בלאט 3 פון 3

געשריבן: דאנארשטאג מאי 21, 2015 12:45 am
דורך מיסטעריעז
:lol:

געשריבן: דאנארשטאג מאי 21, 2015 12:51 am
דורך עקבי הצאן
@לכאורה, אביסל דרך ארץ!

עשרה מי יודע

געשריבן: דאנארשטאג מאי 21, 2015 1:33 am
דורך א גראם מיט טעם
בס"ד

צעהן יאר פארלאפען
זייט מ'האט געטראפען
א פלאץ וואס קען זיין אפען
פאר א ערליכע איד

במקום פרעמדע פעלדער
בלאנדזשענען אין וועלדער
ס'איז ווערד די אלע געלדער
אויף קדושה געהיט

געפילט דעם צורך
א דור יבורך
ווי אן אורח
צום אינטערנעט ציהט

אויסלופטערען מוחות
שעפען פרישע כוחות
זכותים הויך איז
שכר עס בליהט

ברענגען א שמייכעל
מיט טאלאנט און שכל
וועהלט אויס א היכל
לויט אייער געמיהט

נישט יענעם קריטיקירען
ווילסט אויך נישט שפירען
אויף דיינע געהירען
מיסגעטריעט

געטון ריכטיג
תקנות וויכטיג
ריין און ציכטיג
נישט ווערען מיד

פאר פירער און גרינדער
ווינטשען אייוועלט קינדער
ספעציעל פארען אנצינדער
קרעמער, הער דעם ביעט

טעשער געשטאפטע
נישט ארויס טראפט ער
קיינעם פאפט ער
עשירים סאליד

קינדער וואס דערליווערען
נחת אן שיווערען
דאס לעבען נישט אפכיפערען
נאר ענדזשויען דעם ליד

געזונט אן קרענק
קענען באדינען אין שענק
שטארק ווי טענק
אן שמעקן וויעד

ווינטשט איעדער מעמבער
פון ינואר ביז דיסעמבער
אייוועלט ווי וויל רימעמבער
מיט שטאלץ לעטס פראסיעד.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 21, 2015 9:33 am
דורך אויסערן מיניסטער
גראמי, ווען מען ליינט דיינס א תגובה איז אויך אזוי, לופטערט מען אויס די מוח, מען שעפט פרישע כוחות, עס ברענגט א שמייכל, דו טוסט נישט קריטיקירן..... פיין געשריבן

געשריבן: דאנארשטאג מאי 21, 2015 9:36 am
דורך בערקא
געלעגער האט געשריבן:ווער איז קרעמער?

חחחחחח שוין לאנג נישט געהערט אזא גוטס

געשריבן: דאנארשטאג מאי 21, 2015 10:32 am
דורך גרויזאמער
לכאורה, קרעמער וואלט געקענט זיין דיין זיידע! האלט דיין פיסק פארמאכט! דו ווייסט קעגן וועם דו רעדסט? דו ווילסט מען זאל דיך איינשפארן אין קהל'ס טינקעלע צימער, ווי מען האט געטון מיט'ן אוה"ח הק’ ביי די 42 פשטים?

ויקם דור חדש אשר לא ידע את קרעמער.




לכאורה האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:היות איך בין ב"ה טרוד מיט פארשידענע זאכן

זאג עס נאכאמאל.... טרוד מיט פארשידענע זאכן....

חחחחחחחח

טרוד ביסטו געווען די ערשטע זיבן יאר, ווען דו האסט דא געפירט און פארפירט, געמעקט און געווארפן, אבער די לעצטע דריי יאר דאכט זיך זיצטו אין פלארידע מיטן פוס ארויף און שפייסט פאפיטע'ס טאג און נאכט...

טרוד מיט פארשידענע זאכן........ יוא, שוין לאנג נישט געלאכט אזא גוטס

געשריבן: דאנארשטאג מאי 21, 2015 11:15 am
דורך שוועמל
שלו' עליכם קרעמער, האסט נישט געקענט מיטברענגען יאנאש?

אגב, עשיתי מה שציותני, כאב באריכטעט לכאורה'ס תגובה. שמעקט פון פאליטיק ;-(

געשריבן: דאנארשטאג מאי 21, 2015 11:22 am
דורך יעקעלע פוקס
אני מאמין באמונה שלימה שתהיה תחיית המתים בעת שתעלה רצון מאת הבורא יתברך שמו ויתעלה זכרו לעד ולנצח נצחים
לישועתך קויתי......

געשריבן: דאנארשטאג מאי 21, 2015 11:38 am
דורך תפוח
נאך אזעלעכע מילי דבדיחותא, וועלען מיר אלע זוכה זיין צו א קבלת התורה כדבעי.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 21, 2015 12:50 pm
דורך מיסטעריעז
איך זעה אז רבינו קרעמער האט צוריק געעפנט זיין אישי קעסטל, חזר ויסדו.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 21, 2015 2:38 pm
דורך טשייניק
וואט עי סורפרייז, יארן וואס מיר - די אינגע דור - ווארטן שוין אז די מייסד זאל זיך מגלה זיין כאטש בחלום, און יעצט גאר זיך באוויזן בהקיץ! נאר מיט א ביסעלע א שטרענגע פנים, אבער... די פלאן איז געלונגען.

לאמיר טאקע פאלגן דעם מייסד מחמת כמה סיבות; פשוט אז נישט העט ער קומען מיטן שטעקן (אבער זאל ער נאר קומען); ועוד, מ'מוז טרעפן א שנעלערע פלאן אים אויפצוועקן נישט ווארטן גאנצע דריי יאר; און אפילו מעט שוין ווארטן דריי יאר וועט ער נישט קומען ווייל ער האט שוין געכאפט, סאו לאמיר אויפקומען מיט א פרישע פלאן, געגאנגען...

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2015 1:44 pm
דורך מילכיגער
עקבי הצאן האט געשריבן:@לכאורה, אביסל דרך ארץ!

כוירע טרייט אויס די זירא טאלעראנץ סיסטעם.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:19 am
דורך ha ha
דער קרעמער מאכט זיכער נאר אריין צי קימען ביי א יום המיוחס?