אפדעיט איבערן סייט

פארוואלטונג מעלדונגען, און טעכנישע הילף אויפן זייטל

אחראי: אחראי

אוועטאר
arender
Site Admin
תגובות: 1306
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2006 10:17 pm

אפדעיט איבערן סייט

תגובהדורך arender » מיטוואך מארטש 09, 2016 7:35 am

כ'וויל אביסל אויס שמוען מיטן עולם וואס מיר האבן געטוהן און וואס דער פלאן איז פאר ווייטער בנוגע די סייט.

יא עס זענען דא אסאך גרעסערע וועב סייטס פון איי וועלט, דאן פארוואס איז האבן מיר לעצטענס געהאט פראבלעמען?

ערשטענס דארף מען פארשטיין אז ווען א וועב סייט ווערט אזוי העווי (אין סייז) ברויך מען עס מער און מער מאדעפייען נאכצוקומען די פארלאנג, מיט וואס?

יא מען קען צולייגן מעמארי און סי פי יו צו די סערווער, ווערט גערופן אן הצלה פורתא ווייל פריער ווי שפעטער וועט מען דערפון אויך אויסלויפן און מען קען טאקע צולייגען דערנאך נאך, אבער עס ווערט גאר א קאסטבארע און מינדערוויכטיגע סעלושען.

מען קען צו לייגן מערערע דעיטעבעיסעס וואס הייסט קלאסטערינג, דאס מיינט אין א נאט שעיל, אז עס זענען דא מער ווי איין דעיטעבעיס, און ווען איינס איז ביזי גייט עס צו די צווייטע.

דערנאך קען מען ארויס נעמען די סורטש פונקציע פון די געהעריגע דעיטעבעיס און לייגן א סטענד עלאון אפליקאציע דערפאר, א שטייגער ווי ספינקס, סאלאר, און אינדעקע, וכדומה.

מען קען אויך רעסטריקן געוויסע זאכן פאר אומאיינגעשריבענע באנוצער (אינאנימעס) וואס האלט אביסל צוריק אז די איינגעשריבענע זאלן יא קענען בעסער נוצן די סייט, ווצב"ש דיסעבלען סורטש פאר אינאנימעס  יוזערס.

אויך קען מען לייגען א סי די ען (קאנטענט דעליווערי נעטווארק) וואס נעמט איבער די גאנצע טראפיק פון די סייט, און טוט עס קעשען, דאס איז אן עקסטערע פרשה פארזוך מסביר צו זיין, אבער אזויפיל יא, עס איז נישטא קיין גרויסע וועב סייט וואס ארבעט אן דעם.

מען גיין ווייטער און ווייטער מיט נאך אופנים, ווצב"ש סעקעילעבילעטי, טוישן פון מייסיקוועל צו אוראקול, נוצן בלויז עי פי איי'ס, וכדומה וכדומה, אבער הצד השוה שבהם איז אז דאס וועט פארלאנגען א לענגערער דאון טיים, און איצטערט אין די פריימערי סעזאן וועט מען עס נישט צולאזן.

איי וואס טוהן מיר יא דערווייל? דער תירוץ איז עטליכע זאכן.

ערשטענס האבן מיר אביסל מאדעפייעד די סורטש דהיינו, די סייט קאררענטלי האט אין באזיס ווערטער פון דריי אותיות אדער מער, ארום 825 טויזענט מינים ווערטער דאס הייסט א דיקשענערי פון אזויפיל סארט ווערטער, און די סייט פארמאגט איבער 28 מיליאן ווערטער, (אויב וויל איינער מאכן אן עוורידזש איז עס ארום 25 ווערטער פער תגובה אלעס פון דריי אותיות אדער מער), קומט אויס אז רוב ווערטער ווערן גענוצט ציווישן איינס און עטליכע הונדערט מאל דורכאויס די סייט, עס זענען אבער דא ווערטער וואס ווערן גענוצט אין די צענדליגער טויזענטער, געווענליך זענען די ווערטער אומוויכטיג ביים מאכן א סורטש.

לאמיר נעמען א משל, דאס מערסטע באנוצטע ווארט פון דריי אותיות און מער איז דאס ווארט "ביז" וואס ווערט גענוצט אינעם סייט איבער א האלב מיליאן מאל (נאכאמאל אן עוורידזש: יעדע פינף אין פופציגסטע ווארט איז ביז).

די טאפ 100 ווערטער אינעם סייט ווערן גענוצט ארום 12 מיליאן מאל, דאס מיינט אז כמעט האלב פון די סייטס ווערטער (פון 3 אתויות און ארויף) באשטייען פון בלויז הונדערט ווערטער.

ווען איינער מאכט א סורטש אויפן סייט מאכט די סערווער א קווערי און גייט דורך פער קיווארד 825 טויזענט ווערטער און מעטשט עס מיט 28 מיליאן רעקארד'ס און כ'דארף ענק נישט זאגן די רעזולטאטן דערפון.

וואס מיר האבן געטוהן איז מיר האבן אנגעשטעלט אז יעדע ווארט וואס ווערט גענוצט טויזענטער מאל זאל נישט אריין גיין אין די אינדעקס, במילא ברענגט עס נישט קיין ניצן אויב עס גיבט צוריק אזויפיל רעזאלטס, דאס האט געשניטן די סייז פון די רעקארדס צו באלד האלב.

אויב וועט מען זעהן מיט די צייט אז דער עולם איז נישט צופרידן מיט די סורטש קענען מען גיין אין אנדערע מהלכים.

דער עיקר וואס מיר האבן יא געטוהן איז געטוישט די דעיטעבעיס סעטינגס צו נעמען אין באטראכט די גרויסקייט פונעם סייט.

כ'האף דער עולם האט געזעהן א גינסטיגן טויש אין סיי די ספיד און סיי די פראבלעמען, מיר זענען אבער נאכנישט פארטיג, אי"ה אין די קומענדיגע פאר וואכן וועלן מיר אסאך צולייגן.

מיט דאנק און אנטשולדיגונג.

ארענדאר.

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מיטוואך מארטש 09, 2016 9:07 am

פשיהא! און אונז האמיר געמיינט אז קיינער קערט נישט!

א ריזן דאנק ארענדער, וברכתיך בכל אשר תעשה, און זאלסט עס קענען אוועקשטעלן אויפן פיס, און אפהאלטן נאך מענטשען פון פאשען אין פרעמדע פעלדער!!!

מי הוא זה
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 7:52 pm

תגובהדורך מי הוא זה » מיטוואך מארטש 09, 2016 9:11 am

Time to move on to Cloud Services Like AWS or Google Cloud Service

Cheaper, Easier ,Better

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מיטוואך מארטש 09, 2016 9:38 am

גוגל האט געשריבן:פשיהא! און אונז האמיר געמיינט אז קיינער קערט נישט!

א ריזן דאנק ארענדער, וברכתיך בכל אשר תעשה, און זאלסט עס קענען אוועקשטעלן אויפן פיס, און אפהאלטן נאך מענטשען פון פאשען אין פרעמדע פעלדער!!!


און ווי לעצטענס ערווענט איז דא א געוואלדיגע טריק פון מומחה עצום ז"ל צו זוכן דורך גוגל
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 11:42 pm

תגובהדורך פר בן בקר » מיטוואך מארטש 09, 2016 9:53 am

יישר כח פאר די ארבייט וואס דא אפגעטון אונטער די קוליסן.

וויפיל מאל שטייט טראמפ@ אין די סייט?

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מיטוואך מארטש 09, 2016 10:08 am

א גרויסן דאנק ארענדער פאר אייער איבערמידליכע כוחות וואס איר לייגט אריין פאר מיין הנאה.

ג-ט זאל אייך באצאלן.

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » מיטוואך מארטש 09, 2016 10:13 am

א ריזן יישר כח פארן אהערשטעלן א אנגענעמע פלאץ

בנוגע די געלט וואס עס קאסט עס צו פארשנעלערן און גרעסער מאכן, אפשר קען מען זעהן מעקסיקא זאל עס באצאלן

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4264
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מיטוואך מארטש 09, 2016 10:22 am

ליינענדיג ארענדארס תגובה האט זיך מיר געדאכט אז מיר צאלן דא א הונדערט דאלאר מאנטלי פי..

מיין מינימום הכרת הטוב: א שיינעם דאנק אייך תתברך משמי מעל.
הק' איש ימיני

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » מיטוואך מארטש 09, 2016 10:27 am

א גרויסע שכוח
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » מיטוואך מארטש 09, 2016 10:28 am

ביז ביז ביז ביז

א גרויסן ישר כח

הקב"ה ישלם שכרך
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

תגובהדורך שמחת החיים » מיטוואך מארטש 09, 2016 11:09 am

אז ס'איז דא אסאך מאל די ווארט "ביז" שטייצעך ווערט די סייט זייער "ביזי"...
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...

אוועטאר
לאנגווייליג
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 08, 2014 8:50 am

אפדעיט איבערן סייט

תגובהדורך לאנגווייליג » מיטוואך מארטש 09, 2016 11:16 am

א גוטן הרב ארענדאר

איך ווייס נישט ווער עס שטייט אינטער די סייט, איך וויל זיך נאר באדאנקען פארן צושטעלן א פלאץ פאר ערליכע יידען צו הנאה האבען אויף א כשר'ע וועג,
יישר כחכם ותזכו להנות את ישראל עוד רבות בשנים בבריאות השלימות והצלחה וברכה בכל מעשה ידיכם.

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מיטוואך מארטש 09, 2016 11:18 am

לאנגווייליג האט געשריבן:א גוטן הרב ארענדאר

איך ווייס נישט ווער עס שטייט אינטער די סייט, איך וויל זיך נאר באדאנקען פארן צושטעלן א פלאץ פאר ערליכע יידען צו הנאה האבען אויף א כשר'ע וועג,
יישר כחכם ותזכו להנות את ישראל עוד רבות בשנים בבריאות השלימות והצלחה וברכה בכל מעשה ידיכם.

ארענדער שטייט אינטער די סייט

איימעניט
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » מיטוואך מארטש 09, 2016 11:33 am

גוגל האט געשריבן:פשיהא! און אונז האמיר געמיינט אז קיינער קערט נישט!

א ריזן דאנק ארענדער, וברכתיך בכל אשר תעשה, און זאלסט עס קענען אוועקשטעלן אויפן פיס, און אפהאלטן נאך מענטשען פון פאשען אין פרעמדע פעלדער!!!

זענען מיר גאר איינשטימיג מיט אייך "חוץ" די ערשטע שורה "חוץ" די ערשטע ווארט
לעצט פאראכטן דורך איימעניט אום מיטוואך מארטש 09, 2016 4:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » מיטוואך מארטש 09, 2016 12:50 pm

לאנגווייליג האט געשריבן:יישר כחכם ותזכו להנות את ישראל עוד רבות בשנים בבריאות השלימות והצלחה וברכה בכל מעשה ידיכם.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5959
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך מארטש 09, 2016 1:08 pm

Iphone האט געשריבן:
לאנגווייליג האט געשריבן:יישר כחכם ותזכו להנות את ישראל עוד רבות בשנים בבריאות השלימות והצלחה וברכה בכל מעשה ידיכם.
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מיטוואך מארטש 09, 2016 1:08 pm

גערעכטער האט געשריבן:ליינענדיג ארענדארס תגובה האט זיך מיר געדאכט אז מיר צאלן דא א הונדערט דאלאר מאנטלי פי..

מיין מינימום הכרת הטוב: א שיינעם דאנק אייך תתברך משמי מעל.

גענעראל
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2013 6:37 pm
לאקאציע: אויפן פראנט

תגובהדורך גענעראל » מיטוואך מארטש 09, 2016 1:19 pm

@ארענדאר, אויף אייך איז געזאגט געווארן 'וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור באמונה הקב"ה ישלם וכו'.

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » מיטוואך מארטש 09, 2016 1:39 pm

מה פתאום??? האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:ליינענדיג ארענדארס תגובה האט זיך מיר געדאכט אז מיר צאלן דא א הונדערט דאלאר מאנטלי פי..

מיין מינימום הכרת הטוב: א שיינעם דאנק אייך תתברך משמי מעל.
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

אוועטאר
בתוךשארישראל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 25, 2015 10:50 am

תגובהדורך בתוךשארישראל » מיטוואך מארטש 09, 2016 2:29 pm

א שיינעם דאנק, המקום יהא בסעדיכון, וישלם לכם כגמולכם הטוב.
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מיטוואך מארטש 09, 2016 3:45 pm

שמחת החיים האט געשריבן:אז ס'איז דא אסאך מאל די ווארט "ביז" שטייצעך ווערט די סייט זייער "ביזי"...

איינס אבער א גוטס ;l;p-

אוועטאר
עמעזאן
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 3:47 pm
לאקאציע: אינעם עמעזאן קלאוד

תגובהדורך עמעזאן » מיטוואך מארטש 09, 2016 11:45 pm

א דאנק הער ארענדער

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דאנארשטאג מארטש 10, 2016 11:27 am

עמעזאן האט געשריבן:א דאנק הער ארענדער
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » דאנארשטאג מארטש 10, 2016 12:33 pm

עירמאנט'ער האט געשריבן:ביז ביז ביז ביז

א גרויסן ישר כח

הקב"ה ישלם שכרך


וגם באתי *להשתכח לארענדער

*דעיס מיינט צו זאגן שכח אין יודיש!
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » דאנארשטאג מארטש 10, 2016 12:36 pm

אינטערעסאנטער אינפארמאטיווער פאוסט.

ייש"כ פאר די ארבעט צוצושטעלן אזא שיין פלאץ אויפן בעסטן אופן.

הצלחה רבה
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)


צוריק צו “הילף - און וויכטיגע מודעות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט