אנקעטע איבער נייעס פארום

פארוואלטונג מעלדונגען, און טעכנישע הילף אויפן זייטל

אחראי: אחראי

זאל מען טוישן די ביז איצטיגע אויסטשעל?

די וואלן האבן זיך פארמאכט פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 1:06 pm

בילד 1
5
10%
בילד 2
2
4%
בילד 3
11
21%
בילד 4
20
38%
לאזן אזוי ווי עס איז, און האקט נישט אין קאפ אריין.
14
27%
 
סך הכול שטימען: 52

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 299
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

אנקעטע איבער נייעס פארום

תגובהדורך קרעטשמער » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 1:06 pm

לכבוד אונזערע קאלעגן די שרייבער און לייענער אויף אידישע וועלט - היימישע קרעטשמע.

שוין א לאנגע צייט וואס מיר האבן זיך נישט געוואנדן צו אייך, נישט ווייל עס אינטערסירט אונז נישט איבער אייך, נאר פשוט די צייט האט נישט געברענגט אז מיר זאלן זיך טרעפן אין א געוויסע נושא וואס זאל אונז צוזאמענברענגן; מיר - אלע מנהלים VS די שרייבער און לייענער.

ווען מיר געפונען עטוואס צייט - דאס הייסט ווען די לייענער לאזן אונז אביסל מנוחה אז מ'זאל נישט דארפן מעקן און עורך זיין - קוקן מיר זיך צו צו די ווירטשאפט, (נאכדערצו מיט די פרישע כוחות אין די הנהלה) און מיר פרובירן טראכטן, וואס קענען מיר טון בעסער און שענער צו מאכן דאס פלאץ, עס זאל זיין א מקום מנוחה. א פלאץ ווי מ'זאל זיך קענען ארומדרייען ווי א פיש אין וואסער, און ווי א איד אין פיש געשעפט, (ע"ע יענטאאש) און מ'זאל אנקומען צו וואס מ'דארף שנעל און גיך.

איז ארויפגעקומען עטליכע איידיעס, צו וועלעכע די מנהלים האבן זיך דערווייל נישט פאראייניגט, בעיקר האבן מיר נישט געוויסט וויאזוי דער עולם וועט דאס אויפנעמען. אלזא ווילן מיר דאס טיילן מיט'ן עולם, און מאכן א אנקעטע ביים אלגעמיינעם ציבור, און דערנאך זען וואס מ'זאל טון.

ערשטע אנקעטע: ווי באקאנט איז דער סדר פון די קרעטשמע, אז ערשט שפראצט ארויס דער 'היימישער דזשורנאל', דערנאך די 'היימישע קרעטשמע' גופא, דאן שטויסט מען זיך אן מיט 'היימישע פארברענגן', און פון דארט קען מען זען אלטע נייעס 'זכור ימות עולם', און הערשט נאך די לאנגע וועג, קומט מען צו עפעס פרישע נייעס 'אידישע און וועלטליכע נייעס'. וואס אין אן אמת, איז דער סדר אזוי געווען, ווייל אמאל מיט א לאנגע צייט צוריק, איז די נייעס נישט געווען די הויפט פריאריטעט פון די קרעטשמע. ממילא האט מען די נייעס נישט ארויפגעשלעפט ביזן הימל, מ'האט אים געלאזט מיט א שטאק צוויי ארויף פון אונטן... אבער היות אז היינט איז נייעס פון די גאר פראמינאנטע עניני הקרעטשמע, און עטליכע וואס קומען אהער און זוכן א שטיקל נייעס וואס זיי האבן געהערט אז לכתחילה האט זיך צעגאסן מיט צוקער און האניג, אדער גאר פעדער האט זיך צעלאזט מיט זיין היטל, צי געלעגער האט געלאכט עפעס... קומט ער אריין, און ער זעט א דזשורנאל, ער מאכט בואי בשלום, און ער קערט זיך צוריק קיין ארץ ישראל...

אלזא, האבן מיר געקלערט צו שטעלן דעם פארום עטוואס ארויפציר העכער'ן דזשורנאל, און היכל הנגינה - שוין גערעדט דערפון? אה ניין - וואס איז איינע פון די גאר סאמע שטערקסטע זאכן וואס קרעטשמע פארמאגט (מ'דארף עס טאקע מער אויפארבעטן) וועט מען שטעלן אונטער 'היימישע פארברענגן'.
דער אנקעטע גייט אז איר קענט אויסוועלן איינע פון די פאלגענדע:

א) נאר נייעס אויבן, נישט ריקן נגינה
ב) נאר ריקן נגינה, לאזן נייעס וואו ער איז
ג) ביידע ריקן לטובתינו ולטובת אחב"י היושבים בערי הקרעטשמע
ד)נייעס אויבן, נגינה אונטער פארברענגן
ה) לאזן אזוי ווי עס איז, און האקט נישט אין קאפ אריין.

ביטע לאזט הערן אייער מיינונג דורכן אנקעטע דא אויבן און לויט דעם וועט די הנהלה באשטימען די ווייטערדיגע אפציע'ס.

יישר כח
קרעטשמער - בשם די הנהלה
2.JPG
א
2.JPG (41.93 KiB) געזעהן 5547 מאל

3.JPG
ב
3.JPG (38.42 KiB) געזעהן 5547 מאל

1.JPG
ג
1.JPG (39.19 KiB) געזעהן 5547 מאל

04.JPG
04.JPG (40.17 KiB) געזעהן 5494 מאל

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 1:14 pm

איך זעה נאר 3 בילדער נישט 4.
Im old but i don't kalech yet.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15166
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 1:24 pm

געשטימט פאר נומער פיר, פשוט ווייל נייעס אינטערעסירט מיך מער ווי נגינה
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 1:50 pm

געשטימט נומער פיר
נייעס איז פון די שטארק'סטע פארום'ס דא און נגינה קומט זיך אויך א העכערע פלאץ אבער נישט העכער די באליבטע דזשורנאל און קרעטשמע
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

תגובהדורך זייער נייגעריג » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 1:50 pm

Ron Paul האט געשריבן:איך זעה נאר 3 בילדער נישט 4.

צוגעלייגט

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 2:04 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:געשטימט נומער פיר
נייעס איז פון די שטארק'סטע פארום'ס דא און נגינה קומט זיך אויך א העכערע פלאץ אבער נישט העכער די באליבטע דזשורנאל און קרעטשמע
Im old but i don't kalech yet.

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 2:09 pm

4

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3275
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 3:25 pm

קרעטשמער האט געשריבן:היכל הנגינה איז איינע פון די גאר סאמע שטערקסטע זאכן וואס קרעטשמע פארמאגט, מ'דארף עס טאקע מער אויפארבעטן

די שאלה איז וואס ס׳מיינט אויפארבעטן, עס זענען אמאל געווען אקטיווע ניקס אין היכל הנגינה וואס פלעגן ברענגען יעדע קליינע אפדעיט פונעם עולם המוזיקה החדדי, ווער רעדט נאך ווען א סידי איז ארויסגעקומען האט מען עס באשריבן מיט אלע פרטים און דקדוקים, און דערנאך האט עס דער עולם צונומען לארכה ולרחבה, מען געשריבן קאמענטס רעכטס און לינקס, די ניגון געפעלט מיר די בעסטע, די מוזיק אויף דעם ניגון איז א חידוש, יענע טרעק האט שוואכע קווייער, די מיקס מעג זיין בעסער, לויט מיין אינפא פלעגן די טעיפ ארויסגעבער אליינס גאנץ אפט באזוכן דא אין אייוועלט און קוקן וואס דער עולם שרייבט איבער זייער ארבעט.

נאר וואס׳זשע דען איז, רעדנדיג אמאל מיט איינע פון די געוועזענע אקטיווע ניקס אין היכל הנגינה האבעך אים געפרעגט פארוואס טאקע ער האט אויפגעהערט צו שרייבן, זיין ענטפער איז געווען אז ער פלעגט אפט מאל האבן צוריק צו הערן פון די ארויסגעבער צו פון זיינע ארומיגע פיל מיט קריטיק אויף זיינע תגובות ווי ׳האסט דעיס נישט גוט געשריבן׳ צו ׳האסט אויסגעלאזט א וויכטיגע פוינט׳ אדער גאר ׳האסט עס פאר׳הרג׳עט׳... א.ד.ג. אזוי אז עס איז פאר דעם שרייבער פארגאנגען דעם אפעטיט, מה לי ולצרה הזאת - זאגט ער.

יעצט שטעלט זיך די פראגע צו ס׳איז בכלל דא א מיטל וועג אז מ׳זאל קענען שרייבן אן דעם וואס מ׳זאל דארפן טראגן די אחריות פון די תוכן ה׳באשרייבונג, און אויב יא דארף מען וויסן צו ס׳איז דא עמיצער וואס איז גרייט דערפאר.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 3:42 pm

פאטאשאפ. דו זאגסט גוט אבער עס קומט כלל נישט אין די אשכול.

וועגן די אויסטעשל איז מיר אביסל שווער צו זאגן. זינט איך ניץ נאר די אקטיווע אשכולות קנעפל. עס גייט מיר בכלל נישט אן דעם סדר. מען דארף ווען געבן פאר די געסט אן אפציע פון וועלן זיי זענען די וואס עס איז נוגע.

