לעולם יקדים אדם תפלה ל...

פארוואלטונג מעלדונגען, און טעכנישע הילף אויפן זייטל

אחראי: אחראי

ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

לעולם יקדים אדם תפלה ל...

תגובהדורך ערנסט גערעדט » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 1:42 pm

רבונו של עולם, איך דאנק דיר אויף אלע גוטס וואס דו געבסט מיר שטענדיג, סיי די גרויסע זאכן און סיי די וואס קוקן אויס ווי קלייניגקייטן, ובפרט דאס וואס דו געבסט מיר צו געניסן פון די געדאנק צו ליינען און שרייבן אויף די וועבזייט 'די אידישע וועלט', ווי איך קען זיך אביסל אויסלופטערן די מח פון צייט צו צייט אויף א כשר'ע אויסגעהאלטענע אופן, איך זאל האבן כחות הגוף והנפש אנצוגיין מיט טעגליכע לעבן רוהיג און גוטמוטיג, ווי אויך קען איך געניסן פון פראקטישע עצות פון חברים אויף סיי וואספארא ענינים בגשמיות וברוחניות, אדער זאמלען ידיעות וואס קענען מיר צוניץ קומען אויף פארשידענע זאכן, און צומאל אויך דורכטוהן דברי תורה והלכה לדעת את המעשה אשר יעשון.

העלף מיר רבוש"ע איך זאל עס אויסנוצן אויף א ערליכע כשר'ע וועג, איך זאל עס טוהן אויף א אויסגעהאלטענעם וועג, איך זאל נאר פארברענגען דערויף מיט די ריכטיגע מאס, אז ס'זאל מיר נישט שטערן אנצוגיין פון מיינע אנדערע פליכטן אויף די וועלט, ווי; לערנען, דאווענען, פרנסה, חינוך, שלום בית אד"ג. העלף איך זאל קיינעם נישט וויי טוהן, נאר שרייבן צו די זאך, מיינע ווערטער זאלן האבן חן, קיינער זאל מיר נישט וויי טוהן, איך זאל נישט נכשל ווערן אין לשון הרע מחלוקת שנאת חנם אד"ג, אדער מכשיל זיין אנדערע אין סיי וואס ח"ו.

אלע מיינע מעשים זאלן זיין אויסגעהאלטן און אויף די ריכטיגע וועג, איך זאל אלעס אויסנוצן נאר אויף צו ווערן נענטער צו דיר, און צו ווערן באוויליגט פאר דיר, איך מיט גאנץ כלל ישראל!
לעצט פאראכטן דורך ערנסט גערעדט אום מיטוואך אוגוסט 02, 2017 4:59 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!

לייבל שטילער
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

תגובהדורך לייבל שטילער » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 1:45 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
סייג לחכמה שתיקה....

ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

תגובהדורך ערנסט גערעדט » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 1:50 pm

יישר כח.
[די תפלה האט שוין געהאלפן...... ]
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3685
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 2:29 pm

אמן! גא"מ לתפילת הרב ערנסט שליט"א
...

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 4:22 pm

ערנסט גערעדט האט געשריבן:רבונו של עולם, איך דאנק דיר אויף אלע גוטס וואס דו געבסט מיר שטענדיג, סיי די גרויסע זאכן און סיי די וואס קוקן אויס ווי קלייניגקייטן, ובפרט דאס וואס דו געבסט מיר צו געניסן פון די געדאנק צו ליינען און שרייבן אויף די וועבזייט 'די אידישע וועלט', ווי איך קען זיך אביסל אויסלופטערן די מח פון צייט צו צייט אויף א כשר'ע אויסגעהאלטענע אופן, איך זאל האבן כחות הגוף והנפש אנצוגיין מיט טעגליכע לעבן רוהיג און גוטמוטיג, ווי אויך קען איך געניסן פון פראקטישע עצות פון חברים אויף סיי וואספארא ענינים בגשמיות וברוחניות, אדער זאמלען ידיעות וואס קענען מיר צוניץ קומען אויף פארשידענע זאכן, און צומאל אויך דורכטוהן דברי תורה והלכה לדעת את המעשה אשר יעשון.

העלף מיר רבוש"ע איך זאל עס אויסנוצן אויף א ערליכע כשר'ע וועג, איך זאל עס טוהן אויף א אויסגעהאלטענעם וועג, איך זאל נאר פארברענגען דערויף מיט די ריכטיגע מאס, אז ס'זאל מיר שטערן אנצוגיין פון מיינע אנדערע פליכטן אויף די וועלט, ווי; לערנען, דאווענען, פרנסה, חינוך, שלום בית אד"ג. העלף איך זאל קיינעם נישט וויי טוהן, נאר שרייבן צו די זאך, מיינע ווערטער זאלן האבן חן, קיינער זאל מיר נישט וויי טוהן, איך זאל נישט נכשל ווערן אין לשון הרע מחלוקת שנאת חנם אד"ג, אדער מכשיל זיין אנדערע אין סיי וואס ח"ו.

אלע מיינע מעשים זאלן זיין אויסגעהאלטן און אויף די ריכטיגע וועג, איך זאל אלעס אויסנוצן נאר אויף צו ווערן נענטער צו דיר, און צו ווערן באוויליגט פאר דיר, איך מיט גאנץ כלל ישראל!

אכי"ר. גא"מ.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 4:30 pm

א שיינע תפלה
איך מיין די מנהלים דארפן קאפיען די תפלה, ביי דעם תקנות אשכול, אז יעדע נייע ניק ביים אריין קומען זאל מתפלל זיין די תפלה (אדער אפשר ביים אריינסיינען זאל דאס אויך ארויף קומען).
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 4:33 pm

WOW
דעס איז געהעריג 'ערנסט גערעדט'
דעס איז גאר א שיינע געבעט
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג... נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט...
קרעדיט: שמועסער ענד יאצמעך

אוועטער קרעדיטס: טראבל מעיקער מיט די גאנצע טריסקע הויף...

ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

תגובהדורך ערנסט גערעדט » דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 12:37 pm

יישר כח פאר אלע...

דער אייבערשטער זאל טאקע אננעמען די געבעהט...
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!

פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 1:29 pm

אה ! א מחיי' אידישע קינדערלעך רעדן צום הייליגן בורא!,
דשאסט קאנטיניו פרעיאונג! די אייבישטער הער דיך אויס און ווארט פאר דיין געבעהט'לע!
נישט נאר אויף דעם ענין אויף אלע אונזערע באדערפענישן פון גרויס ביז קליין דארף מען דאווענען צו אונזער גרויסע באשעפער!


צוריק צו “הילף - און וויכטיגע מודעות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט