין איינע פון די פארשלאגען אינעם קעפל אדער סיי וואס, צב"ש:
ד"ת

מען טאר נישט לערנען אין בית הכסא


וואס זאגט איר?

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2856
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 9:50 pm

א שטארקע זאך.

אז מרעדט שוין וואס טוט זיך וועגן ניקים וואס האבן חתימות גאנצע פסוקים? איז נישט קיין שאלה צו האבן אפען יענע בלאט ווי ער שרייבט?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

תגובהדורך גין-גאלד » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 10:08 pm

דאס עצם זיך פארזוימען איבעריג אין ביהכ"ס איז נישט אויסגעהאלטן תורה'דיג.
קיין מקור דערויף געדענק איך נישט אויף די מינוט, אבער אזוי האט מען מיר אויסגעלערנט.
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.

אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 10:20 pm

כ'נעם נישט קיין שטעלונג.
הרב דרעזדנער, דער מיט'ן אינטערוויוער היטל אויף קולמבשר, האט געזאגט ביים טויזענט'סטן אינטערוויו (יא, זיי האבן קאפירט אייוועלט צו מאכן א מצב ביים אלף'ל...)
אז ער האט אנגעהויבן פרוביר ןצו זאגן ווייניגער פסוקים, וועגן מענטשן הערן די אינטערוויו'ס ווען מ'קען נישט הערן פסוקים.

--

גוט געלאכט, דו האסט אויסגעקליבן די ברירה צו שרייבן "הויז פון עהרע"...
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג... נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט...
קרעדיט: שמועסער ענד יאצמעך

אוועטער קרעדיטס: טראבל מעיקער מיט די גאנצע טריסקע הויף...


צוריק צו “הילף - און וויכטיגע מודעות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יש בו און 2 געסט