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 4:35 pm

געלעגער האט געשריבן:וועגן די אויסטעשל איז מיר אביסל שווער צו זאגן. זינט איך ניץ נאר די אקטיווע אשכולות קנעפל. עס גייט מיר בכלל נישט אן דעם סדר. מען דארף ווען געבן פאר די געסט אן אפציע פון וועלן זיי זענען די וואס עס איז נוגע.

כ'געלעגער ועוד לקרא.
כ'האב געזוכט א זעקסטע אפציע פון לאזן ווי אזוי ס'איז, נישט ווייל האק מיר נישט קיין קאפ, נאר נוצענדיג [כמעט] נאר די 'אקטיווע אשכולות' קנעפל איז עס מיר פערזעהנליך נישט עכט נוגע.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2012 9:42 pm

כנ"ל, איך נוטץ בעיקר די ווייז דיינע הודעות קנעפל.

נאר נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 3:29 pm
לאקאציע: האלעוויי ווען איך ווייס......

תגובהדורך נאר נייעס » זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:02 am

געלעגער האט געשריבן:וועגן די אויסטעשל איז מיר אביסל שווער צו זאגן. זינט איך ניץ נאר די אקטיווע אשכולות קנעפל. עס גייט מיר בכלל נישט אן דעם סדר. מען דארף ווען געבן פאר די געסט אן אפציע פון וועלן זיי זענען די וואס עס איז נוגע.


מיר האלטן די זעלבע זאך ניצעדיג נאר די אקטיווע אשכולות קנעפל
אז מען רעד פון די מלאך קומט די ..........
onlynews11206@gmail.com

אוועטאר
dell
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 19, 2012 2:17 pm

תגובהדורך dell » זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:28 am

אפגעגעבן מיין שטימע פאר נומער 4. איך גיי מיטן רוב וואס קענען באשטיין א טויש

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 10:03 pm

פאר די אלע וואס האבען געוואט פאר פיר, וואס איז שלעכט מיט נומער דריי? פארוואס זאל מען נישט אויך ארויפריקען נגינה?

וואס שטערט אייך אז נגינה גייט ארויף?

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 10:27 pm

ווייל די אלע מענטשען אינטרעסירט נישט נגינה, דעטס אלל

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 8:33 am

כהאב געוועהלט פאר די פינפטע אפציע
חדש אסור מן התורה...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19618
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 8:54 am

למאי נפקא מינה?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 9:54 am

פרעגסט מיר; הרב פארשלאפען?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20408
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 12:56 pm

מסתמא

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 1:07 pm

יעך וואלט געהאלטן אז מען זאל די צוויי פארומס לייגן אנפאנג, אבער נישט אלץ סוב פון היימישע קרעטשמע, נאר טאקע'ן באזונדער! אונטערן נאמען "אידישע וועלט".

היכל הנגינה איז באמת אויך בעיקר באזירט אויף נייעס בעולם הנגינה, הגם ס'איז דא אנדערע סחורה אויך.

כנעל"ד נכון וברור כירח בליל המעונן.

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 2:29 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:כנ"ל, איך נוץ בעיקר די ווייז דיינע הודעות קנעפל.


איך אויך, הגם איך טרעט אריין אין כמעט אלע אשכולות, אבער קיין טויש מצידי איז נישט וויכטיג
איך געב אבער רשות צו טוישן - :grin:
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:49 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:כנ"ל, איך נוטץ בעיקר די ווייז דיינע הודעות קנעפל.

און אויך אקטיווע אשכולות

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:57 pm

געשטימט נומער פיר

אז מ'רעדט שוין אפשר אויך אראפגערוקן פארברענגן גאנץ אונטן אמת אז ס'איז א וויכטיגע פארום אבער ס'באלאנגט נישט אזוי אויבן...
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

תגובהדורך זייער נייגעריג » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:24 pm

thefact האט געשריבן:געשטימט נומער פיר

אז מ'רעדט שוין אפשר אויך אראפגערוקן פארברענגן גאנץ אונטן אמת אז ס'איז א וויכטיגע פארום אבער ס'באלאנגט נישט אזוי אויבן...

אויף די נושא גייט זיין א עקסטערע אנקעטע מיט אפאר אפציעס.

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:31 pm

זייער נייגעריג האט געשריבן:
thefact האט געשריבן:געשטימט נומער פיר

אז מ'רעדט שוין אפשר אויך אראפגערוקן פארברענגן גאנץ אונטן אמת אז ס'איז א וויכטיגע פארום אבער ס'באלאנגט נישט אזוי אויבן...

אויף די נושא גייט זיין א עקסטערע אנקעטע מיט אפאר אפציעס.


לייק!
---
געשטימט פאר # 3
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!


צוריק צו “הילף - און וויכטיגע מודעות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט